מארגן דאנערשטאג, בשעה 11:00 AM, וועט פארקומען די סענטענסינג פונעם רבי'ן שליט"א, וואו דער שופט הרשעה וועט משפט'ן דעם רבי'ן שליט"א און ארויסגעבן זיין פסק-דין פאר'ן רבי'ן און פאר הרה"ג ר' שכנא מאיר יששכר ראזנער שליט"א.
די סענטענסינג וועט זיך אנהויבן אי"ה מארגן 11:00. עס איז ערווארטעט אז דער רבי שליט"א וועט האלטן דארט א רעדע, און גאנץ מעגליך אז אויך הרה"ג ר' שכנא מאיר יששכר שליט"א וועט רעדן.
עס וועט זיין מעגליך מיטצוהאלטן די סענטענסינג טעלעפאניש, אויף דעם פאלגענדן נומער:
877.336.1839
פין נומער: 1231334
אויב עס וועט זיין מעגליך, וועלן מיר באריכטן דא אויף קאווע שטיבל וואס עס קומט פאר אין קארט בשעת מעשה.
אין אונזערע קהילות בישראל הערשט א גרויסער אנגעצויגנקייט, אינאיינעם מיט האפענונג אויף א ישועת ה' במהרה. אידן איבעראל זענען מרבה בתחינות ובתחנונים. א ספעציעלע יום-תפילה איז פאררופן געווארן, וואו מען איז זיך צוזאמענגעקומען אינאיינעם צו דאווענען און איינרייסן רחמי שמים. עס איז דאך די רעדע פון די קאפ פון אונזער חבורה, די קרוין פון אונזער קהילה, דער שפיץ פון אונזער קאמפאניע, דער רבי שליט"א תמ"ל, המדריכנו באור הוי"ה ומלמד אותנו את הדרך נלכו בה במסילה העולה בית-אל. עס איז דעריבער נישט קיין וואונדער, אז יעדער איינער צווישן אונז קוקט ארויס מיט אנגסט און האפענונג אויפן מארגנדיגן טאג. אפילו די קליינע קינדער האלטן מיט, און זאגן מיט ערליכקייט פרקי תהלים לטובת דעם מארגנדיגן משפט. השי"ת יתהפך כל הדינים לטובה ולברכה אכי"ר.
אין גואטאמאלא איז א מנין אידן ארויפגעגאנגען צום ציון פונעם רבי'ן זיע"א תמ"ל, וואו מען האט איינגעריסן וועלטן לטובת בנו וממלא מקומו דעם רבי'ן שליט"א, המדריכנו בתורתו ומיישר נתיבותינו על פי דרכו והשקפתו הטהורה.
אויך אין די אנדערע שטעט, אין מוקדון (מאקדאניע), בולגאריע, מעקסיקא, אמעריקע און וואו אימער עס וואוינען אנשי שלומינו ובריתינו, איז מען זיך צוזאמענגעקומען אינאיינעם, וואו מען האט געדאווענט און געבעטן רחמי שמים, אין דעם חודש אשר נתהפכו ליהודים ליום משתה ושמחה, אשר ישלטו היהודים המה בשונאינהם, א חודש וואס איז מסוגל אויף נסים ונפלאות, ווער רעדט נאך ווען עס איז גאר נאנט צו חודש ניסן, אשר ישועות בו מקיפות - כלשון החנוני מקיף - וכימי צאתנו מארץ מצרים יראנו נפלאות נאום ה'.
אידן איבער די גאנצע וועלט שטייען און קוקן ארויס אויפן מארגנדיגן טאג, מיט די אויגן געוואנדן צום טאטע'ן שבשמים, אז ער זאל איבערקערן די משפט לטובת עמו בני ישראל הנתונים בצרה ובשביה, המקום ירחם עליהם ויוציאם במהרה מאפילה לאור גדול ומשעבוד לגאולה השתא בעגלא ובזמן קרוב.
עס איז נישט קיין ספק, אז דער פסק דין וועט געדעקט ווערן אין אלע מידיא צענטערן איבער די גאנצע וועלט. מיר דא אויף קאווע שטיבל וועלן זיין די ערשטע אראפצוברענגען ערשט-האנטיגע נייעס באריכטן, אפצודעיטן דעם ציבור הצמאים לדעת את השם.
עס איז צום האפן אז תפלות ישראל יעשו רושם, און מען וועט זען מארגן נסים ונפלאות, ויעשה ה' אתנו אות לטובה במהרה.