ייעעקקבב האט געשריבן:ער האט נישט ציריקגעצויגען פין גארנישט נאר אלטס מרא דאתרא פין די שטאט און אלטס רבי פין טויזענטער חסידים אין די שטאט האט ער געפיעלט פאר א אחריות צו צושטעלען א חתונה זאל פאר די קהילה נאר צוליב די פרעשור פין די טערעריסטען האט מען אנגעהויבען צי פרעגען רשות פין מהר“א און עס איז געווארען ערגער און ערגער פין טאג צי טאג מען האט געדארפט מקבל מרות זיין צאלן געלט וכו' האט די רבי מגודל אהבת ישראל געמאכט א תקנה אז מער קען מען נישט חתונה מאכן אין עטרת מייזעלס מיט רשות פין מהר“א און אזוי גייט די אהרונישע טעראר אטעמאטיש 1 טאג קראכן און כדאי די תקנה זאל טאקע אריינגיין און קראפט האט קודם נאר די רבי אליינס אדער איינער פין די קינדער געמעגט זיין מסדר קידושין
ביטע, איין זאך. זאגט נישט קיין ליגנט. איך בין אייך גרייט צו ענטפערן אויף אלעם אבער רעדט נישט קיין אפענע שקרים.
מ'האט קיינעם נישט געהייסן מקבל מרות זיין פון מהר''א.
מ'האט קיינמאל קיינעם נישט געבעטן קיין געלט.
עס איז נישט געווארן ערגער פון טאג צו טאג.
עס איז עקשעלי מיט גארנישט געטוישט געווארן פון די לעצטע צענדליגע יארן, סך הכל האט זיך מהרז''ל דערזען צוואנציג יאר נאכן ווערן רעבע אז ער איז א היסטארישע לוזער אין קרית יואל, און יעצט ווען פרישע יונגעלייט זענען אריינגעקומען ביים רודער האט די קאמפעני צוליב א געוויסע ציל באשלאסן אז מען גייט זיך אנהייבן צו הייבן די קעפ, מ'האט איינגעשפאנט די הייליגע רבי, וואס האט זיך פארשטייט זיך צוגעכאפט דערצו מגודל שנאתו צו זיין עלטערן ברודער וואס ער פארגינט שוין נישט די לעצטע צענדליגע יארן (אגב אויך א מוסר השכל פארן לעולם אל משנה אדם בנו בין הבנים, נאך וואס די ברך משה האט זייער אפן ממש שלא כדרך כל האדם געטריט אנדערש זיין עלטסטער זון ווי די אנדערע קינדער ממש באופן מבהיל, כידוע לכל, און דאס האט מורא'דיג ווי געטון פאר מהרז''ל און עס האט אים ממש אויפגעגעסן לעבעדיגערהייט פאר קנאה, און דאס האט ליידער גורם געווען די ביטערע מחלוקת. נחזור לענינינו....)
די שכרות האט אים אזוי פארבלענדעדט אז ער האט נישט געכאפט ווי מאדנע עס קוקט אויס אין מענטשנ'ס אויגן אז א רעבע פון טויזענטער אידן האט נישט קיין אנדערע דאגה נאר צו זיך אריינזעצן ביים ברודער אין שטאט פאר א גאנצע וואך און פארפירן קיינער טאר נישט נעמען רשות פון מיין ברודער! נאר איך און קיינער נישט מעג מסדר קידושין זיין! ווען די קאמפעני האט אים ענדליך געפינט די אויגן האט ער זיך טאקע אויפגעהויבן, פארקוקט אויף זיין היסטארישע אהבת ישראל און צוריקגעקומען למעון קדשו נאך בלויז צוויי טעג מיט א שטרענגע ווארענונג אז נאר זיינע קינדער און קיינער נישט מער.
אגב איך האב זייער א גוטע ליין פאר מהרז''ל'ס מציבה (לאמוע''ש) ביי די 'ל' פון יקותיאל קען מען שרייבן
לא התיר לסדר קידושין בעיר קרית יואל לשום אדם רק הוא לבדו מגודל אהבתו לעדת צאן מרעיתו ולמען למנוע טעראר מעיר עוז לנו