מיין קרבן פסח תשפ''ב מיטן סמארטפאון

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

מיין קרבן פסח תשפ''ב מיטן סמארטפאון

שליחה דורך שמן למאור »

ס'איז ערב פסח נאכמיטאג, און איך שפאציר מיך אזוי געמיטלעך אויף די גאסן פון ירושלים, אין באגלייטונג פון מיין ווייב און קינדער, צוזאמען מיט אונזער גרעסערע משפחה, מיינע טאטע מאמע, און מיינע ברידערס מיט זייערע הויזגעזונט, מיט וועמען מיר וועלן אינאיינעם מקריב זיין די קרבן פסח. איך כאפ אהן שטארק די שטריק וואס נעמט ארום די האלז פונעם שעפעלע, עס זאל חלילה נישט אנטלויפן. די גאס איז נישט ליידיג, נאר גאר אסאך משפחות שלענגלען זיך דורך אויף די ירושלימע גאסן, אלע מאכן יעצט זייער וועג צום פריש אראפגעקומענע בית המקדש השלישי.

מיין מוח ווירבעלט מיט פילע שטורעמישע געדאנקען, ס'נישט פשוט וואס אונז אלע האבן מיטגעלעבט אין די לעצטע פאר וואכן, ממש פאר דריי וואכן צוריק איז נאך יעדער געווען פארווארפן על ארבע כנפות הארץ, איך בין נאך געווען היבש פארטון צו אוקריינע וועט קענען ביישטיין די רוסישע אינוואזיע, אדער מיט בויען מיין ביזנעס, צו גאר אביסל פאליטיזירן איבער מיין אדמו''ר'ס ברודער, אבער פלוצלינג איז אלעס געווארן א פארגאנגענהייט, איך לאך פון מיר אליינס ווי איך בין געווען פארטון אין די אלע הבלי עולם הזה, ס'איז נאך געווען פאר די מצב וואס אונז שטייען יעצט, פון 'ומלאה הארץ דעה את השם'.

איך בין בעצם אביסל מיד, די גרויסע מעמד פונעם 'שחיטת היצר הרע' האט זיך פארצויגן ביז אין די שפעטע נאכט שעות, און די בעלי מנגנים האבן געצויגן ביז גאר שפעט אין די נאכט, צו הערן ווי יאסעלע ראזנבלאט לייגט אראפ דעם 'לאמיר זיך איבערבעטן' און הערן די לווים שפילן אזוי הערליך שיין, ס'האט איבערגעלאזט א טיפן רושם, שוין אפגעזען די עצם שעכטן... אהה ס'גלוסט זיך פשוט נישט צו טון קיין עבירות מער, ס'פשוט נישט אינטרעסאנט.

מיין מחשבות ווערן איבערגעהאקט, אונז זענען אנגעקומען קיין 'רחוב יפו' און אונז וועלן דא ארויפשטייגן אויפן 'רכבת הקלה' אנצוקומען ביז שער יפו.

איך קוק אזוי ארויס פונעם פענצטער, און כ'גלייב נישט וואס איך זע, ס'ממש נישט צום דערקענען, די אלע פריצות'דיגע בילדער זענען נישט צום האבן, ס'נישט דא קיין איין פרייע פארשוין אויפן גאס, אלע גייען שבת'דיג אנגעטון און גרייטן זיך מקריב צו זיין זייער קרבן פסח,

'התחנה הבאה שער יפו' זאגט די ספיקער, אונז שטייגן אראפ אינאיינעם מיט א שמחה, און מאכן אונזער וועג צום 'ביה''מ השלישי', עס איז אוממעגליך צו דערשטיקן די געפילן, נאך אזוי פיל יארן פון ווארטן, וועלן מיר ענדליך קענען זוכה זיין צו קענען כאפן א בליק אויפן ביהמ''ק.

פונדערווייטנס זעט זיך שוין אהן די הערליכע ווענט פון די הר הבית מיר דערנענטערן זיך און גייען אריין אינעם עזרה, און עס אנטפלעקט זיך פאר מיר א מחזה הוד וואס מען קען זיך ניטאמאל פארשטעלן, כהנים לויפן אהין און צוריק מען שחט מען שפריצט בלוט, מען איז מקריב,

איך קוק ארויף און איך זע א גרויסן ריזיגן סקרין, דארט שטייט פונקטליך די סדר פון וועלכע חבורה איז יעצט מקריב און ווער קומט נאכדעם, איך פרעג די כהן וואס איז ממונה צו העלפן די עולם, 'וואס טוט מען'? וויאזוי שרייב איך מיך איין צו זיין נעקסט? זייער פשוט, איז ער מיר מסביר, קודם דארפסטו דאונלוידען אויף דיין סמארטפאון די 'קרבן פסח עפפ' דאן סיין דיך איין, פיל אויס די פארם, שרייב אלע נעמען פון ווער עס איז אין דיין חבורה, וועסט באקומען א רעפרענס נומער, און אלעס וועט שוין שטיין אויפן גרויסן סקרין...

איך זאג פארן כהן, אז מיין פאון איז יעצט פונקט אויסגעלאפן פון דאטא, וואס זאל איך טון? ס'בכלל נישט קיין פראבלעם, איז ער מיר מסביר, אין די גאנצע שטח פונעם הר הבית איז דא פרייע ווייפיי, און גאר די בעסטע און מערסטע סאפיסטיקירט פון סיי וואו איבער די וועלט! די בית המקדש איז דאך די מקור החכמה און די מקור האור פאר די גאנצע וועלט, ווי אזוי וועט c-span קענען בראדקעסטן א לייוו סעשין פונעם סנהדרין, אדער א פרישע שיעור פון משה רבינו, אויב וועט זיין דא א שוואכע ריסעפשן

איך קוק ארום, איך זע ווי גאנץ אויבן שטייען משה רבינו און אהרן הכהן, זיי זענען צוקאכט אוו פרייליך, זיי האלטן ביידע גרויסע שיינע נייע סמארטפאונס אין די הענט, פון די נייסטע און בעסטע מאדל 6G און זיי זענען פארנומען צו שיקן אימעילס צו די כהנים אדער לוים, זיי געבן ארויס דעם דבר ה' און מען באקומט באלד א אימעיל וואס מען ברויך טון, איך זע יעצט אז דוד המלך האט ארויסגעשיקט א סטעטוס, און אנגעזאגט די עולם אז עס ווערט שוין שפעט און די עולם זאל שוין קומען מקריב זיין זייער קרבן.

מיין זון פרעגט מיר, טאטי! איז נישט אינטערנעט אסור? כ'בין אים מסביר שיינערהייט, אינטערנעט איז א געוואלדיגע טובה פאר די וועלט, און מאכט אז מען זאל פשוט קענען גרינגער און שנעלער טון זאכן און אנקומען צו מענטשן, אבער פאר מען האט גע'שחט'ן די ס''ם, האט עס געהאט אסאך שלעכטס וואס מען האט געקענט נכשל ווערן מיט נישט גוטע זאכן, האט מען געלייגט א פילטער, וכדומה, צו זיין אפגעשיידט פון שלעכטס, אבער היינט אז עס איז שוין נישט דא קיין יצר הרע, איז אדרבה, עס איז נישטא עפעס בעסערס אויפן וועלט. קוק נאר דארטן, דער סקולענע רבי מיט רב וואזנער זענען פארנומען יעצט צו ליינען די קוויטלעך אויפן סמארטפאון, אפילו דער בעש''ט האט נארוואס געטוויט א מאמר אין חסידות, און די בעל התניא האט שוין געפאוסט אויף זיין יוטוב טשענעל א ברייטע ערקלערונג אויפן מאמר,

לכבוד חול המועד וועל איך דיר קויפן דיין אייגענע סמארטפאון, אזוי וועסטו קענען זען לייוו די טיק טאק'ס פון שפאלע זיידע און פונעם ראפשיצער רב, כ'הער אז עס איז זייער אינטרעסאנט און תוכנ'דיג, מ'קען אסאך קונה זיין דערפון,

איך זע ווי די סאטמארע חבורה קומט אהן, פון פארנט שלעפן זיך דער ישמח משה, דער ייטב לב, עצי חיים, רביה''ק מסאטמאר, ז''ל פיליפ, יח''מ פרידמאן, ועוד הרבה, משה גבאי אינאיינעם מיט ר' אהרן און רז''ל שטופן זיך ווי חסידים ארום די רביים, און זענען גאר מכבד די דיינים נאכמער ווי די כבוד וואס מען האט זיי אויסגעטיילט ווען די עולם השקר האט זיי נאך אנגעקוקט ווי די מנהיגי ישראל, היינט איז שוין אלעס קלאר, און יעדער ווייסט אז זיי זענען נישט מער ספעציעל ווי סיי וועלכע אנדערע חסיד, ממילא שטייען זיי אלע אייניג און שטופן זיך לויט די אמת'ע צדקות און ערליכקייט,

ענליך זע איך ביי די באבובע, וויזניצע, גורע, בעלזע, סקווירא, (וכו' וכו') חבורות, עס שטייען אויבן אהן אסאך וואס זענען פאראיאר געזעצן ביים סוף טיש, שטילע איידעלע תלמידי חכמים, און היינט שטיפט זיך די 'רבי' צו קענען שטיין אין זייערע ד' אמות, צו קענען כאפן א בליק, אויף די 'אמת'ע צדיקים...

יה''ר שנזכה ונחיה ונראה...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
קוקי מאנסטער
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 21
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 12:59 pm
האט שוין געלייקט: 19 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל

שליחה דורך קוקי מאנסטער »

לאל. דער לעבט נאך אין די פארגאנגענהייט ווען די אינטערנעט פראבלעם איז געווען תועבה. אבער די לעצטע פאר יאר איז עס אדקישאן. וויאזוי גייען זיי שחט'ן די אדקישאן?
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: מיין קרבן פסח תשפ''ב מיטן סמארטפאון

שליחה דורך ברוינשטיין »

נישט פארגעסן ווי עס וועט אויסזען ווען דער גבאי וועט כאפן א "סנעפ טשעט" פונעם רבי'ן ביים טיש, קודם וועט ער לייגן די פאון ביזן רבי'ס נאָז, תיכף דערנאך וועט ער דאס צוריקציען און דאס אַריינזאָמען אינעם טעלער וחוזר חלילה.

אגב, ווער ווייסט, אפשר וועט מען מקריב זיין קאַרן פאר קרבנות, דער עושר וועט ארויף דרייוון זיין פעך שוואַרצען בימער אויפן מזבח ווי דאס וועט ווערן צעשאָסן אויף פיצלעך, ווידער אַן אָרעמאַן וועט קומען מיט אַ פאַרזעצטן קאַר און מיט אַן אַר. פי. עם. פון 4 זיך מיט שוועריקייטן ארויפציען דעם מזבח "רעמפ" אזש שוואַרצע רויך וועט בלאָזן פון זיין "מאָפלער" (ס'קען זיין עס וועט זיין פארבאטן צוליב דעם וואס דער בית המקדש וועט זיין אויסדריקליך גרין...)

נישט פארגעסן פון די פריש געשניטענע מאַרכוואנע וועלכע מען וועט מקטיר זיין.

די כיור וועט האבן "סענסארס", ווי נאר א פיס וועט זיך באווייזן אינטער אים וועט זיך דאס קראַן עפענען.

למען באקוועמליכקייט וועט זיין צוגעשטעלט ביטקוין עי. טי. עם. מאַשינען (ספעציעל פאר די וועלכע קומען פון דערווייטענס און ווילן קויפן קרבנות)

ס'וועט לכאורה זיין פאליטיק איבער ווער עס פארפיגט אויף די פאַרקער ארום די בית המקדש. שומרים, שמירה, חברים, חביבים? (ווי זאָגט יענער, וואס איז די פראבלעם? מ'וועט פרעגן די אורים ותומים)

נישט פארגעסן פון די קרעיזי קאנסערט מיט ליפט שמעלצער אלי שוועבל און מעדד-אָפ (די. דזשעי. לעמפן אומעטום). #יו-גאַט-טיקעטס?

