קהל יט"ל סאטמאר קרית יואל דערקלערט מלחמה קעגן "וואכנשריפט"

אין דער וועלט פון מידיא, אידישע און וועלטליכע פובליקאציעס
פארשפארט
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

@kollelniyes “קרית יואל וואכנשריפט“ איז א טריפה'נע משכיל'ישע צייטונג פון די ערגסטע פארנעם איבערשטייגנדיג “פארווערטס“ און “דער מארגן דזשורנאל“!
אנאנסן און די “וואכנשריפט“ איז פאלש און נישט באצאלט!
ביזנעסער וואס אדווערטייזן יא אין די “וואכנשריפט“ זענען געהעיגע נעאלאגן און מ'ברויך זיי אקטיוו באויקאטן!
נחום היימליך איז דער היינטיגער משה מענדלסאן!
בנציון גאלדמאן און יואלי עפשטיין מיינען נישט קיין געלט דא, בלויז לשם שמים!
מ'קען ר“ל אינגאנצן אפפארן פונעם אידישן וועג דורכן לייענען די “וואכנשריפט“!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

C/P
מודעה מהוועד למען הצלת כלל ישראל נגד הכפירה ומינות של הוואכענשריפט

מיר ווילן קלארשטעלן אז היות מארגן מיטוואך איז געפלאנט צו געבן תיקון אין אלע בתי מדרשים לכבוד די באפרייאונג פון ר' מרדכי יצחק סאמעט און היות עס איז געווען אדווערטייזט אין די גע'אסרטע וואכנשריפט זאל מען זיין זייער געווארענט נישט עסן דערפון ווייל מ'קען ח"ו אריינעמען די כפירה ומינות וואס זיי טוען אריינלייגן אין דעם

אין אנשי שלומינו משתתפים
פערינא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 384
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 31, 2012 10:21 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 272 מאל

שליחה דורך פערינא »

קקודם זאגט מען אז ס'איז דא טרעיקינג אין די וואקסינאציעס נאכדעם אפיקורסות אין די תיקון.
yatzmachp
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 330
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 25, 2013 11:10 am
האט שוין געלייקט: 102 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 474 מאל

שליחה דורך yatzmachp »

די ארונים נעמען צופיל מלחמות וואס זיי קענען נישט געווינען אין די לאנג ראן, אפגעזעהן ווער עס איז גערעכט.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

א חידוש וויאזוי א לצנות בלעטל אין ענטפער צו טעראר ווערט אפגעענטפערט מיט פרישע טעראר, און די שפינערס לאזן אין גאנג א קאפ דרייעניש גענוג אויף צו גאזליכטן קרית יואל מיט אירע גלילות דגלילות.

א סימן מובהק ווער ס'דער וואלף און ווער די שאף, דער וואלף בייסט און רייסט און די שאף בעקעט און מעקעט. נישט קיין חילוק ווי הויך ס'עט בעקען און קעקן איז עס נאכאלץ א שאף'ס מעקען. אבער דא האט מען געפאקט ווער ס'הייצט אונטער דעם קעסל. כשה אובד בקש. די שאף האבן גע'גזל'ט די שטרוי, העט מען זיי פארציקן און נאך מיט רעכט.

בשעת די ארונים טארעריזירן אויף רעכט אין לינקס. קאלן ארום אין מיטן נאכט, מאכן זיך פנקס'ער. שרייען נאך, ווארפן צעטלעך. אין זאג מיר נישט להדם, ווייל איך ווייס מקור ראשון. איך בין דארט געווען ביי די נאכט פאון קאלס. בשעת דאס אלעס געבן די זאליס ארויס א פורים צייטונג. לאכן טאר מען שוין אויך נישט.

דאס איינציגסטע געווער פונעם נרדף איז הומאר. אידן פלעגן תמיד טרייבן קאטאוועס אויף זייער אונטערדרוקער. אין כוחם אלא בפה. אזוי צווישן ת'ח און ת'ט, ווען חמיעלניצקי האט שוין אט אט געהאלטן ביי אראפלייגן די געווער, האבן די רבנים געמוזט ארויסקומען מיט א פסק צו זאגן אב הרחמים אפילו אין שבת מברכים צו ממשיך זיין קוואנטומעס מיט נקמות, און אזוי ארום געצווינגען דעם חמיעלניצקי'ן בלית ברירה צו אריינשלעפן די חת יארן אין די טת יארן אריין.

