די. ען. עי. - DNA

אין דער וועלט פון נאטור און וויסנשאפט
בן עיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 9:42 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך בן עיר »

מי אני האט געשריבן:דא ברענגט מען צו פון הרב משה קליין, מבי"ד של הגר"ש וואזנער זצ"ל, אודות בירור DNA בהלכה.

ועיין כאן.

דאhttps://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=64455&st=&pgnum=76&hilite= איז א תשובה אין עמק התשובה בנוגע ד.נ.א. צו מתיר זיין א עגונה פון 9/11
בכלל איז אינטערעסאנט די אנהייב תשובה וואו מלייגט אראפ די שאלה
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

כהיום זעהט מען אז אין אלגעמיין לעבן נקיבות לענגער ווי זכרים; און דאס איז אפילו וואו עס זענען דא די זעלבע סטרעסארס אין די ענווייראמענט פאר ביידע אייניג (כגון א הונגער וכדומה). (והגם אז דער אבן עזרא זאגט בריש פ׳ אמור, ויקרא כא ב, כי הזכר חי יותר מהנקיבה ברוב ע״ש, איז דאס לכאורה בימיו וואו זיי זענען געווען אין א גרעסערע סכנה מחמת לידה אא״וו, ועיין בתוס׳ בכתובות פג: ד״ה מיתה שכיחא.

מ׳האט געקלערט אז דאס האט אולי צו טוהן מיט דעם אז די מיטאקאנדריעל די.ען.עי. פון א מענטש קומט נאר פון די מוטער, וממילא עוואלווד דאס נאר בתוך פרויען וממילא שטימט דאס בעסער מיט זייער פיזיאלאגיע; די ״מוטער׳ס קללה״.)


די שטודיע האט געצייגט אז דאס איז מער מכח דעם אז נקיבות האבן XX ****-קראָמאָסאָמס און די זכרים האבן XY; אפגעזעהן פון די הארמאנען וואס דאס איז גורם. דאס האבן זיי געצייגט דורכ׳ן מאניפולירן די SRY דזשיִן פונעם Y קראָמאָסאָם וואס דאס איז גורם דאס געוואוקס פון די ביצים בזכר וממילא ההשלכות היוצא מזה (און ווען עס איז נישט דארט קומט ארויס אַן אם אנשטאטס וואס ווערט נישט סאָפּרעסט), און זיי האבן דאס געלייגט אין די XX מייז אויף אנדערע דזשיִנס, אזוי אז די דזשענעטיקעלי נקיבה מייז זענען געווארן אויסערליך (אין פיִנאטייפּ) ווי זכרים - מיט אלע בּיהעיוויארס און הארמאָנס וואס דאס באדייט און אַנהאלט. און זיי האבן דאס אראפגענומען די SRY דזשיִן לגמרי פון XY מייז, וממילא האבן די דזשענעטיקעלי זכרים מייז אויסגעזעהן אויסערליך (ובעצם אינערליך אויך) גענצליך ווי נקיבות. און דערנאך האבן זיי געהאט געהעריגע XY און XX מייז.

זיי האבן געזעהן אז די וואס האבן XX, אפילו ווען זיי זענען בעצם יעצט ״זכרים״ כנ״ל, האבן געלעבט לענגער; די XX איז די קובע דערין (וואס איז אויך א סיבה פארוואס זיי זענען אין אלגעמיין געזונטער וכנ״ל). אבער דאך האבן זיי געזעהן אז די וואס האבן אויך נקיבה סארט האָרמאָנס לעבן נאך לענגער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט