ספרים היפך שיטת ויואל משה

עולם הספרים און די וועלט פון ליטעראטור
נייעס, איבערזיכטן, קריטיק
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

סתם שקרים. וואס האט ר' יהושע לייב געזאגט?

און ווער האט געמאכט די חשבון פון 'רוב'? האסט א רשימה פון אלע זייטן און ביסט ארויס געקומען אז די רוב איז דארט?

און פארוואס זענען די מתנגדי הציונות די באגלויבטע אויף יענעמ'ס מיינונג? זיי קענען זאגן די אייגענע, נישט יענעמ'ס. האלטן מעגן זיי, אבער צו זאגן וואס יענער האלט איז אומריכטיג.

און דער עיקר האסטו נאך נישט פארשטאנן, אז ציונות איז נישט איין זאך, עס איז א צוזאמענקומעניש פון פארשידענע מיינונגן און ווילונגן. נארדוי האט געוואלט שמד'ן אידן, אבער ר' יעקב יצחק ריינס האט נישט, און אזוי אויך די אלע וואס האבן געקעמפט פאר א אידישע ישוב אין א"י, כגון דער נצי"ב ודעימיה.

און די ראיה פון דברי הרצל גייט פונקט פארקערט. אין אנהייב האט ער געוואלט שמד'ן אידן, און שפעטער האט ער שוין נישט געוואלט. וואס ווילסטו יעצט? ער וויל דאך נישט שמד'ן אידן.

אז דער סוכנות וויל פאראיינגן אלע אידן אין דער וועלט איז גאר שמד?! שמד אין וואס?! אין דער רעליגיע וואס האלט אז מ'דארף זיין אפגעטיילט פון אידן?!

א נייעם איסור פון וואשען די מוחות! יעדער צדקה אפאראט טוט עס, יעדער רעדט יעדעם איין אז נאר מיט דער שטות ביסטו א מענטש צום טיש, נאר אז דו קויפסט דער סארט גאלא, שטופסט זיך ביי דער טיש, אדער שליסט'ס זיך איין אין דער גיגאנטישע אונטערנעמונג פון הבל וזבל. טוט עס די סוכנות אויך. ברגע די מדינה איז נישט קיין כפירה, איז דאס פונקט אזא שמד ווי א סאטמארער חסיד וועט דיך איידענטיפייען מיט סאטמארער אנשטאלטן איבער די גארער וועלט.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

נהורא נפישא האט געשריבן:אויב די ציל איז מברר צו זיין ווער ס'בעצם גערעכט איז ביי מיר זינלאז אנטיילצונעמען אין אזא שמועס.

ווער ס'איז גערעכט האט מען שוין מברר געווען מער פון איין מאל, פעלט עכט נישט אויס איבערצו'חזר'ן, די ציל פונעם איצטיגן שמועס איז סתם ארומצוטראללן און זיך נאריש מאכן, גאלדי/buddy/קאך-לעפל/ועוד טראללט ארום און איך שפיל מיט די געים, ביני לביני האלט זיך שוין אינמיטן אויפבויען א נייע נאראטיוו און שיטה הקדושה איבער דאס אפיקורסת פון די וואס דאווענען נאכ'ן סוף זמן תפילה.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

גאלד האט געשריבן:נאכאמאל, שערי לצנות לא ננעלו, ליצנות מאכט נישט גערעכט.

לעצם הענין, דאס אז דער רעיון פון ציוניזם איז מיוסד - און נאך עד היום - אויף איבערמאכן דעם איד, איז נישט קיין השערות אדער קאנספיראציעס,
בזאת תבחנו, כידוע האבן רוב גדולים בימים ההם לוחם געווען קעגן דעם נייעם תנועה, סנאך דא עד היום כתבים, תשובות, באשרייבונגען, אלטע צייטונגען, פון די ווערטער פון די מנהיגי ישראל בימים ההם,
אז איר וועט מדייק זיין אינעם תוכן וסגנון דבריהם, פון למשל דער רבי דער רש"ב, מהרי"ד מבעלזא, הגר"ח מבריסק, מהרי"ל דיסקין, הרב מציעשנוב,
וועט זיך ארויסשיילן ווי כולם כאחד זאגן מיט אזא פשטות דעם דאזיגן פאקט אז די פינסטערע תכלית פון די ציונים איז צו איבערמאכן דעם איד, מ'דינגט זיך מיטאמאל איבער דעם.

להבדיל די ציונים אליין זאגן עס א ביליאן מאל, זאב זשאבאטינקי האט געזאגט אז אויב איר ווילט זיך מצייר א ציוניסט, דאן נעם דעם טיפישן איד אין מאך א "איפכא מסתברא", הערצל אין זיין ביכל יודנשטאט מיט א פרעכהייט בארעכטיגט די אטיסמיטן, כידוע האט ער לכתחלה געוואלט אויסשמדן די אידן די קאנווענשנעל וועג מיט טויפן כלל ישראל צו קריסטנטום, ער האט געזעהן אז לא עלתה בידו איז ער אויפגעקומען מיט א רעפונירטע שווינדלערישע מהלך,

פארגעס פון א אודיענץ ביי נתניהו, זייער פאני,
די גאנצע איידיע פון זייער סוכנות (דשואיש אדשענסי) צו אויפזוכן יעדן נברא בכל כדור הארץ וואס איז מזרע ישראל, און איהם איבערעדן אז מיטן ווערן א ישראלישע בירגער און פאטריאט ווערט מען מער א איד. דאס איז שמד.
צו פרעדיגן פאר די אייגענע בירגער יומם ולילה, אז פארדעם מוז מען זיין א פאטריאט פון איזראעל, נישט ווייל מ'איז א איזרעאלי בירגער, נאר ווייל מ'איז א איד. דאס איז שמד.
זייער סיפיסטיקרטע הסברה אפאראט בכל העולם צו וואשן די מוחות פון כלל ישראל, אז איזראעל און די צה"ל איז די איידענטיטי און שטאלץ פון א איד. דאס איז שמד.
די אלע זאכן זענען די מייסדי הציונים'ס וויזיע אין עקשן.

אגב נאכמאל, כל הנ"ל האט קיין שייכות מיט שלש שבועות.
@גאלד

איר לייגט אראפ זייער גוטע יסודות, בעסיקלי נישט קיין אייגענע, נאר וואס מ'האט אייך אריינגעבאקן אין אייערע יונגע יארן אין חדר און אין ישיבה, און לויט ווי ס'קוקט אויס האט איר גוט צוגעהערט צו יעדן ווארט וואס די רעדנער ביי די פראטעסטן האבן געשטורעמט, און אויף דעם ארויף בויעסטו גאנצעטע בנינים. אבער איין זאך האסטו פארגעסן אז מיטן אמת האט עס גארנישט צוטוהן, אדרבה גיי ליין הערצל'ס בוך וועסטו זעהן זיין בליק איבער א אידישע מדינה און וויאזוי ער האט עס פארגעשטעלט.

אמת אז פאר ער איז צוגעקומען צו יענע מסקנה האט ער יא געהאלטן אנדערש, אבער דאס איז נישט געווען ווייל ער איז געווען א להכעיס'ניק נאר פשוט אן אומוויסענד'ר איד געשטאמט האט ער פון א משפחה מתבוללים און ער אליין איז אויך געווען א מתבולל, ער האט געוויסט פון אידישקייט בערך זערא, און אלעס וואס ער האט געשריבן איבער די נושא איז געווען א  געמיש פון גוטסקייט און אומוויסנהייט, אבער נאכדעם ווי ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט די פאקטן האט ער גאנץ אנדערש געהאלטן אזוי ווי מ'זעהט אין זיין בוך ווי אויבן דערמאנט.

און דאס וואס דו האלסט און איין טענה'נען וועגן די ציונים אז זייער מאטיוו איז נאר אויס צו שמד'ן איז סתם שקרים וכזבים, אוודאי איז געווען צווישן זיי געוויסע וואס זייער מאטיוו איז טאקע דאס געווען, אבער רוב זענען נישט געווען מיט יענע אזוי ווי @ליטוואק האט שוין דערמאנט פריער.
אלזא אז דו ווילסט טאקע וויסן דעם אמת דאן קוק נישט אזויפיל אינעם ויואל משה נאר גיי ארויס און ליין אביסעל ביכער וואס די ציונים אליין האבן געשריבן און אויך די וואס האבן גוט געקענט די ציונים פון די נאענט ווי למשל די ספרים פון הרב קוק זצ"ל און זיינע תלמידים ווי צום ביישפיל הרב חרל"פ און דער נזיר, הרב נריה און נאך. און דערנאך וועסטו האבן נישט נאר א באלאנס נאר אויך אן אמת'ן בליק און א ידיעה ווער האט וואס געוואלט.
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

רביה"ק, אדרבה אפשר לערנט איר מיט מיר וויאזוי איז מען טאקע מברר וועלכע השקפה איז גערעכט. כדאי צו שטעלן דאס למבחן דארף מען דאך א קנה מידה. אויב איז די קנה מידה פראקטישקייט קען מען שמועסן, באטראכטן סאטיסטיקס וכו' אויב אבער איז די קנה מדה די השקפת התורה דאן וויאזוי איז שייך צו מעסטן. יעדע השקפה וואס צילט צו תורהדיגע וועליוס קען דאך באמת געפונען שטיצע אין די מקורות און אין היסטאריע פון תורהדיגע השקפות. דורכאויס אידישע היסטאריע אנטוויקלט זיך השקפות אין רעאקציע און איינפלוס פון פארשידענע לאקאלע געשענישן און עס בויעט זיך כסדר פארשידענע טעזעס און אנטיטעזעס און סינטעזעס ווי אין די העגלישע דיאלעקטיקס. כלומר אויב זאל מען פונדאסניי רעקאנסטראקטן אידישקייט מיט די זעלבע ספרים ביזן שו"ע וועט מען קיינמאל נישט צוטרעפן צו די היינצייטיגע יהדות עס ברויך ווערן אויסגעקנעטן אין די קנעט מאשין וואס הייסט היסטאריע און מוז אדורך מאכן די זעלבע אומשטענדן. סאטמאר רב'ס השקפות זענען גענוי פון די חדר פון וואס ער קומט מיטן אויסנאם פון פארשידענע ניואנסען. מ'קען זיך דינגן טאקע אויף זיינע מקורות ווי שטארק זיי זענען און אז ס'איז דא מקורות אויף פארקערט און אז די פשט אין מהר"ל איז גאר מאדנע און אריינגעקוועטשט. אבער בשום אופן קען מען נישט אפפרעגן די עצם השקפה וואס דארף נישט צוקומען צו די אלע צווייפלהאפטיגע מקורות . נאר דא איז דא א באזונדערע פאראדאקס ווייל די השקפה נעמט דאך אויך אריין אזא אנטיפלוראליסטישע צוגאנג וואס אזא צוגאנג קען מען אויך טרעפן דערויף מקורות אבער איז היסטאריש נישט ריכטיג. און ווי פארשטענדליך געבן זיך נישט רבנים אפ מיט היסטאריע, ווי אויך איז אזא אנטיפלוראליסטישע צוגאנג נישט דעם סאטמאר רב'ס נחלת הפרט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום נהורא נפישא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

מ'קען טאקע נישט אפפרעגן די עצם השקפה, נישט נאר דאס, ס'נישט דא קיין איין מיינונג אדער שיטה וואס מ'קען אפפרעגן. וואס יא, מ'קען אפפרעגן די ראיות וואס די בעל ההשקפה/שיטה נוצט אויפצובויען זיינע זאכן.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
נהורא נפישא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1717
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 23, 2013 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 1778 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2305 מאל

שליחה דורך נהורא נפישא »

זיינע ראיות זענען בדרך כלל סך הכל נישט מוכרח און ראיות פארקערט זענען פונקט אזוי נישט מוכרח. עס האט סוכ"ס צוטאן וואס מ'האלט פאר אן עיקר און וואס מ'האלט פאר א טפל.
למה נקרא שמו רבי נהוראי, שמנהיר עיני חכמים (עירובין:)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:נאכאמאל, שערי לצנות לא ננעלו, ליצנות מאכט נישט גערעכט.

לעצם הענין, דאס אז דער רעיון פון ציוניזם איז מיוסד - און נאך עד היום - אויף איבערמאכן דעם איד, איז נישט קיין השערות אדער קאנספיראציעס,
בזאת תבחנו, כידוע האבן רוב גדולים בימים ההם לוחם געווען קעגן דעם נייעם תנועה, סנאך דא עד היום כתבים, תשובות, באשרייבונגען, אלטע צייטונגען, פון די ווערטער פון די מנהיגי ישראל בימים ההם,
אז איר וועט מדייק זיין אינעם תוכן וסגנון דבריהם, פון למשל דער רבי דער רש"ב, מהרי"ד מבעלזא, הגר"ח מבריסק, מהרי"ל דיסקין, הרב מציעשנוב,
וועט זיך ארויסשיילן ווי כולם כאחד זאגן מיט אזא פשטות דעם דאזיגן פאקט אז די פינסטערע תכלית פון די ציונים איז צו איבערמאכן דעם איד, מ'דינגט זיך מיטאמאל איבער דעם.

להבדיל די ציונים אליין זאגן עס א ביליאן מאל, זאב זשאבאטינקי האט געזאגט אז אויב איר ווילט זיך מצייר א ציוניסט, דאן נעם דעם טיפישן איד אין מאך א "איפכא מסתברא", הערצל אין זיין ביכל יודנשטאט מיט א פרעכהייט בארעכטיגט די אטיסמיטן, כידוע האט ער לכתחלה געוואלט אויסשמדן די אידן די קאנווענשנעל וועג מיט טויפן כלל ישראל צו קריסטנטום, ער האט געזעהן אז לא עלתה בידו איז ער אויפגעקומען מיט א רעפונירטע שווינדלערישע מהלך,

פארגעס פון א אודיענץ ביי נתניהו, זייער פאני,
די גאנצע איידיע פון זייער סוכנות (דשואיש אדשענסי) צו אויפזוכן יעדן נברא בכל כדור הארץ וואס איז מזרע ישראל, און איהם איבערעדן אז מיטן ווערן א ישראלישע בירגער און פאטריאט ווערט מען מער א איד. דאס איז שמד.
צו פרעדיגן פאר די אייגענע בירגער יומם ולילה, אז פארדעם מוז מען זיין א פאטריאט פון איזראעל, נישט ווייל מ'איז א איזרעאלי בירגער, נאר ווייל מ'איז א איד. דאס איז שמד.
זייער סיפיסטיקרטע הסברה אפאראט בכל העולם צו וואשן די מוחות פון כלל ישראל, אז איזראעל און די צה"ל איז די איידענטיטי און שטאלץ פון א איד. דאס איז שמד.
די אלע זאכן זענען די מייסדי הציונים'ס וויזיע אין עקשן.

אגב נאכמאל, כל הנ"ל האט קיין שייכות מיט שלש שבועות.
@גאלד

איר לייגט אראפ זייער גוטע יסודות, בעסיקלי נישט קיין אייגענע, נאר וואס מ'האט אייך אריינגעבאקן אין אייערע יונגע יארן אין חדר און אין ישיבה, און לויט ווי ס'קוקט אויס האט איר גוט צוגעהערט צו יעדן ווארט וואס די רעדנער ביי די פראטעסטן האבן געשטורעמט, און אויף דעם ארויף בויעסטו גאנצעטע בנינים. אבער איין זאך האסטו פארגעסן אז מיטן אמת האט עס גארנישט צוטוהן, אדרבה גיי ליין הערצל'ס בוך וועסטו זעהן זיין בליק איבער א אידישע מדינה און וויאזוי ער האט עס פארגעשטעלט.

אמת אז פאר ער איז צוגעקומען צו יענע מסקנה האט ער יא געהאלטן אנדערש, אבער דאס איז נישט געווען ווייל ער איז געווען א להכעיס'ניק נאר פשוט אן אומוויסענד'ר איד געשטאמט האט ער פון א משפחה מתבוללים און ער אליין איז אויך געווען א מתבולל, ער האט געוויסט פון אידישקייט בערך זערא, און אלעס וואס ער האט געשריבן איבער די נושא איז געווען א  געמיש פון גוטסקייט און אומוויסנהייט, אבער נאכדעם ווי ער האט זיך באקאנט געמאכט מיט די פאקטן האט ער גאנץ אנדערש געהאלטן אזוי ווי מ'זעהט אין זיין בוך ווי אויבן דערמאנט.

און דאס וואס דו האלסט און איין טענה'נען וועגן די ציונים אז זייער מאטיוו איז נאר אויס צו שמד'ן איז סתם שקרים וכזבים, אוודאי איז געווען צווישן זיי געוויסע וואס זייער מאטיוו איז טאקע דאס געווען, אבער רוב זענען נישט געווען מיט יענע אזוי ווי @ליטוואק האט שוין דערמאנט פריער.
אלזא אז דו ווילסט טאקע וויסן דעם אמת דאן קוק נישט אזויפיל אינעם ויואל משה נאר גיי ארויס און ליין אביסעל ביכער וואס די ציונים אליין האבן געשריבן און אויך די וואס האבן גוט געקענט די ציונים פון די נאענט ווי למשל די ספרים פון הרב קוק זצ"ל און זיינע תלמידים ווי צום ביישפיל הרב חרל"פ און דער נזיר, הרב נריה און נאך. און דערנאך וועסטו האבן נישט נאר א באלאנס נאר אויך אן אמת'ן בליק און א ידיעה ווער האט וואס געוואלט.

טעות גדול ונורא מאוד ידידי היקר,
מיין אנטי-ציוניזם איז נולד געווארן הערשט נאך מיין סאטמארע חינוך,
דער סאטמארער חינוך האט מיך איבערגעלאזט א פאלנער ציוני ל"ע, בלי גוזמא
כגלייב אז מאנכע פון די שרייבערלעך דא זענען פראדוקטן פון אט דעם חינוך,
איך זאג אייך דעם ריינעם אמת לאמיתו, האמנתי כי אדבר,
קיינער קומט נישט ארויס קיין אנטי ציוני פון די סאטמארע חדר, לפענ"ד
מ'האט דארט קיינמאל קיין אינטעלעקטשועל דיסקושן איבער צויניזם,
די אידילאגיע, די היסטאריע, די צדדים לכאן ולכאן, גארנישט,
אלעס איז באזירט אויף די גדלות פון רבי'ן ז"ל, אז דער רבי ז"ל האט זייער געוויינט ביי ש"ס,
אז היות דער רבי איז געווען א גרויסע צדיק חכם ונבון (טאקע אמת) מוז זיין אז די ציונים זענען אויסווארפן,
און היות דער רבי האט געזאגט און געטאן געוויסער זאכן מוז מיר למען ה' טאן די זעלבע זאך, ווייל מטאר נישט משנה זיין,
אן פארשטיין און וויסן פארוואס פארווי פארווען,
מ'לייגט דארט גרויס געוויכט אויפן טפל, נארישע מינדעריקע זאכן,
ווי "אגודה", "בחירות", "פארכאפט", "כותל", "רבי ז"ל" וכדומה, נארישקייטן
אדער פאר א פראטעסט איז מען ביזי מיט "פאליס-ברוטאליטי" משלאגט די אידן אין מאה שערים און מגראבט קברים,
אבער קיינער ווייסט נישט פונעם עיקר,
אפי' די פראטעסטן וואס מ'אראנזשירט פון צייט צו צייט איז אלעס דאמירן בעלמא,
קיינער ברענט נישט קיינער קאכט נישט, זיכער נישט אויף אזא מין אופן ווי למשל די בלעק לייוו מעטער פראטעסטירער,
יעדער איז זייער קעזשועל מיט עס,
ס'איז פשוט א טרעדישן אז יעדע 4 יאר בערך מוז מען עפעס אפירזוכן צו פראטעסטירן, ווייל דער רבי ז"ל פלעגט דאך פראטעסטירן,
הגם די פראטסטירן איז א וויכטיגע זאך, אבער די עטיטוד אין הבנה פון א פאלנער סאטמארע בחור'ל לגבי פראטעסטן ווייסט קיינער פון זייער חיות,
די בילד וואס א פראדוקט פונעם סאטמארען חינוך באקומט לגבי ציוניזם איז אז בעצם איז די מדינה א פאזיטיווער זאך פאר כלל ישראל,
נאר מה נעשה אז סדא א שלש שבועות, דער רבי ז"ל האט געזאגט אז ס'טרייף ואנן מה נענה אבתריה,
ביי מיר הייסט דאס א ציוני.

נאר וואזשע דען איך פערזענליך מדעת עצמי, בין געקומען צו די הכרה פונעם חומר הענין פון מיין אייגענע חקירות ודרישות,
נאכן זיך אריינווארפן אין דעם נושא בעובי הקורא בין איך געווארן א בעל תשובה,
אנגעהויבן האט זיך עס מיטן ספר ויואל משה,
כבין געווארן זייער אבסעסט מיט דעם ספר,
לפענ"ד איז דער ספר זייער קאנווינסינג, יעדער פוינט איז ראק סאליד,
ס'האט נאר איין געפערליכע פראבלעם דער ספר, לפענ"ד, אז סאיז שרעקליך נישט ארגענאזירט,
ס'כמעט נישט מעגליך צו כאפן זיינע פוינט'ס אז מלערנט סתם גראד,
זיינע רעיונות, זענען צופלויגן און צוווארפן אין פארשידענע מקומות ווען סוואלט ווען געדארפט זיין אין איין פלאץ,
און פארקערט אויך, ס'קען זיין איין סימן וואס לפענ"ד דארף ווען ציטיילט ווערן אין 10 באזונדערע סימנים
ווי אויך איז דער ספר זייער נישט טאקטפול,
דער רבי זצ"ל איז געווען גענוג א רעפונירטע מענטש כידוע צו פארמירן דעם ספר אויף א טאקטפול וועג,
מיט קלינגעדיגע פאנטש-ליינס וכדומה,
אבער איר העט עס נישט טרעפן אין דעם ספר נפלא,
זיין ספר איז לגמרי נישט געצילט צו געווינען א ויכח,
דער ספר איז דאס פונקט פארקערטע ווי memes
ער שרייבט מפורש אין זיין הקדמה אז ער צילט לגמרי נישט דעם ציוני,
ער זוכט בלויז די דורשים ומבקשים ותו לא,
ער צילט צו מענטשן וואס זענען אינגאנצן אפען-מיינדעד און ווילן וויסן אך ורק האמת (לשיטתו)
וואס מיינט לכאורה סאטמאר חסידים, און ענליכס,
ער האט למען השם נישט געוואלט אז זיינע חסידים זאלן זיין אנטי ציונים ווייל ער זאגט אזוי,
ס'איז איהם געגאנגען בנפשו אז זיינע חסידים זאלן פארשטיין דעם ענין,
ממילא איך, אלס א חסיד פון הייליגן רבי'ן זצ"ל,
האב איך מחליט געווען איך גיי נישט ווערן ענטימדעטעט פון די סטייל פון דעם ספר
איך גיי נישט ווערן ענטימידעטעד פון מיין סאטמארע ציוניסטישע חינוך
און איך גיי געבן מיין רבי א טשענס, איך גיי קוקן וואס ער האט צו זאגן,
איך האב דורגעדרעשט דעם ספר מ'דאשקע לדאשקע,

די מעשה איז אזוי דער ספר ויואל משה איז לגמרי נישט קיין טיפזינגע ספר,
ס'נישט קיין פילפולים, אדער פשט'ליך ס'מער אוואו א תשובה ספר וואס איז מדמה מילתא למילתא בעניני הלכה, ווי א תשובה אין אגרות משה,
און דער רבי איז שטוינענד קריעטיוו ווי ער טרעפט צו יעדער זאך אייזן פעסטער ראיות פון מקורות וואס וואלט קיינעם בייגעפאלן צו מדמה זיין,
אבער למעשה שטימט אלעס כמין חומר,
נארמאל ווען איינער טוהט דורך א מער קאנווענשענעל נושא,
ווי למשל הלכות מוקצה, צו בשר וחלב, ווייסט ער ווי ער האט צו קוקן די מקורות אין חז"ל רמב"ם אין שו"ע,
ער האט מיט וואס צו ארבעטן,
אבער דער נושא איז דאך קיינמאל געווען שייך ביי כלל ישראל, סכמעט ווי סורר ומורה אדער עיר הנדחת, וואס לויט טייל לא הי' ולא יהי',
האט דער רבי געדארפט זיין במקום אלע פריעדיגע פוסקים און צאמשטעלן די פאזל,
און ווי דער פאזל פאסט זיך ווי א הענטשעך
דער מענטש איז געווען א דשיניעס
רוב רובו פונעם ספר איז מיטאמאל פון קיין שלש שבועות,
ער דעקט פיל מיט סתם אינטערסאנטע ידועות בכל מכמני תורה,

דאס איז נאר דער הקדמה, דער עיקר קומט,
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאר מיר שווינדלט שוין דער קאפ פון די אלע הויכשטאפלענדיגע וויכוחים. איך בין נישט געקומען אפפרעגן דעם ויואל משה, ח"ו. איך פרעג נאר א פשוט'ע שאלה וואס איז נאכנישט פארענטפערט געווארן. אז אין א געוויסע תקופה. די תקופה ווען טעאדאר הערצל וסייעתו האבן געווירקט (פארשטייצעך. א יעדער פאר אנדערע מאטיוון). איז געווען א שטארקע באוועגונג, סיי ביים המון עם. סיי ביי די פאליטישע פיהרער אין מזרח אייראפע צו זעהן די אידן ארויס פון זייערע מדינות.

ס'איז באוואוסט אז אין די תר"ץ יארן (1930'ער) האבן אפילו די גויים אין פוילן נאכגעשריגן פאר די אידן..."זשידי דא פאלעסטינע"...אז די אידן זאללן גיין קיין פאלעסטינע...!

ממילא איז דאך די מאסן עלייה פון אידן קיין ארץ ישראל געווען כמעט מיט די הסכמה פון די גויים...!

ממילא איז א ביסל שווער איבער די העברה על שלוש שבועות...!

פארשטייצעך אז די גויים האבן עס נישט געטון וועגן אהבת ישראל. זיי האבן געוואלט ארויסזעהן די אידן פון זייער לאנד. בטיפשותם הגדול האבן זיי געהאלטן אז די אידן נעמען עפעס אוועק פון זיי. האבן זיי געזאגט..."אידן , גייטס קיין פאלעסטינע"...!

די נארישע און אנטיסעמיטישע פוילישע רעגירונג פון פאר די 2'טע וועלט מלחמה האטציך געבעטן ביי די ליגע פון נאציעס אז זיי זאללן אוועקנעמען פון פוילן כאטש..."איין מיליאן יודן"...!
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

פרעגסט זייער קאמאן שאלות און אלעס האב איך שוין דורכגעקנויטן דורך און דורך, גלייבט מיר, מיין צייט איז נאר זייער זייער באגרעניצט און דאס ברויך אביסל לענגערע הסברים,

כעל נאר זאגן בקיצור נמרץ, איבער איין זאך,
סאיז זעלבסט פארשטענדליך אז ווען מ'רעדט פון מרידה באומות, פון דעראבערן א לאנד קעגן די רצון פון די אומות, איז דער איינציגער אומה וואס איז בכלל מאסגעבנד איז דער אומה וואס באזעסט דעם לאנד, ובנידן דידן מיינט דאס די אראבער אין פאלעסטינע, וואס דער פוילישער זאגט 2000 מייל אוועק אדער די יו,ען, 6000 מייל אוועק איז נישט מעלה ומוריד, און אט דער אומה די אראבער האט פראטעסטירט און געבונדטעוועט פון די ערשטע רגע, עד היום הזה אן קיין ענדע ליידער פאר די אויגן
ווען די ערשטע פיאנירן זענען געגאנגען באטראכטן פאלעסטינע, נאר פאר די ערשטע וועלט מלחמה, האבן זיי צוריקגעשיקט א מעסעדש פאר די ציונים משלחים פון אייראפע "דאס מיידל איז שיין אבער זי איז חתונה געהאט צן איין אנדערען" עפעס אזוי, דאס מיינט זיי האבן גראד געוויסט אז דאס העט נאר ארבעטן מיט געוואלד אין כח

ועוד חזון
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

גאלד: ס'איז אבער א באשטעטיגטער פאקט אז די אלע וועלכע רופן זיך היינט צו טאג פאלעסטינער זענן זיי אדער זייערע עלטערן/זיידעס אימיגראנטן פון פארשידענע לענדער אין מיטל מזרח אדער גאר מזרח אייראפע. און אין יענע צייט איז ארץ ישראל/פאלעסטינע געווען דאס מערסט צוגעפאסט לאנד פאר די אידן זיך צו באזעצן. ס'איז פאקטיש געווען אן ארץ שוממה און די ציוניסט'ישע פיאנערן (צי ס'געפעלט אונז יא, אדער נישט) זענען געווען די וועלכע האבן געגרינדעט די קיבוצים. און אויסגעטריקנט די זומפען און באארבעט די ערד אז ס'זאלל וואקסן.

און היינט צוטאגס, ב"ה האבן זיי א שטארקע אינדוסטרי און בליענדע עקאנאמיע...!

אונזער תפקיד, אלס ערליכע אידן איז, אז מיר זאללן שטיצן א נייטראלע רעגירונג וועלכע איז סימפאטיש צו ערליכע אידן. זיי האלטן אויס ישיבות. און די רעגירונג פיהרט זיך מער ווייניגער (אין פרינציפ) עפ"י הלכה. און נישט אז די שונאי ישראל ומשנאי ה' זאללן ח"ו באקומען א שליטה...!
באניצער אוואטאר
רביה''ק זי''ע
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5435
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג פעברואר 15, 2018 8:46 pm
געפינט זיך: אין קוויטל-שטוב
האט שוין געלייקט: 5089 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6524 מאל

שליחה דורך רביה''ק זי''ע »

ס'איז טאקע אינטערעסאנט אז די אריגינעלע "יושבי הארץ", די דרוזן און בעדואינער, האבן קיינמאל נישט אריינגערעדט אין דעם גאנצן נושא, עפעס פונקט די חברה וואס טערקיי האט אימפארטירט פון ארום יארע 1900 און ווייטער צו באזעסן דאס לאנד פונקט זיי האט געשטערט אז די אידן קומען זיך אויך באזעצן דארט.
Do y'all remember before the internet that people thought the cause of stupidity was the lack of access to information? Yeah, it wasn't that
מנחם ציון
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 755
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
האט שוין געלייקט: 479 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל

שליחה דורך מנחם ציון »

רביה''ק זי''ע האט געשריבן:
מנחם ציון האט געשריבן:וואשן נעגל וואסער
צובינדן די לינקע פאר די רעכטע

איך ווייס נישט וואו די גמרא רעדט פון נעגל וואסער,

עי' שבת קח: סוף, ותחילת קט.
אגרות צפון
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 72
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2018 3:16 am
האט שוין געלייקט: 368 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 44 מאל

שליחה דורך אגרות צפון »

מיין לייק פאר גאלד איז פארן זאגן אז די ויואל משה איז אזוי שיין ווי די אגרות משה
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אגרות צפון האט געשריבן:מיין לייק פאר גאלד איז פארן זאגן אז די ויואל משה איז אזוי שיין ווי די אגרות משה

און דאס איז פון די אייגענע פארשטאנד און פארשונג, נישט די פארטיי.......................
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

שליחה דורך כרם זית »

במאמר 'ישוב א"י' קבע האדמו"ר מסטמאר בספרו ויואל משה שרק לצדיקים מותר לחיות בא"י, מפני שא"י היא פלטרין של מלך. לדעתו לעבור עבירות בא"י חמור הרבה יותר מאשר לעבור עבירות בחו"ל, ועוברי עבירה שחיים בא"י לא זו בלבד שייענשו הרבה יותר מאשר אם היו עוברים אותן עבירות בחו"ל - אלא שגם שכר ישוב א"י אין להם. לאחר דיון ארוך מסכם בעל ויו"מ בסי' קלג את הנקודות העיקריות של שיטתו, וז"ל (בקיצורים): 'וזאת תורת העולה מכל המקבץ סיומה דפסקא בקצרה, סידרתי על שלוש עשרה עיקרים כעיקרי האמונה והמידות שניתנו לישראל... העיקר השני: כמו שגדלה מעלת המקיימין כל התורה כולה בא"י, כמו כן לעומת זה גדל האסון הרע ומר ר"ל לעוברי עבירות ח"ו בא"י... העבירות חמורין שם יותר... גם אין מקיימין מצות ישוב א"י... דאף לדעת הרמב"ן לא אמרה התורה הקדושה לישב בא"י אלא המקיימין כל התורה כולה'. עכ"ל. ובסי' נ דן בעל ויו"מ בדברי המדרש המפורסמים שיעקב אבינו פחד שמא תעמוד לעשו זכות ישיבת א"י, וז"ל באמצע הדיבור: 'באמת לפענ"ד לק"מ, דלא אמרו במדרש הלשון שהיה לעשו מצות ישוב א"י, אלא ז"ל המדרש: אמר יעקב כל השנים הללו הוא יושב בא"י, תאמר שהוא בא אלי מכח ישיבת א"י. והעניין שזה היה קודם מתן תורה, וכבר כתב הרמב"ן ז"ל שגם האבות הקדושים לא קיימו כל התורה כולה אלא בא"י לא בחו"ל. ולכן נשא יעקב שתי אחיות כשהיה בחו"ל כי לא היה מקום לתורה ומצוות אלא בא"י, ואך אחר שניתנה תורה נתחייבו במצוות גם בחו"ל, ועשיו כשהיה בא"י אצל אביו קיים גם הרבה מצוות שאמרו חז"ל שאמר אבא האיך מעשרין את התבן ואת המלח, וגם המצוות שלא לשמה יש עכ"פ איזה קיבול שכר, כמו שאמרו חכז"ל נזיר כ"ג בשכר מ"ב קרבנות שהקריב בלק הרשע זכה וכו'. ולכן אמר שמתיירא שמא בא מכח ישיבת א"י, ואין הכוונה מכח אותה המצוה של ישוב א"י - אלא מכח איזה שאר מצוות שעושה, ואך בשביל שקודם מתן תורה לא היה נחשב שום מצוה בחו"ל כי אם בא"י, לכן אמר שבא מכח ישיבתו בא"י, שע"י ישיבתו שם יש לו איזה מצוות ומקבל שכר על זה, והוי ליה מזה חיזוק בעוה"ז. ואף שכל מצוותיו ומעשיו של עשו אינם רצויים לפני הקב"ה, מ"מ כך היא המידה לשלם שכר. עכ"ל הויו"מ.

בשתי הערותיי האחרונות ('המעין' ניסן תש"פ ו'המעין' תמוז תש"פ) דנתי בראיית היו"מ שעשו קיים הרבה מצוות בא"י, והוכחתי שאין ממש בראייתו. עכשיו נעיין במה שהויו"מ דייק ממה שהמדרש לא כתב מילת "מצוות" להוכיח שיעקב לא חשש שיש לעשו מצות ישוב ארץ ישראל. וזה לשון מדרש רבה (פרשת וישלח): ויירא יעקב מאד וייצר לו. אמר (יעקב), כל השנים הללו יושב בא"י, תאמר שהוא בא עלי מכח ישיבת א"י. כל השנים הללו הוא יושב ומכבד את הוריו, תאמר שהוא בא עלי מכח כיבוד אב ואם. עכ"ל המדרש. הרי שהמדרש לא כתב מצות כיבוד אב ואם. האם לפי הויו"מ אין כוונת המדרש לעצם מצות כיבוד אב ואם? האם לפי הויו"מ כונת המדרש שיעקב חשש שמא באותו זמן שכיבד עשו אב ואם קיים גם הרבה מצוות אחרות? וז"ל רש"י, בד"ה תאמר שהוא בא אלי מכח ישיבת א"י ומנצחני בזכותו. עכ"ל רש"י. ברור מלשון רש"י שיעקב חשש מזכות עצם הישיבה בא"י.

ביאורו של הויו"מ בדברי המדרש מבוסס על דעת הרמב"ן שהאבות הקדושים קיימו את התורה בא"י. אמנם שיטת הרמב"ן אינה דעת יחיד, ברם יש חולקים על הרמב"ן, ולפי דבריהם אין כלל מקום לדברי הויומ"ש. הרא"מ על בראשית כו, ה מביא דברי הרמב"ן ודוחה אותם. גם המהר"ל בגור אריה על בראשית מו, י כותב: "מה שפירש הרמב"ן כי האבות היו מקיימין את התורה דוקא בארץ - אין הדעת סובל ומקבל את דבריו". השל"ה על פרשת לך לך חולק על הרמב"ן. המהרש"א (יומא כח, ב ד"ה מצותי חקותי ותורתי) מביא את דברי הרמב"ן אבל הוא בעצמו מפרש אחרת. האור החיים הקדוש על בראשית מט, ג כותב 'וראיתי לרמב"ן שנתן טעם ליעקב שנשא שתי אחיות כי לא היה בארץ, ואין דבריו חזקים בסמוכות, כי מי גילה לו סוד זה שלא היה שומר תורה אלא בארץ... והנכון בעיני' וכו'. על כן גם לשיטת בעל ויו"מ אי אפשר לבסס את הבנת המדרש אך ורק על הרמב"ן.

מיכאל קליין

אין די נייע קובץ 'המעין'.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

כרם זית האט געשריבן:

אזוי ווי די שטיקל און נאך אנדערע שטיקלעך ויו"מ זענען מדרשים און ביאורים אויף מדרשים, איז כדי אויך צו צברענגן דעם מדרש ילקוט שמעוני (שמעוני שמעקט ציוניסטיש) רמז תתרלח;
זכור תזכור. תני ר' חייא משל למלך שהלך לחמת גרר ונטל בניו עמו, פעם אחת הקניטוהו ונשבע שאינו נולן והיה נזכר להם ובוכה ואומר הלואי יהוון בני עמי אע"פ שמקניטים אותי, הדא הוא דכתיב מי יתנני במדבר מלון אורחים אמר הקב"ה הלואי יהוון בני עמי כמו שהיו במדבר שהיו מלינין עלי, ודכוותיה בית ישראל יושבים על אדמתם ויטמאו אותה. אמר הקב"ה הלואי יהוון בני עמי בארץ ישראל אע"פ שמטמאין אותה:

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: ספרים היפך שיטת ויואל משה

שליחה דורך כרם זית »

הרב טייכטאל אין זיין 'אם הבנים שמחה' איז שטארק פארנומען מיט די מדרש.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

גאלד האט געשריבן:כ׳על נאר זאגן בקיצור נמרץ, איבער איין זאך,
סאיז זעלבסט פארשטענדליך אז ווען מ'רעדט פון מרידה באומות, פון דעראבערן א לאנד קעגן די רצון פון די אומות, איז דער איינציגער אומה וואס איז בכלל מאסגעבנד איז דער אומה וואס באזעסט דעם לאנד, ובנידן דידן מיינט דאס די אראבער אין פאלעסטינע, וואס דער פוילישער זאגט 2000 מייל אוועק אדער די יו,ען, 6000 מייל אוועק איז נישט מעלה ומוריד, און אט דער אומה די אראבער האט פראטעסטירט און געבונדטעוועט פון די ערשטע רגע, עד היום הזה אן קיין ענדע ליידער פאר די אויגן
ווען די ערשטע פיאנירן זענען געגאנגען באטראכטן פאלעסטינע, נאר פאר די ערשטע וועלט מלחמה, האבן זיי צוריקגעשיקט א מעסעדש פאר די ציונים משלחים פון אייראפע "דאס מיידל איז שיין אבער זי איז חתונה געהאט צן איין אנדערען" עפעס אזוי, דאס מיינט זיי האבן גראד געוויסט אז דאס העט נאר ארבעטן מיט געוואלד אין כח

ועוד חזון

די פירכא איז אביסל שווער.

כמובן גייט קיינער נישט זאגן אז מה שעלו בימי כורש וברשותו איז געווען בחומה או במרידה. און דאן, ככתוב בעזרא ובנחמיה, האבן די יושבים מעיקרא דארטן אויך ״געבונטעוועט״ און פארפירט. די תירוץ איז פשוט ווייל די יושבים דארטן זענען נישט געווען זעלבסטשטענדיג און געווען נכנע תחת ממשלתו ורשותו של כורש מלך פרס, הגם ער איז געווען ״טויזנט מייל אוועק״ - אט דאס איז וואס איז מעלה ומוריד.

ולכאורה כן הוא בנידון דידן. די בריטישע (ועליהם היוּ. ען.) זענען געווען, אין איין זין אדער א צווייטע, די מושלים, בעלים, און אחראים דערויף - די פאלעסטינער זענען ניטאמאל געווען קיין אומה מיט בעלות אינעם לאנד דאן כידוע. איז אז די בריטישע (ועליהם היוּ. ען.) האבן דאס געגעבן פאר די אידן איז וואס איז די נפק״מ אז די פאלעסטינער האבן דאס נישט אָנגענומען? עס איז נישט געווען קיין תנאי התלוי בזה - די ישראלים האבן אָנגענומען די חלק וואס מ׳האט זיי געגעבן בשעת די פאלעסטינער האבן רידזשעקטעד די חלק וואס מ׳האט זיי געגעבן (כעין אין אני והוא). והא ראיה אז דאס איז נישט געווען קיין תנאי התלוי ברצון הפאלעסטינער זעה׳מיר פון דעם אז די וועלט (די בריטישע ועליהם היוּ. ען.) אנערקענט מדינת ישראל אלס מדינה מיום הווסדה (עכ״פ ביז די 1967 גבולים זיכער. ולגבי כיבוש, פון לאנד וואס איז אגב געווען נישט אהער און נישט אהין [ירדן איז געווען ״אפוטרופוס״ דערויף פאר די פאלעסטינער], האבן דאך די מלכי החשמונאים אויך כובש געווען ווייטער. ווערט דאס גערעכענט בחומה ובמרידה פאר די חשמונאים?).

איך בין נישט אויסגעקאכט אין די נושא (היסטאריע איז ל״ד מיין פאָרטע) אבער כן נראה לענ״ד לפום ריהטא. אדרבה, זיי מיר ביטע מסביר.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
ייעעקקבב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 175
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 9:43 am
האט שוין געלייקט: 88 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 45 מאל

שליחה דורך ייעעקקבב »

אין ויואל משה מאמר ישוב אר“י פין אות מ' און ווייטער ברענגט סאטמאר רבי אסאך פוסקים וואס זאגן אזוי אז מצות ישוב אר“י איז נאר פאר איינער וואס טוהט נישט קיין עבירות
תשובות מהר“ם, כלבו, חרדים, שלה“ק, מהרי“ט, יעב“ץ, אוהחה“ק,
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

עס זעהט אויך אויס אז עס זענען דא מערערע אישׁוּס דא. אבער מען דארף אין אכט נעמען אז איינס איז ל״ד אָנגעוואנדען אין דאס אנדערע. למשל מיין שאלה באציהט זיך צום פראבלעם פון עלייה בחומה ומרידה באומות. דאס אז, למשל, די רעגירונג במדינת ישראל איז נישט קיין טעאָקראטישע (כדוגמת איראן או אפגאניסטאן לגבי איסלם) וואס ווערט געפירט דייקא עפ״י משפטי התורה, אדער אז עס איז נישט אַן אָטאָקראטישע רעגירונג אונטער א מלך מזרע דוד, זענען לכאורה באזונדערע שאלות.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
כרם זית האט געשריבן:
במאמר 'ישוב א"י' קבע האדמו"ר מסטמאר בספרו ויואל משה שרק לצדיקים מותר לחיות בא"י, מפני שא"י היא פלטרין של מלך. לדעתו לעבור עבירות בא"י חמור הרבה יותר מאשר לעבור עבירות בחו"ל, ועוברי עבירה שחיים בא"י לא זו בלבד שייענשו הרבה יותר מאשר אם היו עוברים אותן עבירות בחו"ל - אלא שגם שכר ישוב א"י אין להם. לאחר דיון ארוך מסכם בעל ויו"מ בסי' קלג את הנקודות העיקריות של שיטתו, וז"ל (בקיצורים): 'וזאת תורת העולה מכל המקבץ סיומה דפסקא בקצרה, סידרתי על שלוש עשרה עיקרים כעיקרי האמונה והמידות שניתנו לישראל... העיקר השני: כמו שגדלה מעלת המקיימין כל התורה כולה בא"י, כמו כן לעומת זה גדל האסון הרע ומר ר"ל לעוברי עבירות ח"ו בא"י... העבירות חמורין שם יותר... גם אין מקיימין מצות ישוב א"י... דאף לדעת הרמב"ן לא אמרה התורה הקדושה לישב בא"י אלא המקיימין כל התורה כולה'. עכ"ל. ובסי' נ דן בעל ויו"מ בדברי המדרש המפורסמים שיעקב אבינו פחד שמא תעמוד לעשו זכות ישיבת א"י, וז"ל באמצע הדיבור: 'באמת לפענ"ד לק"מ, דלא אמרו במדרש הלשון שהיה לעשו מצות ישוב א"י, אלא ז"ל המדרש: אמר יעקב כל השנים הללו הוא יושב בא"י, תאמר שהוא בא אלי מכח ישיבת א"י. והעניין שזה היה קודם מתן תורה, וכבר כתב הרמב"ן ז"ל שגם האבות הקדושים לא קיימו כל התורה כולה אלא בא"י לא בחו"ל. ולכן נשא יעקב שתי אחיות כשהיה בחו"ל כי לא היה מקום לתורה ומצוות אלא בא"י, ואך אחר שניתנה תורה נתחייבו במצוות גם בחו"ל, ועשיו כשהיה בא"י אצל אביו קיים גם הרבה מצוות שאמרו חז"ל שאמר אבא האיך מעשרין את התבן ואת המלח, וגם המצוות שלא לשמה יש עכ"פ איזה קיבול שכר, כמו שאמרו חכז"ל נזיר כ"ג בשכר מ"ב קרבנות שהקריב בלק הרשע זכה וכו'. ולכן אמר שמתיירא שמא בא מכח ישיבת א"י, ואין הכוונה מכח אותה המצוה של ישוב א"י - אלא מכח איזה שאר מצוות שעושה, ואך בשביל שקודם מתן תורה לא היה נחשב שום מצוה בחו"ל כי אם בא"י, לכן אמר שבא מכח ישיבתו בא"י, שע"י ישיבתו שם יש לו איזה מצוות ומקבל שכר על זה, והוי ליה מזה חיזוק בעוה"ז. ואף שכל מצוותיו ומעשיו של עשו אינם רצויים לפני הקב"ה, מ"מ כך היא המידה לשלם שכר. עכ"ל הויו"מ.

בשתי הערותיי האחרונות ('המעין' ניסן תש"פ ו'המעין' תמוז תש"פ) דנתי בראיית היו"מ שעשו קיים הרבה מצוות בא"י, והוכחתי שאין ממש בראייתו. עכשיו נעיין במה שהויו"מ דייק ממה שהמדרש לא כתב מילת "מצוות" להוכיח שיעקב לא חשש שיש לעשו מצות ישוב ארץ ישראל. וזה לשון מדרש רבה (פרשת וישלח): ויירא יעקב מאד וייצר לו. אמר (יעקב), כל השנים הללו יושב בא"י, תאמר שהוא בא עלי מכח ישיבת א"י. כל השנים הללו הוא יושב ומכבד את הוריו, תאמר שהוא בא עלי מכח כיבוד אב ואם. עכ"ל המדרש. הרי שהמדרש לא כתב מצות כיבוד אב ואם. האם לפי הויו"מ אין כוונת המדרש לעצם מצות כיבוד אב ואם? האם לפי הויו"מ כונת המדרש שיעקב חשש שמא באותו זמן שכיבד עשו אב ואם קיים גם הרבה מצוות אחרות? וז"ל רש"י, בד"ה תאמר שהוא בא אלי מכח ישיבת א"י ומנצחני בזכותו. עכ"ל רש"י. ברור מלשון רש"י שיעקב חשש מזכות עצם הישיבה בא"י.

ביאורו של הויו"מ בדברי המדרש מבוסס על דעת הרמב"ן שהאבות הקדושים קיימו את התורה בא"י. אמנם שיטת הרמב"ן אינה דעת יחיד, ברם יש חולקים על הרמב"ן, ולפי דבריהם אין כלל מקום לדברי הויומ"ש. הרא"מ על בראשית כו, ה מביא דברי הרמב"ן ודוחה אותם. גם המהר"ל בגור אריה על בראשית מו, י כותב: "מה שפירש הרמב"ן כי האבות היו מקיימין את התורה דוקא בארץ - אין הדעת סובל ומקבל את דבריו". השל"ה על פרשת לך לך חולק על הרמב"ן. המהרש"א (יומא כח, ב ד"ה מצותי חקותי ותורתי) מביא את דברי הרמב"ן אבל הוא בעצמו מפרש אחרת. האור החיים הקדוש על בראשית מט, ג כותב 'וראיתי לרמב"ן שנתן טעם ליעקב שנשא שתי אחיות כי לא היה בארץ, ואין דבריו חזקים בסמוכות, כי מי גילה לו סוד זה שלא היה שומר תורה אלא בארץ... והנכון בעיני' וכו'. על כן גם לשיטת בעל ויו"מ אי אפשר לבסס את הבנת המדרש אך ורק על הרמב"ן.

מיכאל קליין

אין די נייע קובץ 'המעין'.
אזוי ווי די שטיקל און נאך אנדערע שטיקלעך ויו"מ זענען מדרשים און ביאורים אויף מדרשים, איז כדי אויך צו צברענגן דעם מדרש ילקוט שמעוני (שמעוני שמעקט ציוניסטיש) רמז תתרלח;
זכור תזכור. תני ר' חייא משל למלך שהלך לחמת גרר ונטל בניו עמו, פעם אחת הקניטוהו ונשבע שאינו נולן והיה נזכר להם ובוכה ואומר הלואי יהוון בני עמי אע"פ שמקניטים אותי, הדא הוא דכתיב מי יתנני במדבר מלון אורחים אמר הקב"ה הלואי יהוון בני עמי כמו שהיו במדבר שהיו מלינין עלי, ודכוותיה בית ישראל יושבים על אדמתם ויטמאו אותה. אמר הקב"ה הלואי יהוון בני עמי בארץ ישראל אע"פ שמטמאין אותה:

Sent from my SM-G991U using Tapatalk

די רבי אדרעסירט דעם ילקוט, מאמר שלש שבועות סימן ק"ג, ע"ש ותמצא נחת.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

מי אני האט געשריבן:
גאלד האט געשריבן:כ׳על נאר זאגן בקיצור נמרץ, איבער איין זאך,
סאיז זעלבסט פארשטענדליך אז ווען מ'רעדט פון מרידה באומות, פון דעראבערן א לאנד קעגן די רצון פון די אומות, איז דער איינציגער אומה וואס איז בכלל מאסגעבנד איז דער אומה וואס באזעסט דעם לאנד, ובנידן דידן מיינט דאס די אראבער אין פאלעסטינע, וואס דער פוילישער זאגט 2000 מייל אוועק אדער די יו,ען, 6000 מייל אוועק איז נישט מעלה ומוריד, און אט דער אומה די אראבער האט פראטעסטירט און געבונדטעוועט פון די ערשטע רגע, עד היום הזה אן קיין ענדע ליידער פאר די אויגן
ווען די ערשטע פיאנירן זענען געגאנגען באטראכטן פאלעסטינע, נאר פאר די ערשטע וועלט מלחמה, האבן זיי צוריקגעשיקט א מעסעדש פאר די ציונים משלחים פון אייראפע "דאס מיידל איז שיין אבער זי איז חתונה געהאט צן איין אנדערען" עפעס אזוי, דאס מיינט זיי האבן גראד געוויסט אז דאס העט נאר ארבעטן מיט געוואלד אין כח

ועוד חזון

די פירכא איז אביסל שווער.

כמובן גייט קיינער נישט זאגן אז מה שעלו בימי כורש וברשותו איז געווען בחומה או במרידה. און דאן, ככתוב בעזרא ובנחמיה, האבן די יושבים מעיקרא דארטן אויך ״געבונטעוועט״ און פארפירט. די תירוץ איז פשוט ווייל די יושבים דארטן זענען נישט געווען זעלבסטשטענדיג און געווען נכנע תחת ממשלתו ורשותו של כורש מלך פרס, הגם ער איז געווען ״טויזנט מייל אוועק״ - אט דאס איז וואס איז מעלה ומוריד.

ולכאורה כן הוא בנידון דידן. די בריטישע (ועליהם היוּ. ען.) זענען געווען, אין איין זין אדער א צווייטע, די מושלים, בעלים, און אחראים דערויף - די פאלעסטינער זענען ניטאמאל געווען קיין אומה מיט בעלות אינעם לאנד דאן כידוע. איז אז די בריטישע (ועליהם היוּ. ען.) האבן דאס געגעבן פאר די אידן איז וואס איז די נפק״מ אז די פאלעסטינער האבן דאס נישט אָנגענומען? עס איז נישט געווען קיין תנאי התלוי בזה - די ישראלים האבן אָנגענומען די חלק וואס מ׳האט זיי געגעבן בשעת די פאלעסטינער האבן רידזשעקטעד די חלק וואס מ׳האט זיי געגעבן (כעין אין אני והוא). והא ראיה אז דאס איז נישט געווען קיין תנאי התלוי ברצון הפאלעסטינער זעה׳מיר פון דעם אז די וועלט (די בריטישע ועליהם היוּ. ען.) אנערקענט מדינת ישראל אלס מדינה מיום הווסדה (עכ״פ ביז די 1967 גבולים זיכער. ולגבי כיבוש, פון לאנד וואס איז אגב געווען נישט אהער און נישט אהין [ירדן איז געווען ״אפוטרופוס״ דערויף פאר די פאלעסטינער], האבן דאך די מלכי החשמונאים אויך כובש געווען ווייטער. ווערט דאס גערעכענט בחומה ובמרידה פאר די חשמונאים?).

איך בין נישט אויסגעקאכט אין די נושא (היסטאריע איז ל״ד מיין פאָרטע) אבער כן נראה לענ״ד לפום ריהטא. אדרבה, זיי מיר ביטע מסביר.

די ציונים האבן געפירט בלוטיגע גוואלדאטן און טעראר קעגן די בריטישע פארוואלטער, כדי זיי צו ארויסשטיפן מיט געוואלד, די בריטישע האבן הונגעריכטעט געוויסע ציוניסטישע טעראריסטן. ביי די אפשטימונג אין די יו ען אין 1948, האט ענגלאנד נישט געשטימט פאר די רעזאלוציע צו גרינדען די מדינה (פארטישענען פאלעסטינע).
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

אקעי, אבער מיט די אראבער׳ס ווילן, וואס זענען ״דארט״ לעומת [די הערשער] ״ווייט אוועק״, האט עס נישט קיין שייכות.

להבהרה, בּריטען האט עבּסטעינד פון וואָטען אויף די רעזאלוציע בכלל (זיך ארויסצוזעהן פון די סומאטוכע - אזא סארט אוי לי אם אומר, אלס צופרידענשטעלן די אראבער, אוי לי אם ״לא״ אומר, אלס צופרידענשטעלן די אידן); נישט אז זי האט געוואָט ״דערקעגן״. עיין כאן (למטה). ווי וויקיפידיע ברענגט צו:
[left]In February 1947, Britain announced its intent to terminate the Mandate for Palestine, referring the matter of the future of Palestine to the United Nations[/left]

דאס איז אבער לכאורה א ראיה צו די כח פונעם יוּ.ען; דעם עליהם היוּ.ען. הנ״ל: אז למעשה טאמער האט די יו.ען. אזוי געזאגט האבן זיי (בע״כ) מסכים געווען און דאס אָנגענומען און רעקאגנייזט, ווי די יו.ען. ארבעט מיט׳ן אחרי רבים להטות. בּריטענ׳ס מענדעיט און הערשאפט אויף פאלעסטינע בכלל איז דאך געווען מכח די אפמאך, נאכ׳ן ערשטע וועלט קריג, פונעם ליִג אָוו נעישאנס - די פארגייער פונעם יוּ.ען.

זיי האבן אבער טאקע נישט אינפארסירט די טרענזישאן.

איז ווי איך פארשטיי איז די טענה אלס מרידה וחומה פון די גוואלדטאטן קעגן די בּריטישע, וועלכע זענען סתם אזוי געווען אין דעם אין ולאו ורפיא בידם (אָנגעהויבן מיט׳ן בּאַלפאָר דעקלערעישאן און צוריקגעצויגן מיט׳ן ווייסן פאפיר). אבער נישט דאס איז ווי אזוי זיי האבן איינגענומען און באקומען די מדינה; קיינער זאגט נישט זיי האבן ״באזיגט״ און ״כובש געווען״ די בריטישע וכדומה.

פארשפארט