זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

יהודי פשוט האט געשריבן:
קנדה האט געשריבן:איך ווער אויפגערעגט און פארווייטאגט א יעדעס מאל איך לערן גמרא ווי אידן זענען מער ווי אנדערע ווי למשל אַתם קרוין אדם ואין אומות העולם קרוין אדם אדער ווען א איד אקס הארגעט א כותי איז ער פטור איך האלט אז גאט האט קריעטעד א יעדן equal און מען דארף זיך אויפפירן צו יעדן equal די מערסטע וואס מען קען דאס איז די foundation פון רוחנית און גאט און איך דארף א גאנצן צייט ווען איך לערן פארענטפערן די פסוקים אדער הלכות אז נישט ווער איך דעפרעסטַ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
דאס איז נאך א האלבע צרה...
נאך ערגער איז ווען די מענטש'עלע הייבט אן זיך איינצורעדן אז ער איז עפעס מער ווי סיי וועלכע בעל חי....
כאילו אז דער מין האנושי איז עפעס מער ווי דער לייב אדער דער לעמעלע אדער א מייזל....

וווען מען לערנט ווייסט מען אז יתוש קדמך. אויב איז מען נישט מער, איז מען טאקע נישט מער.
באניצער אוואטאר
אינטערסאנט
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 03, 2020 12:15 am
האט שוין געלייקט: 20 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך אינטערסאנט »

יהודי פשוט האט געשריבן:
קנדה האט געשריבן:איך ווער אויפגערעגט און פארווייטאגט א יעדעס מאל איך לערן גמרא ווי אידן זענען מער ווי אנדערע ווי למשל אַתם קרוין אדם ואין אומות העולם קרוין אדם אדער ווען א איד אקס הארגעט א כותי איז ער פטור איך האלט אז גאט האט קריעטעד א יעדן equal און מען דארף זיך אויפפירן צו יעדן equal די מערסטע וואס מען קען דאס איז די foundation פון רוחנית און גאט און איך דארף א גאנצן צייט ווען איך לערן פארענטפערן די פסוקים אדער הלכות אז נישט ווער איך דעפרעסטַ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk
דאס איז נאך א האלבע צרה...
נאך ערגער איז ווען די מענטש'עלע הייבט אן זיך איינצורעדן אז ער איז עפעס מער ווי סיי וועלכע בעל חי....
כאילו אז דער מין האנושי איז עפעס מער ווי דער לייב אדער דער לעמעלע אדער א מייזל....

שרעקדיג איז, אז ער האלט זיך מער פון די מין הצומח. אזא רישעות צו טשעפענען מיט זייער געפילן.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קנדה האט געשריבן:איך ווער אויפגערעגט און פארווייטאגט א יעדעס מאל איך לערן גמרא ווי אידן זענען מער ווי אנדערע ווי למשל אַתם קרוין אדם ואין אומות העולם קרוין אדם אדער ווען א איד אקס הארגעט א כותי איז ער פטור איך האלט אז גאט האט קריעטעד א יעדן equal און מען דארף זיך אויפפירן צו יעדן equal די מערסטע וואס מען קען דאס איז די foundation פון רוחנית און גאט און איך דארף א גאנצן צייט ווען איך לערן פארענטפערן די פסוקים אדער הלכות אז נישט ווער איך דעפרעסטַ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

קנדה: א שאד דו האסט נישט געהערט די נייעס אז אין דייטשלאנד איז אויפגעשטאנען איינער א פיהרער מיט'ן נאמען אדאלף שיקל גרובבער (י"א ראטשילד מצד אמו) און ער און די מערסטע פון דעם דייטשן פאלק האבן פארניכטעט די אנדערע דויטשן פון מאזעס'ס גלויבן. און די אוקראינער, פאלאקן,אונגארישע און סלאוואקישע גויים האבן אקטיוו געהרג'ט הונדערטער טויזנטער אידן.

