רְאֵה נָא בְעָנְיֵנוּ

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
רעאגיר
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 546
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 732 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2030 מאל

רְאֵה נָא בְעָנְיֵנוּ

שליחה דורך תוהו ובוהו »

זיץ איך מיר ביים שווער ביים סדר, פון אלע זייטן זיצן קינדער און אייניקלעך, מ'האלט שוין טיף אינמיטן די הגדה כאטש כ'האב נאכאלץ נישט אויסגעפינען וואו פונקטליך מ'פלאצירט די אומבאקוועמע-חירות-קישענעס בשעת'ן הגדה. הונגעריג בין איך ביז גאר, נאכן פארפאסן סו"ז אכילת ח**ץ מיט צוויי מינוט. ניטאמאל פונעם ערשטן כוס וויין האביך הנאה געהאט נאכן זיך נישט באכלעפטשן בשעת'ן טרינקען בהסבה "דרך חירות", קוים וואס עפעס איז אריין אין מויל, ס'רוב איז געגאנגען אויפן קיטל און אפאר טיפות האבן געלאנדעט אויפן מצה טאש וואס דאס האט אינסטיקטיוו פארקנייטשט דעם שווער'ס געזיכט בשעת ער באאבאכט בקפידא צו כ'פארוויש עס גוט, ס'קען דאך חלילה אריינשפאצירן אינעם טאש אריין, זיך זעצן אויף לוי, און מעורר זיין גאט'ס חרון אף!

מען האלט שוין ביים צווייטן ונצעק צום גוטן. דער שווער זז"ג האלט שוין נאכן פרעגן, ערקלערן, דיוק'נען, מסביר'ן, און מוסר-השכל'ן אויף יעדעס ווארט אינעם הגדה, אנגעהויבן נאך מיט די שינוי נוסחאות אינעם "מאכט שנעל/שוין/גלייך קידוש" אריבער צו אלע פילע קושיות אויף די פיר קושיות, שוין מדייק געווען 'אותו' הלילה און 'אתּ' פתח לו, שוין האלבוועגס מרמז געווען פארן ווילדן אייניקל אז אויב רוהט ער נישט איין וועט ער ביי 'רשע מה הוא אומר' טייטלען מיט די פינגער און זאגן "רשע זה", שוין פארגלייזט די אויגן ביי 'והיא שעמדה' ס'האט זיך שוין אפי' אריינגע'גנב'ט א פראגע'לע אין מוח "וואו איז דער והיא שעמדה געווען ביים האלאקאוסט?" שוין אפילו נתיישב געווארן מיטן זאגן אז 'שבכל דור ודור' גייט נאר ארויף אויפן 'עומדים עלינו לכלותנו' אבער די 'והקב"ה מצילנו מידם' פּאַרט, איז נאר דא דארט, עפ"ל רח"ל מהאי דעתא, מ'קען דאך אבער א הונגעריגן נישט דן זיין, דאס אלעס קומט דאך פאר בשעת דער מאגן איז גענצליך לער אחוץ א קליין ווינציגער-ווי-א-כזית שטיקל קארטאפל שווימט ארום בהרחבה אינעם רויטן וויין-טייך, ס'וועט נאך נעמען אפאר שעה ביז ס'פלאץ וועט אים ענג ווערן.

מ'זאגט פאמעליך מלה במלה בשעת דער שווער פארטייטשט רואיג יעדעס ווארט אז די אייניקלעך זאלן פארשטיין, ביז.. מ'קומט אן צו וַיַּרְא אֶת עָנְיֵנוּ, דער שווער גייט מיטאמאל אויף זעכציג קרוז און פארט דורך אנע אפשטעלונג, ער האלט שוין ביי ואת עמלנו אלו הבנ- "זיידי, וואס מיינט פרישות דרך ארץ?" דער שווער טאנצט אויף ווי א שלאנג געביסענער, גיבט א בליק צום צוועלף יעריגן יאסי פארלוירענערהייט, אין זיין בליק איז קענטליך די פארדאכט ווי ער זאל פראבירן אפלערנען דאס אייניקל'ס געזיכט צו ער ווייסט אז ס'איז פישי טעריטאריע און פרעגט ווי אן אויבער-חכם, אבער יאסי קוקט צוריק מיט אומשולדיגע תמימות'דיגע אויגן און ווארט פאר אן ענטפער. פארלוירענערהייט דרייט זיך דער שווער אויס צו מיר, בעטנדיג שטומערהייט איך זאל אים געבן א בוסט און ארויסנעמען פונעם פלאנטער. כ'וועל נישט לייקענען, ס'האט געהאט אלע טעמים די מחזה הוד און איך וואלט עס גערן געלאזט אנגיין נאך אפאר מינוט, אבער דמות דיוקנו פונעם שווער איז געשטאנען פאר די אויגן און מיר נישט געלאזט באגיין אזא זינד..

הייב איך אהן צו נישטערן אין מיינע זאפּאסן פאר עפעס א צופרידן-שטעלנדע ענטפער בסגנון 'לא תנאף - מ'טאר נישט לייגן די הענט אין טאש', אבער עפעס גייט עס נישט געהעריג, כ'קען דאך נישט געבן קיין געשלעכט-עדיוקאציע אינמיטן סדר. צופיל צייט צו טראכטן האביך אויך נישט, ווארום צוויי מענטשן ערווארטן א זאפארטיגן ענטפער.

קיין צוויי ברירות האביך נישט, כ'פארמאך מיר די אויגן און כ'הייב אן רעדן, מיט האפענונג אז ס'וועט זיך שוין עפעס אויספארעמען תוך כדי דיבור:

יאסי טייערער, די משנה זאגט אין אבות "יָפֶה תַלְמוּד תּוֹרָה עִם דֶּרֶךְ אֶרֶץ" - תורה איז נאר שיין ווען עס קומט צוזאמען מיט 'דרך ארץ', דער טערמין 'דרך ארץ' רעפרעזענטירט לאו דוקא געשלעכט אדער אן אומנות, נאר אלע נאטורליכע שטרעבונגען נייגונגען און געפיהלן מיט וואס אונז האמא-סאפיענס זענען באשאנקען געווארן. די משנה לערנט אונז אז די געזונטע וועג פון נעמען די תורה איז ווען ס'גייט האנט ביי האנט מיטן 'דרך ארץ', ווען מ'פארקוקט נישט און מ'איגנארירט נישט דעם מענטש'ס נאטירליכע געברויכן און רצונות און מ'פארגעסט קיינמאל נישט פונעם עלעגאנטן באלאנס וואס ביינאזאם פארמירן זיי דעם סם החיים.

אויב אבער פארלירט מען דעם באלאנס און מ'הייבט אן איגנארירן דעם 'דרך ארץ', פארלירט די תורה חלילה איר שיינקייט און ווערט גאר פארוואנדעלט אין א עינוי, ווער רעדט נאך ווען מ'נוצט די 'תורה' זעלבסט צו אינטערמינעווען אדער אונטערדרוקן דעם 'דרך ארץ', אטע דאס איז דער גרויסער עינוי וואס אידן ווייטאגן און קרעכצן אונטער דעם לאסט.

ווען מ'נעמט די דרכיה-דרכי-נועם תורה מ'רייסט איר אפ פון איר 'דרך ארץ' קאלעגע, און מ'פארוואנדעלט איר אין א אנטי טעזע צו די נאטירליכע מענטשליכע געפיהלן און נייגונגען ווערט דאס אנגערופן "פְּרִישׁוּת דֶּרֶךְ אֶרֶץ", נעמליך, מ'האט אפגעטיילט דעם 'דרך ארץ' פונעם אזוי-קריטישן צאמשטעל פון 'תורה עם דרך ארץ'.

ווען מיטן נאמען פון די תורה אונטערדרוקט מען מענטשליכע געפיהלן צו וויסנשאפט און טאלאנט, מ'אסר'ט וואס מ'קען און מ'מאכט ענג פאר מענטשן צו זיין זיך אליין, מ'רייסט ברוטאל אויס אינדעווידואלקייט, און מ'פארוואנדעלט די תורה אין א שפיל-פעלד פארן געיעג ווער עס קען זיין פרומער און עקסטרעמיסטישער, דאן נעשית חלילה סם המוות און עס ווערט פארוואנדעלט אין א עינוי.

קוק דיך ארום אויפן טיש, אונז פייערן די ארויסגאנג פון מצרים און די גרויסע ניסים וואס האבן פאסירט, אבער מיטן אריינפירן די 'תורה' אינעם 'דרך ארץ' טעריטאריע מיט זינלאזע חומרות מנהגים עניינים מסורות וכו' וכו' וואס איז אוודאי 'תורה' ווארום מ'איז דאך חושש צו א ספק ספיקא פון א 'טעם הכמוס', אבער ס'איז שוין לאנג 'נותן טעם לפגם' מיטן שניידן שטיקער 'דרך ארץ' ווען אונזער פסח פייערונג קוקט שוין אויס ערגער ווי די ניין טעג..

וַיַּרְא אֶת עָנְיֵנוּ וואס איז אונזער ווייטאג? זוּ פְּרִישׁוּת דֶּרֶךְ אֶרֶץ - ווען מ'שניידט ארויס דעם 'דרך ארץ' און מ'פארט חלילה מיטן 'תורה' אין תהום אריין.

כ'ענדיג מיין מאנאלאג, כ'עפן מיר אויף די אויגן, און כ'הער ווי דער שווער בורטשעט ארויס אונטער די נאז "וואלט שוין בעסער געווען ווען דו זאגסט אים פשוט פשט.."

דער אשכול פארמאגט 13 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר