א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:א מענטש וואס פארקויפט גארנישט
? שקל הטהור
וואס מיינסטו צו זאגן אז ער איז א גיטער שנארער להגדיל שמו אלס מגן חינוך הטהור? נישט דאס מאכט מיך אים רעספעקטירן
ד"א מהר"א האט אן ארגענעזעישן וואס צאלט די עלעקטעריק ביללס יעדן חודש פאר די מוסדות וואס זענן נישט נהנה ממקורות זרים, אן פראפאגאנדע מיט שיקן שליחים קיין אר"י און פיקטשערס, שטילערהייט שיקן זיי יעדען חדש גראד צו די עלעקטיריק קאמפאני, און ווי די מוסדות אין אר'י זאגן איז דאס די גרעסטע נתינה וואס זיי באקומען פון ארגענעזעישן'ס
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:א מענטש וואס פארקויפט גארנישט
? שקל הטהור
וואס מיינסטו צו זאגן אז ער איז א גיטער שנארער להגדיל שמו אלס מגן חינוך הטהור? נישט דאס מאכט מיך אים רעספעקטירן
ד"א מהר"א האט אן ארגענעזעישן וואס צאלט די עלעקטעריק ביללס יעדן חודש פאר די מוסדות וואס זענן נישט נהנה ממקורות זרים, אן פראפאגאנדע מיט שיקן שליחים קיין אר"י און פיקטשערס, שטילערהייט שיקן זיי יעדען חדש גראד צו די עלעקטיריק קאמפאני, און ווי די מוסדות אין אר'י זאגן איז דאס די גרעסטע נתינה וואס זיי באקומען פון ארגענעזעישן'ס
יעדער גיבט און פראפאגאנדירט וויאזוי ער מיינט אז ער גייט די מערסטע ארויסקעשן.
מיין רבי וואס איך רעספעקטיר איז הרה"צ ר’ הושע פרידמאן שליט"א- אדמו"ר מ’פאשקאן, זייענדיג א רעכטער רוזשינער אייניקל און ווי אויך א אייניקל פונעם אמרי חיים פון וויזניץ זי"ע זיין חסידות איז געבויעט אויף אהבת ה’ - אהבת ישראל - און אהבת ארץ ישראל ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו
אז מען רעדט שוין פונעם הייליגן פאשקאנער רבי, וויל איך צי צייכענען א מצווה טאנץ אין די פאשקענער הויף. (א אמת מצווה טאנץ ווי די חתן פרייט זיך מיט די כלה)
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:מיין רבי וואס איך רעספעקטיר איז הרה"צ ר’ הושע פרידמאן שליט"א- אדמו"ר מ’פאשקאן, זייענדיג א רעכטער ריזשונער אייניקל און ווי אויך א אייניקל פונעם אמרי חיים פון וויזניץ זי"ע זיין חסידות איז געבויעט אויף אהבת ה’ - אהבת ישראל - און אהבת ארץ ישראל ימים על ימי מלך תוסיף שנותיו
דער רבי איז אויך א תת אלוף (בריגאדיר גענעראל) אין צה"ל
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
שיבאויגענ'ער רב שליט"א: איך בין געווען לעצטנס ביי א מיטינג פון התאחדות הרעבנים דארה"ב וקנדה, מקסיקו ו'גואטעמאלאה, יצ"ו...האט דער נייער יושב ראש. דער ממלא מקום פון הרה"ק ר' יחיאל יצחק גליק זצוקללהאהאהאה...המכונה איצא --- אנגערופן יעצט לאמיר הערן א פאר ווערטער פון שיבויגענ'ער רב שליט"א.'...איי וועט איהר פרעגן. וואו איז דאס די שטאט שיבויגן, נעבן בודאפעסט אדער דעברעצין? וועל איך אייך ענטפערן אז די שטאט שיבויגן איז אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע. אין די סטעיט וויסקאנסין...! בשורה טובה. מ'דארף שוין נישט לויפן ביז אונגארן ארויסצוזוכן שטעט מיט מאדנע נעמען אזוי ווי שאראש פאטאק אדער סאראש גאטיאש. נאר מ'קען דאס טרעפן אין אמעריקע אויך.
איר רעספעקטיר הרב הצדיק ר" טודרוס זילבער מיאוואזשנא ער איז א איש אמת א צדיק מיט א תלמיד חכם עצום מיט א נועם מידות........ בלי שום ספק אז און צוואנציג יאר ארום וועט מען זיך הענגען פון די דעכער צו כאפען א בליק אויף אים. עס איז בעצם א שאד צו מסביר זיין יעדער איז מכובד צו קומען צו אים צו וויליאמסבורג און זיך אליינס איבערצייגען
חלק קטן האט געשריבן:איך רעספעקטיר הרב הצדיק ר' טודרוס זילבער מיאוואזשנא. ער איז א איש אמת, א צדיק, א תלמיד חכם עצום מיט א נועם מידות........
בלי שום ספק אז אין צוואנציג יאר ארום וועט מען זיך הענגען פון די דעכער צו כאפען א בליק אויף אים. עס איז בעצם א שאד צו מסביר זיין, יעדער איז מכובד צו קומען צו אים צו וויליאמסבורג און זיך אליינס איבערצייגן
אמת, אבער מען דארף האבן הלל'ס געדולד פאר זיין דאווענען און לאנגע תורות,
איי געסס ס'פאראן מענטשן וואס זענען בסדר דערמיט, ווי עס האט זיך ארויסגעוויזן 2 שבתים צוריק מיט ר' צבי מאיר זילבערבערג, ווי מענטשן האבן מיטגעהאלטן ביז די פארטאג'ס שעה'ן.