מיליאנער האט געשריבן:טשאדעלע באדעלע האט געשריבן:מיליאנער האט געשריבן:איך פארשטיי נישט, די ארוינים זאגן אינעם בריוו אז די סיבה פארוואס זיי קומען ארויס אזוי שארף איז ווייל דעי מאגאזין צילט אז ס'זאל הערשן א הפקירות אין קרית יואל און ער מאכט ליצנות פון יעדע גוטע זאך וואס מהר''א טוט, צו מזוזות, רבינו תם, צניעות, וכו'.
איז דעיס נישט אמת? אויב יא ווי קומט דא אריין דער בלאַט? ווילסט די ארוינים זאלן הענדלען די וואכנשריפט אזויווי די זאליס האבן דעמאלטס געהענדעלט דער בלאט? אה, דעיס ווילסטו שוין נישט....
טריי זיך צו האלטן צום נקודה אויך וויפל ס'איז שייך.
דריידיל אין דריידיל אין דריידיל....
מהאט שוין די אלע טענות הונדערט מאל אויסגעדראשן אין דעם אשכול זעלבסט, פלאס דעם שוועסטער אשכול,
פאר אלע דיינע קשיות ליין
פין דא אין ווייטער ביז די קימסט אן צי דיין תגובה, אין גיי צוריק אהין... 101 איין מאל, אויב סאיז נאך אלס עפעס שווער קענסטי גיין לייענען דעם אנדערן אשכול אויך 101 מאל,
איז לאמיך דיך בעטן א טובה. די ארוינישע בריוו איז געווארן ארויפגעלייגט דא נעכטן נאכמיטאג, ביז דעמאלטס איז א גאנצן צייט געווען די טענה אז מ'האט זיך גענומען צו די וואכנשריפט'ס ביינער צוליב'ו ליצנות מאכן פון מהר''א אין א פורים אפטיילונג, און זיך באניצן מיט הומער פאר די רדיפות וואס זיי מאכן מיט.
למעשה ווער איך געוואויר אז דאס איז אינגאנצן א צווייטע זאך, ער איז שוין פארנומען די לעצטע יאר צייט צו אראפרייסן און ליצנות מאכן פון יעדע איינציגע זאך וואס מהר''א טוט, אפילו עס האט נישט קיין שייכות מיט די זאליס ווי למשל די מזוזות, ממילא האט קהל אפגעמאכט אז ווילאנג זיין ציל איז אינטערצוברענגען זייער קהילה וועלן זיי זיכער מאכן אז ער האט נישט קיין איינפלוס.
איך האב פרובירט צו זיכן א זאלישע ענטפער דא און איך האב נישט געטראפן, מער ווייניגער איז די תירוץ 'סידור קידושין, בעל גאווה, דער בלאט אא''וו.
איך וויל וויסן, איז אמת אז די וואכנשריפט רייסט אראפ וועכענטליך די ארוינים פאר יעדע איינציגסטע זאך וואס זיי טוען? אויב יא, פארוואס טארן זיי נישט פרובירן צוצומאכן דעי צייטונג? פארוואס טארן זיי נישט זאגן אז איינער וואס אדווערטייזט אין א צייטונג וואס וויל מיך זען אין די ערד געב איך נישט א פלאטפארמע ביי מיר?
ענטפער מיך נישט אז מרודפט די זאליס (לו יציור) ווייל דעיס נעמט נאך אלס נישט אוועק די רעכט פון די ארוינים זיך צו באשיצן פון איינעם וואס לאזט זיי נישט אנגיין און טרייבט ליצנות פון יעדע פריוואטע אויפטו אין זייער קהילה.
קענסט מיך ענטפערן אז ס'נישט אמת, און אז די וואכנשריפט האט קיינמאל נישט געמאכט ליצנות פון די ארוינים, איך וועל דיר גלייבן, איך האב נאך קיינמאל נישט געליינט די וואכנשריפט חוץ דעי פון פורים וואס מ'האט דא ארויפגעלייגט, אבער ביטע טו מיר א טובה לאמיר רעדן איבער די וואכנשריפט, איך ווייס אז דו האלטסט אז מהר''א איז די ערגסטע בריאה וואס איז נאר פארבריצירט געווארן, אבער לאמיר יעצט רעדן פון די וואכנשריפט אליינס.
אויב האט מען עס שוין גענטפערט ביטע טו מיר א טובה ענטפער מיר נאך איין מאל, איך וועל דיך מכיר טובה זיין.
אז די בעט'סט אזוי שיין...
דער קורצער תירץ אז דאס איז א הוילער שקר, ער האט נאך קיינמאל געמאכט לצינות פין אידיש קייט, אדער פין אויפטוען פין מהר"א וואס איז נישט געווען קיין פאליטיק פין מהר"א,
איך גלייב אז די ביסט נישט קיין קרית יואלער אז די קענסט אפקויפן דעי לאקשן, דער רוב רובו פין קרית יואלע אידן לאכן פין דעי תקנות אין קיקן עס אן ווי דער זעלבער פאליטיק ווי די סידור קידושין,
דער וואכנשריפט האט נאך קיינמאל געמאכט לצינות פין ר' אהרן אדער זיינע אומפארטייישע אויפטוען ביזן פורים אפטיילונג, אין ווי ארויסגעברענגט, איז עס געווען אן איינמאלגע זאך, אין ער האט ער זיך עפענטליך אנטשולדיגונג דערויף,
ער האט יא געמאכט באהאלטענע לצינות פין אלע זאכן וואס זענען געווען תלי בפאליטיק, למשל סידור קידושין, 72, גלילת, אבער קיינמאל נישט מהר"א דירעקט,
זיןן עיקר ציל די לעצטע 10 יאר איז געווען צי געבן א פלאטפארמע פאר די זאלונישע קהילה וואס האבן כמעט ווי נישט עקזיסטירט אין ק"י, אין ביי די ארונישע קעפ אין ק"י האט עס באמת נישט עקזיסטירט,
אין אזוי אויך, צי בויען די גלילת, וואס איז א דארן אין אויג ביי די ארוינישע הערשאפט מחמת תאוות השררה.( לדוגמא וואס מיינט פייטן פאר תאוות השררה, קענסטי זען ווי די גנבים ניצן שטיצער צאלער געלטער, צי פייטן די סעווען ספרינגס ווילידש, וואס וואלט שוין יעצט געקענט האבן טוזענטער דירת אינטער א היימישע ווילידש, אין די זעלבע צייט וואס דער היפאקריט שטעלט זיך אויף וויינען וועגן דירת פרייזן,)
אין די גלילת האט ער געהאט א גרויסע הצלחה ווען ער האט געהאלפן עפענען די אויגן פין מענטשן זיך ארויסצי מופן אינדרויסן, בשעת דער גאנצע גלילת איז געווען איגנארירט אין בארעדט דורך די אפיציעלע קהילה,
אין היינט האלט עס אז דער פרובירט זיך מיט צי כאפן מיטן וואגן דורך זיין וועד השכונה, מיט שוואכע רעזולטאטן,
דער זעלבער ניגון וואס מזינגט יעצט אויפן וואכנשריפט, השכלה, הפקרות, מאנסי, האט ער יארן געשריגן אויף בלומינגרויוו, וואס באשטייט א עדה פין אפאר הונדערט ערליכע חסידישע אידן, אין פלוצלינג ווען מהאט געכאפט אז מהאט פארפאסט דעם באן, האט דיך אלעס געטוישט, וואס דאס קענסטי אליינס זען די לצינות,
דער וואס פארגעס דערמאנט וועגנם עירוב, איז געווען א פלעינע פאליטיק צווישן די בלומינגרויוו עסקנים, מיט די קרית יואלע וועד העירב, אין ווי פארשטענדליך האט ער ארויסגעלייגט די בלומינגרויווע ווערסיע, אין ווי ס'האלט יעצט גייט עס לכאורה בלייבן, אבער דער שרייעט אז ער מיינט נאר מכשיל צי זיין אידן מיט חילול שבת,
די ארונים פירען שוין אלטע קאמפף מיטן וואכנשריפט, פארן געבן אנערקענוג פאר זי זאלונים אלס א פאראלעל קהילה, ספעציעל האט זיך עס פארשאפט די לעצטע יאר צייט ווען די זאלונים האבן זיך ריארגענייזט, איך האב מיטגעהאלטן פירסט הענד ביי א געוויסע געשעפט פאר צווי אהאלב יאר צוריק, ווי זיי האבן טעראזירט אז מזאל נישט אדווערטייזען ביי אים, אין דאס איז נאך געווען פאר דעי אלע זאכן וואס מרעדט דא, יעצט האבן זיי זיך צי געכאפט צין פורים אפטיילונג, עס צי מאכן אפציעלע קאמפף מיטן האפענונג איינמאל פאר אלעמאל אינטער ברענגן,
דער מה יפית קאמפטישן גייט פולי אן אין מאנרא, צווישן די 3 מוסדותער, אין זיי ארבעטן אסאך צי זאמן בנוגע דאס אראפשטעלן די תקנות, אין פלוצלינג דא, זענען די זאלונים גרייט צי צעברעכן אלע תקנות, אין די קהילה אין די מוסדות קימט ארויס מיט אן אפיציעלן צעטיל צי שטיצן די השכלה'ישע צייטונג?!
דעי אלע וואכנשריפטן דרייען זיך אויפן געוועב, קענסט עס אליינס זען אין זיך איבערצייגן,
פוינט איז, נישטא קיין לצינות פין אידיש קייט, נישטא קיין לצינות פין תקנות אין די שטאט, אבער סאיז יא דא געבן אנערקענוג אין פראפאגאנדע פאר דיין קאמפטישן קהילה, יא דא געבן אנערקענוג אין פראפאגאנדירן פאר די פעולת וואס ציברעכט די קאנטראל אין דיקטאטורשאפט קארופציע אין גנבות אין קרית יואל,