וואס גייט פאר, ביידען?
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
וואס גייט פאר, ביידען?
עס איז בכלל נישט קיין סוד אז אונזער פרעזידענט יר"ה ציילט זיך נישט אויף דער יונגער געמיינדע. אין פאקט וועט ער ענדע יאר זיין א בן שמונים. וואלט ער געווען א היימישע וואלט ער ביי דעם שטאפל שוין זיכער פארעכנט געווארן צווישן די 'זקני אנ"ש', פון די וואס געדענקען נאך דער רבי זיכרונולעברוכע. ער וואלט געזיצן אויבן אן ביים טיש, און אין שול וואל ער זיך געבייזערט ווען א בחורל עפנט אן פענסטער ווייל ס'קאלט. אבער אנשטאט דעם פירט ער דער שטערקסטע לאנד אויפן וועלט. נו שוין, די ערווארטונגען איז מלכתחילה נישט געווען אין הימל, מען האט נאר געהאפט ער זאל אנקומען לעבעדיג צום ווייסן הויז און ארויסשטויסן דאנעלד טראמפ, די איבעריגע איז שוין א באנוס.
לעצטנס אבער קוקט אויס ווי עס האלט זיך אין איין פארערגערן דער סיטואציע, א פלייץ פון מאדנע ווידעאס בלויז פון דער לעצטע חודש אליין האלטן און אין ארויסקומען און ווארפן שווערע פראגע צייכנס אויף דער קאגניטיווע מצב פון פרעזידענט.
איז וואס האבן מיר געהאט בלויז אין די לעצטע צוויי חודשים?
מערץ 2- ביי א רעדע פאר קאנגרעס צעמישט ער צווישן די Ukranian און די iranian peaple. מערץ 16- ביי א רעדע אין דער ווייסע הויז באטיטלט ער וויצע פרעזידענט האריס אלץ 'firsy lady'. אפריל 2- אין א רעדע ביי א צערעמאניע אויף דער Uss dalawere באטיטלט מישל אבאמא אלץ 'former vice prezident'. מערץ 28- ביידן איז געכאפט געווארן מיט צעטלעך אין זיין האנט אין לויף פון א פרעס בריפינג אין די וויסע הויז וואס אויף דעם שטייט ערווארטעטע שאלות און קלארע תשובות וואס צו ענטפערן. https://www.foxnews.com/politics/photos ... ting-putin אפריל 6- אין א צערמאניע צוזאמען מיט פארמער פרעזידענט אבאמא ווערט ביידן געזען ארומוואנדערן געפערליך פארלוירן נישט וויסענדיג וואס צו טון, מען זעט דארט אויך ווי אבאמא מאכט זיך נישט וויסענדיג פון אים. אפריל 14- נאך א רעדע פון 40 מינוט אין נארט קאראליינע אוניבערסיטי , שטרעקט אויס זיין האנד צום ..לופט (אליהו הנביא?). אפריל 23- ביי א רעדע אין סיאטל שטרעקט אויס נאכאמאל זיין האנט צום לופט . איז דען א וואונדער אז א פייגל באמאכט זיך אויף אים אינמיטן א רעדע אין אייאווע?
אין די וועלט האלט מען זיך ביי די זייטן, אין סעודיע האט דער פאפולערע 'סטודיא 22' ארויסגעלייגט א ספעציעלע קאמעדיע וואס לאכט אפ פון ביידען, און דער איזראעלי ארץ נהדרת האט זיך אויך פאסמאקעוועט אויפן פרעזידענט.
ביי אזא פאל וואלט מען אפילו אין בית מדרש אים אנגעקוקט מאדנע און אנגעפאנגען שישקען אונטער זיין רוקן. אבער אנדערש ווי סתם אן אלטע קאלעכדיגע זקן די בושות וואס ער מאכט איז נישט נאר פאר זיך נאר פאר אמעריקע וואס ער פארטרעט, און די קאנסעקווענצן צו זיין קאגנעטיווע דערקייקלונג גייען מיר אלע פילן. איז וואס גייט פאר מיט דיר ביידן?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שאלתיאל, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- כרם זית
- שריפטשטעלער
- הודעות: 942
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
- געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
- האט שוין געלייקט: 2702 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל
Re: וואס גייט פאר, ביידען?
די פייגל דארטן איז טאקע גע'מאכט' אין אמעריקא...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
- ברוינשטיין
- שריפטשטעלער
- הודעות: 404
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1008 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל
Re: וואס גייט פאר, ביידען?
יאָפ'ס, עס זעהט מיר אויך אויס 'געמאַכט'.כרם זית האט געשריבן:די פייגל דארטן איז טאקע גע'מאכט' אין אמעריקא...
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16679
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18070 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
איך זעה נישט וואס איז די גרויסע בושה פאר אמעריקע, אן אלטער מענטש איז אן אלטער מענטש, דאס פאסירט מיט אלעמען, און דעריבער זענען מיר מתפלל אל תשליכנו לעת זקנה..
די בושה איז ענדערש פארוואס האט נישט אמעריקע קיין נארמאלע פרעזידענט קאנדידאטן. דער פראבלעם איז אז יעדער קאנדידאט ווערט ממש אויסגעפייניגט, אראפגעריסן און באשמוצט ביי די מידיא, יעדע מחשבה זרה'לע זיינע מנעוריו ווערט אויסגעפויקט און מען פארשעמט אים, נישטא דאס מינדעסטע רעספעקט, חוצפה יסגי מיט א שמיץ אריבער... עס איז געקומען צו א מצב אז קיין איין נארמאלער מענטש זוכט נישט צו לויפן, אלזא מוז מען זיין א בוחר הרע במיעוטו, און זיך באגנוגען מיט דעם קאנדידאט וואס איז די ווייניגסטע משוגע....

וירח ה' את ריח הניחוח
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
כרם זית האט געשריבן:די פייגל דארטן איז טאקע גע'מאכט' אין אמעריקא...
געמאכט איז עס זיכער נישט, ס'נאר דא וואס טענה'ן אז ס'נישט געווען קיין באמאכעץ נאר עפעס אנדערש.
https://www.snopes.com/fact-check/did-a ... -on-biden/
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- פרייוויליג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1778
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
- האט שוין געלייקט: 1168 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל
רעמבלינג דזשאו: https://www.youtube.com/watch?v=OcPtJXhQw7g
זיין היסטערי פון רעמבלען גייט שוין צוריק עטליכע דעקעטס.
אבער עס איז שרעקעדיג אז דאס די פרעזידענט פון אמעריקע. עס איז שרעקעדיג ווען יעדער וואס וואטשט ביידן זעט אז ער איז אינקאהירענט, רעדט נישט צו דבר, און רעדט צומאל פאר פייער און וואסער. די דיפענס פון זיינע וואוטערס איז אז ער איז בעסער פון טראמפ, און עס איז נישט אזוי עק וועלט, ער איז ס"ה 79 יאר יונג, ער איז נאכנישט קיין אכציג.
זאל אים דער אייבערשטער אפהיטן, ער זאל דערלעבן די לעצטע 2 יאר פון זיין טערמין. און די איינציגסטער סיבה פארוואס די רעפובליקאנאר גייען אים נישט אימפיטשען איז "קאמאלע העריס".. ביידנס עפראוועל רעטינג איז די ארגסטע כמעט אין געשיכטע, און נישט אומזיסט. עס איז אין די נידריגע פערציג, איך וואונדער מיך אלץ ווער די איבריגע 40 זענען..
זיין היסטערי פון רעמבלען גייט שוין צוריק עטליכע דעקעטס.
אבער עס איז שרעקעדיג אז דאס די פרעזידענט פון אמעריקע. עס איז שרעקעדיג ווען יעדער וואס וואטשט ביידן זעט אז ער איז אינקאהירענט, רעדט נישט צו דבר, און רעדט צומאל פאר פייער און וואסער. די דיפענס פון זיינע וואוטערס איז אז ער איז בעסער פון טראמפ, און עס איז נישט אזוי עק וועלט, ער איז ס"ה 79 יאר יונג, ער איז נאכנישט קיין אכציג.
זאל אים דער אייבערשטער אפהיטן, ער זאל דערלעבן די לעצטע 2 יאר פון זיין טערמין. און די איינציגסטער סיבה פארוואס די רעפובליקאנאר גייען אים נישט אימפיטשען איז "קאמאלע העריס".. ביידנס עפראוועל רעטינג איז די ארגסטע כמעט אין געשיכטע, און נישט אומזיסט. עס איז אין די נידריגע פערציג, איך וואונדער מיך אלץ ווער די איבריגע 40 זענען..
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
דא איז דא צוזאמגענומען א אויסגעוועלטע ליקוט פון די מערסט מאדנע אויסדרוקן און סיטואציעס פונעם פרעזידענט ביז היינט.
https://youtu.be/z_wlQZ5N_2k
https://youtu.be/fNQAbF33gFM
https://youtu.be/NuIjn6EEIV8
און דאס איז פון די לעצטע יאר
https://youtu.be/H6uingtAWbk
https://youtu.be/z_wlQZ5N_2k
https://youtu.be/fNQAbF33gFM
https://youtu.be/NuIjn6EEIV8
און דאס איז פון די לעצטע יאר
https://youtu.be/H6uingtAWbk
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- וואלווי
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3762
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
- האט שוין געלייקט: 5604 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה נישט וואס איז די גרויסע בושה פאר אמעריקע, אן אלטער מענטש איז אן אלטער מענטש, דאס פאסירט מיט אלעמען, און דעריבער זענען מיר מתפלל אל תשליכנו לעת זקנה..
די בושה איז ענדערש פארוואס האט נישט אמעריקע קיין נארמאלע פרעזידענט קאנדידאטן. דער פראבלעם איז אז יעדער קאנדידאט ווערט ממש אויסגעפייניגט, אראפגעריסן און באשמוצט ביי די מידיא, יעדע מחשבה זרה'לע זיינע מנעוריו ווערט אויסגעפויקט און מען פארשעמט אים, נישטא דאס מינדעסטע רעספעקט, חוצפה יסגי מיט א שמיץ אריבער... עס איז געקומען צו א מצב אז קיין איין נארמאלער מענטש זוכט נישט צו לויפן, אלזא מוז מען זיין א בוחר הרע במיעוטו, און זיך באגנוגען מיט דעם קאנדידאט וואס איז די ווייניגסטע משוגע....
ס'איז באמת א טריט ווייטער פון דעם. די בושה איז די ביידען פרעזידענסי און נישט דער אמעריקאנער פאלק.
נארמאלע מענטשען קענען לויפן, און זיי לויפן טאקע. דא איז געווען א געהעריגע פלאן צו אוועקנעמען די נאמינאציע פון בערני סענדערס' שטייגענדע פאפולאריטעט. ווען ס'איז געקומען צו די סאוט קאראליינע פריימעריס, איז די פארמעסט געווארן צווישן ביידען און סענדערס, האט די DNC אויסגעארבעט א דיעל מיט די אנדערע קאנדידאטן, און במשך אפאר טעג האבן 3 קאנדידאטן ארויס געטרעטן פון פארמעסט, צווישען זיי בוטיג'עג' און העריס, זיי האבן אינדארסט ביידען, עם איבערגעשיקט די וואוטערס, און באקומען פאזיציעס און די נייע אדמיניסטראציע.
ער האט קיינמאל נישט געדארפט ווערען פרעזידענט. ס'איז סך הכל געווען א שטיקל פון אנפילן די לאך כדי צו האלטן די פלאץ פאר די דעמאקראטן פאר פיר יאר. אייביג איז דא פאליטיק אונטערן טיש, אבער ווי נישט ווי איז דא נארמאלע קאנדידאטן, און זיי ווערן נישט אלע באגראבן. דא איז געווען אויסנאמע פערדישע שטיק מיט אראפ דאמפן אויף אמעריקאנער פאלק א זקן ממרא.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
Isaiah 32:15 -
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
שמעקעדיג האט געשריבן:איך זעה נישט וואס איז די גרויסע בושה פאר אמעריקע, אן אלטער מענטש איז אן אלטער מענטש, דאס פאסירט מיט אלעמען, און דעריבער זענען מיר מתפלל אל תשליכנו לעת זקנה..
די בושה איז ענדערש פארוואס האט נישט אמעריקע קיין נארמאלע פרעזידענט קאנדידאטן. דער פראבלעם איז אז יעדער קאנדידאט ווערט ממש אויסגעפייניגט, אראפגעריסן און באשמוצט ביי די מידיא, יעדע מחשבה זרה'לע זיינע מנעוריו ווערט אויסגעפויקט און מען פארשעמט אים, נישטא דאס מינדעסטע רעספעקט, חוצפה יסגי מיט א שמיץ אריבער... עס איז געקומען צו א מצב אז קיין איין נארמאלער מענטש זוכט נישט צו לויפן, אלזא מוז מען זיין א בוחר הרע במיעוטו, און זיך באגנוגען מיט דעם קאנדידאט וואס איז די ווייניגסטע משוגע....
אוודאי איז ער בארעכטיגט צו קאלעכן ווייל ער איז אן אלטע מענטש, פונקט אזוי ווי א משוגענע איז בארעכטיגט צו טוען מאדנע זאכן ווייל ער איז א משוגענער, פארט אבער פילט יעדער אנשטענדיגער אמעריקאנער בירגער א טיפע בושה ווען זיין פרעזידענט ווערט געכאפט אין אזעלכע פארשעמנדע סיטואציעס און דער גאנצע וועלט לאכט פון אים, נישט קיין חילוק צו ס'נארמאל אדער גערעכט. פון א פרעזידענט ערווארט מען צו זיין שטארק און פאוערפול.
אנבלאנגט באשמוצן די קאנדידאטן, אזוי גייט עס, אזוי איז עס אייביג געווען און אזוי גייט זיין און בעסער אזוי. איינער וואס לויפט פאר אזא אמט דארף זיך קענען ספראווען דערמיט.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
איך גלייך נישט ביידען, אבער איך האלט אז מ'טרייבט היפש איבער מיט זיין קאלעכן, ווען ער איז געלאפן האט מען געהאט גערעדט אז ער גייט שוין נישט לעבן ביי יעצט, און למעשה וואס האסטו געטראפן אויף דעם פארקאלעכטן ביידען? אז ער האט בטעות געזאגט איראניען פיפעל אנשטאט איקאראניען פיפעל, מ'קען שוין מיינען אזא טעות קען יעדע אינגערמאנטשיק מאכן, סך הכול האט ער נישט ארויסגעזאגט איין קו"ף, ער האט נישט געזאגט אפגאהניסטאן אנשטאט אוקריינע, און אויפמישן און זאגן פירסט לעדי אויף איינער וואס איז די סעקאנד לעידי איז אויך א פשוטע טעות, ווען טראמפ האט געטוויט וועגן קאוופעפע האט ער אויך געקאלעכט?
און וואס איז ער שולדיג אז א פייגל האט נישט געטראפן קיין ווינדשיעלד און געגענט אז ער האט זיך שוין נישט געקענט איינהאלטן און עס אראפגעלאזט פונקט אויפן פרעזידענט... דאס איז ביידען אויך שולדיג?
איך זאג נישט אז ער איז נישט קיין אלטער זאטל וואס דארף נישט זיין פרעזידענט, נאר ס'איז נישט אנדערש פון ווען ער איז געלאפן וואס דעמאלטס האט מען אים אריינגעוואוט מיטן מאכן טעותים.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום תרמב, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
ביסט גערעכט אז ביי די פייגל איז ער נישט שולדיג ס'געבט נאר צו צום עקזאטישן בילד. אבער אנבלאנגט די אנדערע עפיזאדן ווען ס'געשעט איינמאל און נאכאמאל אין אזא קורצע צייט, (ווער רעדט נאך פון אויסשטרעקן די היינט, נישט וויסן ווי צו גיין) ווייזט דאס לכאורה אויף א געוויסע פארערגערונג אין זיין קאגניטיווע מצב.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
און זיי זאגן זיי, אלס בעסער פין טראמפ
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
ווען די רעאליטעט גייט נישט ווי מ'ווילט ווערט זאגאר א קלארע ווידעא פארוואנדעלט אין א קאנספיראציע..פאלגזאם האט געשריבן:ער ווייזט 'אה' צו דער מענטש אויפן זייט.מיליאנער האט געשריבן:די אויסשטרעקן די האנט צו די לופט איז נעקסט לעוועל...
גלייב נישט די קאנספיראסי.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 135
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2022 5:41 pm
- האט שוין געלייקט: 71 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל
טאקע? שוין דאן צו איך צוריק.שאלתיאל האט געשריבן:ווען די רעאליטעט גייט נישט ווי מ'ווילט ווערט זאגאר א קלארע ווידעא פארוואנדעלט אין א קאנספיראציע..פאלגזאם האט געשריבן:ער ווייזט 'אה' צו דער מענטש אויפן זייט.מיליאנער האט געשריבן:די אויסשטרעקן די האנט צו די לופט איז נעקסט לעוועל...
גלייב נישט די קאנספיראסי.
ווען מען לייגט אריין, נעמט עס מער ווי די לבנה.
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
זיידי דזשאו פאלט פונעם בייק . מיין הארץ גייט אויס פאר זיינע אייניקלעך, כ'ווייס נישט צו מיין עלטער זיידע אין זיינע שווערסטע פארקאלעכטע יארן האט געמאכט אזויפיל בושות.
https://www.youtube.com/watch?v=dbup--2JYe8
https://www.youtube.com/watch?v=dbup--2JYe8
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
אין לויף פון א מיטינג ווי ער האט געהאלטן א ספיטש האט ביידען בטעות אנטפלעקט פאר די פאטאגראפירער א פארשעמנדע נאוט ווי ס'שטייט געשריבן קלארע דעטאלירטע אנווייזונגען פארן פרעזידענט געשריבן מיט גרויסע אותיות צוגעגרייט דורך זיין סטעף. צווישן אנדערע שטייט דארט “YOU thank participants” ...“YOU give brief comments (2 minutes).” .... “YOU take YOUR seat.” און “YOU depart.”
צוריק צו מיין עלטער זיידע און זיינע שווערע פארקלאכטע יארן געדענק איך נאך ווי יעדער מאל האט מען אים געדארפט דערמאנען ווי ער וויל אנקומען אדער ווי ער געפינט זיך. ''זיידי, די ביסט ביי דיר אינדערהיים!'' פלעגט מען אים אריינשרייען אין אויער אן גרויס ערפאלג. ווען דער מצב האט זיך דערקייקעלט פלעגט מען שרייען ''זיידי, איך בין דיין אייניקל, דערקענסט מיך נישט? איך בין מעכל'ס זון''. ער האט כאטש געקאלעכט אינדערהיים און נישט אין פראנט פון מיליאנען שטוינענדע בירגער.
https://nypost.com/2022/06/23/a-very-sp ... ow-to-act/
צוריק צו מיין עלטער זיידע און זיינע שווערע פארקלאכטע יארן געדענק איך נאך ווי יעדער מאל האט מען אים געדארפט דערמאנען ווי ער וויל אנקומען אדער ווי ער געפינט זיך. ''זיידי, די ביסט ביי דיר אינדערהיים!'' פלעגט מען אים אריינשרייען אין אויער אן גרויס ערפאלג. ווען דער מצב האט זיך דערקייקעלט פלעגט מען שרייען ''זיידי, איך בין דיין אייניקל, דערקענסט מיך נישט? איך בין מעכל'ס זון''. ער האט כאטש געקאלעכט אינדערהיים און נישט אין פראנט פון מיליאנען שטוינענדע בירגער.
https://nypost.com/2022/06/23/a-very-sp ... ow-to-act/
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
שווערע ציפערן פארן אלטן פרעזידענט אין א פרישע Siena College אנקעטע. זיין צופרידנהייט ראטע האלט ביי 33% .אזויפיל ווי 64% פראצענט דעמאקראטן ווילן זען אן אנדערע קאנדידאט זיך פארמעסטן אין די 2024 וואלן.
https://www.nytimes.com/2022/07/11/us/p ... -2024.html