דאס איז כולי עלמא מודי איז די תש'ס יארן איז חטאת נעורים אויף וואס מ'האט זיך שוין מוחל געווען. די אלע אפעראטשניקעס פון דעמאלט זענען שוין היינט א שמיץ אריבער די ארבעים לבינה. שמיל ווידער איז שוין בעולם האמת ה'עט מען אלעס ארויפפינען אויף זיין פעקל און דער עולם גייט זיך וואשן די הענט. מ'קען נישט מאכן קיינע גזירה שוות פון די סמך'ס צו די פה'ס.

די שאלה איז נאר ווער ס'ברענגט די סמך'ס אינעם פה אריין. די גרויע האר זענען שוין ביקש לישב בשלוה און זאגן גענוג גע'רצח'ט און געפלינדערט, לאז עס זיין מיין וועג און שוין. קפץ עליו רוגזו של פורים צייטונג, און מ'צווינגט זיי מיט כח צו ארויסוויקלען א פרישע רונדע פון ווער ס'עט זיך דערוואגן העמיר דערשטיקן.

און די זאליס לויפן ווי מייז צו די לעכער. זיי שאקלן זיך אפ און אנטשולדיגן זיך זיבן מאל. ס'רעפרעזענטירט נישט אונז, אנו אין דרכנו בכך, ס'איז אלץ צווישן בשולי המחנה און בקצי המחנה. דערפאר זענען די זאליס דער אונטערהונט נאך צוואנציג יאר שלאכטן, ווייל ביי זיי איז נתקטנו הביצים. זייער פעציפיסטישע ריניגע נאז צוגאנג געט צו א באזונדער געשמאק צו אריינפראקן וואס מער. רעג נישט אויף דעם נאצי, ער קען נאך אריין אין א רציחה.

ווען זיי האבן ווען האלב אזויפיל שכל ווי פראקציעס וואלטן זיי גענומען דעם היימליך'ן, אים אויסבאצירט מיט באלונען, און געהאנגען אים אלס נוי סוכה אויפן דעם אומפארענדיגטען צען שטאקיגע פארקינג גאראזש אויף פארעסט ראוד. מ'וואלט אים געדארפט קלאפן אויפן רוקן אחינו אתה. אויסלויבן ביי די צענטראלע שבת הגדול דרשה אינעם יעצטיגען ראמאדן סעזאן, פון וואו די צעהיצטע יונגען לאזן זיך איבערקערן א שטאט.

זענען זיי דאך אבער נישט געווען ביים שכל טיילן, ווערט טאקע פון וואלף ר' וואלף און די שאף גיין ווייטער צו די שחיטה. ובא לציון גואל בב"א.
גליקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 267 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך גליקלעך »

signout האט געשריבן:
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:גאנץ קינדעריש געווען פון די וואכנשריפט זיך אזוי אראפצולאזן, אבער נאכמער איז נאריש די רעאקציע פון דעם קריטישן בית דין וואס מען האט געשטעלט אים אונטערצוברענגען.

די מעלה איז אז קהל ייטב לב ד׳מאנרא והגלילות דרייט זיך ווידעראמאל מיט אראפגעצויגענע הויזן.


אפשר ביסטו מסביר וואס איז נאריש צו אפשטעלן א צייטונג פון חוזק מאכן פון די הנהגה, אפילו זאכן וואס איז ביי די שרייבערס הייליג, (זמן ר"ת, די תקנת העיר) מאכט מען ליצנות ווי די אמאליגע משכילים

עס ווייזט נאכאמאל אז רז"ל און זיינע מענטשן וואס זענן די אזויגעריפענע נועם המדות פארטיי, גייען נאך אן אויפ'ן זעלבן וועג ווי די אמאליגע בלאט/איד/אלגעמיינער/פנים חדשות און נאך, בשעת ווען צד מהר"א האט שוין יארן לאנג ניטאמאל א פיפס געגעבן וועגן צד שכנגד

