איז גלייבן אז די אפפענדיקס האט נישט קיין תפקיד, אפיקורסות?

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2450
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 6121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5884 מאל

איז גלייבן אז די אפפענדיקס האט נישט קיין תפקיד, אפיקורסות?

שליחה דורך קהל'ס נער »

כ'האב געהאט א שמועס אין קאווע שטיבל (די פיזישע, נישט די ווירטואלע) איבער די אפפענדיקס האב איך געזאגט אז ס'האט נישט קיין תפקיד אינעם גוף, זאגט איינער אז דאס איז אפיקורסות ווייל ס'קען נישט זיין אז די אייבערשטער האט עס אריינגעלייגט אינעם גוף אן קיין סיבה.
דא האט זיך די שמועס געענדיגט מפני פחד ה.....

וויל איך דא ממשיך זיין די שמועס, והנה....
די הוכחה אז ס'איז דא א גאט איז וויבאלד מען זעיט א פלאנירטע קאמפלאצירטע זאך למשל א מענטש וואס ענטהאלט א הארץ קלאפפער, א לונגען אטעמער, א מחשבה פראססעסער, א סאונד סיסטעם, touch sensitivity, וכו' מוז זיין אז איינער האט דאס באשאפן, בקיצור די אלטע טענה, אז מען זעיט א געפלאנטע זאך מוז זיין אז ס'איז דא א פלאנירער, און ס'איז טאקע גאר א שטארקע הוכחה (לדעתי).
יעצט טענה'ט מיין חבר אז ס'איז דא א באשעפער מוז זיין אז די אפפענדיקס האט א סיבה פארוואס ס'איז באשאפן געווארען, ווייל די אייבערשטער וואלט עס נישט אריין געלייגט אן קיין סיבה.
זאג איך, ניין, די פארסט אין סירקעלס, די הוכחה אויפן באשעפער קימט פונעם פלאנירטן גוף, במילא מיז זיין אז די אפפענדיקס איז פלאנירט ווייל ס'דא א באשעפער, ווי הייבט זיך עס אן, אפשר פארקערט, ס'איז נישטא קיין באשעפער, ווייל די זעיסט דאך אז די אפפענדיקס איז דא אן קיין שום סיבה?

ויותר מזה, די ביסט מצמצם דעם אייבערשטן, הייסט אזוי ווען די אייבערשטער וויל אריינלייגן א אפפענדיקס אינעם מענטש, קען ער נישט, ער מיז ערשט אויפקימען א סיבה פארוואס עס אריינצילייגן, כדי ציפרידן צישטעלן משה גרונם, דאס איז אפיקורסות.

לסיכום, זאגן אז די אפפענדיקס מוז האבן א אויפגאבע אינעם גוף, ווייל אויב נישט וואלט עס נישט די אייבערשטער אריינגעלייגט, איז אפיקורסות.

מען בעיט אז די מנהלים זאלן מעקן אויב איינער שרייבט אז די אפענדיקס האט א אויפגאבע אינעם גוף.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein

דער אשכול פארמאגט 26 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר