אונזערע ווייבער זענען הפקר! - קאר סערוויס...

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
רעאגיר
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 312 מאל

אונזערע ווייבער זענען הפקר! - קאר סערוויס...

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

אין דעם אנדערן אשכול האט איינער ארויפגעברענגט דעם פראבלעם וואס איז טיילווייז ארומגעשמועסט געווארן אויף אייוועלט, וועגן קאר-סערוויס. די גוי'אישע קאר סערוויס וואס מאכט שוין א לאנגע צייט פראבלעמען אין קדושת ישראל. בשעת וואס די דרייווער פראבירן נאנט צו ווערן מיט די ווייבלעך און מיידלעך, האלטן זייערע טעלעפאן נומערן (וואס זיי האבן בשעת זיי באקומען דעם קאל), פראבירן שרייבן מיט זיי וכו'. טייל פון די דרייווער פארמאגן גרופס, וואו זיי שמועסן צוזאמען און דיסקוסירן די דאזיגע ענינים. בילדער פון פרויען און מיידלעך אין טעקסיס, זענען שוין ארומגעשיקט געווארן און דיסקאסירט געווארן צווישן די בני עם ניכר רח"ל. זיי ווייסן אויך צו וועלכן אדרעס געוויסע ווייבלעך גייען אין געוויסע שעות פארנאכטס, און פאר וועלכן צוועק זיי געפינען זיך דארט... וד"ל. עס איז א מציאות אז צו געוויסע אדרעסן וועלן טעקסיס אנקומען שנעלער וואו צו אנדערע אדרעסן, והחרבן זועק עד לב השמים ואין מי שיכול לעשות דבר.

א חבר האט מיר דעם שבת דערציילט, אז פאר א צייט צוריק האט ער מיטגעהאלטן ביי א שאפינג צענטער, וואו עס איז געווען פארזאמלט פאליציי ארום א טעקסי דרייווער, צוליב אן אינצידענט מיט א אידישע פרוי. אבער דאס איז בלויז א פראצענט פון א פראצענט וואס עס דערקייקלט זיך ביז פאליציי. ליידער כמעט אין אלע פעלער קומט עס נישט אן ביז אהין, וויבאלד מיר רעדן נישט קיין סאך און מיר שעמען זיך. דאס איז טאקע די סיבה פארוואס זיי שפירן אז בנות ישראל הכשרות והצניעות זענען הפקר להביא טרף קל לידם רח"ל היל"ת.

דאס איז בלויז מיט מיידלעך און ווייבלעך. מחנכים און מלמדים ברענגען כסדר ארויף דעם פראבלעם פון קינדער אין די דאזיגע קאר סערוויס. עס איז שוין אסאך ארומגערעדט געווארן און מען האט שוין אנגעזאגט די קינדער און די עלטערן דערוועגן, אבער ווייניג איז געטון געווארן דערוועגן. אויסער דעם וואס עס איז שוין פארגעקומען ערנסטע מעשיות, ווען קינדער זענען געפארן אין טעקסיס אליין, איז אפילו די נישט ערנסטע מעשיות גענוג ערנסט. אז א דרייווער רעדט צו א קינד נישט איידל, אדער אז ער לאזט אים שפילן מיט זיין סמארטפאון, עפענענדיג פאר אים שערי טומאה, מיט א קלארע צוועק, וויסנדיג אז די מעשה וועט נישט אנקומען אין פאליציי (די מעשיות זענען בפועל געשען, ס'איז נישט קיין משל וכו'...). דאס גייט שוין אריין אין הארבע ענינים אפילו על פי חוק, אבער די זאכן געשעהען ליידער, און מיט די קאמפאניס איז נישטא מיט וועמען צו רעדן און קיינער טוט נישט ערנסט צו די זאך. (ווער רעדט נאך ווען עס רעדט זיך פון א בחור'ל, אדער גרויסע בחור, וועלכער מוטשעט זיך אביסל מיט אידישקייט, און הויבט אליין אן צו רעדן מיטן דרייווער, און יענער ארבעט מיט אים... פארוואס זאל מען לאזן אזעלכע לעכער אין אונזער חינוך, אז א בחור מיט נסיונות זאל עס באקומען מיט א שמוץ אריבער, מען קען דאך מונע זיין דעם חסרון...).

פארוואס זאל מען לאזן אזא פראבלעם אין אונזער מחנה, בשעת עס רעדט זיך פון די טייערסטע וואס מיר פארמאגן. מיט דעם דאזיגן ערל טמא וואלסטו נישט געשיקט קיין שאכטל דזשולערי, סא פארוואס זאלט איר שיקן אייער ב"ב, אשת נעוריך, די שענסטע און טייערסטע וואס איר פארמאגט, אין די הענט פון דעם דאזיגן טמא? - אז ער זאל מאכן בילדער פון איר באהאלטענערהייט און איר ארומשיקן צו זיינע טונקעלע חברים? - בשעת איר זענט אייך מתענג בתענוגים ומתעלס באהבים, ווערט אייער ליבלינג אויסגעטון ברבים, דיסקוסירט, אינאיינעם מיט איר אדרעס און איר נומער. פארוואס? - פארוואס דארפן מיר עס צולאזן?

איך ברענג עס דא ארויף, וויסנדיג אז אויף אייוועלט קען מען נישט רעדן אזוי אפן דערוועגן. אסאך יונגעלייט וואס האבן מעשיות אין דעם פעלד, וועלן נישט שרייבן וואס זיי זענען דורכגעגאנגען, און טאמער יא, וועלן זיי באהאלטן צען מאל מער ווי וואס זיי אנטפלעקן. דא קען מען שרייבן עטוואס מער. איך בין זיכער אז אסאך מיטגלידער האבן זיך שוין אנגעשטויסן אין מעשיות, אדער זענען אליין דורכגעגאנגען מעשיות. אדרבה. זאל דער עולם לאזן הערן זייער מיינונג איבער דעם פראבלעם. אולי יחוס ויעזור, אז מען וועט זיך עטוואס אויפוועקן און טון עפעס זאכליך דערוועגן.


(איך וויל נישט אריינגיין אין היימישע טעקסי דרייווערס, וואס דארט איז אויך דא צומאל א פראבלעם. אבער דארט ווערט עס בעסער באהאנדלט און די פראבלעמען זענען ווייניגער שכיח מטעמים מובנים.)

דער אשכול פארמאגט 46 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר