בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגארן

אידישע און וועלטליכע היסטאריע
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגארן

שליחה דורך פרנס החודש »

איך בין אויפגעוואקסן אין וויליאמסבורג, אין סאטמאר, מיט א זעלבסטפארשטענדליכן מיינונג דאס סאטמאר רב האט איבערגעפלאנצט אידישקייט אין אמעריקע ״פונקט ווי אין דער אלטער היים״ און די אנגענומענע מיינונג איז אז די אלטע היים איז געווען אזא מין מאה שערים ווי וויליאמסבורג.

איז געקומען די טאג וואס איך האב מחמת סיבות שונות באשלאסן אראפצונעמען בארד און פיאות און איך גיי ארום אין גאס און רעד מיט מענטשן, און עס שטעלט זיך ארויס א אינטערעסאנטע בילד, נעמליך פיל פון די עלטערע אידן בארוהיגען מיר און זאגן "זארג זיך נישט, מיין טאטע איז אויך נישט גאגאנגען א בארד און ס׳האט אים גארנישט געפעלט". ווידער דער אינגער עולם שרייט חי וקים "ווי קען מען זאגן אזא נארישקייט דאס אונזער עלטערן האבן נישט געהאט קיין בערד, ביי אונז איז ברור כשמש אז אונזערע זיידעס ביז די אבות הקדושים האבן אלע געהאט בערד". דעריבער האב איך זיך גענומען די שטארקייט און באשלאסן צו קלאר מאכן די נושא איינמאל פאר אלעמאל מיט די הילף פון די חברים, און יעדער איז געבעטן ארויסצוהעלפן מיט דעם פראיעקט עד כמה שידו מגעת און די זכות וועט אוודאי מגין זיין אויף אונזערע דורות.

באמת וואלט איך געוואלט מאכן דעם פראיעקט איבער די פרויען און די נושא פון שניידן/באדעקן די האר, נאר אזוי ווי די זאכן קען מען נישט אזוי קלאר זען אויף בילדער נעם איך זיך צו די מענער, ועל הכלל כולו יצא ווי אזוי די מצב אין יענע לענדער איז געווען.

הבהרה!!!! איך רעד נישט פון לענדער ווי פוילן און רוסלאנד ווי אפילו די פרייע האבן גערעדט אידיש און געגאנגען מיט בערד, נאר פון אונגארן, רומעניע, עסטרייך, סלאוואקיע, און אלע אנדערע מדינות פונעם געוועזענעם עסטרייך-אונגארישן אימפעריע ווי עס איז געווען אייגעפירט אז יעדער מוז גיין אין פאלקס-שולע פאר די סעקולערע לערנונגען, און קיינער האט זיך נישט געקענט ארויסדרייען, און אזוי אויך האט מען אלס בחור זיך געדארפט איבן מיט די מיליטערישע פירונגען פאר עטליכע וואכן א יאר, און ממילא איז דער עולם געווען גוט אויסגעקאכט אין די קולטור פון די מדינה און היבש מאדערניזירט,

משא"כ אין פוילן און רוסלאנד איז נישט געווען קיין חינוך חובה זענען אפילו די פרייע געבליבן מיט דעם פארצייטישן באזונדערן קולטור.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגר

שליחה דורך פרנס החודש »

און מיט דעם הייב איך אן .
איך האב גענומען אויף זיך צו נאכקוקן וויפיל בילדער פון חסידישע רבי׳ס נאר מעגליך און באטראכטן ווי פיל פראצענט פון די באגלייטערס האבן בערד .
כמובן איז ערווארטעט א גרעסערע פראצענט בערד ביים עלטערן ציבור און א קלענערן פראצענט ביים אינגערן ציבור, און אנדערע האבן אויך אנגעוויזן דאס די וואס האבן געכאפט בילדער זענען געווען מאדערנע אידן אבער עם כל זה דארף עס קענען אונז גיבן א שטיקל בילד .
שטעלט זיך ארויס נאך א יאר צייט פון באטראכטן בילדער האב איך נישט געטראפן קיין איין!!! בילד מיט א חסידישע רבי אין די לענדער ארומגענומען מיט א מערהייט חסידים מיט בערד. דאס ווייזט לכאורה דאס פארן קריג זענען א מערהייט ״חסידים״ אין די לענדער שוין נישט געגאנגען קיין בערד.
עד כן איז ביז ווי איך האב געקענט מברר זיין . ווער עס קען אפירברענגען בילדער פון מעמדים פון פארן קריג איז מכובד ארויפצוברענגען.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרנס החודש: נאר איין קליינע הערה. אין פוילן און אין די ליטע זענען די פרייע נישט געגאנגען קיין בערד. אויך דאס קאפל/היטל איז געווען איינס פון די ערשטע זאכן וואס זיי האבן אויסגעטון ווען זיי זענען אוועק פון די רעליגיע.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

איך פארשטיי נישט וואס ער האט אזוי פארפירט אז מען זאל אנטוהן שטיימלעל פיאות און בארד און ביי די פרויען זיך שערן רוב פון זיינע מענטשן זיידעס זענען נישט געגאנגען אזוי
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגר

שליחה דורך פרנס החודש »

אין אונגארן איז מען געגאנגען אין איין שולע מיט גוים און רעפארם!!!
און אין אמעריקע איז תורה ודעת שוין געווען צו סכנה׳דיג פאר אונזערע הייליגע נשמה׳לעך….
Don’t ask unless you want to hear the answer.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

די זעלבע פארשטי איך בכלל נישט דעים סקולענער רבי וואס האט פארלאנגט פון פלעטבוש נשים זיך צו שערן
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

דער סקולענער רבי (דער צווייטער) איז געווען א איד א צדיק וועלכער האט געדינט דעם אייבישטן מיט מסירות נפש ממש, אין ראמעניע ביי די פארשאלטענע קאמוניסטן, ימ"ש. אבער קיין מנהיג איז ער (ליידער) נישט געווען. און ווען ער האט זיך אנגעהויבן אריינמישן אין זאכן און זאגן דיעות אין אידישקייט האט עס שטארק אונטערגעהינקען. אזוי איז געווען ביים עירוב. וואו ער האט 3 מאל געטוישט זיין מיינונג צי מ'מעג יא טראגן אדער נישט טראגן מיט דעם עירוב. די זעלבע איז געווען מיט קאמפיוטער און אינטערנעט. ער איז דאך געווען אזא צדיק תמים אז ער האט אפילו נישט געהאט אן השגה וואס דאס איז קאמפיוטער אדער אינטערנעט. אדער סמארטפאון. ער האט נאר געהערט וואס זיינע מענטשן האבן איהם פארקויפט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך ווארט שוין אויף די (פערזענליכע) אטאקעס. וואס ווייסט דען א בעל עגלה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

berlbalaguleh האט געשריבן: אזוי איז געווען ביים עירוב. וואו ער האט 3 מאל געטוישט זיין מיינונג צי מ'מעג יא טראגן אדער נישט טראגן מיט דעם עירוב.
ער האט גראדע נישט געטוישט זיין מיינונג איבער דעם עירוב און ער האט זיך קיינמאל נישט אריינגעמישט. בנוגע בערד, איך בין אויך זייער נייגעריג צו וויסן ווען עס איז איינגעווארצלט געווארן דער איינרעדעניש אז אמאל איז מען געגאנגען מיט בערד.
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

berlbalaguleh האט געשריבן:דער סקולענער רבי (דער צווייטער) איז געווען א איד א צדיק וועלכער האט געדינט דעם אייבישטן מיט מסירות נפש ממש, אין ראמעניע ביי די פארשאלטענע קאמוניסטן, ימ"ש. אבער קיין מנהיג איז ער (ליידער) נישט געווען. און ווען ער האט זיך אנגעהויבן אריינמישן אין זאכן און זאגן דיעות אין אידישקייט האט עס שטארק אונטערגעהינקען. אזוי איז געווען ביים עירוב. וואו ער האט 3 מאל געטוישט זיין מיינונג צי מ'מעג יא טראגן אדער נישט טראגן מיט דעם עירוב. די זעלבע איז געווען מיט קאמפיוטער און אינטערנעט. ער איז דאך געווען אזא צדיק תמים אז ער האט אפילו נישט געהאט אן השגה וואס דאס איז קאמפיוטער אדער אינטערנעט. אדער סמארטפאון. ער האט נאר געהערט וואס זיינע מענטשן האבן איהם פארקויפט.
ער איז טאקע געווען א ערליכע איד, מילא אינטערנעט און עירוב האט ער נישט פארשטאנען, אבער גיין א בארד, וואלט ער דאך יא געדארפט פארשטיין אז נישט יעדער דארף גיין, און פאר א פרוי וואס קומט פון פוילן טאר זיך נישט שערן.

קען זיין ער יא געהאט א תירוץ, איך פארשטיי פשוט נישט.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגר

שליחה דורך פרנס החודש »

די דוקומענטארי איבער אידישעס לעבן אין מונקאטש march 1933
איז זייער באלערנד אויב איינער קען ביטע צו ברענגען פון יוטוב
Don’t ask unless you want to hear the answer.
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

איך ווייס נישט אויב עס האט דווקא מיט דער השכלה פין לערנען אין פאבליק סקול וכדומה.

אמאהל איז נישט יעדער געגאנגן א בארד. עס איז געוועהן אקעי צו שניידען דער בארד.

אין נודע ביהודה איז ער מתיר צו שניידען דער בארד חול המועד.
און ער רעדט נישט צו משכילים, ער רעדט צו זיין עולם.

אבער דאס יא, דער חומרא פין דער בארד איז אלץ געווארען מער מיט דער חריידישע מאוומענט.

היינט, איז שניידן דער בארד א פראבלעם פין נישט אריין פאסן אין דער קהילה.

עס איז געווארן א נייע משוגעת, פין נישט שניידן די וואנצעס, אז חרדים זעהן אויס ווי שלימזל'דיגע מענטשן, על לא דבר.

אין פוילן זענען אויך געוועהן אסאך פרומע אידן שומרי תורה ומצות, וואס האבן געשניטן אדער לכל הפחות געשניצט דער בארד.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היסטאריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
אלבערט איינשטיין
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 253
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 23, 2020 10:18 pm
האט שוין געלייקט: 574 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 402 מאל

Re: בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגר

שליחה דורך אלבערט איינשטיין »

געזעהן אמאל באשריבן אין איינער פון די יודישע אויסגאבעס א בילד פון די אהבת ישראל אין די נאצישע צייטונג דער שטורמער. וואס זיי האבן געוואלט ווייזן מיט די בילד איז געווען די ויזניצער רבי ר׳ ישראל הגר שטייט מיט מענטשן מיט קראך היטן קורצע רעקלעך אן בערד. וואס די נאצישע ראסישטע צייטונג האו דארטן געוואלט ארויסברענגן איז ״ אז דער געבילדערטע יוד די אהער געשטעלטע וואס דו מיינסט ער איז ריין שטעלט זיך אויס צו זיין א שוואנץ פון די פארפלויכטע יודע. רי ראבינער וואס דערמאנט ווי א יוד פון די מיטל אלטער. ״

עס וואלט מיר גראדע געווען אינטערסאנט איינער זאל ברענגען א בילד פון יענע צייטונג.

די געדאנק אז די נאציס האבן אויך געזעהן אז די יודן אן די בערד דרייען זיך ביי די חסידישע הויפן.
הני בבלאי טפשאי דאכלי נהמא בנהמא
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

שכוח פאר די שיינע אשכול. אח, די פעיק היסטערי וואס מיר זענען אויפגעוואקסען מיט,...איך ווייס שוין נישט וועמען צו גלייבן, וואס צו גלייבן....
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

גוט געזאגט. ווייסט נישט וועם און וואס צו געלייבען? גלייב גארנישט. מאך אליין אפ, קוק אין ספרים און זעה וואס דער אמונה איז, כמבואר באשכול אחר, קענסט טוהן וואס אברהם אבינו האט געטוהן. האק אוועק אלע אפגעטער, לייג אריין דער האק אין דער בילד פין רעבין וואס הענגט אויף דער וואנט, און זאג אז דער רבי האט עס צוהאקט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגר

שליחה דורך פרנס החודש »

בילד
אין דער איד די וואך (שמות תשפ״ג) אין די תורה אפטיילונג (פ,13), איז געברענגט א בילד פון סאטמאר רב פאר׳ן קריג אויף אפרוה. עס האט גלייך געצויגען מיין בליק ווייל עס איז לכאורה די ערשטע בילד וואס איך זעה פון א אונגארישע רב ארומגענומען מיט חסידים וואס טראגן אלע בערד.
ביז איך האב באמערקט די מאדנע צוגעלייגטע גלעזער און ארויפגעקלעבטע קעפ…
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגר

שליחה דורך פרנס החודש »

בילד
דער אהבת ישראל מיט חסידים
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגר

שליחה דורך פרנס החודש »

פרנס החודש האט געשריבן:די דוקומענטארי איבער אידישעס לעבן אין מונקאטש march 1933
איז זייער באלערנד אויב איינער קען ביטע צו ברענגען פון יוטוב
https://youtu.be/rp1OeIf0D0w
Don’t ask unless you want to hear the answer.
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

איך פארשטיי בכלל נישט די גאנצע נושה, פלוצלינג איז די עולם פארנומען ווי אזוי מ'איז געגאנגען אינדערהיים, וואס האמיר אונז מיט די אידן פון אמאל, קוק אריין אין ספרים און טו אדורוך די נושה, אמאל פלעגט מען טראגן די טשאלנט צום בעקער'ס אויבן, אמאל פלעגט מען גיין אין שאווער איין מאל א וואך, אמאל איז נישט געווען די טריפענע סמארטפון'ס.....אוי אוי אוי...איך קען נישט מער, ההיינט האט מען ניטעמאל ווער עס זאל זאגן שובבים תורה, גייסטו דיר פארגלייכן צו די אמאליגע אידן?
באניצער אוואטאר
בר גיורא
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 208
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג נאוועמבער 02, 2021 7:59 am
האט שוין געלייקט: 414 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 319 מאל

Re: בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגר

שליחה דורך בר גיורא »

זיי ווילן גיין לשיטתם...

Sent from my Pixel using Tapatalk
The only rules are the ones dictated by the 'laws of physics.' "Everything" else is a recommendation. - Elon Musk
כוואליעס
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 110
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג דעצעמבער 29, 2022 3:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 450 מאל

שליחה דורך כוואליעס »

דרך אגב, פאר מ'גייט צו די בארד מיין איך אז מדארף רעדן וועגן די פאות, ס'איז געווארן אזא פירצה נאכן קריג אז גאנץ כלל ישראל גייט מיט די פאות אראפגעלאזט, ווי איז אזאנס געהערט געווארן? דאס איז דאך ריל קליפות? ביז די מלחמה איז כמעט נישט געווען אזא זאך?
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגר

שליחה דורך פרנס החודש »

פרנס החודש האט געשריבן:בילד
אין דער איד די וואך (שמות תשפ״ג) אין די תורה אפטיילונג (פ,13), איז געברענגט א בילד פון סאטמאר רב פאר׳ן קריג אויף אפרוה. עס האט גלייך געצויגען מיין בליק ווייל עס איז לכאורה די ערשטע בילד וואס איך זעה פון א אונגארישע רב ארומגענומען מיט חסידים וואס טראגן אלע בערד.
ביז איך האב באמערקט די מאדנע צוגעלייגטע גלעזער און ארויפגעקלעבטע קעפ…
IMG_0518.jpg
איך וואונדער זיך פארוואס קיינער האט נישט רעאגירט אויף די תגובה.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: בערד ביי אידן אין די לענדער פון געוועזענעם עסטרייך-אונגר

שליחה דורך פרנס החודש »

וואס האלט דער עולם, איז עס געפעלטשט אדער נישט?
Don’t ask unless you want to hear the answer.
פארשפארט