"איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגראַם)

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

"איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגראַם)

שליחה דורך ברוינשטיין »

ס'קען אַמאָל זיין אינטערעסאנט צו גריבלען אין די קינדערישע זכרונות וועלכע זענען לויטער און זויבער, די וועלט איז געווען בליטשקעדיג אבער שרעקעדיג ביינעאַם, ביסט געווען באמת דיך אליינס האסט נישט געגעבן קיין *** פאַר קיינעם, אַז דו האסט עפעס געוואלט האָסטו דאָס געבעטן, ווען די ביסט געווען פרייליך האסטו געלאַכט, ווידער ווען די ביסט געווען עכט טרויעריג האסטו געקענט שטיין צווישן דרייסיג מענטשן און קאַכן מיט אַ טיפע געוויין אָנע בישות.

אַז דיין נפש האט געשפירט ווי ער דאַרף אביסל "עטענטשען" צו אָנגיין ווייטער האָסטו אויפגעהויבן דיין "אַרטסינקרעפטץ" און דאס געוויזן פאַר דיין מאַמע פרעגענדיג: אמת ס'איז שיין? היינט אויב ווילסטו שעפן אביסל "עטענטשאָן" דאַרפסטו אריינשמייסן אינעם דרייוועי פונעם שוהל מיט אַ לוקסוריעזן קאַר, שטעלן אַ בלעכענעם פנים און מיט זייטיגע בליקן שעפן הנאה פון אַפאָר כולל יונגעלייט וואָס דו מיינסט אַז זיי קוקן דיך אַרויף.

אַלזא לאָמיר צוריק לויפן צום גאָלדענעם אַמאָל און ארויפשלעפן די פאַרוואָרפענע שיינע זכרונות.


____

נישט פאַרגעסן צו צולייגן בעפאָר יעדעס זאַץ די ווערטער: איך געדענק נאָך ווען איך פלעג,

-פלאַטשקענען אין פאָדלס

-אָנשמירן מיין האנט מיט גלו, דאָס לאָזן אויסטריקענען, און נאָכדעם עס אָפשיילן.

-מיינען אז אַ "וואָלקעינאו" איז דאָס עפענונג פון גיהנום.

-שטיין אינמיטן די רינג און קלאָצן אויף אַלע טאַטעס מיט אַ ריהוגקייט.

-נישט קענען גרייכן דאָס הענטל פונעם קראַן\"סינק"

-מורא האָבן צו אַרויפגיין אויפן בוידעם.

-זיך נעמען לויפן פאַר גאָרנישט און פאַרנישט.

-נישט אויפמערקן אַז דער טאַטע וואָס שמעוסט מיט מיך איז נישט מיט אַלעמען.

-מורא האָבן פון אַ גוי'.

-ליב האָבן קפרה'ס שלאָגן.

-ווילן מאַכן קידוש.

-ארויף-קוקן אַ ליטוויש געגאָלטן באָרד מיט זיין בענד-דאון.

-מיינען אַז "סעלעבערטיס" זענען אַנדערע מין באַשעפענישן.

-קענען קומען אין שיהל מיט אַ בלויזן העמד!

-גרייטן נעגל וואַסער. (מען ברויך זיך טאקע מחזק זיין)

-לאַכן פון דזשאוקס.

-זיך נישט שעמען צו זיצן אויף אַ בענקל אַנקעגען די מוזיק ביים חתונה.

-מיינען אַז נאָר נאָכן כאַפּן אַ שווים, האָב איך די רעכט צו לייגן מיינע פיאות אינטער די אויערן.

-פרעסן ספרינקלס.

-מיינען אַז נאָר אידן זענען פרייליך.

-שטיין אין בעק פונעם באָס און זיך גריסן מיט די גוישע קאַר וועלכע פאָרט אונטער אונז, (ער פלעגט ווייזן מיט זיין מיטעלסטע, און מיר פלעגן דאָס אויסטייטשן אַלץ אַ בלעם סטייל שעלט מיטל)

-מיינען אַז אַלע קאַרן וועלכע פאָרן אַריבער מיין הויז האַלב דריי פאַרטאָגס קומען פון אַ חתונה, (בחורים ליידיגגייערס..)

