רְאֵה נָא בְעָנְיֵנוּ
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
רְאֵה נָא בְעָנְיֵנוּ
זיץ איך מיר ביים שווער ביים סדר, פון אלע זייטן זיצן קינדער און אייניקלעך, מ'האלט שוין טיף אינמיטן די הגדה כאטש כ'האב נאכאלץ נישט אויסגעפינען וואו פונקטליך מ'פלאצירט די אומבאקוועמע-חירות-קישענעס בשעת'ן הגדה. הונגעריג בין איך ביז גאר, נאכן פארפאסן סו"ז אכילת ח**ץ מיט צוויי מינוט. ניטאמאל פונעם ערשטן כוס וויין האביך הנאה געהאט נאכן זיך נישט באכלעפטשן בשעת'ן טרינקען בהסבה "דרך חירות", קוים וואס עפעס איז אריין אין מויל, ס'רוב איז געגאנגען אויפן קיטל און אפאר טיפות האבן געלאנדעט אויפן מצה טאש וואס דאס האט אינסטיקטיוו פארקנייטשט דעם שווער'ס געזיכט בשעת ער באאבאכט בקפידא צו כ'פארוויש עס גוט, ס'קען דאך חלילה אריינשפאצירן אינעם טאש אריין, זיך זעצן אויף לוי, און מעורר זיין גאט'ס חרון אף!
מען האלט שוין ביים צווייטן ונצעק צום גוטן. דער שווער זז"ג האלט שוין נאכן פרעגן, ערקלערן, דיוק'נען, מסביר'ן, און מוסר-השכל'ן אויף יעדעס ווארט אינעם הגדה, אנגעהויבן נאך מיט די שינוי נוסחאות אינעם "מאכט שנעל/שוין/גלייך קידוש" אריבער צו אלע פילע קושיות אויף די פיר קושיות, שוין מדייק געווען 'אותו' הלילה און 'אתּ' פתח לו, שוין האלבוועגס מרמז געווען פארן ווילדן אייניקל אז אויב רוהט ער נישט איין וועט ער ביי 'רשע מה הוא אומר' טייטלען מיט די פינגער און זאגן "רשע זה", שוין פארגלייזט די אויגן ביי 'והיא שעמדה' ס'האט זיך שוין אפי' אריינגע'גנב'ט א פראגע'לע אין מוח "וואו איז דער והיא שעמדה געווען ביים האלאקאוסט?" שוין אפילו נתיישב געווארן מיטן זאגן אז 'שבכל דור ודור' גייט נאר ארויף אויפן 'עומדים עלינו לכלותנו' אבער די 'והקב"ה מצילנו מידם' פּאַרט, איז נאר דא דארט, עפ"ל רח"ל מהאי דעתא, מ'קען דאך אבער א הונגעריגן נישט דן זיין, דאס אלעס קומט דאך פאר בשעת דער מאגן איז גענצליך לער אחוץ א קליין ווינציגער-ווי-א-כזית שטיקל קארטאפל שווימט ארום בהרחבה אינעם רויטן וויין-טייך, ס'וועט נאך נעמען אפאר שעה ביז ס'פלאץ וועט אים ענג ווערן.
מ'זאגט פאמעליך מלה במלה בשעת דער שווער פארטייטשט רואיג יעדעס ווארט אז די אייניקלעך זאלן פארשטיין, ביז.. מ'קומט אן צו וַיַּרְא אֶת עָנְיֵנוּ, דער שווער גייט מיטאמאל אויף זעכציג קרוז און פארט דורך אנע אפשטעלונג, ער האלט שוין ביי ואת עמלנו אלו הבנ- "זיידי, וואס מיינט פרישות דרך ארץ?" דער שווער טאנצט אויף ווי א שלאנג געביסענער, גיבט א בליק צום צוועלף יעריגן יאסי פארלוירענערהייט, אין זיין בליק איז קענטליך די פארדאכט ווי ער זאל פראבירן אפלערנען דאס אייניקל'ס געזיכט צו ער ווייסט אז ס'איז פישי טעריטאריע און פרעגט ווי אן אויבער-חכם, אבער יאסי קוקט צוריק מיט אומשולדיגע תמימות'דיגע אויגן און ווארט פאר אן ענטפער. פארלוירענערהייט דרייט זיך דער שווער אויס צו מיר, בעטנדיג שטומערהייט איך זאל אים געבן א בוסט און ארויסנעמען פונעם פלאנטער. כ'וועל נישט לייקענען, ס'האט געהאט אלע טעמים די מחזה הוד און איך וואלט עס גערן געלאזט אנגיין נאך אפאר מינוט, אבער דמות דיוקנו פונעם שווער איז געשטאנען פאר די אויגן און מיר נישט געלאזט באגיין אזא זינד..
הייב איך אהן צו נישטערן אין מיינע זאפּאסן פאר עפעס א צופרידן-שטעלנדע ענטפער בסגנון 'לא תנאף - מ'טאר נישט לייגן די הענט אין טאש', אבער עפעס גייט עס נישט געהעריג, כ'קען דאך נישט געבן קיין געשלעכט-עדיוקאציע אינמיטן סדר. צופיל צייט צו טראכטן האביך אויך נישט, ווארום צוויי מענטשן ערווארטן א זאפארטיגן ענטפער.
קיין צוויי ברירות האביך נישט, כ'פארמאך מיר די אויגן און כ'הייב אן רעדן, מיט האפענונג אז ס'וועט זיך שוין עפעס אויספארעמען תוך כדי דיבור:
יאסי טייערער, די משנה זאגט אין אבות "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ" - תורה איז נאר שיין ווען עס קומט צוזאמען מיט 'דרך ארץ', דער טערמין 'דרך ארץ' רעפרעזענטירט לאו דוקא געשלעכט אדער אן אומנות, נאר אלע נאטורליכע שטרעבונגען נייגונגען און געפיהלן מיט וואס אונז האמא-סאפיענס זענען באשאנקען געווארן. די משנה לערנט אונז אז די געזונטע וועג פון נעמען די תורה איז ווען ס'גייט האנט ביי האנט מיטן 'דרך ארץ', ווען מ'פארקוקט נישט און מ'איגנארירט נישט דעם מענטש'ס נאטירליכע געברויכן און רצונות און מ'פארגעסט קיינמאל נישט פונעם עלעגאנטן באלאנס וואס ביינאזאם פארמירן זיי דעם סם החיים.
אויב אבער פארלירט מען דעם באלאנס און מ'הייבט אן איגנארירן דעם 'דרך ארץ', פארלירט די תורה חלילה איר שיינקייט און ווערט גאר פארוואנדעלט אין א עינוי, ווער רעדט נאך ווען מ'נוצט די 'תורה' זעלבסט צו אינטערמינעווען אדער אונטערדרוקן דעם 'דרך ארץ', אטע דאס איז דער גרויסער עינוי וואס אידן ווייטאגן און קרעכצן אונטער דעם לאסט.
ווען מ'נעמט די דרכיה-דרכי-נועם תורה מ'רייסט איר אפ פון איר 'דרך ארץ' קאלעגע, און מ'פארוואנדעלט איר אין א אנטי טעזע צו די נאטירליכע מענטשליכע געפיהלן און נייגונגען ווערט דאס אנגערופן "פְּרִישׁוּת דֶּרֶךְ אֶרֶץ", נעמליך, מ'האט אפגעטיילט דעם 'דרך ארץ' פונעם אזוי-קריטישן צאמשטעל פון 'תורה עם דרך ארץ'.
ווען מיטן נאמען פון די תורה אונטערדרוקט מען מענטשליכע געפיהלן צו וויסנשאפט און טאלאנט, מ'אסר'ט וואס מ'קען און מ'מאכט ענג פאר מענטשן צו זיין זיך אליין, מ'רייסט ברוטאל אויס אינדעווידואלקייט, און מ'פארוואנדעלט די תורה אין א שפיל-פעלד פארן געיעג ווער עס קען זיין פרומער און עקסטרעמיסטישער, דאן נעשית חלילה סם המוות און עס ווערט פארוואנדעלט אין א עינוי.
קוק דיך ארום אויפן טיש, אונז פייערן די ארויסגאנג פון מצרים און די גרויסע ניסים וואס האבן פאסירט, אבער מיטן אריינפירן די 'תורה' אינעם 'דרך ארץ' טעריטאריע מיט זינלאזע חומרות מנהגים עניינים מסורות וכו' וכו' וואס איז אוודאי 'תורה' ווארום מ'איז דאך חושש צו א ספק ספיקא פון א 'טעם הכמוס', אבער ס'איז שוין לאנג 'נותן טעם לפגם' מיטן שניידן שטיקער 'דרך ארץ' ווען אונזער פסח פייערונג קוקט שוין אויס ערגער ווי די ניין טעג..
וַיַּרְא אֶת עָנְיֵנוּ וואס איז אונזער ווייטאג? זוּ פְּרִישׁוּת דֶּרֶךְ אֶרֶץ - ווען מ'שניידט ארויס דעם 'דרך ארץ' און מ'פארט חלילה מיטן 'תורה' אין תהום אריין.
כ'ענדיג מיין מאנאלאג, כ'עפן מיר אויף די אויגן, און כ'הער ווי דער שווער בורטשעט ארויס אונטער די נאז "וואלט שוין בעסער געווען ווען דו זאגסט אים פשוט פשט.."

- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
כעדער זאגן וואס
ביזט נישט אזוי ווייט אוועקגעפארן פונעם ריכטיגן פשט...וד"ל..

"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
אין גער טייטשט מען, אז דער אויבערשטער האט געזעהן אז אונז ווערען געפייניגט דורך פרישות דרך ארץ, האט ער געגעבן די תורה, יעצט איז מען זיך פורש מתוך שמחה.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: רְאֵה נָא בְעָנְיֵנוּ
דאס איז זיכער אז @תוהו ובוהו האט נישט קיין דרך ארץ פאר דער שווער זז''ג...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: רְאֵה נָא בְעָנְיֵנוּ
דרך ארץ קדמה לסיני.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 551
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
- האט שוין געלייקט: 725 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 838
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 11, 2021 5:39 pm
- געפינט זיך: צופארן אין די ריזיגע וועלט
- האט שוין געלייקט: 1835 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1044 מאל

אלע צוזאמען האט געשריבן:א ריזיגע ישר כח פאר'ן עס באמפען, אזוי האב איך עס געליינט, דאס איז געוואלדיג.תוהו ובוהו האט געשריבן:ארויפגעברענגט לכבוד "זמן חירותנו".
איך ווייס נישט וועמענ'ס פנים איך וואלט ערשט געוואלט זעהן, צו איז דאס דיין פארפלאמטע פנים בשעת דיין פא'דבקת'טע דרשה, אדער גאר דיין טעם זקנים שווער, וואס הערט צום ערשטן מאל די 2022 ווערסיע אין אידישקייט, אדער גאר דעם 12 יעריגן יוסי'ס, וואס הייבט אן צו כאפן אז קען זיין, ווען ער עט עלטער ווערן, וועט ער יא אויספיגערן נייע איידיע'ס.
You have to think anyway, think big.
Donald Trump
Donald Trump