שכנא ברוינשטיין ווערט פאַרראָטן און פליט פון ישיבה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

שכנא ברוינשטיין ווערט פאַרראָטן און פליט פון ישיבה

שליחה דורך ברוינשטיין »

אַ טויט שרעק איז געזעסן אין מיינע קישקעס און פאראורזאכט שווערע קרעמפן מיט קיצלנישען, דאָס לעצטע מאָל איך האָב אַזוי געשפירט איז געוועזן אויפן דענטיסט בעטל איידער דאָס נאָמב נאָדל האָט געגרייכט מיינע גומען, קאָנסענטראַציע איז אומעגליך און שטעלן א בלעכענעם פנים איז שווערליך. דער ראש הישיבה גייט היינט פאַרהערן די גאנצע פּרק אויף איין מאל, דער מנהל האָט שוין אַריינגעמורמעלט פאַר צוויי הויך ראַנגיגע בחורים אַז מיט דעם פאַרהער וועט ער באַשליסן ווער עס קומט יאָ צוריק קומענדיגע זמן און וועם מ'וועט פשוט דאַרפן זוכן אַ נייעם ישיבה. כ'האָב געשפירט ווי דער ארכי מערדער פאַר זיין פראָצעס און מיינע געדאַנקען זענען געלאָפן פון יאוש ביז אָנגעווייטאָגטקייט, כ'בין ממש נישט געווען צוגעגרייט פאַר דעם פאַרהער.

בשעת דער עולם האָט פאַרברענגט דעם מיטאָג מיט לאַכערייען און שפילערייען בין איך געזעסן אינעם ליידיגן לאָנטש רום אַ פאַרקלערטער, מאַכנדיג קריצן אויף די ווייסע טישטעכער מיט אַ פלאַסטישן מעסער, צייט האָט זיך נישט געריקט דער זייגער אויפן וואַנט איז געווען ווי פּאַרלעזירט אַזש איינשטיינס טעאָריעס וואָלטן צוזאַמען געבראָכן ווי דער טיטאַניק, דער איינציגער אחוץ מיר אינעם חדר האוכל איז געווען דער היספאַנישער גוי, ער האָט פרובירט צו מאַכן זיינע געווענליכע וויצן א שטייגער ווי אויפווישן די ערד אינטער מיינע פיס צוואָנציג מאָל אָדער שרייען "יאָו מאַריקאָן" אבער דעי אָרל האָט גערעדט צו אַ טויטע קערפער מיט לעבעדיגע פאַרוואָגלענישן.

צוזאַמען געבראָכן און אָנגעלאַנט אויפן וואַנט האָב איך אָנגעהויבן "פאַנטאָזירן" ווי מיין טאַטע רופט מיך אריין אין זיין ספרים צימער ווען אין די זעלבע צייט שטייט מיין מאַמע ביים טיר מיט פאַרזויערטע אויגן, מיין טאַטע וועט זיין אזוי אומגערישט ער וועט פשוט ארויסגיין פון די גלייזן, כ'האָב אָנגעהויבן קלערן וויאַזוי ס'וועט אויסזען די סצענע אויב ער האַלט אינמיטן געבן חתן שעורים ווען די נייעס קומט אָן צו זיינע אויערן, זיין ווייכע פנים וועט ווערן אין רויטע פאַרבן און זיין באָרד וועט ער ארויסנעמען פון זיין רעקל, כ'האָב געציטערט פון די בושות'דיגע פנים מיט וואָס איך וועל בלייבן שטיל פאַר שרעק, ס'איז עפעס וואָס קיין איין בחור וויל זיך נישט פאָרשטעלן אָבער ביי מיר איז דאָס פילפאַכיג ערגער וויבאַלד מיין טאַטע איז גאָר אַ רעספעקטירטער פערזענליכקייט און איבערהויפט מיינט ער נאָך אַז איך בין פון די בעסטע בחורים אין ישיבה, אויב מ'וועט מיך טאַקע ארויסוואַרפן וועט זיין תשעה באב אין מיין הויז, איך וועל נישט קענען קוקן מיין טאַטע אין די אויגן. כאָטש איך בין געווען ווייט פון אַ גוטע בחור איז אָבער מיין לבוש געווען זייער חסידיש, כ'האָב זיך ניטאַמאָל דערוואגט צו קלערן פון טוישן עפעס, ווייל איך האָב געוואוסט אז דאָס וועט באַדערן מיין פאָטער זייער שטאַרק, מיינע גלעזער זענען געווען גאָר פשוטע און מיין שעור פיאות איז געווען שיין גרויס און רינדעכיג, אַ בערדעלע האָט אנגעהויבן שפראָצן פון אונטער מיינע פיאות און בין הזמנים פלעג איך גיין אַ כאַלעטל.

מיין יונגע ווילדע קאָפ איז אויפגעקומען מיט אַ מוח-שטורעמדיגע פלאַן, ס'איז פינף מינוט פאַר מנחה און איך האָב באַשלאסן אַז מ'גייט עס נאָגלען. כ'בין אריין אין בית המדרש, זיך געזעצט מער צום אויבן-אָן און אָנגעהויבן זאָגן קרבנות מיט א פשטות און תמימות ווי כאילו איך בין אַן עלטערע ברסלבע אידל, זיך געשאָקלט פאַמעליך און ברוינשטיין'ס קול האט זיך געהערט איבער'ן גאנצן בית המדרש, שמונה עשרה האָב איך אָפגעראָכטן ווי דער בעל שם הק' אליינס, כ'האָב אויסגעטרויטן צוזאמען מיט דער בעל תפילה, גלויבט'ס מיר אַז כ'האב באמת געדאַווענט, כ'האָב אינזין געהאט יעדעס וואָרט, כ'האָב בעיקר געהאָפט אַז דאָס וועט מעגליך איבערדרייען די מיינונג פונעם מנהל אויף מיר, ס'איז מיר נישט אָנגעגאַנגען פון די עטליכע וואָס האָבן געלאַכט ביי די זייטן וויסנדיג אַז דאָס קען זיין אַ שליסל פאַר קומענדיגע זמן. נאָכן שטייטלעך ענדיגן בַּיּוֹם הַהוּא יִהיֶ' ה' אֶחָד וּשְׁמוֹ אֶחָד הויך אויפן קול האָב איך זיך ארומגעדרייט ערוואַרטנדיג צו מאַכן עפעס אויגן קאנטאַקט מיטן מנהל, אָבער צו מיין באַדויער איז דער מנהל נישט געקומען היינט צו מנחה... כ'האָב כמעט געוויינט.


אַ שטילשטאַנד איז אָנגעפאַלן דאָס גאַנצע צימער מען האָט נאָר געהערט פונעם פענסטער ווי פייגלעך טשיפשען אינדרויסן, דאָ דאָרט האָט זיך נאָך די שטילקייט איבערגעריסן ווען איינער פרובירט צו גראָד מאַכן זיין טיש און דער ביים צווייטן עק טיש שלעפט צוריק מיט בליקן, דער עולם זיצט איבערגעבויגן העכער די גמרות מיט די הענט אויפן טיש, רוב עולם אריינגערעכנט איך האָט זיך נישט געוואגט צו "טשידן" אָבער איין שעפערישער יאָקל האט יאָ באַוויזן איבערצוקומען די פחדים און האָט אויפגעהאָנגען תירוצים צעטלעך אויף די אָנלאַנער פון די באַנק וואָס זיצט פאָרנט פון אים, דער ראש הישיבה איז געווען אַן עלטערע איד, אַ קראַך היט מיט געקניפטע פיאות אויף די אויערן, זיין פנים איז געווען אַלט און פאַרקנייטשט גענוי ווי זיין בלויען רעקל, טראָץ זיין עלטער איז ער געוועזן ביים פולסטן זינען, זיין קאָפ האָט געאַרבייט ווי אַ קאָמפיוטער און אַ גאָר שאַרפע צינג האט ער געהאַט, ביי אַ מוסר דרשה פון אים האט מען געקענט שפירן די טעמפראַטור פון גיהנום און פארקערט אויך, ווען ער האָט געגעבן אַ קאָמפלימענט אָדער חיזוק האָט מען געשפירט די וואַרעמקייט אין די ביינער, יעדער האָט אים ארויפגעקוקט אלץ אַ תלמיד חכם און איינשטענדיגער פערזענליכקייט.

צום אַלעמענס שאָק האָט ער זיך נישט אראָפגעזעצט נאָר געהייסן איינער פון זיינע באַליבטע בחורים זאָלן אים צוברענגען אַ שטענדער, מ'האָט זיך געוואונדערט דערוועגן אָבער קיינער האָט נישט ארויסגעוויזן קיין שום מיינונג.

פופציג סעקונדעס זענען פאַרלאָפן אָבער הרב זילבערמאַן קוקט אהין קוקט אהער, די שטראַלן פון זיינע בליקן זענען געווען פיזיש געדעכט און די קאָנסעקווענצן האט זיך אנגעזען אויף יאָקל'ס פנים וועלכע איז געוואָרן בלאַס פון שרעק, 'דו פארשטייסט ניטאמאל וואָס עס שטייט אויף דיין טשידינג צעטל' האט זיך הרב זילבערמאן אָנגערופן, 'דיין פּלאַץ איז ניט דאָ!' האָט ער צוגעענדיגט, אבער נאָך איידער מ'האָט געקענט רעאַגירן אויף די באָמבע האָט ער געטייטעלט צו מיך: שכנא ברוינשטיין הויב אָן די משנה!

שכנא ב.: שנים אוחזים בטלית…

הרב זילבערמאן: ווער זענען די צוויי וועלכע כאַפּן אָן דאָס טלית? האָט ער געפרעגט, ווי כאילו ס'איז עפעס אַ טיפערע שאלה.

איך בין געוואָרן פרוסטרירט, נישט קענענדיג געהעריג טראַכטן בין איך געבליבן שטיל.

כוועיס נישט פארוואס דו זיצט בכלל דאָ אין ישיבה, פארוואָס קומסטו אין ישיבה? הא? שטילקייט, פאַרוואָס?!

די ווערטער ליגן נאָך צוגעקלעבט צו מיינע אויערן ביזן היינטיגן טאָג, כ'וועל דאָס קיינמאָל נישט פאַרגעסן. ער האָט בכלל נישט געהאַט קיין הויכע קול אָבער דאָך האָבן די ווערטער געשטאָכן מיינע טיפסטע סטרונעס און דאָרט געלאָזט אַ פלעק, מיין גוף איז געוואָרן געפרוירן און כ'האָב געקענט הערן מיין בלוט דורכשטויסן די אָדערן פון מיין קאָפ, ער האָט געוויזן זיין פינגער אויפן טיר, עס האָט געדויערט אַ סעקונדע ביז איך בין צוריקגעקומען צום באוואוסטזיין און זיך אויפגעשטעלט, מיט טענטאַטיווע טריט האָב איך אָנגעהויבן גיין אין ריכטונג פונעם טיר, אָבער מיין גאַנצע גוף איז פלוצלינג געוואָרן צוריקגעצויגן מיט אַ פעסטקייט ווען מיין כאַלאַט האָט זיך אריינגעכאַפט אין אַ באַנק, מער פון בושה איז געווען די שרעק…

אינעם קאָרידאר האָב איך באַגעגנט דעם מנהל, דאָס מאָל איז ער געגאַנגען אָן זיין הוט, דער מנהל האָט אָנגעכאַפט יאָקל'ס אַקסל און אים אריינגעגעבן אינעם זיבעטן ריפ אריין, ער האָט אויפגעהויבן זיינע אויגן צו מיך און געוויזן מיט זיין האַנט איך זאָל מיך דערנענטערן און געוויזן פאַר יאָקל ער זאָל גיין אין אַ זייט. שכנא, האָט מיר דער מנהל אנגעהויבן זאָגן, איך ווייס באמת נישט וואָס צו טון מיט דיר, וואָס זאָל איך זאָגן פאַר דיין טאַטע? האַ? איך בין געשטאַנען פרוסטרירט און נישט געקענט ארויסרעדן קיין וואָרט. הער אויס שכנא, יאָקל קומט שוין נישט צוריק דאָ, אָבער מיט דיר האָב איך נאָכנישט באַשלאָסן וואָס איך וויל טון, אָבער יעצט אויפן מינוט קענסטו נישט בלייבן דאָ אינעם בנין הישיבה, אַז דער ראש הישיבה האָט דיר געזאָגט צו גיין דאַרפסטו גיין.

ס'איז וויכטיג צו באַטאנען אַז דער מנהל איז נישט געווען קיין שלעכטער, ער איז געווען מער פון אַ יונגערע סאָרט און ער האָט אלץ פרובירט צו זיין ווייך און צוגעלאָזן, איך האָב געקענט זעהן ווי עס קומט אים אָן שווער צו רעדן אזעלכע שטרענגע דיבורים. דער מנהל איז געבליבן שטיל פאַר עטליכע סעקונדעס און אראָפגעלאָזט זיין קאפ אַ פאַרקלערטער. שכנא, האָט ער זיך אָנגערופן, ווייסטו וואָס, קודם גיי אַרויס און זעץ זיך אריין אין עפעס אַ בית המדרש, שפעטער ביינאַכט קום צוריק צו מיר און כ'וועל זעהן וואָס איך קען אויסאַרבייטן, דו דאַרפסט פאַרשטיין אַז דער ראש הישיבה איז זייער אומצופרידן פון דיר, אָבער כ'וועל אים פרובירן צו איבעררעדן.

וואָס האָט דיך דער מנהל געזאָגט? האָט יאָקל געפרעגט נייגעריגעהייט זייענדיג אינדרויסן אינאיינעם. ער האָט געזאָגט אַז קודם זאָל איך גיין אין אַ בית המדרש און שפעטער ביינאַכט וועט ער פרובירן צו אויסאַרבייטן עפעס צווישן מיך און די ראש הישיבה. יאָקל'ס אויגן זענען געווען פארוואָלקנט מיט אַן איינגעהאַלטענעם געוויין, זיין האַלז איז געווען ווי פאַרשטאָפט, יאָקל האָט זיך געשטאַרקט און ארויסגעזאָגט דאָס פאָלגענדע ווערטער, דער מנהל איז אַ "דאָבּל פעיסער", ער האָט דיך פיינט! (היינט צוטאָגס פארשטיי איך שוין אַז יאָקל איז פשוט געווען אָנגעווייטאָגט וויבאַלד מ'האָט אים ארויסגעוואָרפן אויף אייביג). מיך האָט ער געזאָגט די זעלבע זאַך, האָט יאָקל מיר ליגנט געזאָגט.

די גאַס האָט אויסגעזעהן ווי אַ געווענליכן זינטאָג אינמיטן טאָג, מאַמעס האָבן געשטופט וועגעלעך אויף אַלע זייטן גייענדיג שאַפינג, איך און יאָקל זענען געשטאַנען אינמיטן די געווירבל נישט וויסנדיג ווי אונז ווילן גיין. אויף איינמאל האט יאָקל זיך גענומען גיין, אויף מיין פראַגע ווי אהין ער גייט האָט ער מיך געזאָגט 'וועסט שוין אַלעס באַלד זעהן', אַדורך שפאַצירנדיג פילע געשעפטן אינדרויסן פון די היימישע געגנט האָט זיך יאָקל אָפגעשטעלט אינפאָרנט פון אַ "ווערייזאן" געשעפט, ער האָט געקוקט אַלע זייטן און דאַן געעפנט די טיר פון געשעפֿט. ביסט משוגע!? האָב איך אויסגעשריגן, איך טראָג אָפ פון דאָ, אָבער יאָקל האט מיר געוויזן מיט אַ האַלבע קנייטש אויפן לינקע זייט פון זיין פנים, מאַך זיך נישט צו טון פון גאָרנישט, קיינער גייט נישט וויסן, האָט ער געזאָגט. יאָקל איז געווען כיטרע און קלוג (אויך האָט ער געליטן פון גייסטישע פראָבלעמען אזויווי איך ווייס שוין היינט) ער איז געקומען פון אַ צעבראָכענע משפחה און ער האָט געהאַט אַסאַך ווייטאָג אין האַרץ.
איך בלייב אינדרויסן, האָב איך געזאָגט, אַז דו ווילסט קויפן אַ סמאַרטפאון האָט עס גאָרנישט מיט מיך. כ'האָב געוואַרט אינפאָרנט פונעם געשעפט אומגעדולדיג, ווי אויך בין איך געווען אנגעצויגן איבער דעם פאַקט אַז איך שטיי אין א גוי'שע געגנט אינדרויסן פון אַ "ווערייזאן סטאר".

יאָקל'ס קליינע פנים האט אנפלעקט א צינישע שמייכל, מיט איין האַנט האַלט ער די האַרטע שאַפינג בעג די צווייטע האַנט דרייט זיינע אויסגעפליקטע קליינע פיאות פאַר אָנגעצויגנקייט, אונז האָבן אַריינשפאַצירט אין אַ דערנעבנדיגע פאַרק ווי יאָקל האָט אָנגעהויבן עפענען די שאַכטל פונעם כלי. ביסט נישט נאָרמאַל, מענטשן קענען זעהן! האָב איך אים געזאָגט, קיינער זעהט נישט, מאַך דיך נישט משוגע! האָט יאָקל צוריק געענטפערט.

וויפיל אזייגער וועסטו זיך טרעפן מיט די מנהל? האָט יאָקל געפרעגט, אַכטע, האב איך געזאָגט. יאָקל האָט געעפנט די פאון און ארומגעשפילט מיט די "סעטינגס" פון די נייע פאון.

איך מוז אהיימגיין, כ'האָב אַן "עפוינטמענט" האָט יאָקל פלוצלינג געזאָגט, דערביי האט ער געגעבן אַ שליידער אַריין די סמאַרטפאון אין מיין כאַלאַט טאַש זאָגענדיג אַז ער קען בשום אופן דאָס נישט האָבן אויף זיך בשעת די "עפוינטמענט". ביסט פאררוקט! האָב איך אים געזאָגט אויפגערעגטערהייט, נעם עס צוריק! ביסט נישט נאָרמאַל, איך קען עס נישט נעמען צו די עפוינטמענט, מיין מאַמע גייט דאָרט זיין האָט יאָקל געלויטעט. נו, וואָס איז די פראָבלעם? זי גייט עס נישט באַמערקן, האָב איך אויפגעברענגט אַ גערעכטע טענה. ווייל אַזוי! האָט יאָקל שאַרף צוריקגעזאָגט מיט שטאַרקייט. ניין, הער אויף, סטאַפ! האָב איך געשריגן אַ פאַרלוירענער, האַלטנדיג דעם כלי אין מיין ציטערדיגע האַנט בשעת וואָס יאָקל'ס האַנט איז צוזאַמגעלייגט און פאַרשלאָסן. ווייסטו וואס! כ'וועל דיך באַצאָלן מיט אַ קאַרטן סיגערעטס, האָט יאָקל פאָרגעשלאָגן. דאָס האָט געמיינט פאַר מיך אַסאַך, קיין סאַך געלט פלעגט מיין טאַטע מיך נישט געבן און איך בין מכלומישט געווען עדיקטעט צו ניקאטין, כ'האָב אָנגעהויבן קווענקלען צו עס לוינט זיך, יאָקל האָט זיך אָנגערופן: אָקעי כ'וועל דיך אויכעט אויסצאָלן אַ לאָנטש איין טאָג, דערביי האָט ער אַוועקגעשטופט מיין האַנט אין וועלכע עס ליגט זיין סמאַרטפאון און איך בין איינגעגאַנגען אויפן אָפמאך.

פינף מינוט פאַר אַכט האָב איך שוין געעפנט דעם טיר פון ישיבה, כ'בין שנעל אריין אינעם בית הכבוד און ווידעראַמאָל זיכער געמאַכט אַז דער סמאַרטפאון איז גוט פאַרפאַקט אין אַ שאַפינג בעג, דערנאָך בין איך אַרויף די שטיגן צום אויבערשטן שטאָק ווי עס געפונען זיך די אָפיסעס, דאָס אָנגעצויגנקייט אין מיין בויך האָט מיך ממש פאַראיבלט פונעם לעבן, כ'האָב געוואוסט אַז יעצט איז די גורל אויב איך קען בלייבן אין ישיבה..

דאָס אַלט ראָסטיג ברוינע טיר האָט געהאַט אויף זיך אַ גאָלדענעם טאָוול אין דעם אריינגעקריצט 'ראש הישיבה', מיינע אויגן האָבן נישט אויפגעהערט צו קוקן אויף דעם, און אַ וואַסער-פאַל פון מחשבות האָבן באַגאָסן מיין יונגען מוח. ס'איז געוועזן שטיל אָבער פון אינטער דעם טיר האָב איך געקענט הערן ווי דער ראש הישיבה און דער מנהל רעדן זיך צענויף, איך האָב זיך אָנגעשטרענגט און געגעבן אַ קלאַפ אויפן טיר און איבערגעהאַקט דאָס שמועס פון אינעווענדיג, כ'האָב געהערט ווי אַ בענקל ריקט זיך און פיס-טריט דערנענטערן זיך צום טיר.

דער צוגעלאָזענע פנים פון הרב זילבערמאן האָט מיך עטוואָס באַרוהיגט. שכנא, זעץ דיך אַראָפּ לאָמיר אַביסל זיך אויסשמועסן! כ'האָב אזוי געטון און זיך האַלבוועגס אַראָפגעזעצט אויף אַ זייטיג בענקל און ניטאַמאָל אויפגעהויבן מיין כאַלאַט נאָר אים געלאָזט זיצן צוקוועטשט אינטער מיך. שכנא, איך וויל דו זאָלסט פאַרשטייו אַז מיר ווייסן אַז דו שטרענגסטן זיך אָן צו זיין גוט, האָט דער מנהל איבערגענומען דאָס וואָרט, מיר האָבן דיך געמוזט ארויסשטעלן פון ישיבה פאַר עטליכע שעה אָבער איך מיין אַז דו האָסט געכאַפט דעם מעסעדש און דו וועסט זיך אַביסל אנטערגאַרטלען ניין? אי"ה אוודאי, האָב איך צוריק געזאָגט נאָך זייענדיג אונטער שאָק פונעם פריינטליכן אויפנאַמע, אַנדערש ווי איך האָב מיר געראָכטן. "זאָלסט וויסן אַז דו האָסט באמת אַ חשוב'ען טאַטן ארויפצוקוקן אויף", האָט דער ראש הישיבה צוריק איבערגענומען דאָס וואָרט.

I love it when you call me Señorita
I wish I could pretend I didn't need ya
But every touch is ooh-la-la-la
It's true la-la-la

מיינע הענט האָבן ספאָנטאַן געגעבן אַ כאַפ אָן דעם כאַלאַט טאַש אזויווי אַ טאַטע וועלכע פרובירט צו צושטאָפן דאָס מויל פון אַ קליינע יונגל וועלכע זאָגט מיאוס'ע ווערטער, כ'בין געוואָרן ווייס ווי שניי און געשפירט נאָדלעך שטעכן מיינע זייטן, דער ראש הישיבה און דער מנהל זענען אויך געשטאַנען פאַרגליווערט נישט באַגרייפנדיג וואָס אַקורשט שפּילט זיך אָפ...

דער נעבעכדיגער LG סמאַרט פאון האָט זיך בכלל נישט צו טון געמאַכט פון דער גאַנצע כאַאָס, נאָר געשריגן ווייטער אויף די העכסטע טענער אין דעם קליינעם שטילן אָפיס.

Ooh, when your lips undress me
Hooked on your tongue
Ooh, love, your kiss is deadly
Don't stop

געב דאָס שוין אַהער! האָבן זיי ביידע כאַסיג געשוימט פאַר אויפברויז, לעש עס אויס! לעש עס אויס! דע גאַנצע בנין קען דאָס הערן, האָט דער מנהל געמאַכט קולות ווי אַ טשיקן, געב עס דעי רגע אַהער! ס'איז נישט מיינס.. האָב איך אָנגעהויבן שטאָלפּערן, תירוצים העסטו ענטפערן פאַר דיין באַבעס קאַץ, האָט ער זיך זעלבסט איבערגעשריגן מיט אַ בלויען פנים, פוי! דו שעמסט זיך נישט? דו? כ'האָב נישט געוואוסט אַז אינטער אַזאַ חסידישער פנים באַהאַלטן זיך אַ חוטא ומחטיא את הרבים, גיי ארויס פון דאָ! שוין! יעצט! גיי, גיי!...

ווען איך בין אַרויס פון אָפיס האָב איך ניטאַמאָל צוגעלייגט קאָפ צו די צענדליגע בחורים וועלכע זענען געקומען צו לויפן צום געטומל און שישקענען זיך צווישן זיך, איך בין נישט געווען דערשראָקן, כ'בין געוועזן שוואַך, כ'האב געפילט ווי איך גיי חלש'ן, מיין קאָפ האָט געשווינדלט איך האָב געשפירט ווי ווערים שלענגלען זיך אין מיין מח.

אריינגייענדיג אינעם בית המדרש נעבן די ישיבה האָב איך גלייך געעפנט דאָס פאון און געקוקט וואָס דאָ האָט פאַסירט.

יאָקל האָט דאָס אָנגעשטעלט אַלץ אַן אַלאַרם פאַר דריי מינוט נאָך אַכט.

יאָקל האָט נישט געוואָלט בלייבן אַליינס אויפן גאַס.

----

אויספיר: לעבן פאַלט אריין גענוי אינעם צייט פינקטליך ווי אַזוי לעבן וויל, לעבן פרעגט דיר נישט ווען און וויאַזוי זיך צו פירן, לעבן איז אַ ברי' פאַר זיך וועלכע פירט זיך זיין 'לעבנס' שטייגער ווי אַ באַן אויף גליטשיגע שינעס, קיינער ווייסט נישט וואָס מאָרגן וועט ברענגען, קיינער ווייסט נישט אויב מאָרגן וועט בכלל ברענגען, יעדער ווייסט אָבער אַז עס ווענדט זיך נישט אין אים וויאַזוי מאָרגן וועט אויסקוקן.

לעבן פאַסירט…
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

פארוואס שרייבסטו מיט נקודות?
מיין אמת

שליחה דורך מיין אמת »

איך בעט דיר, זאג מיר אז עס איז נאר א משל..!
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

שליחה דורך ברוינשטיין »

קאצקע ציקער האט געשריבן:פארוואס שרייבסטו מיט נקודות?

אויב נאך איינער שפירט אז נקודות מאכט שווערער דאס ליינען זאל ער ביטע לייקן @קאצקע ציקער'ס תגובה.

אויב דו שפירסט אַז נקודות מאַכט עס גרינגער צו ליינען ביטע לייקן דעם תגובה, אזוי וועל איך וויסן פאַר קומענדיגעס מאָל וואָס דער עולם גלייכט מער, ייש"כ.
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

דיין כח הדמיון איז נישט נארמאל גוט!


פאר ווער עס וויל בעסער פארשטיין די אטמאספער אינעם אפיס:

https://www.youtube.com/watch?v=Pkh8UtuejGw
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ברוינשטיין, דו ביסט ערנסט פאררוקט...! :lol:

מיין הארץ האט געבאכעט פון דראמא, איך האב מיר געשפירט אינעם ראש ישיבה'ס אפיס ווען מיינע הענט פייכט פון שווייס ווישן זיך אריין אין מיינע קניען וואס שאקלען זיך הין און צוריק מיט אן אימפעט מחמת נערוועזקייט...

די מעשה איז דראמאטיש, די וועג אראפגעלייגט איז געוואלדיג, בקיצור דו ביסט פיינע נייעס!!
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: שכנא ברוינשטיין ווערט פאַרראָטן און פליט פון ישיבה

שליחה דורך כרם זית »

@ברוינשטיין דו ביזט צוקער זוס! א מזל ס'איז נישט קלאר וועלכע ברכה מען מאכט אויף צוקער, כ'וואלט דיך מבליע געווען לעבערדיגע הייט (אפילו ביזט מער נישט אזוי קיוט היינט)...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:דיין כח הדמיון איז נישט נארמאל גוט!


פאר ווער עס וויל בעסער פארשטיין די אטמאספער אינעם אפיס:

https://www.youtube.com/watch?v=Pkh8UtuejGw


נשים... :!: :oops: ;) :P :lol:
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

פאר די הייליגע ווערטער

https://youtu.be/GIqvVmp8dIw

אגב די ארגינעלע ווערסיע איז געווען א מעכטיגע היט, עס האט היבש איבער א ביליאן וויוז אויף יוטוב
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
אבשלום בן מעכה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 200
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 08, 2019 1:22 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 311 מאל

שליחה דורך אבשלום בן מעכה »

קען איינער ברענגען דעם קליפ פאר די הייליגע געפילטערטע, אז אויך זיי זאלן קענען הנאה האבן?

ביטע פליז.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

[tag]ברוינשטיין[/tag] איז דער יורש פון[tag]יואב[/tag].
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: שכנא ברוינשטיין ווערט פאַרראָטן און פליט פון ישיבה

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

יהורם האט געשריבן:[tag]ברוינשטיין[/tag] איז דער יורש פון[tag]יואב[/tag].
דאס איז נישט סתם א קאמפלימענט, דאס ברויך מען קענען ארויף לייגן אויפן פיינענשל סטעיטמענט און ארויסנעמען אן הלוואה דערויף

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

אבשלום בן מעכה האט געשריבן:קען איינער ברענגען דעם קליפ פאר די הייליגע געפילטערטע, אז אויך זיי זאלן קענען הנאה האבן?

ביטע פליז.

לכבוד השם ולתורתו...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ברוינשטיין: ייש"כ. דו האסט מיט דיין כח הסברה מיך אוועקגעפיהרט ווייט, ווייט אין אנדערע, דמיונות'דיגע וועלטן. איך האב געהאט הארץ קלאפענישן און א קאלטער שווייס האט מיך באגאסן ווען דו האסט אונז דערציילט איבער די דראמאטישע איבערלעבענישן פון דיינע אוואנטורעס.

אבער, צווישן אונז גערעדט. איז דיר דען נישט בעסער געווען אין דיין פריער'דיגן גילגול אלס אלטער, פארוועלקטער פאציענט אדער רעזידענט אין מר. לעפקאוויטש'ס נוירסינג האום. וואס האט דיר דען דארט געפעהלט? דו האסט נישט געהאט צו טון מיט א ראש ישיבה, א בייזן, 2 פנימ'דיגן משגיח און א מנהל וואס לאזט נישט לעבן. א חבר א מסית ומדיח האסטו נישט געהאט. אפילו דער יצר הרע אליינס האט שוין אויך אויפגעגעבן אויף דיר. צו וואס האט דאס דיר אויסגעפהלט...?!
פארשפארט