מיליאנער האט געשריבן:אסאך מאל אז מ'זעט אז די קשיא איז מרפסין איגרא מיינט עס אז ס'איז באמת דא א פשוט'ע תירוץ.
כ'מיין, די קשיא אידאך ביזן הימל! די ברך משה אליין האט זיך משדך געווען מיט וויזניץ און דא צוקריגט ער זיך מכלומר'שט מיט זיין אייגענע טאכטער פאר די זעלבע סיבה? איז די ברך משה געווען חלילה נישט מיט אלעמען?
דו ווייסט? ביי מהר''א'ס חתונה איז אויך נישט געווען קיין איין סאטמארע חסיד! ס'געווען אנגעגרייט ספעציעלע טישן פאר חסידי סאטמאר און ס'איז געבליבן ל-י-י-ד-י-ג! דעמאלטס איז די ספין געווען אז די דברי יואל לאזט נישט גיין.
פלוצלינג ווען די ברך משה'ס טאכטער האט זיך משדך געווען מיט וויזניץ איז די ברך משה געווען גאר דער וואס לאזט נישט גיין...
יא יא, ס'איז זייער קלאר! היסטאריע האט זיך נישט אנגעהויבן תשנ''ט, דאס איז אייביג געווען די מערכה פון די מחלוקה צינדער און מאכט-הינגעריגע פארשוינען וואס האבן נישט געהאט קיין פראבלעם געהאַט צו העצן טאטעס קעגן זונען, טאטעס קעגן טעכטער, פעטער'ס קעגן נעפיוס (יא, מהר''א איז נישט די ערשטע צו רעדן אויף א נעפיו) נישט לאזן משפחה גיין צו שמחות, און נאכדעם קומען שרייען אז מהר''א איז דער וואס מאכט מחלוקת אין משפחות.... ס'איז די זעלבע מענטשן וואס האבן געווארפן חפצים און פארגאסן דאס בלוט פון ר' משה'לע וויזניצער ביי ר' מענדל'ס חתונה און די ברך משה האט געהאט געפערליכע עגמת נפש דעמאלטס, סאו ס'איז זייער קלאר ווער עס האט אנגעדרייט די סומאטוכע ביי ר' חיים הערש'ס חתונה.
אקעי ווער איך געוואר יעצט א גרויסע חידוש אז דאס שטוב מענטשן העצן, אין קאלעכן איז שוין אנגעגאנגען אין די מ יארן,עכ"כ אז מהאט אים געקענט אנדרייען זיך צי צעקריגן מיטן איידעם אין טאכטער פאר אפאר יאר,
געמיינט ביז איצט אז אלעס האט זיך פלוצלינג אנגעהויבן תשנ"ט,
ברויך מען געוואר ווערן אויב די באקאנטע צויבל צוואה, וואס איז געווען אין די נ יארן איז נישט קיין רעזולטאט פין די שטוב העצריי,
אין אפשר גאר איז די התמנות אלס קרית יואלע רב אויך געקימען ווייל ער האט שוין געקאלעכט אין מהאט אים פארדרייט א קאפ, מעגליך אז ער האט באמת געוואלט אויפנעמען ליפא אדער שלום לעזער אלס ק"י רב, אין די שטוב מענטשן וואס זענען געווען פאניע בראט מיטן בנו הגדול האבן אים פארדרייט די קאפ, לפי זה געפינען זיך שוין טוזענטער ממזרים ר"ל אין ק"י,
ווי איז ר מענדל מיט ר געציל ווען מ'ברויך זיי האבן?
אין דאס אז איינער זאל זיין א היפאקריט איז דאך פשוט נישט מעגליך ווען מ'ווערט געבוירן אלס טייטעלבוים, אזוי ווי דעם בנו הגדול'ס מהות איז כסדר מעיד,