אמונה וואס איז כפירה, כפירה וואס איז אמונה

מחשבה, השקפה ועיון
רעאגיר
פאר'ן דאווענען
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 79
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 16, 2022 1:54 pm
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 109 מאל

אמונה וואס איז כפירה, כפירה וואס איז אמונה

שליחה דורך פאר'ן דאווענען »

לעצטנס האב איך געהאט א וויכוח מיט א חבר מיינע א גאר חשובע אינגערמאן אויף צוויי נושאים, איין נושא איז געווען, מיין חבר האט זיך לעצטנס גענומען לערנען תניא און אנדערע חב"ד ספרים, און איין טאג טרעפט ער מיר און ער איז מיר מסביר אז די תורה איז עצמותו יתברך, אורייתא וקודשא בריך היא וישראל חד הוא, און ווען א איד לערנט תורה איז ער דבוק אין די חכמה פינעם אייבערשטען וואס דאס איז די גרעסטע דביקות וואס איז נאר דא, ווייל די אייבערשטער מיט די תורה איז ממש איינס וכו', (דאכט זיך אז אזוי איז די תניא מסביר אין פרק ה'), און ער האט זיך אריין געקאכט אין דעם ווי נאר א חסידישע איד וואס גייט אין מקוה יעדען טאג קען קאכן.

און איך געב איהם א זאג, ר' איד, די תורה איז נאר א געוויסע צמצום פון די אייבערשטער אבער אין די אייבערשטער אליינס האבן מיר נישט קיין שום השגה.
ער האט מיך אנגעקוקט ווי פון די לבנה, ווי קענסטו זאגן אזא זאך? ס'גייט אריין בגדר כפירה צו זאגן אז די תורה איז נישט ממש איינס מיט די אייבערשטער. און איך זאג איהם צוריק, דו ביזט דער כופר ווייל די ביזט מצמצם די אייבערשטער און זאגסט אז ער איז איינס מיט די תורה, און אזוי איז עס אנגעגאנגען פאר א שטיק צייט, און יעדער האט געברענגט ראיות אז ער איז גערעכט כדרכה של תורה.

(איך האב געברענגט כמה ראיות אז איך בין גערעכט, אבער איך וויל נישט דא אזוי ווייט אריינגיין אין די נושא, אבער כ'וועל שרייבן צוויי ראיות וואס זענען שיין און אינטערעסאנט, 1) די אלטע רבי האט געזאגט, נישט די וועלט, נישט יענע וועלט, נאר די באשעפער אליינס!,
(ר' יואלי ראטה האט א שיינע ניגון אויף דעם). 2) כ'האב אמאל געהערט בשם איינע פון די בעלזע רבי'ס, אז ער האט הנאה פון ליל ניטל, ווייל מ'קען בלייבן מיט די דבקות פון מעריב אן דארפן אראפגיין צו די תורה! ודו"ק כי עמוק הוא.)

האבן מיר דא ממש א שיינע דוגמא פון די כלל, אז לויט מיר וואס ער גלייבט אין איז ממש כפירה, און וואס איך בין כופר לשיטתו איז ממש אמונה!
נאר פארשטייט זיך אז לויט איהם איז ממש פארקערט, אז וואס איך גלייב אין איז כפירה, און וואס איך בין כופר איז אמונה.
נאר אזוי גייט עס אלעמאל זיין און דאס איז די עמקות פונעם ווארט.

איז עפען איך אן אשכול ווי דער עולם וועט קענען שרייבן זאכן וואס לפי עניות דעתם גייען אריין אין איינע פון די צוויי גדרים.
געווענטליך גייט עס צוזאמען, און אויך איז עס אלעמאל זיך אויך מתהפך כנ"ל.

אמונה וואס איז כפירה.
כפירה וואס איז אמונה.

תן לחכם ויחכם עוד!

דער אשכול פארמאגט 28 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר