נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

אלעס איבער דעם עולם המוזיק
פארשפארט
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

איך גיי וואנזיניג פאר דעם שמאלציגן דעבאטע.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

עס קוקט נישט אויס אז דער דעבאטע וועט צולאנג אנהאלטן ווייל יהורם איז זייער באליידיגט אז כ'האב באליידיגט זיין פעדער. וחוץ מזה, האט ער נישט געלאזט קיין סאך זאכליכע שטאף ביים לעצטען באמאכאכץ ציוואס כ'זאל מיך דארפן ערנסט באציען. טענו לו בחיטים והודו לי בשעורים. כ'רעד פון א ניגון קומט ער מיט דראגס און שבתי צבי. מיך גייט נישט אן וואס מנדל טוט דורכן טאג, פון מיר אויס זאל ער טראגן א זאָק אויפ'ן קאפ פון צופרי ביז ביינאכט און זיין היי ווי א קייט. איך פיהל נישט דעם סיסטעם'ס פארטרעטער אין מחליט זיין וואס ברענגט יא אדער נישט א גוטע נאמען פאר די סיסטעם און אויך נישט גאט'ס פארטרעטער אין אבשאצן וועמענ'ס ניגון זאל מעגן מחנך זיין ("טאר נישט טיילן קיין דעות פאר מענטשן..") אונזערע קינדער און וועמענ'ס נישט (מצידי קיינער פון זיי). מיר זענען אלע אינדיווידועלן און מיר האבן אונזערע אייגענע טשויסעס צומאכן פאר אונז און פאר אונזערע קינדער (אלס אינדיווידועלן..) און גראדע האלט איך אז "א ניגון איך וויל ליב האבן א מיידעלע" וועט יא אויפטוהן! (אז דו ווילסט אונזערע חילוקי דעות רעדוסן צו נאר די גאנץ לעצטע נקודה, און צוריקציען פון די רעסט, קען מען שלום מאכן..) ווי אויך האלט איז אז ס'איז פערצופאל יא א שיינער תנועה און גוט דערליווערט.

לערן דיך שוין אויס אז נישט יעדער וואס מאכט א שטיקל ארט איז עס דוקא אויף לקנטר אדער א געגן-רעאקציע. ווי כאילו נאר כדי ער זאל קריגן א איסור. ס'ארא נארישקייטן צורעדן. אז ער זאגט אזוי אין די סטאנציעס מיינט ער צו דרוקן ווי ווייט אזא ניגון איז קאנטראווערסיעל (און דאס בין איך מודה עס איז). אז ער וואלט געהאט א הוא אמינא אז די אוידיענץ וועט עס נישט גלייכן אדער וועלן זיך אפשרעקן פון אן איסור וואלט ער עס אוודאי נישט געמאכט. און דאס אז "מען קומט נישט ארויס קעגן אים" גייט אים מסתמא אן א לאך אין קאפ. מענטשן אינדרויסן פון וויליאמסבורג אינטרעסירט נישט וואס זלמן לייב פיללאפ קאַטשקעט. און אפי' אויך נישט דער אנדערער זלמן..

איך האב נישט געזאגט דו מעגסט נישט אויסדרוקן דיין מיינונג, נאר כדי אז מענטשן זאלן נישט פארבלענדעט ווערן פון דיין שפראך אדער נישט מערקן די לעכער אין דיינע ארגומענטן און מיינען אז די אינטעליגענציע האט בפה אחד דן געווען דעם ניגון צו די מיסט-קאסטן האב איך געוואלט פרובן שטעלן אן אפווארוף. אפילו אויב נישט אזוי קלוג, אדער געשליפן, געשריבן ווי דיינס, כאטשיג אזוי מיאוס ווי דיינס..
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

שליחה דורך ברוינשטיין »

@יהורם, אמת טאַקע אַז די רבנים זענען נישט ארויסגעקומען מיט קיין איסור (ווי ווייט איך ווייס), דאס איז אָבער נישט צוליב וויבאַלד זיי האַלטן אַז ס'איז נישט אַזוי געפערליך. די שווייגעניש קומט פון אַ שטאַנדפונקט אַז דער ניגון איז אַזוי אָפגעפרעגט, אַז מען ברויך ניטאַמאָל דאס פאַרדאַמען.

האָסט שוין אַמאָל געזען אַן איסור אויף עידן בן זקן? אוודאי נישט. האָבעך פאַר דיר נייעס אַז עידן בן זקן און מענדל ראטה שטייען יעצט אינעם זעלבן טעריטאָריע (אין די אויגן פון אונזערע רבנים)
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

ברוינשטיין האט געשריבן: האָסט שוין אַמאָל געזען אַן איסור אויף עידן בן זקן? אוודאי נישט. האָבעך פאַר דיר נייעס אַז עידן בן זקן און מענדל ראטה שטייען יעצט אינעם זעלבן טעריטאָריע (אין די אויגן פון אונזערע רבנים)
איך פריי מיך צו הערן אז ס'זענען פארהאן רבנים וואס קענען עדן בן זקן :D
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

יהורם האט געשריבן:
דער איד איז געווען אין אמעריקע א שטיק צייט צוריק און ער האט דארטן גענומען א פסיכאדעלישן טריפ. ער מעג, יעדער מעג. אבער זינט דאן האט ער אנגעהויבן שרייבן אויף פעיסבוק איבער די מורא׳דיגע געשמאק וואס ער האט געהאט דערין, און אז ער טוט יעדן מאטיוויזירן צו נעמען אויך אזוי ווי ער האט געטון. חוץ פון זיינע שבתי צבי חזיונות וואס ער האט אויף זיך געזען און געשריבן - וואס דאס איז סתם א נעבעך אויף אים - טוט ער אויך שטארק אינדארסירן דאס נוצן דראגס, און נישט די שוואכע מאריכוואנא, נאר די העכערע מסוכנ׳דיגע סחורה.
@יהורם ביטע צייכן צו א לינק פון ווי די נעמסט די אינפארמאציע
שפילער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 662
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
האט שוין געלייקט: 252 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל

שליחה דורך שפילער »

אן אריינצוגיין אין די ניגון צו סאיז גיט צו נישט מיין איך אז סאיז נישט שיין עים צו judgen אז ער איז אויף דראגס . סייקאדאליק דראגס איז דראגס וואס רופאים היילן מענטשן פון טיפע מענטעל פראבלעמען אין אז ער האט גענימען דערפון איז ער נישט אפגעפרעגט אפשר האט עס עים א דאקטער געגעבן און אז ער מאכט ניגונים וועגן דעם איז דאך גיט דאס מיינט אז זיין הארטץ ווערט אביסל אפן און היילט זיך
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו

shpieler111@gmail.com
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

שליחה דורך פרנס החודש »

ברוינשטיין האט געשריבן:@יהורם, אמת טאַקע אַז די רבנים זענען נישט ארויסגעקומען מיט קיין איסור (ווי ווייט איך ווייס), דאס איז אָבער נישט צוליב וויבאַלד זיי האַלטן אַז ס'איז נישט אַזוי געפערליך. די שווייגעניש קומט פון אַ שטאַנדפונקט אַז דער ניגון איז אַזוי אָפגעפרעגט, אַז מען ברויך ניטאַמאָל דאס פאַרדאַמען.

האָסט שוין אַמאָל געזען אַן איסור אויף עידן בן זקן? אוודאי נישט. האָבעך פאַר דיר נייעס אַז עידן בן זקן און מענדל ראטה שטייען יעצט אינעם זעלבן טעריטאָריע (אין די אויגן פון אונזערע רבנים)
איך בין מסכים מיט דיין נקודה, אבער למעשה איז עס צוויי וועלטן,עדן זינגט אויף העברעאיש וואס אונזער עולם פארשטייט נישט און קען נישט דערמיט קאנעקטן משא״כ אונזער בחור זינגט א היימישן אידיש .
דאס אז ליל שישי האט זיך ארויפגעכאפט דערויף ווייזט נאר ווי פאפולער עס איז, און עס פארט ארום אין אלע ישיבות.
איך טראכט דאס די סיבה פ״וו מען זעט נישט די חברה ווילדעווען
איז פשוט ווייל זיי ווערן צוטומלט פון די חוצפה און אויסגעשפראכקייט און זיי ווייסן נישט ווי אזוי צו רעאגירן, זיי ווייסן נאר ווי מען האנדלט מיט א נייע סטיל שייטלען.
יעצט לגופו של דבר, דער תנועה איז נישט שלעכט, די ווערטער זענען זייער נעבעכדיג, אבער איך זע עס אין טייל אלס רעזולטאט פון אונזער ארימע שפראך וואס פארלירט יעדעס יאר נאך ריזיגע שטיקער פון איר וואקאבולאר, אבער עס איז נישט מעגליך צו פארלייקענען אז א מאנגל אין אויסשפראך גייט האנט אין האנט מיט א מאנגל אין געפילן, דא קומט אבער די האקעלע נקודה, נעמליך מען האנדלט דא נישט מיט קיין ליעבעסליד, און אלס ליעבעסליד וואלט עס טאקע געווען א מאסיווע דורכפאל, אבער טאקע דאס ברענגט ער ארויס ווי שטארק ער וויל ליב האבן נאר ער קען נישט, און ער ברענגט עס ארויס מיט א צעבראכענע און צוהאקטע שפראך.
לסיומו של ענין, פיל מענטשן קענען זיך אידענטיפיצירן מיט דעם ליד,
און ניין עס איז נישט קיין ליעבעסליד און עס פרובירט נישט צו זיין, אבער עס איז יא א זייער שטארקע רוף פאר אונזער געמיינדע צו צילן אין יענעם ריכטונג.
למעשה בלייבט איבער צו זעען וואס אידיש וועט קענען פראדוצירן אין די צוקונפט.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

שליחה דורך פרנס החודש »

יהורם האט געשריבן:
טאמבל סאס האט געשריבן:דו פיהלסט דיך ווי א פארטרעטער פון יהדות החרדית? ער פיהלט פונקט אזוי. דער וואס האט דיך געשטעלט פאר א פארטיידיגער האט אים געשטעלט אלס א קריטיקירער. דער וואס האט דיך איינגערעדט דו האסט גענוג געטוהן צו זיין א טאן גיבער האט אים געזאגט אז מ'ברויך גארנישט טוהן נאר עפענען א מויל. ס'איז פריה ספיטש אין די וועלט. אז דו וועסט אים אפשלאגן, קום ארויס ברבים אדער מאך דו דיינע אייגענע ארט.
איך פיל זיך נישט ווי קיין שום פארטרעטער, איך שרייב בלויז אויף קאווע שטיבל מיין מיינונג און איך ענטפער דיר ווי א נאר, אינטערסאנט אז דו וואס שרייט וועגן פרידאם אף ספיטש האלט אז איך טאר נישט ארויסגעבן מיין מיינונג. מוזט נישט האלטן ווי מיר אבער דיין טאן מוזטו דראסטיש נידערן. כ׳גלייב נישט אז דער ניגון טרעט דיר אזוי צום הארץ.
טאמבל סאס האט געשריבן: דו האסט טאקע א מיאוסע פעדער אבער א פיסקל (און א חוש פאר נגינה) האט ער א בעסערס און למעשה, על אפך ועל חמתך ראָקט זיין ניגון און ווער ס'האט ער עס, הערט עס לכה"פ צוויי מאל. מיין קליינע טאכטער האט געבעטן זי וויל עס איבערהערן! כ'האב פאר דיר נייעס, קיינער וואס הערט עס (חוץ אפאר אומפארגינערס, דזשעלעס פיפל און מענטשן וואס פיהלן אז זיי זענען אן עמבאָדימענט פון די סיסטעם און ווער ס'האט געטשעפעט מיט זיי האט געטשעפעט מיט די סיסטעם) טראכט אז דער אינגערמאן רעדט סתם אין די וועלט אריין.
קודם כל בנוגע דיין קאמפלימענט איבער מיין מיאוס׳ן פעדער, א דאנק (כ׳גלייב אז מיינע לייקס האבן זיך געשאפן צוליב די מיאוס׳קייט דערפון). ס׳זעט אויס ווי דו מיינסט אז איך האב א פראבלעם מיט דעם אז זיין ניגון ״ראָקט״ איבעראל. להוי ידוע אז איך בין זייער פרייליך פאר אים, מצדי זאל עס האבן א מיליאן וויו׳ס און אויף יעדן מאביל פורים זאל עס ״ראָקן״ און אין אלע ישיבות זאל מען עס זינגען.

אויב האסטו עווער געליינט וואס מיינע שטעלונגען זענען וואלסטו זיכער נישט געהאט די העזה מיר צו באשולדיגן אלס א סיסטעם פארטיידיגער. דער אינגערמאן רעדט ליידער טאקע אין די וועלט אריין און דערפאר רעג איך זיך. איך האלט אז אזא ניגון איז א גרינגשעצונג אין יעדן מענטש וואס פארמאגט אביסל שכל. הארציג איז עס נישט, ראמאנטיש איז עס נישט, ארטיסטיש איז עס נישט, קונצליך איז עס נישט, מוזיקאליש איז עס נישט. עס איז פשוט א פארגרוילטער מעלאדיע מיט אפאר נארישע גראמעלעך ארויפגעווארפן ׳באזונדערליך׳.
טאמבל סאס האט געשריבן: נישטא קיין רויעך אהן א פייער. אז דאס שלום בית און דאס ליבע-לעבן ביי דיר און ביי דיינע חבירים איז פיין, וואויל פאר דיר און פאר זיי. ס'איז אבער נישט קיין סוד אז הונדערטע מענטשן מאכט מען חתונה ביים ציבור החרדי אזוי ווי ער מאלט אויס און אז די א.ג. "סיקרעט" וואס מיר פארקויפן אז יעדע זיווג וואס איז נישט אראנזשירט וועפט צום סוף אויס איז אן עקספייערטע שטיקל הערינג וואס איז אפילו נישט גוט אויף שלש סעודות צומאכן. און כמעט יעדע גרוש/ה אדער פארזעצטע/ר ל"ע וואס האט אמאל געהאט א חלום צו זיין א גרוש/ה קען זיך אידענטיפיצירן מיט אסאך פון די דעטאלן וואס ער פארציילט בנוגע זיין מיטמאכונג דורכאויס דעם פראצעס.
ווען מענדל ראטה האט זיך געלאזט אינטערוויו׳ען אין די מאמענט א שטיק צייט צוריק, האב איך מיטגעפילט מיט אים זייער שטארק. ווען ער האט געשריבן אויף פעיסבוק איבער זיין מעשה האט עס מיר זייער בארירט. איך קען גענוג קאפל׳ס וואס ווייסן נישט ווי ליבע הייבט זיך אן, און מען האט זיי חתונה געמאכט אינאיינעם און אנגעזאלצן מיט קינדער אזוי אז זיי זענען געפאנגען אויפן לעבן.

אבער...

א ניגון ׳איך וויל ליב האבן א מיידעלע׳ גייט גארנישט אויפטון. און נישט נאר דאס, עס גייט אויך נישט העלפן אז בחורים זאלן טראכטן בעפארן חתונה איבער ליבע. ווילאנג מען גייט דעם נארישן סיסטעם נישט אויסרייסן פון ווארצל וועט זיך גארנישט רוקן. אויב מענדל ראטה האט באשלאסן אז ער וויל יעצט רייטן אויף דעם אפענעם וואונד פון כלל ישראל זאל עס אים וואויל באקומען, אבער קיין שטורעם האט ער נישט אנגעמאכט.
טאמבל סאס האט געשריבן: נארוואסדען, פריערט האב איך נישט געהאט צוגעהערט צו עני פון זיינע אינטערוויאוס. יעצט טראכט איך, ווען ער מאכט ווען די ניגון אליינס און גיבט נישט קיין אינטערוויאוס וואלט אים/עס יעדער ליב געהאט. די צארן מיין איך איז מחמת די הטפת מוסר. נו, ליפא, מיט אונגאר מיט אילאוויטש און פאלקאוויטש און אלע וויטשע"ס א.א.וו. געבן נישט קיין מוסר דרשות?? פארוואס מוז ער זיין אנדערש? ומה יעשה הבן אז ער גלייכט דוקא מער א מיידעלע ווי אווערנייט קוגל מיט אוה"ח אין ליל שיש רעסטאראנט, דאנערשטאג ביינאכט אויף א גגנב'טע ניגון.. אבער נאך אלעמען, אזוי צו אזִי, וואס פארשטייט אן OTD? :lol:
איך וויל זאלסט פשוט פארשטיין וויאזוי דער ניגון האט זיך אנגעהויבן. אזוי וועסטו כאפן בכלל פארוואס איך רייס אזוי אראפ זיין ניגון.

איין טאג, מיט בערך א חודש א האלב צוריק האט מענדל ראטה געשריבן אויף זיין סטאטוס אז ער וויל ארויסגעבן א ניגון אויף ליבע, אבער זיינע יחצ״נים (מארקעטערס) לאזן אים נישט. אפאר וואכן דערנאך האט ער ארויסגעלייגט א קליפ ווי ער זינגט א שטיקל אין סטודיא, דארט האט ער געשריבן אז ער גייט עס למעשה יא ארויסגעבן. (יעדע בר דעת האט פארשטאנען אז די ערשטע פאוסט ווי ער שרייבט אז ער גייט עס כלומר׳שט נישט ארויסגעבן איז געווען אן הקדמה דערצו... דערנאך האט ער ארויסגעגעבן דעם אלבום ארט, און חול המועד האט ער ארויסגעגעבן דעם ניגון. א טאג נאכן ארויסגעבן דעם ניגון האט ער שוין געשריבן אז ער וואונדערט זיך וואו דער איסור איז. ער האט ארויסגעקוקט דערויף בכליון עינים און גארנישט איז געווארן דערפון.

קודם האסטו דעם סדר וויאזוי דער ניגון איז ארויסגעקומען. און יעצט וועל איך דיר פארשטיין געבן פארוואס דער מענטש איז נישט פעהיג און טאר נישט טיילן קיין דעות פאר מענטשן, און זיכער נישט פאר קיין יונגע בחורים.

דער איד איז געווען אין אמעריקע א שטיק צייט צוריק און ער האט דארטן גענומען א פסיכאדעלישן טריפ. ער מעג, יעדער מעג. אבער זינט דאן האט ער אנגעהויבן שרייבן אויף פעיסבוק איבער די מורא׳דיגע געשמאק וואס ער האט געהאט דערין, און אז ער טוט יעדן מאטיוויזירן צו נעמען אויך אזוי ווי ער האט געטון. חוץ פון זיינע שבתי צבי חזיונות וואס ער האט אויף זיך געזען און געשריבן - וואס דאס איז סתם א נעבעך אויף אים - טוט ער אויך שטארק אינדארסירן דאס נוצן דראגס, און נישט די שוואכע מאריכוואנא, נאר די העכערע מסוכנ׳דיגע סחורה.

דאס איז איינע פון די הויפט סיבות וואס עס איבלט מיר אז ער טיילט דעות, בלאזט אויף סערות, און פארפאסט ניגונים. אן אומסטאבילער משוגענער וואס אנשטאט גיין צו א טעראפיסט זיך היילן איז ער פארנומען איבערמאכן די וועלט.

יעצט ווענד איך זיך צו דיר @טאמבל סאס און איך זאג דיר, אז אויב דו וועסט ווידעאמאל אטאקירן מיר און מיין פעדער, אנשטאט זיך באציען לגופו של ענין, איז די דעבאטע פארטיג דאהי. איך קען רעדן און זיך טענה׳ן מיט דיר אבער עס מוז זיין אויף א נארמאלן פארנעם. אויב דו שפירסט אז דו ביסט נישט אומשטאנד מוזטו נישט ענטפערן.
לגבי דעם וואס יהורם שרייבט אז ״ווילאנג מען וועט נישט אויסרייסן דעם סיסטעם פון ווארצל וועט זיך גארנישט רוקן״.
אין די היסטאריע פון דער מענטשהייט האט נאכנישט פאסירט אז מען האט א געוויסע קולטור אויסגעריסען פון ווארצל אויסער דורך א קעניג, ממילא דאס גייט נישט פאסירן, פינטל.
דער וועג פאראויס איז מיט קליינע טריט , נאך איין ארטיקל אין וועקער, א נייע מוסד געעפנט אין מאנסי, א שעה מער לימודי חול אין סאטמאר וומסב״ג, אא״וו. עס גייט נעמען יארן אזוי ווי יעדע גוטע זאך, איך פערזענליך בין אוועק פונעם סיסטעם ווייל איך קען נישט ווארטען אזוי לאנג,אבער עס מוז זיין מער מענדל ראהטס, עס זענען דא פיל טאלאנטפולע מענטשן וואס ווארטן צו זעען וואס וועט זיין די רעאקציע צו אזא זאך, אויב ווערט מענטשליכקייט אן ארטיקל ביי אונזער ציבור ,איז דא א האפנונג פאר קומענדיגן דור פון אינגע ארטיסטן זיך צו נעמען גלאריפיצירן וויסנשאפט און שכל אויף דעם זעלבן פארנעם ווי די היינטיגע זינגער פארהערליכן שוואכקייט און וואנזיניגקייט.
צום פינטל , צו לאכן פון מענדל ראהט איז ווי צו שפעטן פון א קינד וואס לערנט זיך צו גיין.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
קאצקע ציקער
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2203
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אפריל 06, 2012 1:46 am
האט שוין געלייקט: 1052 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1251 מאל

שליחה דורך קאצקע ציקער »

עמקות המחשבה האט געשריבן:
יהורם האט געשריבן:
דער איד איז געווען אין אמעריקע א שטיק צייט צוריק און ער האט דארטן גענומען א פסיכאדעלישן טריפ. ער מעג, יעדער מעג. אבער זינט דאן האט ער אנגעהויבן שרייבן אויף פעיסבוק איבער די מורא׳דיגע געשמאק וואס ער האט געהאט דערין, און אז ער טוט יעדן מאטיוויזירן צו נעמען אויך אזוי ווי ער האט געטון. חוץ פון זיינע שבתי צבי חזיונות וואס ער האט אויף זיך געזען און געשריבן - וואס דאס איז סתם א נעבעך אויף אים - טוט ער אויך שטארק אינדארסירן דאס נוצן דראגס, און נישט די שוואכע מאריכוואנא, נאר די העכערע מסוכנ׳דיגע סחורה.
@יהורם ביטע צייכן צו א לינק פון ווי די נעמסט די אינפארמאציע
https://www.facebook.com/10000973099502 ... 296392987/

השם ירחם וואס דעי זכר ווארפט צאם וועגן סייקאדאליק און שבתי צבי דער איז הויעך אויף א טריפ....

@יהורם ער טוט עס דירעקט נישט אינדארסירן ער זאגט קלאר אז סנישט פאר יעדן
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

מיט א בליק אין היסטאריע זעט מען דאס די מיסטישע חברה זענען זייער גוט צונוצגעקומען אויפן שלאכטפעלד קעגן רעליגיעזע ראדיקאליזם... די עיקר סיבה פון די התנגדות צו קבלה און חסידות איז דאך דאס. זיי האבן געוואונען מיט חסידות וואס איז ליידער אויסגעליידיגט געווארן פון יעדעס ביסל מיסטישקייט שוין ביים דריטן דור תלמידי בעל שם. אבער אפשר קען מען עס צוריקברענגען היינט אז מאריכואנא איז שוין לעגאל... נישט אז איך ציל דערצו, נאר אויב השכלה איז אוממעגליך דאן כאטש חסידות.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

טאמבל סאס האט געשריבן:עס קוקט נישט אויס אז דער דעבאטע וועט צולאנג אנהאלטן ווייל יהורם איז זייער באליידיגט אז כ'האב באליידיגט זיין פעדער. וחוץ מזה, האט ער נישט געלאזט קיין סאך זאכליכע שטאף ביים לעצטען באמאכאכץ ציוואס כ'זאל מיך דארפן ערנסט באציען. טענו לו בחיטים והודו לי בשעורים. כ'רעד פון א ניגון קומט ער מיט דראגס און שבתי צבי. מיך גייט נישט אן וואס מנדל טוט דורכן טאג, פון מיר אויס זאל ער טראגן א זאָק אויפ'ן קאפ פון צופרי ביז ביינאכט און זיין היי ווי א קייט. איך פיהל נישט דעם סיסטעם'ס פארטרעטער אין מחליט זיין וואס ברענגט יא אדער נישט א גוטע נאמען פאר די סיסטעם און אויך נישט גאט'ס פארטרעטער אין אבשאצן וועמענ'ס ניגון זאל מעגן מחנך זיין ("טאר נישט טיילן קיין דעות פאר מענטשן..") אונזערע קינדער און וועמענ'ס נישט (מצידי קיינער פון זיי). מיר זענען אלע אינדיווידועלן און מיר האבן אונזערע אייגענע טשויסעס צומאכן פאר אונז און פאר אונזערע קינדער (אלס אינדיווידועלן..) און גראדע האלט איך אז "א ניגון איך וויל ליב האבן א מיידעלע" וועט יא אויפטוהן! (אז דו ווילסט אונזערע חילוקי דעות רעדוסן צו נאר די גאנץ לעצטע נקודה, און צוריקציען פון די רעסט, קען מען שלום מאכן..) ווי אויך האלט איז אז ס'איז פערצופאל יא א שיינער תנועה און גוט דערליווערט.

לערן דיך שוין אויס אז נישט יעדער וואס מאכט א שטיקל ארט איז עס דוקא אויף לקנטר אדער א געגן-רעאקציע. ווי כאילו נאר כדי ער זאל קריגן א איסור. ס'ארא נארישקייטן צורעדן. אז ער זאגט אזוי אין די סטאנציעס מיינט ער צו דרוקן ווי ווייט אזא ניגון איז קאנטראווערסיעל (און דאס בין איך מודה עס איז). אז ער וואלט געהאט א הוא אמינא אז די אוידיענץ וועט עס נישט גלייכן אדער וועלן זיך אפשרעקן פון אן איסור וואלט ער עס אוודאי נישט געמאכט. און דאס אז "מען קומט נישט ארויס קעגן אים" גייט אים מסתמא אן א לאך אין קאפ. מענטשן אינדרויסן פון וויליאמסבורג אינטרעסירט נישט וואס זלמן לייב פיללאפ קאַטשקעט. און אפי' אויך נישט דער אנדערער זלמן..

איך האב נישט געזאגט דו מעגסט נישט אויסדרוקן דיין מיינונג, נאר כדי אז מענטשן זאלן נישט פארבלענדעט ווערן פון דיין שפראך אדער נישט מערקן די לעכער אין דיינע ארגומענטן און מיינען אז די אינטעליגענציע האט בפה אחד דן געווען דעם ניגון צו די מיסט-קאסטן האב איך געוואלט פרובן שטעלן אן אפווארוף. אפילו אויב נישט אזוי קלוג, אדער געשליפן, געשריבן ווי דיינס, כאטשיג אזוי מיאוס ווי דיינס..
כ׳האב פארמעקט אלע מיינע לעצטיגע תגובות אין דעם אשכול, די דעבאטע איז געשלאסן פון מיין זייט.

כ׳וועל נאר אויף אזויפיל אויסקלארן אז איך האב בכלל נישט קיין פראבלעם מיט מענדל ראטה, ער איז א טייערער איד און עס קומט זיך אים כל טוב וטוב. כ׳האב זיך באצויגן צו זיין לעצטיגע ניגון, און צו זיינע לעצטיגע פאוסטס אויף פעיסבוק וואס לדעתי זענען זיי נישט אויסגעהאלטן (פון אן עטישער בליק). כ׳האב ארויסגעברענגט ׳מיין׳ שטעלונג און קיינעם נישט געצווינגען צו האלטן ווי מיר.

@טאמבל סאס קען זיך נישט האלטן צו אן אביעקטיווער שמועס און דערפאר שטעל איך עס אפ דא. איך האף אז מענדל ראטה פערזענליך איז נישט באטראפן געווארן פון די באמבעס דאהי. צום ווידערזען אין אנדערע אשכולות.
באניצער אוואטאר
שאלתיאל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 846
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
האט שוין געלייקט: 1634 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל

שליחה דורך שאלתיאל »

שאלתיאל האט געשריבן:עטענשאן רייזע זעצט פאר מיט סוקסעס..

https://youtu.be/PC9O2TWRJZ8

https://youtu.be/mm-BxwF4kKw
https://103fm.maariv.co.il/programs/med ... a-_RnYkQWU
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

פרנס החודש האט געשריבן: מיט א בליק אין היסטאריע זעט מען דאס די מיסטישע חברה זענען זייער גוט צונוצגעקומען אויפן שלאכטפעלד קעגן רעליגיעזע ראדיקאליזם... די עיקר סיבה פון די התנגדות צו קבלה און חסידות איז דאך דאס. זיי האבן געוואונען מיט חסידות וואס איז ליידער אויסגעליידיגט געווארן פון יעדעס ביסל מיסטישקייט שוין ביים דריטן דור תלמידי בעל שם. אבער אפשר קען מען עס צוריקברענגען היינט אז מאריכואנא איז שוין לעגאל... נישט אז איך ציל דערצו, נאר אויב השכלה איז אוממעגליך דאן כאטש חסידות.
דער פרנס רעדט צום זאך...
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

ער איז אזוי גערעכט זייער אסאך אינגעלייט ווייסן נישט וואס מיינט אהבה, אבער איז איך זעה נישט אז דעיס זאל מאכן א טויש ביי די חסידים ווי מען מאכט איין בעשאו פאר די שידוך
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

שליחה דורך ברוינשטיין »

ווער וועט ליבן מענדעלען, א הויכע נשמה.
https://youtu.be/H4XGaBkZXOE

ער איז צעדריבלט ווי צעפלאַטשקעטע רעגן טראָפן אויף ווייכע מדבר זאַמט.

אבער למעשה גיי איך פאַר אים ניסלעך.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

שליחה דורך פרנס החודש »

איין טראפ וואסער און נאך א טראפ וואסער מאכט א לאך אין א שטיין ….
ערווארט נישט פון קיין שום זאך צו ״מאכן א טויש ביי אונזער עולם״
א טויש געשעהט נאך אסאך אסאך רעדן און זינגען און שרייבן איבער א נושא הייבן יחידים אן זיך אנצופייפן און אנדערע זעען אז עס געשעהט נישט גארנישט און עס ווערט אנשטעקיג. זאכן קענען זיך טוישן ביז א יאר צוויי אויב דער עולם איז נישט צופרידן.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

איך בין זייער דיסעפוינטעט פון קאווע שטיבל אז מ'רייסט אזוי אראפ ר' מענדל. אפאר ניקים זעט מיך פשוט אויס אז זיי לעבן אויף האקן, אמאל אויפ'ן סיסטעם, און אמאל סתם וויינען אויף גארנישט.

די ניגון איז א רעוועלאשן שאין כדוגמתו. פונקט אזוי ווי ''טרעק 5'' פון מיכאל האט אריינגעברענגט א פרישקייט ביי די בחורים על אחת כמה וכמה גייט דאס בעה''י מאכן א טויש.

אן ''איבערקערעניש'' איז נאכנישט געווארן ווייל די ניגון איז ארויס קוים א וואך צוריק, ווארטס נאר ווארט'ס ביז די בחורים ענדיגן בין הזמנים אין גייען מאכן צימעס מיט דעם.

לאמיר האפן אז ס'וועט ברענגען א סוף צי די עקלדיגע וועג ווי אזוי מ'צווינגט מיידלעך און בחורים צו חתונה האבן, לאמיר האפן אז ס'זאל נאר מרבה זיין ליבע, נארמאלקייט, און מענטשליכקייט ביי אחינו כל בית ישראל.
מרדכי מרדכי
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 586
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אוגוסט 02, 2019 11:12 am
האט שוין געלייקט: 223 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 453 מאל

שליחה דורך מרדכי מרדכי »

איינע פון די תגובות
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20220501-194323_YouTube.jpg
באניצער אוואטאר
דרויסענדער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 25
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 30, 2020 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 28 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

Re: נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה

שליחה דורך דרויסענדער »

יהורם האט געשריבן: ער וויל אז אין אלע בתי מדרשים זאל זיך רעש׳ן דערוועגן[/justify]
ברעיקינג ניוז, כ'ווייס נישט אין וועלכע בתים מדרשים דו דרייסטעך, אבער וואו איך גיי און וואו איך שטיי רעדט מען דערוועגן. אלעס אויפגעקלערטע בחורים און יונגעלייט האבן א מיינונג, א שיטה, דער זאגט ער איז משוגע אינגאנצן, דער צווייטער זאגט אז ער איז דער העלד פונעם יארהונדערט א.א.וו. אויף יעדע וואטסעפפ גרופ האט מען צוקייעט די ניגון, און ביי יעדע קופקע האט מען גערעדט דערפון.

וועמען פאפסטו? כ'האב מורא אז דיך אליינס, קיינעם מער.

לגבי די שרעקליכע טענות אז ער פארציילט פאר די מידיע אז ס'טוט זיך א שטורעם: כ'מיין וואס ווילסטו פון איהם? גיי קוק דורך די קאמענט סעקשאן אויף זיין יוטוב ווידיא. שטעל דיך נאר פאר די סומע העיט קאממענטס וואס קומען איהם אריין. וואו ער גייט און וואו ער שטייט באקומט ער קאממענטס איבער די ניגון, מענטשן שעלטן איהם אויס דערפאר שוין פון פאר ער האט עס ארויסגעגעבן לאור עולם. יא, פון וואו ער שטייט טוט זיך א שטורעם, דאס איז די מציאות. ער קען דאך נישט קוקן דורך דיינע אויגן און זעען וואס דו זעהסט, ער קען נאר זעהן די מציאות וואס שפילט זיך אפ פארנט פון איהם.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

די סארט דראגס פון וואס עטץ רעדסט איז גאר העלטי פאר אסאך
בייגעלייגטע פיילס
Screenshot_20220501-203638_WhatsApp.jpg
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
פאלגזאם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 135
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2022 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך פאלגזאם »

צקון לחש האט געשריבן:
ברוינשטיין האט געשריבן: האָסט שוין אַמאָל געזען אַן איסור אויף עידן בן זקן? אוודאי נישט. האָבעך פאַר דיר נייעס אַז עידן בן זקן און מענדל ראטה שטייען יעצט אינעם זעלבן טעריטאָריע (אין די אויגן פון אונזערע רבנים)
איך פריי מיך צו הערן אז ס'זענען פארהאן רבנים וואס קענען עדן בן זקן :D
נעה נאר אונז ווייסן, ווייל אונז זעמיר טשילד.
ווען מען לייגט אריין, נעמט עס מער ווי די לבנה.
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

ממש א תענוג צו דורכליינען די דעבאטע דא, יעדער ברענגט ארויס שטארקע נקודות.

די פראז האט גערעדט די מערסטע צו מיר.
פרנס החודש האט געשריבן:צום פינטל, צו לאכן פון מענדל ראהט איז ווי צו שפעטן פון א קינד וואס לערנט זיך צו גיין.
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
פארשפארט