הפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
הפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט
אמעריקא דרייט זיך איבער. עס האט ארויס געליקט אז דער סופרים קארט דער פסק'ענען אז פרויען אבארטירען איז נישט דער בחירה פין דער פרוי וואס טראגט. און אז דער ממשלה מעג אריין רעדן אין דעם, און זאגן אז עס הייסט אפשר יא רציחה.
דער געריכט האט אין 1973 געפסקנט אז עס איז דער רעכט פין דער פרוי, און ממילא איז עס געווען לעגאל אין אלע שטעט, די פרומע שטעט, וואס זוכן צו מינימיזירן הפלות, האבן געלייגט רויטע טעפ, דורך אנדערע וועגן.
יעצט וועלען שטעט קענען אסר'ן הפלות אלץ רציחה.
זעהט נישט אויס ווי די ק"ש עולם איז צו איבערגענומען פין דעם, און פארוואס יא? פאר אונז אידן איז דאך דא א תורה וואס איז קובע די הלכה. וואס איז א נפק"מ וואס די גוים טוהן? זאלען זיי אלע אבארטירען וועט זיין ווייניגער גוים. אמת, די גוים טארן נישט, אלץ ז' מצוות, אידן אבער מעגן יא, ווייל א עובר הייסט נישט א נפש, אבער ראה ויתר גוים. אויף דעם איז דער רמז, ראו (ראה) וועיד (ויתר). און פארדעם האלטען די אידן אין דער געריכט אז מען דארף עס מתיר זיין.
לגבי דער עצם אבארטירען, בין איך שטארק אויפגעטרייסעלט אז זיי הרג'נען בעיביס, צו פאר דער בעיבי קומט ארויס, אדער דערנאך? דאס, אפילו מען מעג על פי הלכה, פארשטיי איך נישט ווי אזוי אסאך מענטשען האלטען אז דאס דארף זיין לעגאל. אפילו אויב מען זאל האלטען אז די פרוי האט א רעכט ארויס צו שטויסן דער בעיבי פין זיך, אבער מהיכי תיתי א רעכט צו הרג'נען דאס קינד? און בפרט נאך דעם וואס דער בעיבי ווערט געבוירן, אויב אמת אז זיי טוהן דאס.

בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: מפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט
באמת? קענסט נישט טראכטן פון קיין שום חילוק? א קליינע, א פיצי?
פון צומח און א חי פארשטייסטו יא די חילוק? וואס איז מיט די צווישנשייד פון א חי און א מדבר, יא פארשטענדליך?
פון צומח און א חי פארשטייסטו יא די חילוק? וואס איז מיט די צווישנשייד פון א חי און א מדבר, יא פארשטענדליך?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 709
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
אדרבה זאג מיר די סיבה פארוואס מ'טאר נישט הרגענען קיין מענטש, לאמיר זען אויב ס'איז טאקע נישט רעלעוואנט ביי אונזער פאל.החוקר האט געשריבן:באמת? קענסט נישט טראכטן פון קיין שום חילוק? א קליינע, א פיצי?
פון צומח און א חי פארשטייסטו יא די חילוק? וואס איז מיט די צווישנשייד פון א חי און א מדבר, יא פארשטענדליך?
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
אמאהל האב איך געהערט א שיעור פין א רעפארם ראביי, לערנט פאר די פסוק אין משפטים, ונגפו אשה הרה, איז א ראי' אז אבארשען דארף זיין לעגאל.
די צוהערער האבן אבער נישט געקענט אראפ שלינגען ווי דער פרוי ווערט דער פראפערטי פין מאן.
די צוהערער האבן אבער נישט געקענט אראפ שלינגען ווי דער פרוי ווערט דער פראפערטי פין מאן.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: מפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט
מיליאנער האט געשריבן:אדרבה זאג מיר די סיבה פארוואס מ'טאר נישט הרג'ענען קיין מענטש, לאמיר זען אויב ס'איז טאקע נישט רעלעוואנט ביי אונזער פאל.
איך פארשטיי באמת נישט וואס דאס קומט אהער. אבער אז דו פרעגסט קען איך פרובירן צו ענטפערן:
1) די תורה לאזט נישט.
2) מען קען גיין יושב'ן.
3) מענטשן וועלן נאכשרייען אז דו ביסט א מערדער.
4) כל דאלים גבר, איז א חורבן פאר די געזעלשאפט.
5) מיר האבן אנגענומען אז עס איז נישט מאראליש צו טון אזאנס.
Pick your poison...
אז דו ווילסט, קען איך טראכטן נאך סיבות.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
און די נייעס קוועלער, געפינען פאר גאר וויכטיג צו באשרייבען די אכזריות פין הרג'נן א רוסטער, א טשיקען, און דער וואס האט עס געטוהן? פארלוירען די פרנסה. אבער א בעיבי וואס ווערט געבוירען ביי א מאמע וואס וויל עס נישט, ער איז חייב מיתה. כאטש דאס איז די זעלבער וואס געוועהנליך האלטען זיי אז א טויט אורטייל איז א זאך וואס נאר צוריק געשטאנענע מענטשען טוהן.
https://www.msn.com/en-us/news/us/carl- ... ar-AAWUsoM
https://www.msn.com/en-us/news/us/carl- ... ar-AAWUsoM
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 709
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
- האט שוין געלייקט: 87 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל
החוקר האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט וואס דאס קומט אהער. אבער אז דו פרעגסט קען איך פרובירן צו ענטפערן:
1) די תורה לאזט נישט.
2) מען קען גיין יושב'ן.
3) מענטשן וועלן נאכשרייען אז דו ביסט א מערדער.
4) כל דאלים גבר, איז א חורבן פאר די געזעלשאפט.
5) מיר האבן אנגענומען אז עס איז נישט מאראליש צו טון אזאנס.
Pick your poison...
אז דו ווילסט, קען איך טראכטן נאך סיבות.
מיט דעי סיבות קוקט אויס ווי לצורך הפסד מרובה וואלט מען זיך געמעגט מקיל זיין צו הרג'ענען א מענטש... בצנעא זיכער...
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
Re: מפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט
נו אדרבה !! קום אפיר מיט עפעס בעסערס!!
Don’t ask unless you want to hear the answer.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: מפלות - העכסט געריכט - איבערגעדרייט
א) טאקע, נו ווער זאגט אז נישט.מיליאנער האט געשריבן:מיט דעי סיבות קוקט אויס ווי לצורך הפסד מרובה וואלט מען זיך געמעגט מקיל זיין צו הרג'ענען א מענטש... בצנעא זיכער...
ב) דאס איז נישט קיין פירכא, איז וואס זאגסטו?
ג)
1) מען דארף פרעגן א דיין.
2-4 וואס דען מיינט "אלמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו"?
אדער
2) פאסירט יעדן טאג.
3) אויב נאר דאס האלט דיך אפ, דערמאן מיר נישט צו האבן מיט דיר קיין שייכות.
4) איה"נ, דארט ווי מען טוט עס צו אפט בצנעה - לצורך גדול הערשט א געזעצלאזיגקייט.
5) אלס א געזעלשאפט, זענען מיר זיך טאקע מקיל לצורך. לדוגמא, א מערדער זענען טייל זיך מקיל צו הארגענען.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
מיט ענקער משא מתן איז קאווע שטיבל זיכער ארויף א מדריגה קעגן אייוועלט
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
די דעבאטע פארוואס מען טאר נישט הרג'נען א מענטש קימט נישט דא אריין, די נושא איז צי א עובר איז א מענטש און דער תירוץ איז אז ניין, הרג'נען א עובר איז פינקט ווי אפשניידן א עפל פון בוים, אויב האסטו נישט קיין פראבלעים צי קאלטבליטיג "רצח'נען" פרוכט און גרינצייג, זעי איך נישט פארוואס איך זאל נישט מעגן אראפנעמען א עובר פון זיין מאמע.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 70
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אקטאבער 19, 2016 1:44 pm
- האט שוין געלייקט: 266 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 69 מאל
וואס פאלט דיר ביי אז מען הרגע’ט לעבעדיגע בעביס? קענסט אפשר אנצייגן פארוואס דו זאגסט אזוי?היסטאריע האט געשריבן:און די נייעס קוועלער, געפינען פאר גאר וויכטיג צו באשרייבען די אכזריות פין הרג'נן א רוסטער, א טשיקען, און דער וואס האט עס געטוהן? פארלוירען די פרנסה. אבער א בעיבי וואס ווערט געבוירען ביי א מאמע וואס וויל עס נישט, ער איז חייב מיתה. כאטש דאס איז די זעלבער וואס געוועהנליך האלטען זיי אז א טויט אורטייל איז א זאך וואס נאר צוריק געשטאנענע מענטשען טוהן.
https://www.msn.com/en-us/news/us/carl- ... ar-AAWUsoM
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
ווען פינקטליך ווערט ער א מענטש? מעג מען אויך הרגענען א קינד צען מינוט פאר ער קימט ארויס? ער קען שוין ריהוג לעבן אהן די מאמע, וועגן ער איז ארימגענימען מיט פלייש? נא קען איך דאך ארימוויקלען מענטשן מיט פלייש און זיי דערמארדן?קהל'ס נער האט געשריבן:די דעבאטע פארוואס מען טאר נישט הרג'נען א מענטש קימט נישט דא אריין, די נושא איז צי א עובר איז א מענטש און דער תירוץ איז אז ניין, הרג'נען א עובר איז פינקט ווי אפשניידן א עפל פון בוים, אויב האסטו נישט קיין פראבלעים צי קאלטבליטיג "רצח'נען" פרוכט און גרינצייג, זעי איך נישט פארוואס איך זאל נישט מעגן אראפנעמען א עובר פון זיין מאמע.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 108
- זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 19, 2022 11:06 pm
- האט שוין געלייקט: 11 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל
בקרב פוסקי ההלכה נכתב שקיימים שתי איסורים אפשריים בביצוע הפלה:
איסור חבלה בגופו של אדם. גם אם העובר אינו נחשב לישות עצמאית, הרי שהוא נחשב חלק מגופה של האם. (הרב ישראלי זצ"ל בספרו 'עמוד-הימיני' (סימן לב), והרב אליעזר ולדינברג זצ"ל בספרו שו"ת 'ציץ-אליעזר' (ט, נא, ב; יג, קב, ו)).
הריגת העובר נחשבת לאיסור חצי שיעור, וחלק מאיסור רצח, אך לא האיסור המלא ולכן אין על כך חיוב מיתה. (שו"ת אגרות משה חו"מ ח"ב סימנים סט – עא, והרב אויערבאך זצ"ל, והרב אלישיב זצ"ל).
איסור חבלה בגופו של אדם. גם אם העובר אינו נחשב לישות עצמאית, הרי שהוא נחשב חלק מגופה של האם. (הרב ישראלי זצ"ל בספרו 'עמוד-הימיני' (סימן לב), והרב אליעזר ולדינברג זצ"ל בספרו שו"ת 'ציץ-אליעזר' (ט, נא, ב; יג, קב, ו)).
הריגת העובר נחשבת לאיסור חצי שיעור, וחלק מאיסור רצח, אך לא האיסור המלא ולכן אין על כך חיוב מיתה. (שו"ת אגרות משה חו"מ ח"ב סימנים סט – עא, והרב אויערבאך זצ"ל, והרב אלישיב זצ"ל).
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
ווילאנג די קינד איז אין די מאמע איז עס נישט קיין מענטש, איינער וואס הרג'ט א עובר איז עס א דין ממונות ער דארף באצאלן געלט, א עובר וואס געבוירט אין די אכטע חודש איז מוקצה אין שבת אפילו ווען ער לעבט נאך, ווייל ער איז נישט קיין מענטש ער איז א פלעינע שטיקל בשר.עצי שטים האט געשריבן:ווען פינקטליך ווערט ער א מענטש? מעג מען אויך הרגענען א קינד צען מינוט פאר ער קימט ארויס? ער קען שוין ריהוג לעבן אהן די מאמע, וועגן ער איז ארימגענימען מיט פלייש? נא קען איך דאך ארימוויקלען מענטשן מיט פלייש און זיי דערמארדן?קהל'ס נער האט געשריבן:די דעבאטע פארוואס מען טאר נישט הרג'נען א מענטש קימט נישט דא אריין, די נושא איז צי א עובר איז א מענטש און דער תירוץ איז אז ניין, הרג'נען א עובר איז פינקט ווי אפשניידן א עפל פון בוים, אויב האסטו נישט קיין פראבלעים צי קאלטבליטיג "רצח'נען" פרוכט און גרינצייג, זעי איך נישט פארוואס איך זאל נישט מעגן אראפנעמען א עובר פון זיין מאמע.
דעס איז די תורה'דיגע סיבה.
די פראסטע סיבה איז ווייל מענטשהייט האט געמאכט א דיל צווישן זיך (מ'רופט עס א געזעץ) אז מען טאר נישט הרג'נען קיין מענטשען, נישט ווייל ס'ליגט עפעס טיף דערין, נאר ס'פשוט נישט פראקטיש צי לעבען אין א וועלט ווי מען דארף ציטערן פארן לעבן, וויבאלד אבער קיינער האט נישט מורא אז א עובר גייט הרג'נען א מענטש, מילא זענען זיי נישט אין די דיל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
קהל'ס נער האט געשריבן:ווילאנג די קינד איז אין די מאמע איז עס נישט קיין מענטש, איינער וואס הרג'ט א עובר איז עס א דין ממונות ער דארף באצאלן געלט, א עובר וואס געבוירט אין די אכטע חודש איז מוקצה אין שבת אפילו ווען ער לעבט נאך, ווייל ער איז נישט קיין מענטש ער איז א פלעינע שטיקל בשר.
דעס איז די תורה'דיגע סיבה.
די פראסטע סיבה איז ווייל מענטשהייט האט געמאכט א דיל צווישן זיך (מ'רופט עס א געזעץ) אז מען טאר נישט הרג'נען קיין מענטשן, נישט ווייל ס'ליגט עפעס טיף דערין, נאר ס'פשוט נישט פראקטיש צו לעבן אין א וועלט ווי מען דארף ציטערן פארן לעבן, וויבאלד אבער קיינער האט נישט מורא אז א עובר גייט הרג'נען א מענטש, מילא זענען זיי נישט אין די דיעל.
תורה'דיג רעד איך נישט, ווייל מען רעדט דא פון גוי'אישע געזעצן, און די תורה וועט זיי נישט מחייב זיין, און בכלל ע"פ תורה איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א אבארשאן שלא לצורך גדול.
לאמיר רעדן ווי צוויי גוים.
די סיבה פארוואס מען טאר נישט הרג'ענען קיין מענטשן איז נישט בלויז וועגן א פראקטישע געזעץ, נאר ווייל עס איז פשוט נישט מאראליש צו ערמארדן א מענטש. עס איז א מעשה אכזריות, און א מעשה רציחה, דאס איז די טבע הבריאה אז מען פילט אזוי, די הארץ און געפיל פון א געווענליכער מענטש וועט אים נישט לאזן הרג'ענען א מענטש.
אפילו אויב איך בין אין א וואלד אין יעהופעץ און איך טרעף דארטן א פארלוירענע אינגעלע, וואס זיינע עלטערן האבן זיך שוין מייאש געווען פון אים אמאל צו טרעפן, און עס איז אויך נישטא דארטן קיין פאליציי וואס זאלן אינפארסירן די "וועלטס אפמאך" אז מען טאר נישט הרג'ענען, איז לכו"ע א שלעכטע זאך אים צו הרג'ענען, אפילו ער וועט מיר קיינמאל גארנישט קענען צוריקטון, און דו וועסט נישט דערמיט אויפשאקעלען די וועלט ארדענונג, ווייל קיינער וועט קיינמאל נישט געוואר ווערן דערפון, דאך וועט יעדער מודה זיין אז איך האב נישט גוט געטון אויב איך הרג'ע אים, ווייל "רציחה" איז שלעכט.
יעצט ווער ביסטו אפצומאכן אז וועגן ער איז נאך אין די מאמעס בויך לעבט ער נאכנישט? וואס עפעס? זיין הארץ קלאפט פונקט ווי דיינס, ער האט א עקסטערע DNA פונקט ווי דיר, נו פארוואס זאל איינער מעגן צוגיין צו א פרוי וואס זיצט על המשבר אין אריינשטעכן א שווערד אין איר רחם? אין פארוואס א מינוט נאכן געבורט האלטסטו שוין אויך אז עס איז רציחה, ווער האט מורא אז קינדער אינטער די פינף וועלן זיך נוקם זיין אין זיי? אפשר זאלן קינדער ביז די פינף יאר נישט זיין אינעם דיעל! און אויב די מאמע האט שוין נישט קיין כוח צו די וויינעדיגע בעיבי זאל זי מעגן הרג'ענען די קינד לעגאל ביז די פינף יאר? אפשר גאר ביז זעקס יאר? און אפשר גאר ביז די צען יאר...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
ווי איך פארשטיי איז די אורטייל פין 1973 נישט ביי די לעצטע 3 חדשים, וואס דענמאלס מעג די סטעיטס יא פארבאטן,עצי שטים האט געשריבן:ווען פינקטליך ווערט ער א מענטש? מעג מען אויך הרגענען א קינד צען מינוט פאר ער קימט ארויס? ער קען שוין ריהוג לעבן אהן די מאמע, וועגן ער איז ארימגענימען מיט פלייש? נא קען איך דאך ארימוויקלען מענטשן מיט פלייש און זיי דערמארדן?קהל'ס נער האט געשריבן:די דעבאטע פארוואס מען טאר נישט הרג'נען א מענטש קימט נישט דא אריין, די נושא איז צי א עובר איז א מענטש און דער תירוץ איז אז ניין, הרג'נען א עובר איז פינקט ווי אפשניידן א עפל פון בוים, אויב האסטו נישט קיין פראבלעים צי קאלטבליטיג "רצח'נען" פרוכט און גרינצייג, זעי איך נישט פארוואס איך זאל נישט מעגן אראפנעמען א עובר פון זיין מאמע.
- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
עצי שטים האט געשריבן: תורה'דיג רעד איך נישט, ווייל מען רעדט דא פון גויאישע געזעצן, און די תורה וועט זיי נישט מחייב זיין,די מערב וועלט ווירדן זענען געבויעט אויף די תורה {jdeo-christion values בלע"ז} און בכלל ע"פ תורה איז נישט אויסגעהאלטן צו מאכן א אבארשאן שלא לצורך גדול נישט אמת, ס'מותר לכתחילה, ס'איז א לעצטיגע אכשר דרא משוגעת
לאמיר רעדן ווי צוויי גוים:
די סיבה פארוואס מען טאר נישט הרג'ענען קיין מענטשן איז נישט בלויז וועגן א פראקטישע געזעץ, נאר ווייל עס איז פשוט נישט מאראליש מאראל איז געבויעט אויף די תורה כנ"ל צו ערמארדן א מענטש, עס איז א מעשה אכזריות, און א מעשה רציחה. דאס איז די טבע הבריאה אז מען פילט אזוי, די הארץ און געפיל פון א געווענליכער מענטש וועט אים נישט לאזן הרג'ענען א מענטש, אלץ פיין און וואויל אבער א עובר איז נישט קיין מענטש, ווי זאגט בן שפירא "facts don't care about your feelings"
אפילו אויב איך בין אין א וואלד אין יעהופעץ און איך טרעף דארטן א פארלוירענע אינגלע, וואס זיינע עלטערן האבן זיך שוין מייאש געווען פון אים אמאל צו טרעפן, און עס איז אויך נישטא דארטן קיין פאליציי וואס זאלן אינפארסירן די "וועלטס אפמאך" אז מען טאר נישט הרג'ענען, איז לכו"ע א שלעכטע זאך אים צו הרג'ענען, אפילו ער וועט מיר קיינמאל גארנישט קענען צוריקטון, און דו וועסט נישט דערמיט אויפשאקעלען די וועלט ארדענונג, ווייל קיינער וועט קיינמאל נישט געוואר ווערן דערפון, דאך וועט יעדער מודה זיין אז איך האב נישט גוט געטון אויב איך הרג'ע אים, ווייל "רציחה" איז שלעכט. בקיצור מאראל כנ"ל
יעצט ווער ביסטו אפצומאכן אז וועגן ער איז נאך אין די מאמעס בויך לעבט ער נאכנישט? וואס עפעס? זיין הארץ קלאפט פונקט ווי דיינס, ער האט א עקסטערע DNA פונקט ווי דיר, א בהמה האט אויך א DNA, און זיין הארץ קלאפט אויך, so what, ער איז נישט קיין מענטש, אותו דבר א עובר איז נישט קיין מענטש נו פארוואס זאל איינער מעגן צוגיין צו א פרוי וואס זיצט על המשבר אין אריינשטעכן א שווערד אין איר רחם? אין פארוואס א מינוט נאכן געבורט האלטסטו שוין אויך אז עס איז רציחה, ווער האט מורא אז קינדער אינטער די פינף וועלן זיך נוקם זיין אין זיי? אפשר זאלן קינדער ביז די פינף יאר נישט זיין אינעם דיעל! און אויב די מאמע האט שוין נישט קיין כוח צו די וויינעדיגע בעיבי זאל זי מעגן הרג'ענען די קינד לעגאל ביז די פינף יאר? אפשר גאר ביז זעקס יאר? און אפשר גאר ביז די צען יאר...
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
א בהמה קען לעבן טויזענטע יארן און וועט נישט ווערן קיין מענטש (אפשר על פי אוועלושאן יא, דאן קענען מאנקיס ווערן מענטשן, און טאקע פארדעם זענען די אטעאיסטן אזוי פאר צער בעלי חיים)
אבער א עובר איז שוין א פארטיגע מענטש, וואס פעלט אים פינעף מינוט פארן געבוירן? וואס פעלט אים פון זיין מענטשליכקייט? ער האט א קאפ, מוח, בויך, הארץ, הענט און פיס אין וואס נישט, בלויז ווייל ער איז אנגעבינדען און זיין מאמע? איז וואס? איינער וואס גייט דורך א אפעראציע, און איז אנגעבינדען אין מאשינען בשעת מעשה וואס דערהאלטען אים ביים לעבן, מעג איך גיין יעצט אים אפשניידן די קאפ?
אבער א עובר איז שוין א פארטיגע מענטש, וואס פעלט אים פינעף מינוט פארן געבוירן? וואס פעלט אים פון זיין מענטשליכקייט? ער האט א קאפ, מוח, בויך, הארץ, הענט און פיס אין וואס נישט, בלויז ווייל ער איז אנגעבינדען און זיין מאמע? איז וואס? איינער וואס גייט דורך א אפעראציע, און איז אנגעבינדען אין מאשינען בשעת מעשה וואס דערהאלטען אים ביים לעבן, מעג איך גיין יעצט אים אפשניידן די קאפ?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
עצי שטים האט געשריבן:א בהמה קען לעבן טויזענטע יארן און וועט נישט ווערן קיין מענטש (אפשר על פי אוועלושאן יא, דאן קענען מאנקיס ווערן מענטשן, און טאקע פארדעם זענען די אטעאיסטן אזוי פאר צער בעלי חיים)
אבער א עובר איז שוין א פארטיגע מענטש, וואס פעלט אים פינעף מינוט פארן געבוירן? וואס פעלט אים פון זיין מענטשליכקייט? ער האט א קאפ, מוח, בויך, הארץ, הענט און פיס אין וואס נישט, בלויז ווייל ער איז אנגעבינדען און זיין מאמע? איז וואס? איינער וואס גייט דורך א אפעראציע, און איז אנגעבינדען אין מאשינען בשעת מעשה וואס דערהאלטען אים ביים לעבן, מעג איך גיין יעצט אים אפשניידן די קאפ?
אויב קוקסטו אויף פאטענציאל דארף ז"ל און בוירטה קאנטראל פונקט אזוי זיין פארבאטן,
די מציאות איז אז א עובר איז נאך נישט קיין מענטש יעצט, האסט א מהלך אים צו מאכן מענטש יעצט דורך ארויסנעמען פון די מאמע, וואס אמאל געלונגט עס יא און אמאל נישט (וואס דאס אליינס ווייזט אז ער איז נאך נישט קיין מענטש יעצט) אבער יעצט אלס מענטש איז ער נאך נישט,
דאס איז חוץ המעשה וואס די קאמף פין די קאנסערוואטיווע צו פארבאטן איז שוין פון גלייך אנהייב.