יעצט איז דיר נאכאלץ שווער די פסוקים אין תנ"ך און מאמרי חז"ל...?! פאר מיר נישט...!
קנדה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 07, 2020 11:54 pm
האט שוין געלייקט: 7 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 25 מאל

שליחה דורך קנדה »

קום אריין קלאר מיט די פאקטן, וועמען מיינסטו, היטלער?
הרב שיף
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 233
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 606 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 265 מאל

שליחה דורך הרב שיף »

מיר רעגט אויף אז עס גייט פארביי א טאג אנע דאס וואס איך זאל האבען וואס צו שרייבען דא.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

קנדה האט געשריבן:קום אריין קלאר מיט די פאקטן, וועמען מיינסטו, היטלער?

זיכער. וועם דען...?!. איך ווייס נישט אויב דו ווייסט אז ס'דא א יש אומרים אז זיין מאמע איז געווען א דינסט ביי איינע פון די ראטשילד משפחות. און זי האט פארשוואנגערט פון איינעם פון זייערע זין. נאכדעם האט מען זי משלח געווען צוזאמען מיט איהר עיבור. און זי האט געלאנדעט מיט איינעם א שיקל גרובער. ער איז געווען א גרעניץ וועכטער. און ער האט פיינט געהאט זיין שטיף זון, אדאלף. נאר זיין מאמעניו האט איהם זייער שטארק ליעב געהאט...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

הרב שיף האט געשריבן:מיר רעגט אויף אז עס גייט פארביי א טאג אנע דאס וואס איך זאל האבען וואס צו שרייבען דא.

הרב שיף: דו וועסט בעז"ה דערגרייכן הויכע מספרים דא. אויב דאס שטיבל וועט מאריך ימים ונשים זיין.

אויב האסטו נישט קיין אייגענע חידושים שטעלל דיך אויף די מאמרים פון אנדערע שרייבערס און פרעג א קשיא אדער א תיובתא. און פרוביר עס צו פארענטפערן...!
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

קנדה האט געשריבן:איך ווער אויפגערעגט און פארווייטאגט א יעדעס מאל איך לערן גמרא ווי אידן זענען מער ווי אנדערע ווי למשל אַתם קרוין אדם ואין אומות העולם קרוין אדם אדער ווען א איד אקס הארגעט א כותי איז ער פטור איך האלט אז גאט האט קריעטעד א יעדן equal און מען דארף זיך אויפפירן צו יעדן equal די מערסטע וואס מען קען דאס איז די foundation פון רוחנית און גאט און איך דארף א גאנצן צייט ווען איך לערן פארענטפערן די פסוקים אדער הלכות אז נישט ווער איך דעפרעסטַ

Sent from my SM-G930W8 using Tapatalk

בעצם וואס איז אזוי שווער צי פארשטיין , א יוד האט פאקטיש א העכערע און ריינערע לייפסטייל ווי דעם גוי,און ממילא איז זייער פשוט ווען דער גוי וויל עפעס איז נישט גארנישט וואס זאל אים אפהאלטן און איז נישט קיין סאך אנדערש ווי דיין שכנס הונטל,משא"כ דעם יוד האט פול מיט באגרענוצינגען וואס שטעלט אים אויף א העכערע און נארמאלע לעבנסשטייגער
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

עמינדב האט געשריבן:די טייטעל "הנגיד". פארוואס איז זיין באנק אקאונט באלאנס א טייל פון זיין נאמען?

עמינדב: דער טיטל ..."הנגיד"... איז איהם געגעבן געווארן. נישט צוליעב זיין באנק אקאונט. נאר ווייל ער האט צוגעווארפן א פאר דאללער (פון יענעמ'ס געלט)פאר עטליכע מוסדות אין ארץ ישראל...!

דער משפחה מעגעזין האט באטיטלט איינעם א פארשוין (מלשון פרשנדתא) וועלכער האט באגנב'ט א האלבע וועלט. אויך נאכדעם וואס ער איז באשולדיגט געווארן אין הויל גניבה. און דער דזשאדזש האט איהם געווארנט אז ער זאלל סטאפן. און ער האט נישט געפאלגט. מיט'ן טיטל ..."הנגיד""...!
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

berlbalaguleh האט געשריבן:

מי האיש ?
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

הערטזשע יודעלעך אן עובדה'לע, סעמיר פערצופאל אויסגעקומען צי פראווענען פארגאנגענם שבת אינעם עיר התיירע (צופעליג נישט קיין משולח..), צום ערשטן מאל וואס איך גיי אפיושב'ן א שבת און און לעיקוואוד,אן קיין כזית ערפארונג. פרייטאג נאכן זמן האבעך מיך געלאזט אויף די יארכע פאר א בית מדרש'ל, האב איך אפגעשטעלט דעם ערשטן איד צי מיין מזל א ליטווישן סאברע מיט גאנצן טראגע (ניטאמאל אפגעפיצט די ווייסע ברעקעלעך, איך ווייס נישט צי אלס בורר צי אלס סותר ווייל א מענטש איז קרקע עולם, אדער אלס זה קלי ואנווהו מצוות לאו ליהנות ניתנו אדער סתם אלס פוילקייט ונקטינן כגרסא שלישית) און אויף מיין פראגע ווי די נענסטע שטיבל איז ווייזט ער מיר צי א רעכטס צוויי גאסן דערנאך א לינקס און וואק אראפ א האלבע גאס, און ענדליך האב איך מיר דערשנאפט צום שטיבל וואס מחמת כבוד הבית מדרש ובעיקר מחמת כבוד הרב וועלעך נישט פורש בשמם זיין.

האבעך מיר צוגעשארט צום ווינקעל און זיך באקוועם געמאכט מיט איינע פון רעב מיילעכס גליונות (שטייצזעך נאר די אונטן) און די דאווענען איז אן ארטיקל פאר זיך, ערגעצוואו אינמיטן שטילע שמו"ע איז די רב אריינגעפארן פון שטילע שמו"ע צי הויכע בנשימה און דאן צוריק צי שטילע, בקיצער ... יענץ דאווענען, קבלת שבת איז דערוילעם געשווימען און די הימלען א חזנות ביי כגוונא און צוקלאטשן די הענט ביי מזמור שיר ליום השבת, לייק א טיפיקעל סאטמארע דאווענען (איך האב נישט קיין טענות איך בין פשוט נישט געוואוינט דערצו).

נאך בחסד, אבער שבת צופרי איז געווען שרעקליך, איך קום אן מיט האלב פארקלעבטע אויגן אזוי ערגעצוואו אינמיטן הויכע שמו"ע און... געס וואט, נישטא קיין קאווע!!!!! האלא האסטע מער געהערט אזאנס!!! נזדעזע לעיקוואוד ד' מאות פרסה על ד' מאות פרסה, שומו שמים לב מי לא יחרד? און מיט א קול מחאה וזעקה און מיט רויטע בעקעלעך געפלאטשקעט אין מקווה ! שוין כפרת עוונות מקווה איז דאך מ' קווה, מ' סאה קאווע, אוי פרעג נישט, אנגעטראפן א פולי לאודעד מקווה מיט א עלטערן דורש מיט א צאל יונגע צוהערערס
״׳אמאל׳ מיט ׳היינט׳ האבן שט׳קיין שייכות״ האט דער משפיע איבערגעגעבן טיפזיניג פאר די מקבלים. ״אמאל האט יעדער געהאט א פרינציפטליכער ציל, מען האט זיך נישט אוועקגעריקט קיין כי הוא זה פון סיי וואס האט נאר געהאט סיי וועלכע שייכות צו די לאנג טערמינער ציל. די עקשנות איז געווען דאס וואס האט זיי געהאלטן צו אידישקייט. דאקעגן היינט, היינט איז אלעס מיט א טויטקייט, ווער האט היינט א ציל? ווער ׳מוז׳ נאך היינט בכלל עפעס? מ׳קען זעהן היינט מענטשן וואס זיי זענען מלאכים מיט גלחים ביינזאם, יעדער איז א נאכגעשלעפער, דא שרייט ער: ׳נישט רעדן ביים דאווענען. נישט.׳ ווען אין די זעלבע צייט לויפט ער ארום און רעדט שטאקן לשון הרע, איר כאפט? אזא איד האט זערא רצון. נישט אהין און נישט אהער״.

וואס איז טאקע אמאל געווען ווייס איך נישט, אבער דאס איז זיכער אז מען האט זיך דעמאלטס אויך געבענקט מיט נאסטאלגיע צו די ׳אלטער היים׳.

צוגעהארכט מיט אנהאלבן אויער און ארויסגעיאגט פון פראפערטי לאזענדיג די שאלה אם אין דעת הבדלה מנין אין די לופטן...
מיין טלית געלאנדעט פלינקערהייט אויפן אקסעל און ביים עטיפה, האב איך בטעות אנגעפראסקעוועט א זיידע - וואס געדענקט נאך ווארשיינליך ווען וועלט איז געווען וועלט, און מיט אן עזות דקדושה האט ער זיך גענומען ווארפן לאוזונגען אין מיין ריכטונג.

״דו גראָביאַן איינער! איך וואלט געקענט זיין דיין טאטנ׳ס עלטער זיידע!״

זאגסט מיר

״ווער האט דיר מחנך געווען ווער? אַוואס? מעגסט זיך שעמען יונגאטש!״

געזאגט און געגאנגען. ער האט זיך ניטאמאל אויסגעדרייט צו קוקן אין מיין ריכטונג. נאר ווען ער איז שוין געשטאנען ביים טיר, האט ער זיך געגעבן א שארפע דריי אויף צוריק, און מיר געפאכעט א שטרענגע נאָ-נאָ.

די פאנטשער איז נאר געווען, אז ער האט בכלל נישט אדרעסירט מיין זינד, און פאר די נייגעריגע צושויער האט עס געזאלט אויסזען ווי איך האב דא חוטא געווען א געפערליכע פארברעכן, און איך האב ווי געזען אלעמענס אויגן זיך ווענדן צו מיר, און מאנען א תשובת המשקל.

׳נאך א מזל איך האב די דאזיגן וואלענעם צודעק, אין וואס איך קען זיך עטוואס מאסקירן פון די פרסום׳ האב איך זיך מחזק געווען אינעם שווערן מצב מיינער.

איך האב ביסלעכווייז גענומען קוראזש און ארויסגעבליקט פון צווישן די שפאלטן פון ס׳טלית ווי א קינד ביים דוכענען, און געפריווט די וואסערן צו זיי זענען גענוג ריין, און אויב מען מעג זיך שוין ארויסשארן פון הונטערן שלייער.

צו מיין שטוינונג האט קיינער ניטאמאל געשאנקען א טפח בליק צו מיין געגנט.

ווי ס׳איז משמע, האלט דער זקן פאַרן און נאכן אטאקירן נאך פילע פערזאנען. דר׳עולם איז - ווייזט אויס - געוואוינט צו אזא ווערטשאפט.

מיין געמיהט איז עטוואס צוריקגעקומען.

און האבמעך פלאצירט מיין ערמעדשענסי לאנדונג אינעם סינעגאג בערך ביי הוצאה והכנסה עריע, און איצטער קום איך צו צום פינטל דער רב דארט איז בעל קורא און רופט אויס די עליות און פונקט מיר האט ער אויסגעקליבן פאר זיין שעיר לרביעי ... יעמוד.. נו נו.. א פינגער מיט א צאל זייטיגע אויגן געווענדעט צו מיין נאסן קעפל... האלא ביסט דום? זעהסט נישט אז איך ענטפער נישט! מוחל טובות האלט דיר די עליה און מאכמער נישט קיין בושות, און ער ווייסט נישט פון קיין מעשיות צי זאגן און איינער פון מיינע נייע געטרייע שכנים עפעס א דארע יעקישער אידל - א נידריג געוואוקסענער, געהל/ווייסער ציגן-בארד, צוויי גאלדענע פיאות ארויפגעדרייט ווי א צימרינג-ראָגעלע אויפן אוזן, און א העל ברוינעם טלית באגלייט מיט א טאביק שמעק (ער קוקט אויס גענוי ווי גדי בן סוסי) האט זעך צוגעשארכעט צי מיר און איינגעמאלדן די נייעס אז פון זיין ערפארונג זאלעך שוין עולה זיין ווייל אויב נישט ...העסטע ממילא עולה זיין. שקויעך.

נישטא קיין צוויי ברירות, גיימער עולה זיין, און ביים געגרייכן דעם בימה האט מיר שוין ברבים אריינגעפסוקט פארן דאווענען נאך זמן תפילה.... גאט און הימל !

כעל נישט זאגן אז איך בין אויפגערעגט, ווינישווי האבעך באקומען אנעליה אבער קאמאן סענס פליז, נארמאלקייט! ווען איינער קומט אריין מיט נאסע פיאות צום ליינען רופט מען אים נישט צי עולה זיין זיכער אויב ער "ענטפערט" נישט די ערשטע מאל.

מוסף און שאלעשידעס תורות איז אן ארטיקל פאר זיך ועוד חזון למועד.

ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כמי נהר.
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
מה בכך
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 322
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 01, 2020 3:40 am
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 94 מאל

שליחה דורך מה בכך »

מה בכך האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
עמינדב האט געשריבן:די טייטעל "הנגיד". פארוואס איז זיין באנק אקאונט באלאנס א טייל פון זיין נאמען?

עמינדב: דער טיטל ..."הנגיד"... איז איהם געגעבן געווארן. נישט צוליעב זיין באנק אקאונט. נאר ווייל ער האט צוגעווארפן א פאר דאללער (פון יענעמ'ס געלט)פאר עטליכע מוסדות אין ארץ ישראל...!

דער משפחה מעגעזין האט באטיטלט איינעם א פארשוין (מלשון פרשנדתא) וועלכער האט באגנב'ט א האלבע וועלט. אויך נאכדעם וואס ער איז באשולדיגט געווארן אין הויל גניבה. און דער דזשאדזש האט איהם געווארנט אז ער זאלל סטאפן. און ער האט נישט געפאלגט. מיט'ן טיטל ..."הנגיד""...!

מי האיש ?

איך בין נישט אזוי באהאוונט און עטלכע טעכנישע פרטים פון די סיסטעם סאון אויב איינער קען מיך קאנטעקטן און אישי וואלט איך עס זייער עפרישיעטעט
ולמזהיר ולנזהר שלומים תן כימי נהר
לחיים
איני אומר קבלו את דעתי,באתי רק לעורר
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

IMG_20201116_212950_300.jpg
אין לך את ההרשאות המתאימות על מנת לצפות בקבצים המצורפים להודעה זאת.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:א רבי קען נישט זינדיגן ווייל ער איז דער וואס מאכט די הלכות, און אפילו אויב ער איז עובר אויף זיינע אייגענע הלכות האט ער א מיגו אז ער וואלט געקענט טוישן די הלכה. דו דערמאנסט מיר, כ'האב אמאל געזאגט פאר מיין טאטע אז ס'דא א געוויסע שטיקל פון דאווענען וואס דער רבי קען נישט אזוי גוט די נוסח, האט מיר מיין טאטע געזאגט אז ס'נישט דא אזא זאך, וויאזוי דער רבי דאוונט דאס ווערט די נוסח...

נאכאמאל, ס'ווענדט זיך וויאזוי דו מעסט וואס הייסט אן עבירה, אויב דיין מעסטער איז אידישקייט איז דער רבי דער מעסטער, אין ארטאדאקסישע אידישקייט ווענדט זיך פשט אין די תורה לויט וויאזוי די רבנים טייטשן עס אויס, און אז דער רבי האט געטון עפעס הייסט עס אז לויט זיין פשט אין די תורה מעג מען עס טון. ווידער אויב דיין מעסטער איז די תורה שבכתב אדער עפעס א מאדערנע מושג ווי הומעניזם אדער קאנסיסטענסי איז דער רבי דאך נישט מחויב צו דיינע שיטות, איהם פאלט אפילו נישט ביי צו תשובה טוהן דערויף.

היינט איז מיר איינגעפאלן לויט דעם א שיינע פשט, אלע קענען דאך די מעשה פון דוד המלכ'ס זינד מיט בת שבע און אוריה החתי, און וואס רבי יונתן זאגט דערויף אין שבת נו. "כל האומר דוד חטא אינו אלא טועה, שנאמר ויהי דוד לכל דרכיו משכיל והשם עמו", פשט איז אזוי. די גמרא דרש'נט דאך אין סנהדרין צג: אויף דעם אויבנדערמאנטן פסוק, וואס מיינט "והשם עמו"? זאגט די גמרא אז ס'מיינט שהלכה כמותו בכל מקום, לויט דעם שטימט זייער גוט רבי יונתן, אז ס'שטייט אין פסוק אז די הלכה איז אלעמאל ווי דוד קומט דאך אויס אז ער קען נישט זינדיגן, ווייל וואס ער זאל נאר נישט טוהן האבן מיר א מעשה רב אז מ'מעג...
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

טאמבל סאס האט געשריבן:איך בין ביטער דורשטעריג, מיינע לונגעלעך שמאכטן נאך אביסל פייכטקייט, קום איך אריין אין קאך, איך וויל נעמען א קאלטן טרונק פון פרידזש, טרעף איך עס צו מיין אנטריסטונג אויף די קאונטער וואו דאס באטל בראט זיך שוין אויף די זון די לעצטע פאר שעה.. שאקס.
פארוואס דארף מען עס אייביג לאזן אינדרויסן? און די זעלבע איז מיין קשיא אויף די מילך וואס איך טרעף יעדן צופרי ליגן א אפגעווארעמטער נעבן קראן, עטס זענטס אויף'ן קאפ געפאלן? ווארעמע מילך? וואס מיינסטו, וואו זעמער דא? אינעם מיטל אלטער, ווען מען האט געטרונקען ווארעמע זויער-מילך גלייך פון דד הפרה?
איך דארף דיר נישט זאגן אויף וועמען עס ווילט זיך אויסגיסן א פנחס'דיגע גרימצארן.

טאמבל סאס: א תגובה אויף אן אלטע תגובה. די וועלכע לאזן אויס דעם פנחס'דיגן גרימצארן אויף די (געוועזענע) ווייב האבן שוין היינט נישט דעם פראבלעם. זיי דארפן זיך אויסלערנען אליין צוריקצולייגן די באטלעך (קאלטע) דרינקס און מילך...!
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

אן אלוועלטליכע פראבלעם מיט וואס דער מענטשהייט פלאגט זיך און רעגט אויף יעדן ארנטליכן מענטש...טרעפן ווי ס'הייבט זיך אן דער סקאטשטעיפ, און בדר"כ ווען מען טרעפט שוין ענדליך דער אנהויב און מ'הייבט אן רייסן מיט איין אימפעט קומט מיט נאר א פיצי שטיקל וואס צווינגט דיך אנצוהייבן די גאנצע פרשה פון אנהויב. איך מיין ס'שוין העכסט צייט, ס'איז 2022, מ'שיקט מענטשן צום אטמאספערע, ביטע קומט אויף מיט אן אנפאל פאר דעם אפקומעניש.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
חאניאק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:10 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך חאניאק »

די ציוניסטישע מדינה רעגט מיך אויף :shock:
ציוניסטישע סימפאטיע רעגט מיך אויף :cry:
אידן וואס פארדאמן נישט די ציוניסטישע אנטיסעמעטיזום :cry:
איך בין אינגאנצן אויפגערעגט :אומגלויבליך:
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך ברוינשטיין »

-גוטע בחורים.

-(אזויגעריפענע) סוקסעספולע אינגעלייט.

-חדר באָסעס וועלכע רייסן אַרום מיט געהלע לעמפן וויבאַלד סוף גאַס דאַרפן זיי מאַכן אַ "פיק אָפ", (אַזוי אַז אַלע קאַרן פאָרן נאָר האַלבוועגס).

-מאַנכע וואָס זענען אויפגעקלערט אַז פוטין איז נישט אַזוי געפערלעך.

-נול קאָנפידענט מענטשן וואָס ווען איך טרעף זיי, באַוואַרפן זיי מיך מיט קאָמפלעצירטע פראַגעס, א שטייגער ווי: העי וואָטיצעך פאַרוואָס דרייווט נישט דיין ווייב? ס'איז דיין סטייל אז דיין ווייב זאָל שוין פון לאַנג דרייוון, ניין?
דעי אידיאטן פרובירן אז איך זאָל זיין אויפן טיש און זיך פאַרענטפערן ווי איידער זיי זאָלן מיזן רעדן פון זייערע לעבנ'ס דורכפעלער...

-שלש סעודות! #גרעפצעס #טריקענע-טונאַ #שוויציגע-בעקעטשעס #נאָכגעלאָזט #עקלדיג #ליפטלעך-פון-מיטליעריגע-אויפגעגעבענע-אידן (רבותי פאָלגט מיך וועט אייך גוט זיין, "קאָט איט אוט פראָם יאָר אינטערנערי").

-טיק-טאַק.

-כולל אינגעלייט וועלכע ווילן נישט רעדן מיט מיך געוויסע זאַכן וויבאַלד איך בין נאָך אַ בחור. מיסטער כולל אינגערמאַן איך האָב פאַר דיר גרויסע נייעס, כ'האָב שוין צאַמגעהערט מער חאַזעריי ווי דיין חתן רבי דורכויס זיין גאַנצע קאַריערע.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום ברוינשטיין, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
חאניאק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אקטאבער 28, 2021 9:10 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4 מאל

שליחה דורך חאניאק »

ברוינשטיין האט געשריבן:-גוטע בחורים. פארוואס טאקע?

-(אזויגעריפענע) סוקסעספולע אינגעלייט.

-חדר באָסעס וועלכע רייסן אַרום מיט געהלע לעמפן וויבאַלד סוף גאַס דאַרפן זיי מאַכן אַ "פיק אָפ", (אַזוי אַז אַלע קאַרן פאָרן נאָר האַלבוועגס).

-מאַנכע וואָס זענען אויפגעקלערט אַז פוטין איז נישט אַזוי געפערלעך.

-נול קאָנפידענט מענטשן וואָס ווען איך טרעף זיי, באַוואַרפן זיי מיך מיט קאָמפלעצירטע פראַגעס, א שטייגער ווי: העי וואָטיצעך פאַרוואָס דרייווט נישט דיין ווייב? ס'איז דיין סטייל אז דיין ווייב זאָל שוין פון לאַנג דרייוון, ניין?
דעי אידיאטן פרובירן אז איך זאָל זיין אויפן טיש און זיך פאַרענטפערן ווי איידער זיי זאָלן מיזן רעדן פון זייערע לעבנ'ס דורכפעלער...

-אַ טיפיקעל גרויען שאַליקל אויפן פלייצע פון אַ זעכצן יעריג בחור וועלכע מיינט אַז גאַנץ באָראָ פּאַרק וועט פאַלן צו זיינע קניען. קום אריין קלארער

-שלש סעודות! #גרעפצעס #טריקענע-טונאַ #שוויציגע-בעקעטשעס #נאָכגעלאָזט #עקלדיג #ליפטלעך-פון-מיטליעריגע-אויפגעגעבענע-אידן (רבותי פאָלגט מיך וועט אייך גוט זיין, "קאָט איט אוט פראָם יאָר אינטערנערי"). :D

-טיק-טאַק.

-כולל אינגעלייט וועלכע ווילן נישט רעדן מיט מיך געוויסע זאַכן וויבאַלד איך בין נאָך אַ בחור. מיסטער כולל אינגערמאַן איך האָב פאַר דיר גרויסע נייעס, כ'האָב שוין צאַמגעהערט מער חאַזעריי ווי דיין חתן רבי דורכויס זיין גאַנצע קאַריערע.
קידוש
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 234
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 14, 2021 2:25 pm
האט שוין געלייקט: 213 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 389 מאל

שליחה דורך קידוש »

"כולל אינגעלייט וועלכע ווילן נישט רעדן מיט מיך געוויסע זאַכן וויבאַלד איך בין נאָך אַ בחור. מיסטער כולל אינגערמאַן איך האָב פאַר דיר גרויסע נייעס, כ'האָב שוין צאַמגעהערט מער חאַזעריי ווי דיין חתן רבי דורכויס זיין גאַנצע קאַריערע".

די ברענגסט מיר ארויף ביטערע קאשמארען פון מיינע צוויי חברות(חתנים פארן חתונה) האבען שוין נישט געפאסט צו שמעוסען מיט מיר ווייל זיי ווייסען שוין צופיל אין עס קען זיך ח"ו ארויסגליטשען א שמוציגע ווארט
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

בין איך יעצט געוואויר געווארן אז די באקאנטע מפואר דשודעיקא איז א פאלנע גנב.

ער האט ערלעדיגט אז יעדע מאל איינער לייגט אריין אין גוגל זיין קאנקורענט malchut.com (מלכות) קומט ער אן נישט-מער-און-נישט-ווייניגער צו מפואר דאט קאם! און די מפואר לאגא איז נאך אזוי פארשטיפט אז ניטאמאל כאפט מען אז מ'קויפט גאר ביי א צווייטע געשעפט!

דאס איז ממש אזויווי איך האלט אינמיטן געבן געלט פאר איינעם, קומט א צווייטער און לייגט שטילערהייט אינטער זיין האנט און שפאצירט אוועק מיט די געלט.

איך וויל זאגן פאר מיסטער מפואר, דאס איז גזילה ממש! און עס איז א בושה אז א איד זאל טון אזאנס פאר א צווייטע איד נאך דערצו פאר א אייגענע טאטע!
באניצער אוואטאר
פישל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג נאוועמבער 17, 2022 12:26 pm
האט שוין געלייקט: 41 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 67 מאל

Re: זאכן וועלכע רעגן מיר אויף!

שליחה דורך פישל »

ווי קומט אריין גניבה דא? ער האט געקויפט די דאמיין מלכות דאט קאם, און ער פארווערד עס צו זיין מפואר וועבסייט.
אז מלכות האט נישט מצליח געוועהן צו באקומען דעם דאמיין איז עס זיין פארלוסט, that’s the game.
איך שטעל זיך פאר אז ער האט געצאלט ממון ודמים פאר דעם.

אגב די קאר קאמפעני ניסן האט אויך נישט די דאמיין Nissan.com ס׳באלאנגט פאר א צווייטע קליינע קאמפעני.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

נא, מיין טענה איז נישט אז ער האט גע'גנב'ט די דאומעין נעים מיין טענה איז אז ער רויבט צו מיין געלט. ער ווייסט אז איך וויל געבן מיין געלט דווקא פאר מלכות און ער גייט במזיד און נעמט די געלט פאר זיך. פלעין. סימפל.

אפילו לשיטתך איז ער א חיה רעה זיכער.
פארשפארט