ברוינשטיין האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט אָנצומערקן אז אין די מוסלעמענישע וועלט איז אויך אָנגענומען אז פרויען דרייוון נישט, לויט ווי איך פארשטיי קומט די מהלך החיים פון א שטאַנדפונקט אז פרויען זאָלן נישט זיין קיין אייגענע מענטשן פאַר זיך אליינס, נאר זיי זאָלן מוזן זיין אָנגעוואָנדן אין זייערע מענער אָדער עלטערן וכדומה. לדוגמא אין איראַן (אזוי מיין איך) טאָר א פרוי נישט ארויסגיין אַליינס אָן איר מאַן.
מיין מיינונג: עס קומט פון אַן אינערליכע שרעק וואָס געוויסע מענער האָבן, ספעציעל קאָנטראָל פריקס אָדער קולט פירער, זיי פאָרכטן אַז פרויען זאָלן ווערן עפעס ווערד, וויבאַלד לויט זייערע אידיאָלאגיעס זענען פרויען אום טויגליך אָדער אום קאָמפּיטענט, ממילא צוליב דעם אינטערדריקען זיי אלע פרוי פּערזאָנען אזוי אַז זיי בלייבן גערעכט...
איזה בושה!
מענין לענין, אן אינטערעסאנטע בוך כ׳האב געליינט א וויילע צוריק, די געשיכטע פון א פרוי אין סודיע אראביע וואס האט זיך געוואגט צו דרייווען:
Daring to Drive: A Saudi Woman's Awakening
Book by Manal al-Sharif