וואס איז די שווערסטע מצוה אין די תורה?

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

וואס איז די שווערסטע מצוה אין די תורה?

שליחה דורך שמן למאור »

אלץ קינד אין חדר געדענק איך ווי מען האט זיך אמאל ארומגע'טענה'ט וואס די שווערסטע מצוה פון די תורה איז, וועלכע פון די תרי"ג מצות איז די שווערסטע מקיים צו זיין, זה אומר בכה וזה אומר בכה, מיט אלערליי טענות מיט סברות לכאן ולכאן.

הגם עס איז בעצם א נארישע שמועס, ווייל מען דארף מקיים זיין די גאנצע תורה נישט קיין נפק"מ ווי שווער עס קומט נאר נישט אהן, דאך איז עס געווען א שיינע אינהאלטסרייכע פארברענג,

איך געדענק שוין נישט וואס די קינדער האבן דאן ארויפגעברענגט, און איך האב שוין אויך פארגעסן וואס איך האב דאן געהאלטן, אבער לענ"ד, איז עס א פסוק אין די וואכעדיגע סדרה פרשת מצורע, וואס מען גיבט אזא זאג אפ ביים מעביר סדרה זיין, און מען טראכט אפילו נישט אריין וואס מען האט דא געזאגט, און די ווייטגרייכענדיגע קאנסעקווענצן וואס עס ברענגט מיט מיט זיך,

די פסוק זאגט אזוי ביי די פרשה פון טהרת המצורע, פרק י"ד פסוק ט':
והיה ביום השביעי יגלח את כל שערו את ראשו יאת זקנו ואת גבת עיניו, ואת כל שערו יגלח, וכ' ורחץ את בשרו במים וטהר, א חלק פון די פראצעדור פון זיך רייניגן פון טומאת נגע, איז זיך צו שערן "אלע" האר פונעם גאנצן קערפער!!!

לעצטנס איז ארויסגעקומען א סעריע פון קאמיקס ביכער, מיטן נאמען "מיטגעלעבט" וואס צייגט די אמאליגע מעשיות פון חז"ל ווי עס וואלט פארגעקומען היינטיגע צייטן,
איז לאמיר לכבוד פרשת מצורע אביסל אראפלייגן די מושג פון נגעים אויף א אופן כאילו עס וואלט געווען שייך היינטיגע צייטן:

ר' נטע איז פון די אנגעזעהנע חשוב'ע אידן אין די קהילה, ער איז שוין א עלטערע איד העכער די זעכציג, מיט א שיינע שניי ווייסע בארד, מיט שיינע געקרייזעלטע פיאות,
ער האט זיך יארן צוריק געמוטשעט אויפצישטעלן זיין ביזנעס, אבער היינט ב"ה פארט עס שוין א מחיה, עס ווערט בעיקר געפירט דורך זיינע קינדער, און ער פארברענגט רוב טאג אינעם ביה"מ, מיט לערנען און אויפטון פאר אידישקייט, ער איז היבש טעטיג אין די קהל'ישע ענינים, ער ווערט באטראכט דורך מאנכע ווי די סגן ראש הקהל, בקיצור, מ'קען ביי אים רואיג זאגן אז ס'איז "תורה וגדולה במקום אחד".

אין איין שיינעם טאג זיצט זיך אונזער ר' נטע ביי א מיטונג, און אזוי נישט וועלנדיג, האט זיך ליידער ארויסגעגליטשט א לשון הרע'לע פון זיין מויל, נו, ס'מאכט זיך ליידער ביי די שענסטע און די בעסטע, און די מיטונג איז ווייטער געפארן, ווען קיינער געדענקט ניטאמאל וואס ר' נטע האט דא ליידער געטון,

די נעקסטע אינדערפרי ר' נטע שטייט אויף פרי פארטאגס כנהוג, און ס'ווערט אים שווארץ (לייען: ווייס) פאר די אויגן, "איך האב א נגע"!!!!
אויש, נאר דאס פעלט מיר יעצט אויס? אין דריי טעג ארום איז דאך מיין אייניקל'ס חתונה, און נעקסטע חודש איז דא א פדיון הבן, וואס טוט מען דא?

ער ריפט שנעל אהן זיין חבר הרב כ"ץ, הרב כ"ץ ווינדערט זיך אויף אזא פריע פאון קאל, "יא" וואס איז אזוי פרי? פרעגט הרב כ"ץ מיט א ווינדער, "הער", איך דארף דא א כהן עמערדזשענסי! מ'קען נישט רעדן איבערן טרייבל, קענסט פליז אריבערקומען ווי אמשנעלסטן?

הרב כ"ץ קומט שנער אריבער און באשטעטיגט די שוידערליכע נייעס, די נגע איז "טמא"! דו מוזט זאפארט ארויסגיין מחוץ למחנה...

ר' נטע פאקט פעק, לייגט אריין עסן גענוג פאר א וואך, און, מ'פארט קיין קאנטרי, יא! אינמיטן ווינטער אינעם וויסטן קאנטרי!! א ברירה האט מען?

בליץ שנעל האט זיך פארשפרייט די נייעס, ר' נטע איז א מצורע! אוי די בושה איז גרויס, אבער, ווער האט דיר געבעטן צו בארעדן א צווייטן...

די וואך איז נישט לייכט פאראיבער, די איינזאמקייט איז געווען שרעקליך, אבער יעצט קומט די עיקר, די "טהרה פראצעדור". און איך רעד נישט פון די פייגעלעך מיט די עץ ארז ושני תולעת, דאס איז פון די אינטרעסאנטע חלקים, נאר איך רעד פון די פסוק וואס מען האט ציטירט אויבן, מען מוז זיך יעצט שערן אלע האר פונעם קערפער!!

די גאנצע שיינע ווייסע בארד מיט די פיאות אראפ, אפילו די אויגן ברעמען דארף מען אראפשניידן, כ'וויל אפילו נישט טראכטן וויאזוי אונזער ר' נטע זעט יעצט אויס... חלשות.. רח"ל ממש א מגולח,
וויאזוי וועלן יעצט אויסקוקן די חתונה בילדער? וויאזוי וועט ער יעצט קענען זיצן אויבן אהן ביים פדיון הבן? אוי! די בושה איז שרעקליך!!!, עס וועט לכאורה נעמען א גוטע יאר ביז עס וואקסט געהעריג צוריק,

די בושות איז שרעקליך, און ר' נטע האט זיך נישט געקענט קוקן אין שפיגל, אין פילן זינען פון ווארט. עס איז צו א גרויסע בושה זיך צוריקצוקערן יעצט צו זיין וואוינארט, ער קען נישט אריינטרעטן אין סמעדריש, ס'וועט ווערן ששון ושמחה, ס'טייטש? די גרויסע ר' נטע מיטן ברייטן בארד און לאנגע פיאות, זעט מיטאמאל אויס ווי מנחם טאקער, אדער ווי עפעס א חבר כנסת צו וואס,

למעשה איז ער מחליט, מען גייט קיין ארץ ישראל, איינע פון נטע'ס קינדער האט אים ארויפגעברענגט א פעקל ביזן קאנטרי, ער האט ניטאמאל געוואלט אריינטרעטן אין זיין הויז פאר איין מינוט, וואס טוט ער אויב פונקט באמערקט אים א שכן, און כאפט נאך גאר א בילד דערפון, עס וועט ווילד פארשפרייט ווערן, און ער איז פיניש פאר לייף,

ער שפאצירט אריין אינעם לופטפעלד, ער קוקט דא און דארט, ער ציטערט פון יעדע שאטן, וואס טוט ער אויב איינער וועט אים דערקענען? ער גיבט איבער זיין פאספארט פארן באאמטע, ער קוקט אזוי אויפן פאספארט, און צוריק אויף ר' נטע וחוזר חלילה, ר' נטע ווערט רויטער און רויטער, אייי עס ציפט... דער באאמטער גיבט א שיס אויס אין א געלעכטער, זה אתה?? דברת לשון הרע, האא?!?!

אהה עס שטעכט...

ער קומט אהן קיין ארץ ישראל, אהה דא פילט ער זיך אביסל רוהיגער, מען קען אים דא ווייניגער, אבער אוי... ער זעט איינער וועמען ער דערקענט פון זיין חסידות אין אר"י, ער לויפט שנעל אין א זייט און דרייט זיך אויס די קאפ ביז יענער גייט פארביי,

זיך אויפהאלטן אין ירושלים אדער בני ברק איז צו א גרויסע ריזיקע, ער איז צו א חשובע פרעזענליכקייט און דאך וועלן אים מענטשן דערקענען, ער גייט זיך מוזן אויפהאלטן אין עפעס א פארווארפענע מושב אין גליל עד יעבור זעם, ביז די בארד וועט אנהויבן ארויסצושפראצן,

עס איז נישט גרינג, עלנד אליין אין א פרעמדע ספרדישע דארף, אבער ס'איז נישטא קיין אנדערע אויסוועג צו פארמיידן די בושות, יעדע פאר מינוט, גיבט זיך ר' נטע א צי די ביסל בארד וואס איז שוין דא, אולי יחוס עס וועט וואקסן אביסל שנעלער, אפשר וועט מען קענען אהיימגיין מיט אפאר טעג פריער,

די שמחות אין אמעריקע מוז ער ליידער פארפאסן, אדער מיטהאלטן מיט (one way) זאאם, עס איז ווייט פון בע'טעמ'ט צו הערן ווי מ'רופט אים אויס צו מצוה טאנץ, און ער מיז נעמען זיין אייגענע גארטל, און עס צובינדן צו א הענטל פון א טיר, און אזוי טאנצן אהין און צוריק....

איז עס דען נישט די שווערסטע מצוה אין די תורה?
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 4 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
קלוגע יודל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 610
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 21, 2015 12:40 am
האט שוין געלייקט: 141 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 329 מאל

שליחה דורך קלוגע יודל »

פיין אראפגעלייגט!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

האט מיר געקאסט א שמייכל, אבער איך בין נישט אזוי זיכער אז יענע צייטן איז מען געגאנגען מיט לאנגע בארד און פיאות, אויך איז דא א רומער אז אין יענע צייטן ביי די חתונות איז נאך נישט געווען קיין פיקטשערס..

איינער פון מיינע מלמדים האט געזאגט כ'מיין בשם ווילנער גאון זצ"ל, אז די שווערסטע מצוה אין די תורה איז "והיית אך שמח", 7 טעג+ (לרבות יו"ט האחרון) זאל מען זיין פרייליך און נישט פאר איין רגע זיין באבלאזן, גערעגט, דעפרעסד, מוטלאז, נערוועז, וכו'...
וירח ה' את ריח הניחוח
בן עיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 9:42 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך בן עיר »

פאר ר' נטע איז עס טאקע מסתם פון די שווערסטע מצוות אבער אנדערע וואס ווילן שערן די בארד האבן געקענט האבן א תירוץ, ווען מזעהט זיי מיט א געשוירענע בארד זאגן זיי איך שער נישט סתם אזוי די בארד נאר איך האב לעצטנס גערעדט לשה"ר און באקומען א נגע האב איך געמוזט זיך שערן
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

בן עיר האט געשריבן:פאר ר' נטע איז עס טאקע מסתם פון די שווערסטע מצוות אבער אנדערע וואס ווילן שערן די בארד האבן געקענט האבן א תירוץ, ווען מזעהט זיי מיט א געשוירענע בארד זאגן זיי איך שער נישט סתם אזוי די בארד נאר איך האב לעצטנס גערעדט לשה"ר און באקומען א נגע האב איך געמוזט זיך שערן

גערעכט, אבער ער וועט זיך מיזן גענצליך שערן די האר פןן קאפ, (אהן קיין טשופ) און ער וועט זיך אויך מוזן שערן די אויגן ברעמען, א זאך וואס כ'מיין אז רוב עולם וויל נישט טון
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

שמעקעדיג האט געשריבן:האט מיר געקאסט א שמייכל, אבער איך בין נישט אזוי זיכער אז יענע צייטן איז מען געגאנגען מיט לאנגע בארד און פיאות, אויך איז דא א רומער אז אין יענע צייטן ביי די חתונות איז נאך נישט געווען קיין פיקטשערס..

איינער פון מיינע מלמדים האט געזאגט כ'מיין בשם ווילנער גאון זצ"ל, אז די שווערסטע מצוה אין די תורה איז "והיית אך שמח", 7 טעג+ (לרבות יו"ט האחרון) זאל מען זיין פרייליך און נישט פאר איין רגע זיין באבלאזן, גערעגט, דעפרעסד, מוטלאז, נערוועז, וכו'...

מיין עיקר נקידה איז געווען צו ממחש זיין די ענין פון נגעים ווען עס וואלט ווען געווען היינט, נישט וויאזוי עס איז געווען אמאל,
אגב פיאות ווייס איך נישט, אבער א בארד איז אמאליגע צייטן געווען אין סטייל אפילו ביי די גוים

בנוגע די מימרא פונעם גאון, איז לכאורה אמת אז והיית אך שמח איז אסאך שווערער בפועל מקיים צו זיין ווי זיך שערן, (מען נעמט א מאשין און ביז צוויי מינוט איז אלעס פארטיג) אבער אין נסיון המחשבה און עס נישט צו וועלן טון, איז זיך שערן לכאורה די די שווערסטע
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
יין שרף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2570
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 27, 2013 7:11 pm
געפינט זיך: ביים שוויגער...
האט שוין געלייקט: 4803 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3340 מאל

שליחה דורך יין שרף »

נישט אזא נסיון בזמנינו, תגלגל בגלגולת microblading ותמצא נחת
כאפט א גלעזל וואדקע ווילאנג איר וועט נאך לעבן...

מיין לייק איז אזוי ווי די הכשר פון התאחדות..
באניצער אוואטאר
קבצו זקנים
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יאנואר 12, 2022 12:12 pm
האט שוין געלייקט: 2 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 82 מאל

שליחה דורך קבצו זקנים »

אין שמואל ב קאפיטעל י שטייט די מעשה ווי דוד המלך האט געשיקט חברת ניחום אבלים פארן חנון דער קעניג פין עמון אלס אן הכרת הטוב אז דער טאטע פונעם חנון האט געראטוועט זיינס א ברודער בשעת מואב האט אויסגעהארגנט דוד׳ס טאטען מאמען אין אלע זיינע ברודערס אחוץ דעם איינעם וואס איז אנטלופען צי עמון אין עמון האט נישט ארוסגעגבן דעם פליכטלינג. די עמונים האבן גע׳עצהט דעם חנון אז יידען דארפן דאך פיינט האבן עמון טא וואס מאכן די ׳חברת ניחום אבלים׳ דא? זיי זענען זיכער מרגלים און די עמונים האבן זיי צוריסען די קליידער און אפגעשוירען די האלבע בארד צי זיי פארשעמען און זי האבן זיך געשעמט צי קימען אהיים אין זענען געבליבן אינדרויסען ביז די בארד איז צוריק גיוואקסען.

וַיְהִי אַחֲרֵי כֵן וַיָּמׇת מֶלֶךְ בְּנֵי עַמּוֹן וַיִּמְלֹךְ חָנוּן בְּנוֹ תַּחְתָּיו׃ וַיֹּאמֶר דָּוִד אֶעֱשֶׂה חֶסֶד  עִם חָנוּן בֶּן נָחָשׁ כַּאֲשֶׁר עָשָׂה אָבִיו עִמָּדִי חֶסֶד וַיִּשְׁלַח דָּוִד לְנַחֲמוֹ בְּיַד עֲבָדָיו אֶל אָבִיו וַיָּבֹאוּ עַבְדֵי דָוִד אֶרֶץ בְּנֵי עַמּוֹן׃ וַיֹּאמְרוּ שָׂרֵי בְנֵי עַמּוֹן אֶל חָנוּן אֲדֹנֵיהֶם הַמְכַבֵּד דָּוִד אֶת אָבִיךָ בְּעֵינֶיךָ כִּי שָׁלַח לְךָ מְנַחֲמִים הֲלוֹא בַּעֲבוּר חֲקֹר אֶת הָעִיר וּלְרַגְּלָהּ וּלְהׇפְכָהּ שָׁלַח דָּוִד אֶת עֲבָדָיו אֵלֶיךָ׃ וַיִּקַּח חָנוּן אֶת עַבְדֵי דָוִד וַיְגַלַּח אֶת חֲצִי זְקָנָם וַיִּכְרֹת אֶת מַדְוֵיהֶם בַּחֵצִי עַד שְׁתוֹתֵיהֶם וַיְשַׁלְּחֵם׃ וַיַּגִּדוּ לְדָוִד וַיִּשְׁלַח לִקְרָאתָם כִּי הָיוּ הָאֲנָשִׁים נִכְלָמִים מְאֹד וַיֹּאמֶר הַמֶּלֶךְ שְׁבוּ בִירֵחוֹ עַד יְצַמַּח זְקַנְכֶם וְשַׁבְתֶּם׃

דער רלב״ג איז מסביר איז אויב דעמאלס וואלטן מענטשען זיך גישוירען די בארד איז דא אן עצה צי שוירען די אנדערע האלב.
רלב"ג: כדי לנוולם וזה לאות שלא היה מנהגם לגלח זקנם שאם היו מגלחים זקנם היה אפשר להם להסיר הבשת מעליהם בשיגלחו הנשאר מזקנם:

און דער רד״ק זאגט אז דאמאלס האט מען זיך נישט גישוירען ווי היינטציטאג (בזמן הרד״ק).
רד"ק: עד יצמח זקנכם. ולא אמר לגלח החצי האחר כי לא היה מנהגם לגלח הזקן ואפילו במספרים אלא השפם לבד אלא אם כן משום צער ואבל כמו שאמר מגולחי זקן וקרועי בגדי' וחרפה הוא גלוח הזקן אלא שנהגו כן באלה הארצות אשר אנחנו שם:

לכאורה קענען זיי שערען אללע הארען אין זאגען אז זיי זענען מצורעים! זעט אויס די בישע צי זיין א בעל לשון הרע איז דאמאלס גיווען גרעסער ווי צי זיין אפגעגאלט.

אפשר איז גאר דא אפילו דער מקור צי זיך שערען די בארד אז משרבו בעלי לשון הרע זענען אסאך גיווען אפגעגטלט אין סיז געווארן א נוי סטייל.

אינטערעסאנט איז צי מאכן א נייעם אשכול אין דעם נושא מיט דוגמאות פין גדולי עולם וואס האבן אפגישוירען זייער בארד אזוי ווי דער העיליגער רמ״ע מיפאנו אבי המקובלים.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

וירח ה' את ריח הניחוח
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

געגנבעט אדער עצי איז פעמון?
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

חתם סופר האט געשריבן:געגנבעט אדער עצי איז פעמון?

פעמון איז איינע פון מיינע ניקים דארט... גלוי... :? :o ;)
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

רוב בגזל ומיעוט בעריות והכל בלשון הרע בלשון הרע סלקא דעתך אלא באבק לשון הרע:
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

עצי שטים האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:געגנבעט אדער עצי איז פעמון?

פעמון איז איינע פון מיינע ניקים דארט... גלוי... :? :o ;)

איך האב געוואלט אז די אידן וואס דרייען זיך נישט אויף די טמא'נע אייוועלט, זאלן עס אויך קענען ליינען...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט