ביי אסאך איז דער יעב"ץ נאך א נאמען, ביי די סקווירא וואס האבען עפעס א ענין צו נוצען זיין סידור, אדער ביי אנדערע וואס קענען אים פין זיין שאילת יעבץ, אדער מור וקציעה, אדער אנדערע וואס קענען אים פין דער מחלוקת מיט דער רבי ר' יונתן, אדער אלץ רבי'ש קינד פין חכם צבי. פאר די מבקרי הזוהר, וואס קענען אים פין מטפחת ספרים, אדער פאר די בעלי הדקדוק וואס קענען אים פין לוח ארש, אדער פאר די וואס וואס זענען איבערגנומען מיט משיח שקר שבתי צבי, און ווייסען פין זיין לעבענס לאנגע מלחמה קעגען יעדער איינער וואס האט נאר געשמעקט פין משיח שקר.
ביי אלע סארט אידען, ביי יעדען האט דער יעב"ץ געלאזט א רושם, מיט זיין אייגענארטיקייט, און זיין פחד'לאזיגע באנעמונג פין האבען נישט פאפולערע שיטות, פארקערט פין דער דעת הקהל, אהן מורא האבען פין אויפקאכן א שטורעם, און גיין עד הסוף מיט זיין דעה יחידאי, און זיין ארטיסטעשקייט, זייענדיג א גאון עולם, וואס האט געקענט ש"ס ופוסקים און שולחן ערוך און קבלה, און האט געהאט א אייגענע דרוקעריי, און האט טאקע געדרוקט זיינע ספרים אליין, איבערלאזענדיג פאר אונז נישט נאר א בליק אין זיין פערזעהנליכע לעבען און גייסט, נאר אויך א בליק אין די מענטשען פין יענער דור דעה, און סתם פשוטי עם פין אלטונא, ווי אויך די ראשי קהלה, איינער ווי ר' יוזפא דער ראש הקהל, וואס ווען נישט דער יעב"ץ וואלט זיין נאמען געוועהן באערדיגט אויף א בית עולם, צוזאמען מיט דער גאנצע יהדות פין יענער צייט.
געלט? נישט פין רבנות, און נישט דורך זיין א חטאת הקהל, נאר ביזנעס, ער שרייבט וועגען זיינע ביזנעס אפמאכען, אביסעל שווער צו פארשטיין זיינע חובות וואס ער איז געפארען איינמאנען, עפעס מיט זיין טאטעס געשעפטען, אבער בכל אופן האט ער געהאט ביזנעס אין אלטונא, און געהאט גוטע פריינט אדער חסידים אדער שותפים וואס האבען מיט אים געמאכט די גשעפטען, און דאס מאכט אים פאר א תורה ריז, א ריז אין אלע ענינים, וואס קען רילעיטען מיט אונז געווענליכע מענטשען, וואס ארבעטען פאר פרנסה, און רייטען נישט אויפ'ן צבור.
בעיקר אבער איז דא א וויכטיגע נקודה וואס מען ברויך ארויסברענגען. דער יעב"ץ רילעיט צו מיר און איך האף צו נאך אנדערע מיט דעם. זייענדיג א פריוואטע ציווילע מענטש, טאקע א אדם חשוב אבער נישט איינגעשטעלט, און נישט געווארען אויפגענומען דורך קיינעם, געהאט א פריוואטע בית המדרש, האט אין א רעגענדיגע שבת אינדערפרי, ווען ער האט געהאט א שיינע עולם, באשלאסען נישט צו לאזען דער געלעגענהייט גיין צו פארלוסט, און געהאלטען א דרשה און געשיט פעך און שוועבעל אויף דער מרא דאתרא נישט ווייניגער און אים באשולדיגט צו זיין א שבתאי. גערעכט צו נישט גערעכט, אבער גאט טייערע, פין ווי נעמט מען דער העזה? גיב עס מיר בבקשה. וויפיל זאכען מען דארף מוחה זיין קעגען די היינטיגע מרא דאתרא'ס, קעגען די וואס זענען אין דער מאכט און טוהן עוולות? גיב מיר דער העזה.
אוודאי איז וויכטיג צו באטאנען דער כבוד אכסניא, וואס געבען אונז דער יעב"ץ דרוקעריי, מיר זאלען קענען ארויסגעבען אונזער בויכוויי, און אזוי ארום זיך איינרעדען אז מיר האלטען די חברה שטיקעל אין פלאץ.
אלזא, ר' יעב"ץ, א ייש"כ פאר אונז אינספארירען, מיר וועלען גיין אין דיינע דרכים, און מוחה זיין אויף אלע עוולות, און אוודאי פראבירען צו דרוקען אונזערע ספרים, אויף אונזער לעוועל וויפיל מען קען.
ת.נ.צ.ב.ה.
יארצייט פין יעב"ץ, ר' יעקב עמדין היינט - א' ר"ח אייר
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
יארצייט פין יעב"ץ, ר' יעקב עמדין היינט - א' ר"ח אייר
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים