בד"א: הג"ר אברהם גניחובסקי נפטר געווארן

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
פארשפארט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

בד"א: הג"ר אברהם גניחובסקי נפטר געווארן

שליחה דורך יידל »

איינע פון די גרעסטע גאונים אינעם היינטיגן דור, הגאון הגדול ר' אברהם גניחובסקי, מראשי ישיבות טשעבין, ירושלים איז היינט נפטר געווארן. רבי אברהם איז געווען איינע פון די לעצט פארבליבענע תלמידים פון מרן החזו"א זצ"ל. זיין טאטע איז געווען א חבר כנסת מטעם די הפועל המזרחי פארטיי, און איז געווען דער איינציגסטער מזרחיסטישער ח"כ וואס האט - אויפן באפעל פונעם חזו"א - זיך צוריקגעהאלטן פון שטימען פאר די גיוס בנות/שרות לאומי געזעץ. א לעגענדע לויטעט אז דער חזו"א האט פארשפראכן פאר אליהו משה'ן א זון א גדול בתורה אויב וועט ער נישט שטימען פאר דעם געזעץ. ר' אברהם איז געווען פארהייראט צו א יתומה וועלכע איז אויפגעצויגן געווארן אין שטוב פון טשעבינער רב זצ"ל, און טשעבינער רב האט פאררעכנט ר' אברהם וואו אן איידעם.

ר' אברהם האט אויך געהאט א רשיון (א פערמיט) צו פראקטיצירן געזעץ אין מדינת ישראל. די סיבה דערפאר איז געווען ווייל זיין טאטע האט אים נישט געוואלט לאזן גיין לערנען אין ישיבה, און דער חזו"א האט דוקא יא געוואלט ער זאל גיין אין ישיבה. די פשרה איז געווען אז ר' אברהם וועט קענען גיין אין ישיבה נאכן גראדואירן פון קאלעדזש. ר' אברהם איז אין איין יאר דורכגעגאנגען א קורס אין געזעץ וואס נעמט געווענליך פיר יאר און נאכן גראדואירן איז ער געגאנגען לערנען אין ישיבה. ר' אברהם פלעגט ניצן זיין רשיון צו ארויסהעלפן פארשידענע ארגעניזאציעס וועלכע האבן זיך געטראפן אין לעגאלע פראבלעמען.

ווער עס האט אים געקענט האט געוואוסט צו זאגן אז מ'רעדט פון אן עילוי עצום. ער איז מסתמא נישט געגאנגען קיין ד' אמות אן תורה, און האט מדקדק געווען אויף יעדעם אות ותג אין שו"ע כאילו מ'רעדט פון אן איסור כרת. כל התורה כולו איז געווען ביי אים מונחת בקופסא כפשוטו, און אפילו קבלה האט ער זיך אויף די עלטער געלערנט פון ידידו הג"ר נפתלי נוסבוים.

אין די לעצטע צייט האט ער זיך שטארק געפלאגט מיט יענעם מחלה, און אפאר חדשים צוריק האבן די דאקטוירים אין א"י אויפגעגעבן איוף אים. ער האט נאך פרובירט נעמען ספעציעלע טריעטמענטס אין פראנקפורט, אבער נצחו אראלים את המצוקים ונשבה ארון אלוקים און ר' אברהם איז היינט נפטר געווארן.

פון זיינע חידושים איז דא א ספר "בני ראם" (ראם איז ר"ת "ר' אליהו משה", לזכר נשמת אביו), און נאך פארשידענע קונטרסים. ער האט איבערגעלאזט הונדערטע אויב נישט טויזנטע תלמידים.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ווי אלט?
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

איך ווייס נישט, כ'שטעל זיך פאר צווישן 76 און 83 בערך.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4920
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2328 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4623 מאל

שליחה דורך יידל »

בילד
לא רעב ללחם. לא צמא למים.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

בחרדי חרדים מעלדט שוין. ווען זיי וואלטן וועגן געקאפיט יידל'ס רעפארט וואלטן זיי געהאט א שיינע רעפארט.
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=45230
באניצער אוואטאר
לאדיך אפ
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 658
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 14, 2012 10:49 pm
האט שוין געלייקט: 220 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 241 מאל

שליחה דורך לאדיך אפ »

וויאזוי האט ער געקענט זיין א תלמיד פון חזון איש אויב איזער געבוירן געווארן תרצ"ז?
באניצער אוואטאר
ונבנתה העיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3795
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 25, 2012 5:41 am
האט שוין געלייקט: 6591 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8112 מאל

שליחה דורך ונבנתה העיר »

בד"ה, איך האב געהאט די זכי' צו לערנען ביי איהם א זמן [בעיקר היכי תמצא'ס...], אה, זיין גריסן יעדע בחור'ל בכריעה והשתחואה איז ווערט געווען אלע געלטער.
מ'דארף צוריק אראפברענגען דעם רבי'ן

אמר ונבנתה: אל עבר החלון נשקפתי ונתתי אל לבי כי שבת האדם ממנו, חומר וגשם – ורוח אין, בחנתיו, והנה הוא תולדת מקריו – כאשר ילך המקרה כך יתעצב לבו ודמותו, לרגעים אבחננו, כאשר יאמר החכם כי אין הוויית רגע מול רגע נוצרת כי אם בהתחדש מקריו, ואל מי יקר המקרה?
באניצער אוואטאר
הדד בן בדד
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1491
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מערץ 02, 2012 1:57 pm
האט שוין געלייקט: 684 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1083 מאל

שליחה דורך הדד בן בדד »

בד"ה, א גרויסער יישר כח יידל פאר אזא שיינעם רעפארט. עס טוט זייער וויי דאס פארלוסטס פון תלמידי חכמים, אבער אין די זעלבע צייט ווארימט עס דאס הארץ צו זעהן אז עס זענען נאך דא אידן אויף די וועלט, בעלי שיעור קומה וועלכע זוכן נישט קיין פירסום.

יהא זכרו ברוך
פארשפארט