-אריינקוקן אינטער די כלה'ס פנים צידעק ביים חופה.

-קלאַפן אויף אַ טיר נאָך צדקה פאַר לאַנגע מינוטן אין איין צי.

-זיך וואונדערן פאַרוואָס טאַטעס עסן נישט קיין נאַשערייען אַגאַנצען טאָג כאָטש אפילו זיי האָבן צוטריט דערצו. (היינט ווייס איך אַז זיי עסן יאָ…)

-זיך אויפרעגן ווען אַ גרויסע טאַטע פלעגט מיך שנעל אַדורך וואָקן אין אַ צעשטיפטען אָרט, בשעת וואָס זיינע לענדן פלעגן אַריינהאַקן אין מיר אַזש איך האָב פאַרלוירן באַלאַנס.

-זיך פאָרשטעלן אין חדר ביי חימוש ווי עשו ליגט אין אַ וויגעלע בעת וואָס זיין האַרטע אָראָנדזשע באָרד שטעקט זיך ארויס אַלע זייטן פונעם וויגעלע, "פאָר סאָם אַד ריזען" פלעג איך דמיון'ען אַז ער איז געבוירן געוואָרן מיט אַ שוואַרצ'ן זייגער אויפן האָריג האַנט. (יאָ, כ'האָב שוין דעמאָלט אָנגעהויבן פאַנטאָזירן).

-מיינען אַז ביי די צווייטע וועלט קריג איז אַלעס געוועזן "בלעק ענד ווייט".

-מיינען אַז מיין מלמד איז באמת אַ קלוגע מענטש.

-זיך וואונדערן פאַרוואָס טאַטעס האָבן נישט די רייץ צו בליקן אין בעק פון די חימוש ביים ליינען און קוקן די בילדער.

-קראַצן די פעינט פונעם וואַנט אין חדר. (נו, הקדש! הקדש!)

-לאַכן פון מענטשן וועלכע גלייבן אַנדערש פון מיר.

-**מיינען אַז פון מיך וועט שוין גאָרנישט אויסוואקסן**(און יעצט מיין איך אַז איך מיין נאָך אלץ… #מאטי)
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

ליב האבן צו וואקן אויף די צעמענטענע גדרים אויף די הייזער

אריבער זאמפן די סקווערס אויף די גאס

זיך שפילן מיט מצות באקס שטריק

זיך ווינדערן וויזוי די גראבע מענטש אין בית מדרש קיקט אויס אין מקוה

מורא צו האבן צו טרינקן קאפי ווייל סמאכט נישט וואקסן
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

אליין אריבער צו קראסן די גאס ווי א גרויסער בחור.

אויספאסטן אין שול מיט די גרויסע טאטעס און בחורים.

זיצן אין די פראנט זיץ פון די קאר.

גיין אין שוויץ.

קויפן אייזקריעם מיט קענדיס פון די אייזקריעם טראק.





Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

ווען איך פלעג..

- מיינען אז מיין טאטע איז דער שטערקסטע מענטש אויף דער וועלט.

- זיין זיכער אז 'טאטעס' (= איינער וואס טראגט א שטריימל), זענען מושלמים , אזא מין העכערע סארט מענטש.

- ציטערן אין די הויזן פון יעדן ווינט אויס פחד אז עס וועט מיך אוועקבלאזן.

- זיין זיכער אז אונזער מאדנע שכן וואס רעדט העברעאיש איז א מוסד אגענט.

- דמיונ'ן אין מיין קאפ כאילו איך בין א געשעפטסמאן און שפעטער א פאליסמאן און שפעטער א סאלדאט און שפעטער (ממש לעצטנס..) א געהיימע אגענט.

- ארויסקוקן מיט לעכצעניש אויף דער חתונה פון מיין צווייטע קאזין וואס וועט פארקומען אין א האלבע יאר ארום און עס סעלעברעטן מיטן גאנצן ארום און ארום.

- טויט מקנא געווען מיין טאטע אז ער האט יעדן טאג א חתונה.


אוי, ס'געווען צייטן, ווי נעמט מען די יונגע יארן..
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

ווען איך האב געציטערט פון די מענטש וואס איז געזעצן הינטער מיר מיט א רויטע בארד מיט שטייפע אויגן ברעמען.

ווען איך האב געריסן מיט מיינע עלטערן אז איך דארף גרעיפ דשאוס ביז די אויבערשטע ליניע פון די גלאז.

ווען איך האב געשפילט דאגי. מיטן ציבינדן א גארטל צום האלדז און א אנדערע ברודער האט עס געשלעפט. נישט פארשטייענדיג פארוואס מאמי לאזט נישט בינדן א גארטל צום האלדז.

ווען איך האב געוואלט האבן פאר פורים א עכטע דאן אבער מאמי האט געזאגט אז עס איז גויאיש.

ווען מיין טאטע האט מיר נאר געלאזט ליינען די שבת בלעטיל ביי לכה דודי.

ווען איך האב ארום געלאפן אין די נישט פארטיגע הייזער (under construction) צווישן חברת תהילים און מנחה שבת נאכמיטאג.

איך האב נישט געמעגט לייגן די הענט אין טאש.

איך האב געוואלט זעהן ווען די לייט פון די פרידש צינדט זיך אן צו עס איז בכלל מעגליך צו זעהן מיט די טיר אפען א שפאלט.

ווען מרוקט די סוויטש שטאטליך צו וויסן ווען גענוי צינדט זיך עס אן

איך האב מורא געהאט צו גיין אין די בוידעם..

ווען איך האב מיר געטשעפעט מיט די לאקאלע תימנער קינדער צו אין חדר צו אין שכינות בלויז פאר זייער הויט קאליר.

ווען איך האב געווען גענוג קלוג ווען די רבי האט געפרעגט ביי די חומש ווי האלט מען האב איך געהאט די קאפ אויפן פלאץ צו זאגן די ווארט וואס ער האט פריער געזאגט. (צומאל איז די רבי געווען אביסל מער כיטרע האט ער געפרעגט וואס איז די נעקסטע ווארט)

מיין ציטערדיגע הענט ווען די מנהל האט געדראעט מיט א שטעקן נישט קענעדיג אויספירן זיין באפעל צו האלטן די הענט ארויס געשטרעקט.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא

שליחה דורך פאליטיקאנט »

-געטוען 'שטיק' ביי ענגליש.

-אריינגעשטעקט גאפלעך אין בילקעס ביי חתונות.

-געהאלטן די מנהל איז גערעכט.

-ארומגעהאצקעט "אין וואלד" אין קעמפ.
בן עיר
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 31
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 10, 2022 9:42 am
האט שוין געלייקט: 35 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 37 מאל

שליחה דורך בן עיר »

ווען איך האב נישט געקענט גלייבן אז מיין טאטע האט נישט קיין געדולד צו הערן מעשה טעיפס פון ר ' פישל שעכטער
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

-פיצן די נאז בפני כל עם ועדה
-מיינען אז די "פ" ווארט איז א קללה
-אז ווער ס'האט א סעבערבן איז א עושר
-אז די טיטל ראש ישיבה אדער רבי מיינט אז יענער איז א ערליכע יוד
-געכאפט א שאק ווען איך בין די ערשטע מאל געגאנגען אין מקווה ואכמ"ל
-מיין טאטע האט מיך נישט געלאזט שמעקן טאביק, מיטן אויסרייד אז עס נעמט אוועק די חן, (@ברוינשטיין, איך בין אויך בא'חן'ט...לאל)
-געקיקט אויפן זייגער דעצעמבער 30 11:59 pm צי זען ווי די נייע יאר איז חל
-מיין מאמע האט מיך אויסגעטון נאקעט פאר די גאנצע משפחה און מיר אריין געשמיסן מכות רצח און מיך געלייגט אין חרם (ד.מ. אז קיינער טאר נישט רעדן צו מיך), און געריפן שפעט נעמען ווי שלעכטי, דאגי וכו'
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
גליקלעך
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 70
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
האט שוין געלייקט: 266 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל

שליחה דורך גליקלעך »

קהל'ס נער האט געשריבן:-מיין מאמע האט מיך אויסגעטין נאקעט פאר די גאנצע משפחה און מיר אריין געשמיסן מכות רצח און מיך געלייגט אין חרם (ד.מ. אז קיי ער טאר נישט רעדן צי מיך), און געריפן שפעט נעמען ווי שלעכטי, דאגי וכו'

WHAT???

מען מעג פרעגן וועלכע דור ביסטו? וועלכע יארן בערך רעדט מען דא ?
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא

שליחה דורך ברוינשטיין »

קהל'ס נער האט געשריבן:-מיין מאמע האט מיך אויסגעטין נאקעט פאר די גאנצע משפחה און מיר אריין געשמיסן מכות רצח און מיך געלייגט אין חרם (ד.מ. אז קיי ער טאר נישט רעדן צי מיך), און געריפן שפעט נעמען ווי שלעכטי, דאגי וכו'


מיין האַרץ איז מיט דיר, באמת!
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

אויב איז עס אמת איז דיין מאמע א נארסאסיסט און מיין הארץ איז מיט דיר
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

גליקלעך האט געשריבן:
קהל'ס נער האט געשריבן:-מיין מאמע האט מיך אויסגעטין נאקעט פאר די גאנצע משפחה און מיר אריין געשמיסן מכות רצח און מיך געלייגט אין חרם (ד.מ. אז קיי ער טאר נישט רעדן צי מיך), און געריפן שפעט נעמען ווי שלעכטי, דאגי וכו'

WHAT???

מען מעג פרעגן וועלכע דור ביסטו? וועלכע יארן בערך רעדט מען דא ?



Real story
איך בין אין די צוואנציגער יארן
איך האב עס שוין געוואלט שרייבן אבער ס'צי א שווערע זאך זי שרייבן, (נישט פון א שרייבערישע פוינט נאר פון א עמאציאנאלע פוינט)
ס'האט זיך דא ארויסגעכאפט,
אי"ה איין טאג וועל איך עס געהעריג דערציילן, האפנטליך.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

קאצקע ציקער האט געשריבן:אויב איז עס אמת איז דיין מאמע א נארסאסיסט און מיין הארץ איז מיט דיר

יא איך האלט אויכט אזוי
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא

שליחה דורך פאליטיקאנט »

OMG!!

דו האסט געוואוינט אין א היימישע געגנט ווי בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי וכדו'?
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

פאליטיקאנט האט געשריבן:OMG!!

דו האסט געוואוינט אין א היימישע געגנט ווי בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי וכדו'?

yes
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:אליין אריבער צו קראסן די גאס ווי א גרויסער בחור.

אויספאסטן אין שול מיט די גרויסע טאטעס און בחורים.

זיצן אין די פראנט זיץ פון די קאר.

גיין אין שוויץ.

קויפן אייזקריעם מיט קענדיס פון די אייזקריעם טראק.





Sent from my SM-G991U using Tapatalk

דער גאלדענער אדלער: איך האב געוואלט זאגן אז דו ביסט שוין געווען א גרויסער טאטע אלס קליין יונגל. אבער מיט דעם לעצטין פסוק האסטו עס אוועקגעהרג'עט. ס'הייסט דו האסט געוואלט קויפן אייזקריעם פון אייזקריעם טראק. נאכדערצו מיט ספרינקלס...לאל
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

מען האט געקויפט ווישי וואסער פאר פסח.
יאפ, איך בין פונעם עלטערן דור, איך געדענק נאך רעקארד פלעיערס...
וירח ה' את ריח הניחוח
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: "איך געדענק נאָך ווען איך פלעג-" (ק"ש חול המועד פּראָגרא

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

שמעקעדיג האט געשריבן:מען האט געקויפט ווישי וואסער פאר פסח.
יאפ, איך בין פונעם עלטערן דור, איך געדענק נאך רעקארד פלעיערס...
גא"מ. די קליינע גרינע פלעשלעך מיט די פאום לעבלעך, אזא זאלציגע טעם, און בכלל נישט אזוי שטארק געשטאכן ווען ס'דורך געפארן דעם האלדז, גאנץ איידל געשפירט, נישט אזויווי די היינטיגע באר מים סעלצער אבער ס'געווען היפש גרעבטצווערטפול אזוי איידעלרהייט האט דאס א היפשן שלשלת אנגעדרייט!

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

ווען כ׳האב געחלש׳ט פאר א וואלענע ציצית אזש כ׳האב מיט א מעדזשיק מארקער אנגעפירקלט מיין טלית קטן מיט ׳ליינס׳.

ווען כ׳האב געוואלט טראגן א הוט.

ווען כ׳האב געטראכט אז מיין טאטע איז שטערקער פון אלע גוים (ער איז א כולל אינגערמאן).

ווען כ׳האב געמיינט אז יעדע ליגנט געפינט מען אויס.

ווען כ׳האב געחלש׳ט צו האבן גלעזער, קראטשעס, אדער לכה״פ פיבער.

ווען כ׳האב עכט געמיינט אז מיין ארגענייזער קען טון די זעלבע ווי מיין פעטער׳ס בלעקבערי.

ווען די פארע פון מיין מויל אין ווינטער האט אויסגעזען ווי ציגארעטן רויעך.

ווען כ׳האב איבערגעדרייט מיין קאפל ווען ס׳האט גערעגנט.

ווען איך בין איבערגעגאנגען נאכאמאל מיין ברודער אז ער זאל למעשה יא קענען וואקסן.

ווען איך האב געציטערט פון שדים און מזיקים.

ווען כ׳בין נישט געגאנגען זאגן גוט שבת פארן רבי׳ן אויב כ׳האב געטון אן עבירה פארדעם.

ווען איך האב געהאלטן אז טאטעס פייטן זיך נישט.

ווען כ׳האב געמיינט אז איך בין א אמעריקאנער.

ווען איך האב זיך איינגערעדט אז האבן חתונה געהאטע ברידערס איז ׳קיל׳.

ווען איך האב געציילט די יארן צו מיין בר מצוה.

ווען כ׳האב אריינגעפיקט אין מקוה צו זען וויאזוי די טאטעס זעען אויס.

ווען כ׳האב זיך נישט געעקלט צו ווישן מיין האנט אינעם שול׳ס האנטוך.

ווען מיין מאמע האט געקרייזלט מיינע פאות און געפוצט מיינע ציין.

ווען כ׳האב נישט געדארפט גיין אין שויער נאר ענדערש זיצן אין א באבל באדי.

ווען כ׳האב געזאגט ׳פעקי׳ אין קלאס און עס איז נישט געווען קיין זייף אין חדר אויסצושווענקען מיין שמוציג פיסק.

ווען כ׳האב זיך געוואלגערט פאר געלעכטער ביי ׳ופרצו׳ און ביי ׳וירץ אברהם׳.

ווען כ׳האב אנגעקוקט מיין מלמד ווי א טשילער.

ווען כ׳האב געגליכן די שמעק פון קאווע פונעם מויל.

ווען שבת האט געפילט ווי א לאנגע וואך צייט.

ווען מיין עלטער זיידע האט נאך געלעבט.

ווען די מעלות איז געווען אינטערסאנט.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

דו ביסט פיינע נייעס, יהורם..... :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

יהורם האט געשריבן:ווען כ׳האב געוואלט טראגן א הוט.

מען קען מוסיף זיין, ווען מיר האבן גע'חלש'ט צו האבן תפלין, און צוזאמדרייען יענעמ'ס רצועות איז געווען די גרעסטע מתנה וואס מען האט אונז געקענט געבן...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

יהורם גאר פיין :lol:
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

פאליטיקאנט האט געשריבן:OMG!!

דו האסט געוואוינט אין א היימישע געגנט ווי בארא פארק, וויליאמסבורג, מאנסי וכדו'?
דו האלסט אז קראנקע מענטשן וואוינען נאר אין קראון הייטס אדער אין פלעטבוש?
פארשפארט