יא, ווען יענער פרובירט אינטערברעכן דיין הנהגה, מעג מען און מ' דארף ע"פ תורה טון וואס מ' קען, פונקט ווי צד רז"ל וואלט געטון ווען צד מהר"א וואלט אריינגעקומען אין ראדני אדער עני אנדערע מקום וואס איז ברשות רז"ל, אבער פאשקעווילן וכדומה זעט מען נאר ביי זאליס

דרך אגב, די לעצטע מאל וואס זיי האבן אונטערגענומען א מערכה קעגן דער איד און בויקאטירט, האט עס פיין געהאלפן, עד היום שרייבן זיי שוין נישט ווי אמאל, איך קויף און לייען דער איד יעדע וואך עס איז אמחי', דאס וועט זיין דא אויך מסתמא, סא טשאדעלע פריי דיך נישט

עני אנדערע קהילה וואלט אזוי געטוהן ווי א צווייטער גיבט ארויס א פאשקעוויל קעגן זייער רבי,

יא יא, אלע אנדערע קהילות וואלטן פונקט אזוי טערארייזט די וואכנשריפט, אלע אנדערע קהילות וואלטן פונקט אזוי מלחמה געהאלטן מיט ווישניץ אין די גלילות, אלע אנדערע קהילות וואלטן פונקט אזוי מלחמה געהאלטן מיט וועם עס פרעגט זיי נישט רשות ביים חתונה מאכן, אלע אנדערע קהילות וואלטן פונקט אזוי געפירט א קאמפ מיט מייזליש פון בני ברק, אלע אנדערע קהילות וואלטן פונקט אזוי גע’רודפט צדקות העיר (וואס מענטשן אין זייער אייגענע קהילה האבן געפענט), אלע אנדערע ווילעזשעס וואלטן פונקט אזוי צוגעשפארט די בני יואל’ע רעביצין’ס ביהמ”ד, אלע אנדערע קהילות וואלטן געווען די זעלבע אויבער חכמים און וואלטן פונקט אזוי געטראפן א סיבה נישט צו קומען צום כינוס כלל ישראל, אלע אנדערע קהילות וואלטן פונקט אזוי פאברענט דעם ילד מיט קימפעטורענס אינסייד, און פארשטייט זיך איך בין זיכער אז אלע אנדערע רבי’ס וואלטן פונקט אזוי זיך אויפגעשטעלט און געשריגן אויפן אלטן קאשוי רב ’עפרה לפומיה’...

די חילוק איז, אז אלע אנדערע קהילות/רבי’ס וואלטן עס געטון, און ענקער רבי/קהילה טוט עס עקטשעלי...

ס’איז צום שטוינען ווי ער טרעפט אלץ נקמות און מלחמות.

און דו שרייבסט נאך אז עס זעהט אויס אז רוב ק”ש זענען זאליס, פונקט ווי אין אייוועלט... קאמאן מען... אלל אף די סאדען האבן די זאליס מער מענטשן איבעראל...?

עפן אויף דיין אויגן און זעה וויאזוי דער דרויסענדיגע מענטש קוקט אן די אלע - הונדערט פראצענט גערעכטע - קאמפן און מלחמות...
באניצער אוואטאר
yn.NY
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 306
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
האט שוין געלייקט: 123 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל

שליחה דורך yn.NY »

unnamed - 2022-04-11T160815.187.jpg
unnamed - 2022-04-11T160816.763.jpg
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

yn.NY האט געשריבן:
unnamed - 2022-04-11T160815.187.jpg
unnamed - 2022-04-11T160816.763.jpg

שטארק!!!
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

yn.NY האט געשריבן:
unnamed - 2022-04-11T160815.187.jpg
unnamed - 2022-04-11T160816.763.jpg

איך מיין אז עס שוין צייט אז זיי זאלען אנערקענען אז רוב קרית יואל גרוילט זיך פין זייער שמיץ און מיט די אלע טעראר סטראשעס וכו' האט נאך די וואכנשריפט איבער 100 אדווערטיימענטס ווען עטליכע חדשים צוריק ווען די שמיציגע פאשקעוויל שיסער האט איבערגענימען די בולעטין און אנגעהויבען מיט זיינע קינדערישע לצנות פין יעדער וואס לויפט נישט נאך זיין שמיציגע פארטיי האט ער אטאמאטיש זיך געטראפען מיט אפאר נאכגעלאזטע אדווערטיימענטס אן לייגען פאשקעווילען אין די בתי מדרשים אין פאסט און אן טערערזירן געשעפטען
גליקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 267 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך גליקלעך »

לאל, און וואט א קא אינסידענט אז פונקט צוויי דריי חדשים נאך אריינלייגן ימים ארבעט אינעם בולעטין, עס אינגאנצן איבערמאכט, אויסגשטעלט, און געגעבן א נייע נאמען. האט פונקט די וואכנשריפט איבערגעצויגן די שטריקל... זיי זענען פלוצים נאר דא אינטערצוהאקן די זאך און מען ברויך דעם וואכנשריפט אמערזשענסי אסר’ן און טערארזירן...

און פארשטייט זיך, אזויווי זייער אנדערע צענדליגע מלחמות און קאמפן מיינען זיי נאך דעם באשעפער דערמיט...
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גליקלעך: אוי. דו דערמאנסט מיך פון די אלטע גוטע צייטן. ווען ר' סענדער דייטש זצ"ל האט אנגעפיהרט די מלחמת קודש מיט אנדערע חצרות. (איינס אויף אמאל, פארשטייצעך.). נאכדעים האט ער ארויסגעגעבן א קונטרס הסברה אויפצווייזן ווי גערעכט און אומשולדיג ער איז. יענער צד האט איהם געצווינגען צו פיהרן מלחמה. ער איז אן אוהב שלום ורודף שלום...!
אהוב את האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אהוב את האמת »

ממש נאר לשם שמים... ס'באדערט אים נישט די זאליס... נעה... און נישט פארגעסן טאמער גייט די וואכנשריפט האבן א נארמאלע רעדאקטאר וואס קוקט עס דורך האט ער נישט קיין שום פראבלעים..
טענה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 27, 2021 4:00 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך טענה »

אינטערעסאנט צו זען ווי קהל מוהר"א האט יעדע שטיק צייט נאך א פראבלעים פון די וואכנשריפט, קודם מיט סיד"ק, מזוזות, יעצט הער איך א קאל פון פארגעס אדער קויפמאן ווי די פראבלעים איז די עירוב ארום די גלילות פון קרית יואל, און אז היימליך וויל קרית יואל זאל אויסקוקן ווי די שלעכטע חלק פון מאנסי, און עס איז א געפערליכע הירוס

אבער זיי זענען יא זייער וואוילע מענטשן, און זיי פארשטייען אז מוהרי"י איז א אנדערע קהלה, און זיי מעגן האב א אייגענע צייטונג וכו. וכו. נאר זיי ווילן עס זאל האבן א נארמאלע הנהגה, און מען מעג שרייבן צו בויען זייער קהלה און מוסדות, אבער זיכער מאכן אז מען שרייבט קיינמאל נישט פון די אנדערע צד, דאס מיינט אז די וואכנשריפט זאל נאר שרייבן פון קהל מוהרי"י און בני יואל, אבער נישט קיינמאל פון מוהר"א, דאס מיינט אמאל אמאל מאכט ער א חוזק, און דאס מוז זיך אויפהערן

אויב עס איז אמת וואס ער זאגט צו נישט ווייס איך נישט, אבער לאמיר זאגן עס איז טאקע יא אזוי, איז יין שאלה, זענען זייער צייטונג, ווי למשל די היימשטאט, אזער דזשורנאל, אויך גרייט פאר אזא דיעל, דאס מיינט אז זיי זאלן נאר זיין ביזי מיט דעקן קהל ומוסדות מוהר"א, און קיינמאל נישט רעדן פון קהל מוהרי"י, ווי א קליינע משל, קיינמאל נישט רעדן פון די סידו"ק, וואס דאס איז א פראבלעים פון מוהרי"י, ווייל א חסיד מוהר"א מאכט דארט נישט דארט חתונה, צו זיי פארשטייען נאר אז די וואכנשריפט זאל זיין א נארמאלע צייטונג, און קיינמאל נישט רעדן פון מוהר"א, אבער זיי מעגן יא רעדן אין זייער צייטונג פון מוחאות לגבי סידו"ק
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

רעדן וועגן די "סידור קידושין" וואלט איך נישט געזאגט גייט אריין אין די קאטעגאריע, וואס יא, כ'וואלט געזאגט אז די ארונישע צייטונגען זאלן נישט חוזק מאכן פון ר' זלמן לייב'ן וכדומה, און אנדערע ווערטער סתם טשעפען לשם טשעפען, זאלן אלע צייטונגען אויפהערן, ס'האט קיין שום תכלית ותועלת, כן נלפע"ד נכון, ודי בזה.
וואסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 67
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 01, 2021 6:30 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 87 מאל

שליחה דורך וואסער »

איך האב באמת נישט געוואלט אריינרעדן יעצט. אבער איך קען זיך נישט איינהאלטן.

סידור קידושין איז נישט אין די קאטעגאריע.......

עס דערמאנט מיר א ווערטל, לאמיר שלום מאכן, האלט ווי מיר און פארטיג.

פארוואס איז סידור קידושין, שרייבן אויף הגאונים הצדיקים בראש פון הגה"צ משארמאש זצ"ל, און יא טאקע אויף אויף מהרז"ל "פורץ גדר" דאס איז גארנישט?
יא מען האט חוזק געמאכט פון מהר"א... מען האט איינמאל גוט צוריקגעגעבן...
און ווי גייט דער ווארט... אז דער ... בילט איז א סימן אז דער שטיין איז געלונגען.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

אוי פליז, ר' איד, במחילת כבודך, כ'דארף דא אפי' מסביר זיין?
די סידור קידושין, איז במציאת א הלכה'דיגע מיינונג דיפערענץ, הללו אוסרין והללו מתירין,
דער אוסר העט אטאמטיש אומדירעקט האלטן אז דער מתיר טוט שלא כהוגן, דאס מיינט נישט אז מ'שרייבט אויף דעם צו יענעם,
דאסי פונקט ווי איינער זאל זאגן אז דער ספר ויואל משה איז א פאשעקוויל וויל זייער אסאך רבנים זענען זיך מחולק,

קומסטו עס מדמה זיין צו א לץ וואס שרייבט סתם דברי לצנות אויף ר' אהרן פערזענליך, אך ורק לשם טשעפען,
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

וואס האט סידור קידושין מיט הלכה? אינדערהיים האט מען אייביג געוויסט אז א קהלה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה און אזוי האט רביה“ק זי“ע אויך געטוהן?
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

ייעעקקבב האט געשריבן:וואס האט סידור קידושין מיט הלכה? אינדערהיים האט מען אייביג געוויסט אז א קהלה שנתפרדו האט גארנישט מיט די אלטע קהילה און אזוי האט רביה“ק זי“ע אויך געטוהן?


דברי ר' יעקב, ור' אליקים געציל אוסר.
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

דאכט זיך מיר אז ר' געצל האט באקימען זיין פלאץ אין בהמ“ד 12 און זיין גבאי ביי יענע פרשה
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

גאלד האט געשריבן:אוי פליז, ר' איד, במחילת כבודך, כ'דארף דא אפי' מסביר זיין?
די סידור קידושין, איז במציאת א הלכה'דיגע מיינונג דיפערענץ, הללו אוסרין והללו מתירין,
דער אוסר העט אטאמטיש אומדירעקט האלטן אז דער מתיר טוט שלא כהוגן, דאס מיינט נישט אז מ'שרייבט אויף דעם צו יענעם,
דאסי פונקט ווי איינער זאל זאגן אז דער ספר ויואל משה איז א פאשעקוויל וויל זייער אסאך רבנים זענען זיך מחולק,

קומסטו עס מדמה זיין צו א לץ וואס שרייבט סתם דברי לצנות אויף ר' אהרן פערזענליך, אך ורק לשם טשעפען

און וואס איז דאס טעראריזירן משפחה וואס גייט צו די שמחה, און פארשעמען חתן כלה, דאס האט דאך ר' געציל קיינמאל גע'אסר'ט,

דו קומסט מדמה זיין אביסל איינמאליגע ליצנות אין א פורים צייטונג, צו עקטשעלי צעשטערן אידישע שמחות שוין פאר יארן לאנג???
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

לויט ווי זיי זאגן אינעם בריוו איז עס נישט איבער די פורים אפטיילונג נאר איבער די מהלך וואס ער האט אנגענומען שוין די לעצטע יאר צייט.
פארשפארט