[justify]א פרישער ספר איז ערשינען נישט לאנג צוריק, מיט'ן נאמען "לא ביקשתי לבוא לעולם".
דער ספר איז ארום 240 בלעטער און אנטהאלט די יסודות פון משנתו של הרב מאניס פריעדמאן, [ברודער פונעם זינגער אברהם פריעד(מאן) און פאטער פונעם זינגער בעני פריעדמאן], צו פארשטיין געבן דעם "תכלית בריאת האדם".
דער ספר איז אפגעשריבן דורך ד"ר אלעד בן אלול, א געווארענער תלמיד פון ר' מאניס. אלעד האט זיך באקענט מיט די געדאנקען פון ר' מאניס דורך יוטיוב ווידעאס צו וואס ער האט זיך צוגעהערט, און דורכדעם איז ער פערזענליך נאנט געווארן מיט ר' מאניס און זיין לעבן איז געטוישט געווארן צו א באדייטפולן אידישן לעבן.
זייענדיג שטארק אויסגעקאכט במשנת הרב מאניס האט ער אינאיינעם מיט'ן משפיע אפגעשריבן אסאך הויפט געדאנקען און דאס ארויסגעגעבן אין א ספר וואס איז דא צו באקומען אויף אמאזאן.
הרב מאניס פריעדמאן איז א באקאנטער ליובאוויטשער הוגה דעות און משפיע שוין יארן לאנג. אויסער וואס ער איז בפועל אן אקטיווער חב"ד שליח איז ער אן אויסגעקאכטער פילאזאף, אזוי צו זאגן, און זיינע שיעורים און השקפה איז א געמיש פון, מחשבה, פילאזאפיע און חסידות.
איינס פון די הויפט יסודות פון הרב פריעדמאן איז לגבי דער שייכות פונעם בורא יתברך מיט די נבראים. דאס איז, אז דער אויבערשטער האט באשאפן די בריאה, וויבאלד "דער אויבערשטער כביכול 'דארף' אונז". און מיר דארפן "רחמנות" האבן אויפ'ן אויבערשטן און אים משמח זיין דורכ'ן אים דינען. דאס איז איינס פון די הויפט יסודות פון ר' מאניס און דער הויפט יסוד אינעם דערמאנטן ספר, באגלייט מיט מקורות און מראי מקומות, מייסטנס פון זיי ספרי חב"ד און אנדערע ספרי חסידות.
פון דא קומט ער צו, אז אידישקייט איז נישט קיין "דת". א "דת" איז מבטיח הטבות, א "דת" איז געבויט אויף "איומים". דת איז מחייב. אבער אידישקייט איז בכלל נישט דאס. נאכמער, דער אויבערשטער האט באשאפן די בריאה נאך פאר די נבראים האבן עקזיסטירט. ממילא קומט אויס אז דער אויבערשטער כביכול האט צרכים און רצונות, און מיר נבראים זענען דא אים צו דינען און צו ערפילן "זיינע" רצונות.
"עס קען טאקע זיין אז רוב פון אונז זענען בכלל נישט נייגעריג געווען צו געבוירן ווערן און אראפקומען אויף דער וועלט. דאס איז אמת. על כרחך אתה חי. דער אויבערשטער האט דיר אראפגעברענגט ווייל "ער" האט אזוי געוואלט, פאר "זיין רצון". נאר וואס דען? דער אויבערשטער איז אונז "מזמין" אז מיר זאלן ערפילן זיינע רצונות. מיר זאלן היטן שבת, לייגן תפלין און ממלא זיין זיינע רצונות".
"אידישקייט" לדבריו, איז נישט קיין "דת", נאר א "חק". אידישקייט איז קיום רצונו יתברך. און לדבריו איז דאס דער אפטייטש פון "אמונה". גלייבן אז דער אויבערשטער כביכול איז תלוי אין אונז. ער דארף כביכול צוקומען צו די נבראים די תחתונים.
מיט דעם יסוד איז בעיקר פארנומען אינעם ערשטן העלפט ספר, און לאור כל זה פארט ער דערנאך אריין אין פרטים מבאר צו זיין ימים טובים, ימות המשיח און אזוי ווייטער.
*
נאך די הקדמה צום ספר וואס דער ארויסגעבער שרייבט, שרייבט אויך ר' מאניס א הקדמה און דארט ברענגט ער א שטיקל מעשה וואס אילוסטרירט די געדאנקען-גאנג פונעם ספר.
אין קורצן שרייבט ער, אז אלס שליח חב"ד אין מינאסאטע איז אים אויסגעקומען צו באזוכן אין שפיטאל א פערצן יעריג קינד וואס האט געהאלטן ביים זיך נעמען דאס לעבן. ר' מאניס האט אנגעהויבן צו שמועסן מיט'ן קינד, אבער דאס קינד האט נישט רעאגירט. שפעטער ווען ר' מאניס האט ווייטער פראבירט צו רעדן צום קינד, האט זיך דאס קינד אנגערופן: פארוואס זאלסטו נישט אהיימגיין? דער כומר איז שוין דא געווען. פרעגט אים ר' מאניס: נו, וואס האט דער כומר געזאגט? "משהו מטומטמם" ענטפערט דאס קינד. "דער כומר האט מיר געזאגט אז ס'איז נישט כדאי מיך צו הרג'נען ווייל דער גאט מיר ליב".
האט אים ר' מאניס געזאגט: "איך בין מסכים מיט די דיר, דאס איז באמת מטומטם. איך קען נישט זען פארוואס דער אויבערשטער זאל דיר ליב האבן, ביסט א נערוועז קינד וכו'." האט אים רבי מאניס מסביר געווען, אז דער אויבערשטער האט אים באשאפן ממילא קוקט אויס אז עס איז דא עפעס וואס נאר דו קענסט אויספירן. דער אויבערשטער האט דיר נישט ליב, ער איז פשוט 'סטאק מיט דיר'.
מיט דעם ברענגט ער ארויס, אז דאס וואס דער כומר האט געזאגט פאר קינד איז באמת דברי טפשות. ווייל פארוואס זאל דאס קינד ווייטער וועלן בלייבן ביים לעבן נאר וויבאלד גאט האט אים ליב? וואס בין איך שולדיג אז יענער האט מיר ליב און וויל מיר, דערפאר מוז איך בלייבן ביים לעבן? נאר וואס דען, ס'איז דא עפעס א העכערע תכלית אין לעבן, מיר זענען אסאך וויכטיגער פון דעם אז מיר דארפן ליבשאפט. דער אויבערשטער האט אונז באשאפן מיט אונזערע צרכים, וויבאלד גענוי אזוי דארף אונז דער אויבערשטער.
*
פאר מיר פערזענליך איז דאס אלעס נישט אזוי ווייט געווען עפעס אויסטערלישע חידושים, ווייל דער יסוד איז א גאנגבארע ביי פריערדיגע פון אים. נאר ר' מאניס איז דאס שטארק מגשם און ברענגט דאס אראפ ביז אונטן ממש, אזש ס'קען זיך ליינען מחודש'דיג און שטארק קאנטערווערסיאל.
לדוגמא, ביי רבי עזריאל טויבער זצ"ל איז דאס אויך געווען דער הויפט יסוד. ער פלעגט אלעמאל רעדן דערפון און אלע זיינע ספרים זענען באזירט אויף דעם יסוד. אבער ער גייט דערמיט אסאך איידעלער און הייליגער, ווי באוואוסט פאר ווער עס קען תורתו של רבי עזריאל.
צוריק צום ספר. זינט דער ספר איז ערשינען האט דאס באקומען אסאך אויפמערקזאמקייט, ווייל כאטש וואס ווי ערווענט זענען די עצם יסודות און רעיונות באזירט אויף חז"ל און אויף ספרי חסידות, איז דאס אבער געשריבן געווארן מיט א שטיקל אקעדעמישע ברייטקייט און שטארק 2022'דיג, און וויבאלד למעשה איז דער יסוד עלול צו 'פארגרינגערן' פאר'ן מענטש הערנדיג אז: אקעי, די איינציגסטע זאך דא איז צו דערפרייען דעם אויבערשטן און איך מצד עצמי בין בסדר אזוי אויך? דעמאלט איז דאך דאס די בעסטע צו הערן... דערפאר האבן זיך אסאך אויפגעוועקט יעצט, און אסאך קויפן דאס און נעמען דאס ווי א "נייע מהלך" אינעם לעבן וואס ברענגט טאקע פאקטישע השלכות לטב ולמוטב. ווי איך בין אקעי, נאר דער אויבערשטער איז דער וואס דארף מיין עבודה. מצד עצמי וואלט איך נישט געדארפט היטן קיין שבת, נאר פשוט אים צופרידנצושטעלן היט איך שבת וכו'.
לאור די איידלקייט פון די רעיונות און די מושגים וואס ווערן אויסגעשמועסט אינעם ספר, איז נישט לאנג נאך וואס דער ספר איז ערשינען, טאקע אנטשטאנען א שטיקל קעגנערשאפט און מבוכה.
בעיקר האט זיך דער סומאטוכע ארום דער ספר אנגעהויבן ווען הרב אפרים כחלון האט צווישן זיינע שיעורים מקדיש געווען א שיעור איבער דעם דערמאנטן ספר. לדבריו איז דער ספר כפירה ממש און ניטאמאל דארף מען דאס גונז זיין, נאר גלייך ווארפן אין מיסט אריין.
למעשה זענען מענטשן געקומען צו אים מיט טענות הייתכן ער רעדט אזוי אויף א ספר וואס איז פיל מיט מראי מקומות און הייליגע מקורות, און אויב עפעס דארף מען דאס גונז זיין און נישט אריינווארפן אין מיסט. אויסערדעם איז מען באפאלן דעם הרב כחלון מיט טענות פרעגנדיג צי ער האט בכלל דורכגעליינט דעם גאנצן ספר איידער ער קומט ארויס אזוי שארף דערקעגן. דערפאר האט הרב כחלון זיך איינגעהאנדלט דעם ספר און דאס דורכגעליינט במשך זיבן שעה, און אין אנהויב פונעם צווייטן שיעור איבער דעם ספר האט ער זיך מתנצל געווען און געזאגט אז ער איז איבערגעגאנגען יעדן ווארט פון דעם ספר, און ריכטיג אז אין מיסט טאר מען עס נישט ווארפן ווייל עס אנטהאלט אסאך ציטוטים פון ספרי קודש, אבער א ספר כפירה איז דאס נאכאלץ און מ'דארף דאס גונז זיין.
כ'האב נאכנישט עספיעט אויסצוהערן די גאנצע צוויי שעה פון הרב כחלון, אבער זיינע עיקר טענות זענען קעגן ר' מאניס אז ער איז מגשם גאט און די כפירה איז, ווייל אויב דער אויבערשטער דארף צוקומען צו די עבודה פון אונז נבראים און תחתונים, מיינט דאס אין אנדערע ווערטער אז השי"ת כביכול איז א 'נצרך', און דאס מיינט אז דער אויבערשטער איז 'מוגבל' און האט א 'חסרון', ער איז נישט בשלימות וכו'. אזוי גייט ער אריבער ריזיגע חלקים פונעם ספר און ער צייגט אן מיט'ן פינגער די פאראגראפן וואס זענען לדבריו כפירה ממש.
לאור די דערמאנטע השמצות פון הרב כחלון קעגן ר' מאניס, האט זיך ר' יוסף מזרחי אויפגעוועקט. מזרחי האט שוין לאנג געלאזט וויסן בשער בת רבים אז ר' מאניס איז אויף זיין שווארצן ליסטע, און יעצט נאך די השמצות איז ער אויך ארויסגעקומען מיט זיין גאנצן שארפקייט קעגן ר' מאניס און באטיטלט אים אלס 'סנטה קלאוס', און ער שרייט אז ר' מאניס איז דער גרעסטער געפאר פאר די אידישע וועלט.
יעצט בלייבט נאר איבער צו שטיין אין א זייט און קוקן וויפיל ווייטערדיגע אויפברויז אדער פארקערט דער ספר וועט ברענגען.[/justify]
ספר "לא ביקשתי לבוא לעולם" פון הרב מאניס פריעדמאן
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
שכוח פארן אראפברענגען.
האסט מיר געמאכט לאכן (אדער וויינען). איך האב געלערנט אין תורה (דברים ז, יט): וְהָיָה אִם שָׁכֹחַ תִּשְׁכַּח אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ, וְהָלַכְתָּ אַחֲרֵי אֱלֹהִים אֲחֵרִים, וַעֲבַדְתָּם וְהִשְׁתַּחֲוִיתָ לָהֶם, הַעִדֹתִי בָכֶם הַיּוֹם כִּי אָבֹד תֹּאבֵדוּן. כַּגּוֹיִם אֲשֶׁר ה' מַאֲבִיד מִפְּנֵיכֶם כֵּן תֹּאבֵדוּן, עֵקֶב לֹא תִשְׁמְעוּן בְּקוֹל ה' אֱלֹקֵיכֶם.
האסט מיר געמאכט לאכן (אדער וויינען). איך האב געלערנט אין תורה (דברים ז, יט): וְהָיָה אִם שָׁכֹחַ תִּשְׁכַּח אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ, וְהָלַכְתָּ אַחֲרֵי אֱלֹהִים אֲחֵרִים, וַעֲבַדְתָּם וְהִשְׁתַּחֲוִיתָ לָהֶם, הַעִדֹתִי בָכֶם הַיּוֹם כִּי אָבֹד תֹּאבֵדוּן. כַּגּוֹיִם אֲשֶׁר ה' מַאֲבִיד מִפְּנֵיכֶם כֵּן תֹּאבֵדוּן, עֵקֶב לֹא תִשְׁמְעוּן בְּקוֹל ה' אֱלֹקֵיכֶם.
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 702
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 19, 2017 10:02 pm
- האט שוין געלייקט: 394 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 472 מאל
מרדכי מרדכי האט געשריבן:שכוח פארן אראפברענגען.
האסט מיר געמאכט לאכן (אדער וויינען). איך האב געלערנט אין תורה (דברים ז, יט): וְהָיָה אִם שָׁכֹחַ תִּשְׁכַּח אֶת ה' אֱלֹקֶיךָ, וְהָלַכְתָּ אַחֲרֵי אֱלֹהִים אֲחֵרִים, וַעֲבַדְתָּם וְהִשְׁתַּחֲוִיתָ לָהֶם, הַעִדֹתִי בָכֶם הַיּוֹם כִּי אָבֹד תֹּאבֵדוּן. כַּגּוֹיִם אֲשֶׁר ה' מַאֲבִיד מִפְּנֵיכֶם כֵּן תֹּאבֵדוּן, עֵקֶב לֹא תִשְׁמְעוּן בְּקוֹל ה' אֱלֹקֵיכֶם.
שווער דיר צו ענטפערן אין קורצן...
אדער קויף דעם ספר און זע וואס ער שרייבט באריכות דערוועגן, אדער קענסטו דא כאפן א שטיקל בליק דערוועגן ווי אזוי ער איז דאס מסביר אין קורצן
איסתרא בלגינא קיש קיש קריא
-
- היימישער באניצער
- הודעות: 586
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
- האט שוין געלייקט: 223 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל
דעם ספר פלאן איך נישט צי קויפן די קליפ האב איך יעצט געוואטשט איך קען אן נעמען זיין טעאריע פארוואס גאט האט באשאפן מענטשן אבער נישט אז אידישקייט איז נישט קיין רעליגיע
קען זיין אז איך בין פארכאפט אין אלטע קאנסעפציעס (איך האלט אז נישט), קען זיין.
קען זיין אז איך בין פארכאפט אין אלטע קאנסעפציעס (איך האלט אז נישט), קען זיין.
מיין 500'סטע תגובה
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924
https://www.kaveshtiebel.com/viewtopic. ... 24#p540924