תשפ''22 - ''לאוולי'' אידישקייט

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

תשפ''22 - ''לאוולי'' אידישקייט

שליחה דורך דערהויבענע איד »

אונז אלע ווייסן אז ביז פאר צוואנציג יאר צוריק איז נישט געווען א צורך פאר שלום בית,- ס'איז פשוט נישט געווען א זאך וואס מ'האט געקערט. די זעלבע זאך איז געווען מיט געבן צייט פאר קינדער, ביז פאר 30 יאר צוריק לאמיר זאגן האט מען גארנישט געזען שלעכט מיטן שלאגן קינדער, און בכלל האט מען נישט צופיל געקוקט אויף זייערע זייט.

די איינציגסטע גרופע פון מענטשן וואס האבן געהעריג געשמיסט מיט זייערע ווייבער זענען געווען מער די פעסטע חברה, זיי זענען געגאנגען שאפינג זונטיג מיט'ן ווייבל, און חול המועד האבן זיי געפייערט מיט די קינדער. די מער כאניאקישע חברה האבן געזיצן בית מדרש גאנץ חול המועד, און זונטאגס למשל האבן זיי נישט געהאט קיין צייט פאר שטותים, און בכלל האט מען אראפגעקוקט יעדער וואס פארברענגט א סאך מיט די משפחה, אדער אלס זיין ביזי מיט ארציות, אדער אלס בעיבישקייט. מ'האט אפציעל געלאכט פון די ווייב פון די שוויגער ברבים און פון אלע פרויען, און נישט געמאכט קיין גרויסע עסק פון חינוך, נישט ביי די אינגלעך, און אוודאי נישט ביי די מיידלעך.
אויב מ'קען אראפלייגן שארף, איז ווי מער רעכטס געגעבן ווייניגער און מער מזלזל געווען אין משפחה, און ווי מער לינקס געהאט צייט און זיך גערעכנט מיט די משפחה.


תשפ''22 קומט ארויס איסורים אויף איטערנעט, טעקסט, קעמערא'ס, און אלעס ווייסט פארוואס???

נישט וועגן ביטול תורה, נישט וועגן קוקן ווי מ'ברויך נישט, נאר וועגן די ''משפחה''. מ'דארף געבן צייט פאר די משפחה. שמועס'ן מי די ווייב, אויסהערן די קינדער, וואט עי לאוולי אידישקייט.

ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

למען היושר, די לאוולי אידישקייט איז נישט לימיטעד צו די אינטערנעט מערכה. מ'רעדט דערפון שטענדיג. ווייל אידישקייט ווערט טאקע לאוולי. די מחנכים היינט האבן זיך עקוויפד מיט וועלטליכע הילף אויף די מקצוע פון מענטעל העילט. פארוואס חוזק מאכן פון א גאר גוטע זאך? נישט מיט די קאנטראל אדער פארשאלטענע השומרים קארטלעך פארשטייט זיך. אבער awareness איז וויכטיג. מילא איינוועגס לאמיר שוין אויך מודה זיין אז awareness וועגן טעכנאלאגיע פראבלעמען איז זייער וויכטיג!
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
פיש כאפער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 19, 2013 1:10 am
האט שוין געלייקט: 219 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 113 מאל

שליחה דורך פיש כאפער »

במחילת כבוד הרב ראקאווער, איך מיין אז איר פארלירט דעם שפיץ (miss the point) וואס דערהויבענער איד פרובירט ארויסצוברענגען.
די פונקט איז אז עס איז די זעלבע צדיקים וואס יארן האבן זיי זיך נישט געקימערט מיט די אלע אזויגערופענע ״לאוולי״ זאכן, און אפשר (זיכער) נאך פארקערט, די זעלביגע חברה פארשלייערן יעצט זייער מערכות מיט אט די טענות.

עס איז נישט מער ווי א צינישער מיטל, און עס טוט גארנישט אנצייגן אויף פארשריט, נאר פארקערט
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

ר' ישראל דוד הארפענעס האט ארויסגעגעבן שוין פאר 15 יאר צוריק א ספר אויף חינוך (חינוך לישראל) און רעדט דארט ארים צענדליגע מאל אז מען דארף געבן אסאך ליבשאפט פאר קינדער און פארברענגען מיט זיי און זיי קויפען נאש וכו'
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

להבדיל בין נארמאל ל'פאררוקט. דער (הייליגער) האלמינער האט אויך געהאלטן אז מ'דארף געבן פאר די קינדער נאש. און פאר זיך אלע געשמאקע קאקאאוש קעיקס און ניסן קעיק. אויך קענדיס. נאר מ'דארף אלעס אליין מאכן (ווער. 'שטייצעך די ווייב/רביצין) . ווייל אלעס וואס מ'פארקויפט אין סטאר איז נבילות וטריפות.

ערנסט גערעדט. ס'איז א גרויסער חילוק פון די הדרכות פו הרה"ג ר' ישראל דויד הארפענעס ביז די אזוי-גערופענע זארגן (פאר די משפחה) פון די צודרייטע, פאררוקטע שומרים-קארטלעך ברואים. זיי ניצן די זארג פאר די משפחה אלס תירוץ פארוואס צו אסר'ן א יעדע נארמאלע זאך...!
פרייליכע יוד
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 9
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג אוגוסט 17, 2020 2:51 pm
האט שוין באקומען לייקס: 2 מאל

שליחה דורך פרייליכע יוד »

דערהויבענע איד האט געשריבן:אונז אלע ווייסן אז ביז פאר צוואנציג יאר צוריק איז נישט געווען א צורך פאר שלום בית,- ס'איז פשוט נישט געווען א זאך וואס מ'האט געקערט. די זעלבע זאך איז געווען מיט געבן צייט פאר קינדער, ביז פאר 30 יאר צוריק לאמיר זאגן האט מען גארנישט געזען שלעכט מיטן שלאגן קינדער, און בכלל האט מען נישט צופיל געקוקט אויף זייערע זייט.

די איינציגסטע גרופע פון מענטשן וואס האבן געהעריג געשמיסט מיט זייערע ווייבער זענען געווען מער די פעסטע חברה, זיי זענען געגאנגען שאפינג זונטיג מיט'ן ווייבל, און חול המועד האבן זיי געפייערט מיט די קינדער. די מער כאניאקישע חברה האבן געזיצן בית מדרש גאנץ חול המועד, און זונטאגס למשל האבן זיי נישט געהאט קיין צייט פאר שטותים, און בכלל האט מען אראפגעקוקט יעדער וואס פארברענגט א סאך מיט די משפחה, אדער אלס זיין ביזי מיט ארציות, אדער אלס בעיבישקייט. מ'האט אפציעל געלאכט פון די ווייב פון די שוויגער ברבים און פון אלע פרויען, און נישט געמאכט קיין גרויסע עסק פון חינוך, נישט ביי די אינגלעך, און אוודאי נישט ביי די מיידלעך.
אויב מ'קען אראפלייגן שארף, איז ווי מער רעכטס געגעבן ווייניגער און מער מזלזל געווען אין משפחה, און ווי מער לינקס געהאט צייט און זיך גערעכנט מיט די משפחה.


תשפ''22 קומט ארויס איסורים אויף איטערנעט, טעקסט, קעמערא'ס, און אלעס ווייסט פארוואס???

נישט וועגן ביטול תורה, נישט וועגן קוקן ווי מ'ברויך נישט, נאר וועגן די ''משפחה''. מ'דארף געבן צייט פאר די משפחה. שמועס'ן מי די ווייב, אויסהערן די קינדער, וואט עי לאוולי אידישקייט.

ברוך אלוקינו שבראנו לכבודו.

די רעדסט נישט צום זאך
אך און ווי אויב געט מען נישט היינט אסאף צייט פאר זיי וועלן זיי גיין ערגעץ אנדערש און קאליע ווערן די מצב האט זיך געטוישט
פארשפארט