יהורם האט געשריבן:סמבטיון האט געשריבן:יהורם, איך האב ערשט יעצט געזעהן די דאקעמענטארי, איך קען נישט פארשטיין וויאזוי קענסט שרייבן אזעכע ווערטער נאכן זעהן רוחמי'ס געוויין און אינערליכע טרייסלונג פון 20 יאהר שפעטער.
צוליב עטליכע סיבות קויף איך נישט די גאנצע געשיכטע:
1) רוחמי׳ס צווייטע און ערשטע מאן לייקענען אז עס איז געווען א רעיפ.
2) רוחמי׳ס צווייטע מאן האט אפילו געחתמ׳עט מיט א לויער אז רוחמי איז גייסטיש צורודערט און באשולדיגט אלעמען אין רעיפ, אריינגערעכנט אים זעלבסט, איר אייגענע טאטע, איר ערשטע מאן, און חיים וואלדער. (עס זענען דא אסאך רעיפיסטן ליידער, אבער אזויפיל זאלן זיך אנלייגן אויף איין פרוי?)
3) רוחמי איז קלאר נישט ביים זינען, ווי מען קען זען איר מאדנע רילעישנשיפ מיט די קינדער, איר דראנג צו רעדן ענגליש איז אויך א רעזולטאט פון די איינגערעדטע דמות אין וועלכן זי לעבט.
4) רוחמי דערציילט כל מיני דעטאלן וואס מאכן עס אויסזען ווי זי האט אים איינגעלאדנט צו זינדיגן, א שטייגער ווי זיין פראגע פארוואס זי רעאגירט נישט היציג, אדער זיינע באמערקונגען אויף אירע קליידער.
5) ׳המקור׳ טעלעוויזיע איז באקאנט מיטן אויסציען געשיכטעס און פערזענליכע אגענדעס, ספעציעל רביב דרוקר וואס האט אנגעפירט מיט די פארש ארבעט.
6) די עורכת דין וואס נעמט זיך אן פאר רוחמי איז די זעלביגע וואס האט שוין א רעפוטאציע פון ליגנט זאגן, א שטייגער ווי ביים קעיס פונעם ישראל׳ישן מאפיאנער שלום דומרני.
דערפאר איז מיר איבערגעבליבן צו האלטן אז רוחמי האט פארמאגט אינטימישע באציאונגען וועלכע זענען אסור ע״פ תורה מיט חיים וואלדער, און עס קען אפילו זיין אז ער איז שולדיג אז זי האט אנטוויקלט געפילן צו אים, אבער קיין רעיפ איז נישט פארגעקומען. די עיקר מאטיוו פון דעם ארטיקל איז לדעתי געווען צו באשמוצן דובי וויינרוט. רוחמי איז צוניצגעקומען פאר ׳המקור׳ אבער זי זעלבסט האט זיך אוועקגעלייגט דערוועגן.
צוליב עטליכע סיבות קויף איך נישט אפ דיינע הערה'לעך:
1-2) ביידע מענער האבן אין אנהייב געגלייבט רוחמי און איר געשטיצט אן קיין שום ספיקות און האבן ערשט צוריקגעצויגן יארן שפעטער, אין פאל פון די צווייטע מאן אביעז קורסיה האט ער באקומען עטליכע הונדערט טויזענט שקלים אין זיין טאש בעפאר ער האט געחתמ'ט.
3) אינטערסאנט ווי די קענסט אזוי אפפסקנ'ן א מענטש נאכן אים זען א שעה אויף טעלעוויזיע און נאך מיט אזא 'קלארקייט', אפשר גאר קענסטו זאגן אויף מיר לויט מיין שרייבן צו איך בין ביים זינען?
זי איז אפשר אביסל אינטערסאנט אבער כ'כאפ נישט ווי די קומסט אן צום מסקנה אז זי איז 'קלאר נישט ביים זינען'.
5) קלאר אז המקור האט זיך זיינע אינטערעסן אזוי ווי יעדער טעלעוויזיע פראגראם און יעדער דזשורנאליסט אבער פארט נעמט עס נישט אוועק פונעם עצם מעשה.
6) די עורכת דין איז נישט דער איינציגסטע וואס נעמט זיך אן פאר רוחמי און מ'ברענגט דארט אראפ נאך עטליכע אדוואקאטן וואס האלטן ווי איר (אגב, וועלכע עורך דין האט מען נאכנישט געכאפט ביי א ליגנט?)