איידער א גרויסע פאַראַדע אין מקדש, וועלן ישראלישע (שומרים וכדו'?) קאַמפס פליגער אריבער פליען מיט ספעציעלע מאנעווערעס.

רבותי לייגט צו.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

קוקי מאנסטער האט געשריבן:לאל. דער לעבט נאך אין די פארגאנגענהייט ווען די אינטערנעט פראבלעם איז געווען תועבה. אבער די לעצטע פאר יאר איז עס אדקישאן. וויאזוי גייען זיי שחט'ן די אדקישאן?

מאכסט עס כאילו ס'שוין מער נישטא קיין תועבה...

פינקט ווי מען קען שחט'ן די יצר פון תועבה, ע''ז, וכ' קען מען אויך שחט'ן די יצר פון אדיקשן,
פארוואס טראכסטו אז אדיקשן קומט נישט פון די יצר הרע?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

ברוינשטיין האט געשריבן:
אגב, ווער ווייסט, אפשר וועט מען מקריב זיין קאַרן פאר קרבנות, דער עושר וועט ארויף דרייוון זיין פעך שוואַרצען בימער אויפן מזבח ווי דאס וועט ווערן צעשאָסן אויף פיצלעך, ווידער אַן אָרעמאַן וועט קומען מיט אַ פאַרזעצטן קאַר און מיט אַן אַר. פי. עם. פון 4 זיך מיט שוועריקייטן ארויפציען דעם מזבח "רעמפ" אזש שוואַרצע רויך וועט בלאָזן פון זיין "מאָפלער" (ס'קען זיין עס וועט זיין פארבאטן צוליב דעם וואס דער בית המקדש וועט זיין אויסדריקליך גרין...)

הגם מיין ארטיקל איז געשריבן געווארן מיט א הומאריסטישע גייסט, און די ביסט מוסיף מיט נאך ליצנות, וויל איך אויסקלארן אז עס איז דא א חילוק פון וואס די שרייבסט ביז וואס איך שרייב

די שרייבסט בלויזע דמיונות וועגן מקריב זיין קארס, וואס יעדער פארשטייט אז עס איז בלויז א גוטע ווערטל, אבער ווען איך שרייב אז עס וועט זיין א גרויסע סקרין אין די ביהמ''ק, און אז די כהנים וועלן באקומען אימעילס אויף זייערע סמארטפאונס פון אהרן הכהן, מיין איך עס זייער ערנסט

די באשעפער האט באשאפן זיין וועלט מיט א תכלית אז מען זאל אים דינען, און אלע נייע ערפינדינגען זענען געמאכט פאר אט דעם סיבה, עס אויסצוניצן צום גוטן, אמאל פלעגט מען פארן מיט א פערד און וואגן עס וואלט גענומען א וועג פון בארא פארק קיין וויליאמסבורג, א טאג צוויי, עס וואלט געווען אסאך ביטול תורה, סתם אימאיינגענעמקייט, און ביטול זמן, האט די באשעפער ציגעשטעלט קארס ליהנות בהם בני אדם

די זעלבע איז מיט די נושא פון טעכנעלאגיע, די וועד הרוחני פון כלל ישראל פראבירט אריינציהאקן אין די קעפ פון די המון עם בכלל, און ביי די בני הנעורים בפרט, אז אינטערנעט איז כל כולו רע, און ווען משיח וועט קומען וועט טעכנעלאגיע בטל ווערן, ווייל עס איז דאך די מקור הרע,
אבער זיי פארזעהן די אמת אז ' ומלאה הארץ דעה את השם' מיינט מען טאקע דורך די אינטערנעט,
פונקט ווי א נסיעה פון א טאג נעמט היינט פיפצן מינוט, וועט א שטיקל תורה וואס וואלט אמאל גענימען א חודש אנציקומען צו גאנץ כלל ישראל וועט עס היינט מיט די אלע הייליגע כלים אנקומען צו יעדע אידישע שטיב אין געציילטע מינוטן, געליפטערט לייוו אויף די טעלעוויזן פון יעדע אידישע הויז

איי יעצט איז עס אפגעפרעגט? יא ווייל עס האט אויך אסאך רע אין זיך, און בפרט פאר אינגערע קינדער וואס קענען נכשול ווערן מיט פארשידענע מכשולות,
אבער נאכן שחט'ן די יצר הרע...? וועט נישט זיין קיין בעסערע זאך ביי כלל ישראל ווי סמארטפאונס מיט אינטערנעט,
ס'איז ביי מיר כמעט ברור אז נאכן אויפשטיין תחיות המתים וועט משה רבינו האבן א סמארטפאון, פונקט ווי עס איז מסתבר אז ער וועט פארן אין א קאר, אזוי ווי אלע צדיקים פארן היינט מיט קארס
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: מיין קרבן פסח תשפ''ב מיטן סמארטפאון

שליחה דורך ברוינשטיין »

עצי שטים האט געשריבן:
איי יעצט איז עס אפגעפרעגט? יא ווייל עס האט אויך אסאך רע אין זיך, און בפרט פאר אינגערע קינדער וואס קענען נכשול ווערן מיט פארשידענע מכשולות,


כ'מיין אז ס'איז צייט מען זאל אויפהערן זיך ריין וואשן מיט די 'יונגערע קונדער'.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

צוערשט עצי שיטים: לאמיר מאכן א שטיקל חשבון הנפש. דיין טעאריע איז געבויט אויף 2 הויפט טמא'נע יסודות. די טמא'נע שפראך (רח"ל) העברעאיש. וואס די טמא'נע ציונים' שר"י באנוצן זיך. און די טמא'נע, טעכנאלאגישע כלים און די טמא'נע אינטערנעט , רחמנא ליצלן מהאי דעתא. און דו האסט נאך א העזה/חוצפה צו זאגן אז אונז (אפשר דו און דיין רבי, פון די סיטרא אחרא. נישט איך און די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני, רחמנא ליצלן מהאי דעתא.) גייען מקריב זיין דעם קרבן פסח. ווען א יעדער ערליכער איד ווייסט אז דאס ציונות (אדער ווי הרב ש.ב. מרגליות זצוק"ל שרייבט ציונית.) איז דער מקור כל הטומאות...!

אונז ערליכע אידן טוען דא דערקלערן אז אונז דארף מיר נישט ענקער ..."בית המקדש צוזאמען מיט'ן ..."כותל"..רח"ל..אויך קענט עטץ האלטן ענקער ..."משיח"... פון קרוינ הייטס אדער פלעטבוש. אונז וועללן בלייבן אין די עיר הקדשה וויליאמ-פעסט. ביז ס'וועט נתגלה ווערן כבוד שמים. און אונזער (אייגענער) משיח וועטציך באווייזן אין אן עסקעלעיד...!

אונז עמיר ווייטער ממשיך זיין צו שרייען פוי אויף אלע ענקערע מעשים תעתועים...!

נ.ב.: אויב דר. שמ--- האט עפעס א נייע מעדיצין זעמיר גרייט עס אויסצופרובירן. מיר וועללן (בעז"ה) לאזן וויסן די רעזולטאטן. אויך פאר ש.וו. שיקן מיר א גרוס...!
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

און קידוש החודש וועט זיין אויף אימעיל. מקודש מקודש.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

@עצי שטים, זייער שיין.
קודם האב איך געליינט די ארטיקל ווי נאך אן אפחוזק פון די איסורים אויף סמארטפאון אבער ביי די שפעטערע פארעגראפן האב איך שוין געליינט מיט אן ערענסטקייט אז אזוי וועט טאקע זיין. לאו דוקא אז משה רבנו וועט האבן א פעיזש אויף פעיסבוק אבער דאס אז ס'וועט זיין סקרינס און מ'וועט זיך איינשרייבן אויף אן עפפ איז זייער מסתבר.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

berlbalaguleh האט געשריבן:אונז ערליכע אידן טוען דא דערקלערן אז אונז דארף מיר נישט ענקער ..."בית המקדש צוזאמען מיט'ן ..."כותל"..רח"ל..

זארגט אייך נישט ר' בערל,
ווען די ביהמ''ק וועט אראפקומען, וועט די טמא'נע כותל גענצליך בטל ווערן... און עס וועט ווערן ערזעצט מיר א פשוטע הייליגע וואנט...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
טמיר
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1145
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:07 pm
האט שוין געלייקט: 5304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1338 מאל

שליחה דורך טמיר »

@ עצי שטים, א שיינע נקודה גוט פאר שאוער טאוטס.

איין זייטיגע נקודה, האסט דערמאנט מיט נאסטאלאגיע די מחזה ווי די כהנים לויפן ארום מיט פארבלוטיגטע מעסערס. כ'ווייס נישט וויאזוי עס איז שייך זיך צו אויס'משל'ען אלס אינספייערינג. טראכט אריין ווי עס שפריצט בלוט, בהמות ווארפן זיך, מען שלעפט ארויס די געדערים וכו' וכו', און כקען מיך פארשטעלן ווי אזוי די כהנים'ס קליידער קוקן אויס ערגער ווי בוטשערס (וואס איז דרך אגב א פלא אויף די הלכה אז די בגדים האבן נישט געטארט האבן א פלעק!)

כ'וואלט געקענט באשטיין ארויסציקאטן די חלק פון די בהמות, און לאזן שיינע קומזיצן מיט די לוויים און דיונים מיט שיעורים פון די סנהדרין.
בבדיחותא בעלמא, אודאי מ'האמיר נישט קאנאנונג..
געשריבן לזכות א גוטע חבר וואס זיכט א חברותא אין ווילי http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.p ... 83#p535783
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

זיסע ארטיקל, ענליכע ארטיקלען זענען שוין געשריבן געווארן אין די פארגאנגענהייט (נישט אזוי באריכות ווי דיין, סתם מען האט דן געווען איבער טעכנאלאגיע לימות המשיח), און עטליכע מאל איז מען געבליבן סטאק ביי די שאלה, וואס טוט מען שבת ויו"ט?

איך פרוביר זיך פארשטעלן ווי די רכבת קל איז איבערגעפילט מיט מענטשן און בהמות...

עכ"פ איך האף אז דיין קעפל זאל מקויים ווערן. טאקע נאך היי יאר תשפ"ב, ונאכל שם מן הזבחים ומן הפסחים... ותחזינה עינינו בשובך לציון ברחמים, אמן.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעון וואלף האט געשריבן:@עצי שטים, זייער שיין.
קודם האב איך געליינט די ארטיקל ווי נאך אן אפחוזק פון די איסורים אויף סמארטפאון אבער ביי די שפעטערע פארעגראפן האב איך שוין געליינט מיט אן ערענסטקייט אז אזוי וועט טאקע זיין. לאו דוקא אז משה רבנו וועט האבן א פעיזש אויף פעיסבוק אבער דאס אז ס'וועט זיין סקרינס און מ'וועט זיך איינשרייבן אויף אן עפפ איז זייער מסתבר.

אזוי ווי א געוואלד בתי מדרשים היינט האבן שוין אינסטאלירט גרויסע סקרינס, און די אלע בתי מדרשים וועלן דאך נקבע ווערן אין ירושלים בביאת הגואל.
וירח ה' את ריח הניחוח
מצפצף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 31, 2018 4:05 pm
האט שוין געלייקט: 178 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 218 מאל

שליחה דורך מצפצף »

טמיר האט געשריבן:@ עצי שטים, א שיינע נקודה גוט פאר שאוער טאוטס.

איין זייטיגע נקודה, האסט דערמאנט מיט נאסטאלאגיע די מחזה ווי די כהנים לויפן ארום מיט פארבלוטיגטע מעסערס. כ'ווייס נישט וויאזוי עס איז שייך זיך צו אויס'משל'ען אלס אינספייערינג. טראכט אריין ווי עס שפריצט בלוט, בהמות ווארפן זיך, מען שלעפט ארויס די געדערים וכו' וכו', און כקען מיך פארשטעלן ווי אזוי די כהנים'ס קליידער קוקן אויס ערגער ווי בוטשערס (וואס איז דרך אגב א פלא אויף די הלכה אז די בגדים האבן נישט געטארט האבן א פלעק!)

כ'וואלט געקענט באשטיין ארויסציקאטן די חלק פון די בהמות, און לאזן שיינע קומזיצן מיט די לוויים און דיונים מיט שיעורים פון די סנהדרין.
בבדיחותא בעלמא, אודאי מ'האמיר נישט קאנאנונג..

לויטן מורה וועט בפשטות נישט זיין קיין קרבנות לעתיד לבוא.
ציפור דרור המצפצף ואינו מקבל מרות
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז ווי אזוי הרב אברהם וסרמן איז מסביר גישת הראי״ה לענין הקרבת קרבנות לע״ל (ער מערקט אָן צום אנהויב דעם מו״נ בח״ג פל״ב):
הרב נותן מקום לגישה השוללת קרבנות, שהרי יש בה תביעה של מוסר וצדק, של רחמים ועדינות. ככל שהעולם מתפתח בקרבת אלקים ובמוסר, כך יפחת הצורך בקרבנות. בתחילה יגיע השלב שבו כל הקרבנות בטלים חוץ מקרבן תודה, המבטא הכרת-הטוב והשקפה כללית על העולם וסדרי החיים המורכבים ממצוקה וישועה. (ע"פ עין איה ברכות פסקה סב). לאחריו יגיע זמן בו כבר לא נזדקק לקרבן בעלי-חיים: "בעלי החיים הקרבים למזבח, חל בהם עצמם התיקון ע"י התעלותם להיות זבח לד', שכיון שאין בהם דעת אינם מגיעים להתעלות זו כי-אם במעשה הנעשה בהם בהעלות לד' דמם וחלבם, שהם עיקר מכון הנפש…לעתיד לבא שפע הדעת יתפשט ויחדר אפילו בבעלי-החיים, לא ירעו ולא ישחיתו בכל הר קדשי, כי מלאה הארץ דעה את ד', וההקרבה שתהיה אז של מנחה מהצומח, תערב לד' כימי עולם וכשנים קדמוניות (עולת ראיה עמ' רצב).

מכאן שנכונה היא הדרישה לרוממות זו, אך כשהיא באה בזמן לא מתאים – היא הורסת ומכלה. היחס לקרבנות הוא רק סעיף משאלת היחס הכללי לבעלי-חיים. כל זמן שאנו רואים בהם משרתי-האדם, ברכיבה, שעשועים, או מאכל, לא נוכל להתיימר בשם המוסר ולהימנע משימוש בהם דווקא לעבודת-ה'. רק כשהאכזריות האנושית תצטמצם במידה גדולה כל כך, ונשוב למצב שלפני המבול שבו היה אסור לאכול מן החי, יגיע הזמן גם לביטול הקרבנות. על כך יצטרך להחליט בית-הדין הגדול שבאותה תקופה, ולא בצורה שבה איש הישר בעיניו יעשה. ניסיון להקדים את הזמן ההוא אינו אלא שיבוש ועיוות הסדר הנכון וקלקול הדרך להתקדם בה (אגרות-ראיה א, מד, חזון הצמחונות והשלום, פרק ו).

והיינו, ווען מ׳קומט טאקע צו צו א מער מאראלישע סטעיט פון זיך בכלל נישט באנוצן עם בע״ח לשום מאכל וכדומה (ועיין בעיקרים מאמר ג פט״ו), דאן ווערט אויך נתבטל עי״ז ובסיגנון זה ענין הקרבנות.

(דא הא׳מיר דערמאנט וואס אמונה בביאת המשיח מיינט, עכ״פ סאָבּקאַנשעסלי, אפילו פאר׳ן חרדי׳שן איד. ולפי״ז איז ווייטער נישטא עכט קיין מקום פאר די גאנצע חקירה אפילו מעיקרא. און איי מען זאגט דאך אין דאווענען און מען איז מתפלל על החזרת הקרבת הקרבנות וכדומה? הא׳מיר דאס דא מסביר געווען.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

מי אני: און וואס וועט זיין אויב א איד (און זיין משפחה) וועט וועללן עסן פלייש? וואס? ער'ט אריינגיין אין די שטאל און ארויסשלעפן א פאר קעלבעלך און אקסן. ארויפגיין קיין ירושלים און מאכן א קומזיץ און עסן געבראטן פלייש. אויב (לשיטה זו) ס'וועט מער נישט זיין קיין קרבן שלמים. און אז א איד האט געהאט א הירהור פון ציונות, (רח"ל) למשל, ער וועט קוקן אויף פיקטשערס ווי די ערליכע אידישע סאלדאטן דאווענען און לערנען תורה. וואס לויט הרב ישראל מ. סופר (זצ"ל) איז דאס גאר א הארבע עבירה. און ער'ט וועללן ברענגען א קרבן חטאת. וואס וועט ער טון? ער'ט זאגן 7מאל תיקון הכללי. ס'העלפט נישט אויף דעים...!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פון דעם אז מען האט געמאכט די פולי-סיסטעם אונעם ביהמ''ק פארן כיור, עס צו קענען נידערן אינטערערדיש דורכאויס די נאכט, איז לכאורה א ראיה אז מען וועט אויך לעתיד זיך באניצן מיט די נייע געשמאקע פראקטישע ערפינדינגען פונעם דור
כנלע''ד ודו''ק
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז וואס הרב שמואל אלכסנדראוו ז״ל האט געשריבן צו הראי״ה:
E25FA659-DDC0-4133-8356-1D503289A156.jpeg

ר׳ יוסף משאש זצ״ל האט אויך געהאלטן אז עס וועלן נישט זיין קיין קרבנות לע״ל, ועפ״י הרמב״ם במו״נ. ער דערמאנט דארט אויך אז לעתיד וועט מען צינדן די מנורה מיט עלעקטריק (אויב עס וועט בכלל זיין א מנורה).

ווי אויך האט הרב שמחה פלטרוביץ זצ״ל אזוי געהאלטן אין זיין שמחת אבות (עכ״פ באלף השמיני).
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
רשכבהג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 211
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:09 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך רשכבהג »

.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

berlbalaguleh האט געשריבן:אז א איד האט געהאט א הירהור פון ציונות, (רח"ל) למשל, ער וועט קוקן אויף פיקטשערס ווי די ערליכע אידישע סאלדאטן דאווענען און לערנען תורה. וואס לויט הרב ישראל מ. סופר (זצ"ל) איז דאס גאר א הארבע עבירה. און ער'ט וועללן ברענגען א קרבן חטאת. וואס וועט ער טון? ער'ט זאגן 7מאל תיקון הכללי. ס'העלפט נישט אויף דעים...!

ווועגן דעם וועט מען דארפן קודם שחט'ן די יצר, ווייל קיין חטאת וועט מען שוין נישט קענען ברענגן..
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

ואגב יש לעיין ע"פ הגמרא במסכת שבת, מה שכתב ר"י בן אלישע על פנקסו, שלעתיד לכשיבנה ביהמ"ק יביא חטאת שמינה, נמצא עכ"פ לדעתו שיבואו קרבנות לעתיד.
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דער שמחת אבות וואס כ׳האב פריער ציטירט פרעגט דאס טאקע. ער ענטפערט אז דאן ביציאת מצרים האט מען געמוזט אפטייטשן מצות הקרבנות עפ״י הפשט וכטעמו של הרמב״ם. משא״כ לעתיד וואו עס וועט זיין ומלאה הארץ דעה אינגאנצן וועט מען דאס אפלערנען עפ״י רמז וסוד, ״ולזאת יהיה ג״כ כונת ר׳ ישמעאל שכתב על פנקסו להביא חטאת שמינה היינו לתקנה בטעמי של רמז וסוד״.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט