שטורעם: מהרז''ל מסאטמאר אויף זיין ברודער: על חרבך תחי'

נייעס און פאסירונגען אין הויפן
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

אינטערסאנטער האט געשריבן: ער האט מיט דעם זייער גוט געזאגט אז יעדער ווייסט אז דאס איז די סיבה פארוואס דער טאטע ז"ל האט געהייסן אוועקשטעלן פון פריש די מוסדות און קהילה אין קרית יואל, וויבאלד אלעמאל איז געווען דארט אזא סיסטעם פון רודפ'ן אידן.
דאס איז סתם ליצנות און א שטיק שקר
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

@מהרז"ל, וואס וויינסטו אזוי אז אז מען האט דיך נאכגעשריגען, נעבעך מען טשעפעט דיך, וואס האקסטו אין קאפ, די שיקסט דיינע חסידים מיך נאכשרייען יעדע שבת אין וויליאמסבורג, און גארנישט די געסט נישט קיין כי הוא זה, ס'קימט זיך מיך מ'זאל מיך נאכשרייען, אמער ר' זאלי איז דאך בהע"ב אויף וויליאמסבורג און ווער ס'פאלגט נישט וועט מען נאכשרייען, היפעקריט איינער, יעצט וויינסטו אז די ארונים האבן דיך נאכגעשריגען, well, אהרן איז בהע"ב אין מאנדראו מילא שרייט מען דיך יעצט נאך, וכל קרני רשעים מיינט פינקט אזוי דיר, ועל חרבך תחיה מיינט אויך דיר, זיי טועם אביסל פון דיין אייגענע מעדיצין, ווי זאגט חיימאו "סמעלל די קאפי, בעבי"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום קהל'ס נער, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
אהוב את האמת
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 42
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש אקטאבער 27, 2018 9:29 pm
האט שוין געלייקט: 57 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 33 מאל

שליחה דורך אהוב את האמת »

[בילד
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שטארקע ק"ק ארויסגעקומען פין בדי"צ דקהל יט"ל דסאטמאר,
בייגעלייגטע פיילס
IMG-20220504-WA0016.jpg
שיח ושיג
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 66
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 06, 2013 10:07 am
האט שוין געלייקט: 4 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 99 מאל

שליחה דורך שיח ושיג »

חיל ורתת כאפט מיר אן, ווען איך ליין די ק"ק. איך גלייב נישט אז די אלע האבן טאקע געחתמ'ט. ווייל עס איז די גרעסטע שקר און בזיון התורה וואס איז נאר דא.
אזעלכע טיטלען צו שרייבן אויף א איש פשוט, רבן ומאורן ומנהיגן של רבבות אלפי ישראל ממלא מקומו וממשיך דרכו של מרן רבינו הק' זי"ע, מנהיג העדה הקדושה ושומר גחלתן של ישראל, תורה תורה חגרי שק, וההני מוחים כדת של תורה על עלבונה של תורה, לא חרבה ירושלים עד שביזו בה ת"ח וכו',
Seriuosly?
עטס זענץ אויפן קאפ געפאלן?
קומען רבנים דיינים תלמידי חכמים און ביקען זיך אזוי צו דעם פארטיי מיטן מנהיג העדה?
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

שיח ושיג האט געשריבן:
Seriuosly?
עטס זענץ אויפן קאפ געפאלן?
קומען רבנים דיינים תלמידי חכמים און ביקען זיך אזוי צו דעם פארטיי מיטן מנהיג העדה?
איר זענט היינט געבוירן געווארן?

אין קרית יואל גייט עס שוין אן יארן ווי א דיין איז גרייט מזאל ניצן זיין נאמען צי צישטערן אידישע שימחת, פאר די פארטיי וועגן,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום [NAMELESS], רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

ס'איז ממש א ליצנות...

קודם ווי אלע דיינים און רבנים זענען פארמישט אין די פאליטיק.

צווייטנס אז מ'איז ארויסגעקומען מיט א קול קורא וואס עס קוקט אויס ווי מ'רעדט דא פון ווייסעכוואס, און למעשה רעדט מען דא פון אפאר אפגעריסענע ישיבה קטנה בחורלעך וואס די מנהלים האבן שוין קעיר גענומען.

דריטנס ווי די גאנצע קול קורא האט פאסירט איבער א וואך נאך די געשעעניש און בלויז נאך וואס די שומר גחלתן של ישראל אליינס איז ארויסגעקומען זיך אננעמען פאר זיין כבוד....

דריטנס אז יעדער געדענקט ווי מ'האט נאכגעשריגן מהרא און די ראב''ד און ס'געווען אין פוצה פה ומצ... אפפס אנטשולדיגט, ס'געווען מיט די פולע שטיצע פון די זעלבע רבנים.

די ארוינים האלטן זיך אונטער....
בורו פארק
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 108
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש מערץ 19, 2022 11:06 pm
האט שוין געלייקט: 11 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 73 מאל

שליחה דורך בורו פארק »

איך מיין אז יעדער איינער פארשטייט אז דאס וואס איז אין דער בילד איז דער עיקר, מ'האט פשוט געווארט פאר א געלעגענהייט.
בייגעלייגטע פיילס
FR6n9QfXoAA9pEx.jpg
טענה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 27, 2021 4:00 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך טענה »

שיח ושיג האט געשריבן:חיל ורתת כאפט מיר אן, ווען איך ליין די ק"ק. איך גלייב נישט אז די אלע האבן טאקע געחתמ'ט. ווייל עס איז די גרעסטע שקר און בזיון התורה וואס איז נאר דא.
אזעלכע טיטלען צו שרייבן אויף א איש פשוט, רבן ומאורן ומנהיגן של רבבות אלפי ישראל ממלא מקומו וממשיך דרכו של מרן רבינו הק' זי"ע, מנהיג העדה הקדושה ושומר גחלתן של ישראל, תורה תורה חגרי שק, וההני מוחים כדת של תורה על עלבונה של תורה, לא חרבה ירושלים עד שביזו בה ת"ח וכו',
Seriuosly?
עטס זענץ אויפן קאפ געפאלן?
קומען רבנים דיינים תלמידי חכמים און ביקען זיך אזוי צו דעם פארטיי מיטן מנהיג העדה?
צו עס שמעקט דיר יא אדער נישט, איז ער א רבן ומנהיגן פון טויזענטע אידן, עס איז אמת דיין רבי איז סאך א גרעסערע און שטערקערע רבי, און ער איז א ריזיגע ת"ח מיט מורא'דיגע מדות, און אויך דאווענט ער זייער ערליך, און האלט זייער שיינע דרשות, און אויך איז ער זייער א שטארקע מענטש, און דערשעקט זיך נישט פאר קיינעם, און זאגט פאר יעדעם זיין אידישע חכמה און פקחות וואס ער האט אייביג צו זאגן, אבער זיין אינגערע ברודער די איש פשוט מאוד, און גרויסע עם הארץ איז אויך א גרויסע רבי, און האט אויך טויזענטע חסידים, און צענדליגע טויזענטע קינדער אין זיינע מוסדות

איך לאך ווען מען איז ביזי אפאר ישי"ק בחור'לעך האבן נאכגעשריגן און געווארפן שטיינער, וואס האסטו געמיינט אז דוד עקשטיין מיט ענקער וועד פון סידו"ק, אלישע האראוויץ, מיט יוסף לייב קאהן, און אברהם הערש שעהער וועלן קומען שרייען און ווארפן שטיינער, האסט אפשר אויך געוואלט ברענגן אברומי בראך און אברהם יושע גלאנץ, און יואלי עפשטיין, אוודאי קומען קליינע בחור'לעך, די גרויסע אינטערסירט עס שוין נישט, זיי זענע ביזי מיט זייערע כלים, אבער אז מען איז אזוי מחנך, איז דאס די פירות. און ווען די זאלונים האבן געשריגן אויף ר' אהרן איז טאקע געווען א חוצפה, און עס וואלט געווען גלייך אז די דיינים פון די ארונים זאלן ארויסקומען מוחה זיין. עס וואלט נאך געווען אזוי גלייך אז זיי זאלן דעמאלטס ארויסקומען, ווי זיי קומען יעצט ארויס פאר פאליטיק און פארטיי, און מען איז מוציא לעז אויף אידישע קינדער אז זיי וואוינען אן כשר'ע קידושין, און מען מאכט חוזק פון די היילגסטע ביי אונז

איך לאך ווי ער שטוינט אז די רבנים טוהען עס פאר פארטיי, וויל איך דיר זאגן אז די אלע דיינים פון די זאלונים האלטן נאך אזוי פון זייער רבי ווי ענקער דיין ר' געציל האלט פון ענקער רבי, און טאקע ווייל ר' געציל איז א ת"ח וויל איך נישט ממשיך זיין, אבער והמבין יבין
טענה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 27, 2021 4:00 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך טענה »

בורו פארק האט געשריבן:איך מיין אז יעדער איינער פארשטייט אז דאס וואס איז אין דער בילד איז דער עיקר, מ'האט פשוט געווארט פאר א געלעגענהייט.
האב איך אויז אזוי געהאלטן, און איך האלט אז דאס וואלט געדארפט שטיין פיל שטערקער, און ארויסקומען אקעגין די אלע וואס זענען מוציא לעז אויף אידישע קינדער, און מיט אלעס וואס שטייט איןדי תורה אויף מענטשן וואס זענען מוציע לעז
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

מיליאנער האט געשריבן:ס'איז ממש א ליצנות...

קודם ווי אלע דיינים און רבנים זענען פארמישט אין די פאליטיק.

צווייטנס אז מ'איז ארויסגעקומען מיט א קול קורא וואס עס קוקט אויס ווי מ'רעדט דא פון ווייסעכוואס, און למעשה רעדט מען דא פון אפאר אפגעריסענע ישיבה קטנה בחורלעך וואס די מנהלים האבן שוין קעיר גענומען.

דריטנס ווי די גאנצע קול קורא האט פאסירט איבער א וואך נאך די געשעעניש און בלויז נאך וואס די שומר גחלתן של ישראל אליינס איז ארויסגעקומען זיך אננעמען פאר זיין כבוד....

דריטנס אז יעדער געדענקט ווי מ'האט נאכגעשריגן מהרא און די ראב''ד און ס'געווען אין פוצה פה ומצ... אפפס אנטשולדיגט, ס'געווען מיט די פולע שטיצע פון די זעלבע רבנים.

די ארוינים האלטן זיך אונטער....
לצינות ארויף לצינות אראפ, ביי וועם א ק"ק פין אנגענומער דיין רעדט עפעס, מיינט דער צעטיל אסאך, סאיז טאקע א ווייטאג אז מדארף אריינמישן דיינים דערין, אבער אז דיין קעגנער ניצט די תורה צי רודפן דיינע מענטשן אין צי שענדן פרנסות, איז נישט דא קיין ברירה נאר צי ניצן די אמתע דעת תורה,

וואלט אזא צעטיל ארויסגעקומען פאר א יאר צוריק, וואלטן זיך אסאך מחותנים געשפארט עגמ"נ ביים חתונה מאכן אין קרית יואל,

איינער גדענקט נאך א מערכת וואכנשריפט איז א מלחמה אקעגן השכלה, אין אפילו די זאליס בעטן זיך ער זאל פארמאכן?...
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

טענה האט געשריבן:
שיח ושיג האט געשריבן:חיל ורתת כאפט מיר אן, ווען איך ליין די ק"ק. איך גלייב נישט אז די אלע האבן טאקע געחתמ'ט. ווייל עס איז די גרעסטע שקר און בזיון התורה וואס איז נאר דא.
אזעלכע טיטלען צו שרייבן אויף א איש פשוט, רבן ומאורן ומנהיגן של רבבות אלפי ישראל ממלא מקומו וממשיך דרכו של מרן רבינו הק' זי"ע, מנהיג העדה הקדושה ושומר גחלתן של ישראל, תורה תורה חגרי שק, וההני מוחים כדת של תורה על עלבונה של תורה, לא חרבה ירושלים עד שביזו בה ת"ח וכו',
Seriuosly?
עטס זענץ אויפן קאפ געפאלן?
קומען רבנים דיינים תלמידי חכמים און ביקען זיך אזוי צו דעם פארטיי מיטן מנהיג העדה?
צו עס שמעקט דיר יא אדער נישט, איז ער א רבן ומנהיגן פון טויזענטע אידן, עס איז אמת דיין רבי איז סאך א גרעסערע און שטערקערע רבי, און ער איז א ריזיגע ת"ח מיט מורא'דיגע מדות, און אויך דאווענט ער זייער ערליך, און האלט זייער שיינע דרשות, און אויך איז ער זייער א שטארקע מענטש, און דערשעקט זיך נישט פאר קיינעם, און זאגט פאר יעדעם זיין אידישע חכמה און פקחות וואס ער האט אייביג צו זאגן, אבער זיין אינגערע ברודער די איש פשוט מאוד, און גרויסע עם הארץ איז אויך א גרויסע רבי, און האט אויך טויזענטע חסידים, און צענדליגע טויזענטע קינדער אין זיינע מוסדות

איך לאך ווען מען איז ביזי אפאר ישי"ק בחור'לעך האבן נאכגעשריגן און געווארפן שטיינער, וואס האסטו געמיינט אז דוד עקשטיין מיט ענקער וועד פון סידו"ק, אלישע האראוויץ, מיט יוסף לייב קאהן, און אברהם הערש שעהער וועלן קומען שרייען און ווארפן שטיינער, האסט אפשר אויך געוואלט ברענגן אברומי בראך און אברהם יושע גלאנץ, און יואלי עפשטיין, אוודאי קומען קליינע בחור'לעך, די גרויסע אינטערסירט עס שוין נישט, זיי זענע ביזי מיט זייערע כלים, אבער אז מען איז אזוי מחנך, איז דאס די פירות. און ווען די זאלונים האבן געשריגן אויף ר' אהרן איז טאקע געווען א חוצפה, און עס וואלט געווען גלייך אז די דיינים פון די ארונים זאלן ארויסקומען מוחה זיין. עס וואלט נאך געווען אזוי גלייך אז זיי זאלן דעמאלטס ארויסקומען, ווי זיי קומען יעצט ארויס פאר פאליטיק און פארטיי, און מען איז מוציא לעז אויף אידישע קינדער אז זיי וואוינען אן כשר'ע קידושין, און מען מאכט חוזק פון די היילגסטע ביי אונז

איך לאך ווי ער שטוינט אז די רבנים טוהען עס פאר פארטיי, וויל איך דיר זאגן אז די אלע דיינים פון די זאלונים האלטן נאך אזוי פון זייער רבי ווי ענקער דיין ר' געציל האלט פון ענקער רבי, און טאקע ווייל ר' געציל איז א ת"ח וויל איך נישט ממשיך זיין, אבער והמבין יבין
יא ווען מ'האט מוחה געווען אויף מהרא האט די ישיבה אפיציעל געשיקט די בחורים מיט די באסעס! ווען מ'האט מוחה געווען קעגן די ראב''ד איז עס געווען דורך די סמעטענע פון די זאליס! דאס איז ביזיון התורה!

ווען בחורלעך שרייען ווען דו גייסט זיי אדורך, און די ווילסט האלטן אז ס'קומט פון א שלעכטע חינוך, דעמאלטס זאג אשרינו מה טוב חלקינו אז דיינע קינדער זענען אנדערש ווי דעי נעבעכדיגע בחורים, און אז דו האסט א גוטע חינוך...

אבער די רבי מיט אלע דיינים זאלן ארויסקומען מוחה זיין ווען ישיבה קטנה בחורים האבן געשריגן 'פוי' איז א ליצנות, און ברענגט אראפ זייער אייגענע רעספעקט.

ווען מ'האט מוחה געווען אויף יאס סטריט איז געווען א שטילקייט אין די ארוינישע גאס, יעדער האט געקוקט מיט עקל און רחמנות אויף די צוווילדעוועטע בחורים. יעדער האט פארשטאנען אז די גרעסטע ביזיון התורה וועט זיין ווען אלע דיינים בראש פון די רבי אליינס וועלן ארויסקומען מוחה זיין אויף די בחורים 'אפילו ס'איז געווען מיט די פולע שטיצע פון זייערע מנהיגים'! כל שכן דא ווען ס'איז געווען אפאר בחורים אויף די אייגענע האנט.

קיינער איז נישט משוגע, יעדער געדענקט פיין אלעס, און די ליצנות שרייט ביזן הימל.
טענה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 27, 2021 4:00 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך טענה »

איך בין זייער שווער מיט געדענקען היסטאריע, ווען מען האט נאכגעשריגן ר' אהרן צו אויף יוס סטריט וואס איז געווען פונקטליך דעמאלטס, און ווער עס האט נאכגעשריגן די ראב"ד וכדו', און יא איך וועל זיין זייער אפן, עס באדערט מיר אויב אונזערע בחורים האבן אזאנס געטון, אבער אפאר יאר צוריק האט מען אסאך זאכן געטון וואס היינט צוטאגס ווען עס איז מער ווייניגער בארואיגט טוט מען שוין נישט, איך געדענק נאך ווען הייסע ארונים האבן געווארפן א סידור אויפן ברך משה, איך געדענק נאך ווען מען פלעגט אריינשרייען און נאכשרייען ר' זלמן לייב, איך געדענק נאך ווען ר' זלמן לייב איז אהיימגעקומען מיט צובליטיגטע פיס פון זיין זינ'ס חתונה, און אויך געדענק איך ווען ר' אהרנ'ס שטריימיל איז געפלויגן, און איך געדענק ווען ר' אהרן האט געזאגט אויף פיל עלטער פון עם עפרא לפימיה וכדו', און איך געדענק ווען מען האט געברכן פענסטער'ס און פארברענט קאר'ס, און איך געדנק נאך ווען מען האט פארברענט א קימעפטארין היים מיט פיל מיט פיצלעך, און איך געדענק אסאך זאכן, אבער עגעין היינט צוטאגס האט מען זיך איינגערעדט עס איז שוין שלום ושלוה, מילא איז זייער עקעלדיג ווען עס געשעט נאכאמאל

וואס עס איז יעצט פארגעקומען איז יעצט נוגע. מען האט נאכגעשריגן ר' זלמן לייב, געווארפן שטיינער אויף ר' חיים הערש, און דאס טוהען די בחורים טאקע, אבער עס איז געשען ווייל זיי זעהען ווי די גרויסע טאטע'ס ארויף ביז זייער רבי'ן זענען ביזי צו שלאגן גייסטיש, צו מיט טערארזירן מיט סידו"ק אדער מיט די וואכנשריפט מיט באשמוצען פריוואטע יחידים מיט זייער פרנסות וכדו, דאן קומען די קינדער און שלאגן פיזיש מיט ווארפן שטיינער, און אויף דעם זענען די דיינים פון זאלונים מוחה, און ווילן אפשטעלן די טעראר פון די גרויסע טאטע'ס, און אגב אויך אפשטעלן די טעראר פון די קליינע קינדער
טענה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 27, 2021 4:00 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך טענה »

c/p באקומען אויף וואטסעפפ

בס"ד
אונזער רבי אונזער גענעראל

זייענדיג איינע פון די חסידים פון מוהרי"י אין קרית יואל, ביך איך סתם אזוי ארומגעגאנגען אויסשמעקן ביי מיינע ידידים, אנדערע חסידים פון מוהרי"י לגבי די דרשה פון רבינו שליט"א די פארגאנגענע מוצש"ק, און איך רעד פון שטארקע חסידים, ביז פארווע חסידים, און ווי אינטערסאנט יעדער צוגלייך זענען געווען זייער צופרידן מיט די דרשה, און אפילו פרייליך דערמיט, זאגנ'דיג אז ב"ה רבינו שליט"א האט געטון צו דער זאך, און מוחה געווען אנדערשט ווי מיר זענען צוגעוואונט.

וואס האט טאקע איצטע פאסירט אז ער האט יא געהאלטן אזא דרשה?

לאמיר אנהייבן מיט א משל, און צוריקגיין אפאר חדשים און צוריקוקן ווען הרב שאול אלתר איז געקומען אויף א באזוך דא אין ארצה"ב. יעדער וועט געדענקן אז די גאנצע עולם סיי חסידי מוהר"א און סיי חסידי מוהרי"י זענען געווען פארנומען און מען דארף עם שטיצן, ( אפילו ער איז גאר ווייט פון סאטמאר) מען דארף אינטערברענגן די טעראר וואס קהל גור לייגט אויף עם, עס איז נישט יושר היינטיגע צייטן אזוי צו טעראר'זירן מענטשן וכו. וכו., מען האט דעמאלטס שטארק גערעדט אקעגין חסידי גור אראפגעריסן אז זיי זענען טעראריסטן און ציגאנער'ס, און זייער מחזק געווען מחזק געווען ר' שאול מיט זיינע אנהענגער'ס.

יעצט לאמיר אויסשמועסן וויפיל איך ווייס, וואס מיינט הנהגה אין גור, און וואס מיינט הנהגה אין קהלת מוהר"א אין קרית יואל. עס איז זייער קלאר אז די הנהגה אין גור איז פיל א שטערקערע ווי די הנהגה פון קהל מוהר"א אין קרית יואל, און איך מיין יעדער ווייסט דאס, אז זייער הנהגה גייט אריין ביז אין די פריוואטע לעבן פון יעדע חסיד וכו. וכו., און דאס וואס ר' שאול האט געמאכט א שטיקל טיילונג אין גור, האט מעגליך שטארק געבראכן די הנהגה אין גור, וואס ביי זיי איז הנהגה פיל שטערקער ווי אין סאטמאר, ביי זיי איז דאס תורת אמת, א געדאנק ווי ביי אונז די שיטה הק' פון רביה"ק זי"ע. אעפ"כ האבן יעדער געשפירט אז מען דארף נאך אלץ מחזק זיין ר' שאול, און דאס איז זייער פשוט, ווייל ר' שאול איז א ערליכע איד, און ער האט חלילה נישט אוועקגענומען אידן צו כפירה, אדער א שוואכערע אידישקייט, ס"ה האט ער גענומען אידן, און ער פארקויפט זיי א אנדערע וועג אין עבודת השם, און יעדער האט רעכט צו טון וואס ער וויל, ווי לאנג עס איז נישט אקעגין תורתינו הק'. און דאס אז גור זאל טעראר'זירן יחידים וואס האבן מחליט געווען אז זיי ווילן גיין מיט ר' שאול, און נישט לאזן זייער משפחה קומען צו זייערע שמחות, שטערן פרנסות, וכדו' איז טעראר און רשעות, און כמעט אלע סאטמארע חסידים האבן זיך געפרייט און מחזק געווען די הצלחה פון ר' שאול, אפילו סאטמאר און גור זענען זייער ווייט איינע פון די אנדערע.

לאמיר זיך צוריק אריבערציען צו אונז אין סאטמאר אין קרית יואל! עס איז זייער קלאר אז די הנהגה אין פון קהל מוהר"א איז ווייט אזוי שטארק ווי די הנהגה פון גור, און לאמיר זיך נישט נער'ן מען קען עס זען סיי ביי וועלכע תקנה מען וויל דורכפירן, און אפילו די הנהגה וואס עס איז יא דא, איז נאר אויף די חסידי מוהר"א, און נישט אויף גאנץ קרית יואל, און דאס איז נישט געשען יעצט ביי די סידו"ק, דאס גייט שוין אן אזוי יארן לאנג, צום ערשט זינט בנ"י האט זיך געגרינדעט איז געווען א קהלה אידן וואס האבן נישט געהערט בכלל צו קהל מוהר"א, און נאכמער זינט דער רבי די ברך משה זי"ע האט אויפגענומען מוהרי"י פאר רב, וואס דעמאלטס איז די טיילונג געווארן גרעסער, און פילע טויזענטע אידן האבן היינט בכלל נישט קיין שייכות סיי מיט די הנהגה פון קהל מוהר"א, און נישט מיט זייער רבי, און נישט מיט זייער דיין וכדו', האבנ'דיג אייגענע מוסדות, קהלה, בוטשער, מקוה טהרה, בית החיים, וכדו'.

און ווען איך טראכט האט קהל גור אפילו א שטערקערע טענה אקעגן ר' שאול, ווי מוהר"א האט אקעגן מוהרי"י, ווייל ר' שאול שטערט אין א געוויסע הינזיכט די הנהגה פון גור, משא"כ חסידי מוהרי"י שטערן בכלל נישט די הנהגה פון מוהר"א, ווי דערמאנט האבן זיי קיינמאל געהאט בכלל עפעס א חלק אין זיין הנהגה, פונקט ווי חסיד מוהר"א האט גארנישט מיט די הנהגה פון מוהרי"י.

יעצט צום נמשל. זייענ'דיג אין קרית יואל, לאמיר זען אויב קהל מוהר"א פירט זיך נישט אויף מיט זעלבע רשעות אין טעראר ווי גור, צו טוט מען נישט אין קרית יואל שטערן שמחות פון חסידי מוהרי"י, טוט מען נישט טעראר’זירן אידן און זיי איינטיילן ווי זיי זאלן חתונה מאכן, און אויב דער איד מאכט יא חתונה אין עטרת מייזעלס אדער עטרת מאיר צבי, טוט מען נישט טעראר’זירן די יונגע קאפעל'ס מיט זייער משפחה מיט טעלעפאון רופן און בריוון. איז נישט א רשעות מיט זיי אנרופן ממזרים, טוט מען נישט שטערן שמחות מיט נישט לאזן זיידע'ס אדער משפחה קומען צו די חתונות, זאל מיר איינער מסביר זיין וואס איז די רשעות ווייניגער ווי די רשעות פון גור.

יעצט לגבי די לעצטיגע פרשה פון די וואכנשריפט, אפילו איך אלץ חסיד מוהרי"י וועל האלטן אז אולי די וואכנשריפט האט געטון א עוולה מיט די פורים אויסגאבע און עס האט נישט אויסגעפעלט, און עס וואלט געווען זייער פארשטענדליך אז קהל מוהר"א קומט ארויס מיט א מחאה, און די וואכנשריפט קומט ארויס מיט א התנצלות, וואס דאס האבן די וואכנשריפט טאקע געטון.

אבער איז נישט קיין רשעות דאס אינטערברעכן פריוואטע יחידימ'ס פרנסות, אולי אז די האלטס אז די האסט א שטארקע כח פון הנהגה אויף די חסידי מוהר"א, קענסטו אפשר פרובירן צו בעטן פון די חסידי מוהר"א אז זיי זאלן נישט דארט אדווערטייזן אין די וואכנשריפט, און זיי זאלן אפמאכן צו עס לוינט זיך צו פאלגן צו נישט, אבער איז נישט קיין רשעות צו טעראר’זירן חסידי מוהרי"י וואס האבן מיט דיין הנהגה גארנישט, אז זיי שאנטאדזשירן אז זיי טארן נישט אדווערטייזן אין זייער אייגענע צייטונג, און זאגן אויב זיי אדווערטייזן יא קומט מען ארויס מיט מודעה אקעגין זייערע געשעפטן און זאגן אז מען זאל דארט נישט איינקויפן. און אזוי אויך לאזט מען נישט אדווערטייזן אין אנדערע נייטראלע אויסגאבע'ס, און די ניצט דיין אומ'לעגאלע פאוער אז די גייסט נישט לאזן לייגן די נייטראלע אויסגאבע נעבן די גראסערי'ס אויב זיי נעמען אן אדעווערטייזמענט'ס פון געשעפטן וואס האבן יא אדעווערטייזד און די וואכנשריפט.

און לאמיר גיין ווייטער צו הייליגע חשוב'ע ארגאנאזאציעס וואס זענען צו העלפן גאנץ קרית יואל גלייך, איז נישט קיין רשעות צו טעראר'זירן די נייטראלע ארגאנאזאצי'עס, וואס ווערן געשטיצט פון חסידי מוהרי"י פונקט ווי פון חסידי מוהר"א, און זיי סטראשענען אז זיי טארן נישט אדווערטייזן אין די וואכנשריפט, און מיט דעם ווערט אוועקגענומען פון זיי די שטיצע פון אסאך חסידי מוהרי"י וואס שפירן אז די ארגאנאזאציע האט מיר פארראטן מיט דעם וואס ער האט גענומען א חלק אין די טעראר אקעגן אונז.

זאל מיר איינער מסביר זיין די חילוק אין די רשעות און טעראר פון קהל מוהר"א מיט גור, פארוואס ביי ר' שאול האבן אפילו חסידי מוהר"א געשפירט אז מען דארף עם מחזק זיין אקעגין די טעראר פון גור, און דא שפירט מען אז מען דארף זיך אויפ'פירן מיט רשעות און טעראר פונקט ווי די חסידי גור, קהל גור האט אויך גענוצט דעמאלטס די ווארט מען שטערט די הנהגה.

און ווי יעדער האט דעמאלטס פארשטאנען, אזוי פארשטייען מיר היינט אויך, ניין גור האט נישט קיין רעכט צו אנגיין מיט די רשעות און טעראר אקעגין ר' שאול מיט זיינע חסידים, עס איז רעכט ענק האבן א שטארקע הנהגה, און ביי ענק איז עס זייער הייליג און טייער, אבער ר' שאול איז אויך א ערליכע איד, און ער מעג אויך זיין א מנהיג, און מעג אויך אפמאכן זיין הנהגה פאר זיינע חסידים, און ער מעג זיך אליינס בויען, אפילו עס וועט שטערן דיין הנהגה, ווי נישט ווי ביסטו נאר א רבי, און נישט כביכול גאט, און יעדע מענטש מעג אפמאכן ווי ער געהערט, און עס איז א רשעות פון גור צו צושטערן שמחות פון אנשי ר' שאול, מיט נישט לאזן משפחה אנטייל נעמען אין די שמחה, און עס איז א רשעות צו צושטערן פרנסות וכדו' פון אנשי ר' שאול. און יא ר' שאול איז געווען אונזער היראו מיט ווייזן פאר די וועלט אז ער האט נישט מורא פון טעראר און רשעות פון גור, און לאזט זיך נישט צוברעכן פון טעראר, און וועגען דעם האבן מיר אלע עם מחזק געווען. און קהלת גור איז געווען בזוי ומבוזה לעיני כל.

יעצט צוריק צו אונז אין סאטמאר קהל מוהרי"י, פונקט ווי די גאס האט אנגעקוקט ר' שאול פאר א גענעראל פאר זיך נישט לאזן פון טעראר און רשעות פון גור, און ער ווערט נישט געבראכן, אזוי קוקן מיר אן אונזער רבי אונזער מנהיג פאר א גענעראל פארן זיך נישט לאזן פון די טעראר און רשעות פון קהלת מוהר"א, און אזוי ווי קהלת גור איז געווען דאן בזוי ומבוזה לעיני כל, אזוי איז קהל מוהר"א בזוי ומבוזה לעיני כל פאר צושטערן אידישע שמחות, און טעראר’זירן מענטשן מיט זייערע פרנסות, און מיט רופן און שיקן בריוון צו חתן כלות און זייערע משפחות ביום שמחתם, אז די קידושין איז נישט כשר און די קינדער זענען רח"ל ממזרים, און מען האט נישט די בושה צו רופן אינגע קאפלעך און זיי דרייען די קאפ אז זיי קענען נאך קומען און איבערמאכן די קידושין אויף א כשר'ע אופן.

איך מיין אז נאכן ליינען די אויבנ'דערמאנטע וועלן אפילו די חסידי מוהר"א פארשטיין פארוואס די חסידי מוהרי"י זענען אויפגעהייטערט מיט די דרשה פון זייער רבי, יא ווייל מיר ווייסן אז רבינו שליט"א האט טאקע גערעדט שלא כדרכו, און עס איז עם נישט באקוועם אזוי צו רעדן, אבער ווען עס קומט אז מען טערארזירט זיינע חסידים, וועט ער טאקע טון שלא כדרכו און טון כל מה שביכלתו צו שטערן די טעראר, און ער וועט זיך אנ'נעמען פאר זיינע חסידים, און זאגן איך בין דא פאר ענק, און צוזאמען וועלן מיר דורכ'שווימען די טעראר און רשעות וואס מען טוט אקעגין ענק, ובשם ה' נעשה ונצליח. און יא אזוי האט אונזער רבי טאקע געטון לעצטע יאר זומער מיט די סידו"ק, ווען קהל מוהר"א האט טעראר'זירט יעדער וואס האט חתונה געמאכט אין עטרת מייזעלס, אז מען מוז נעמען רשות, און זיך נישט געשעמט צו ניצן זייער טעראר און רשעות אויך אין עטרת מייזעלס, און דאן איז אונזער רבי אריינגעקומען ווי א גענעראל און אפגעשטעלט די טעראר. יא מיר חסידי מוהרי"י זענען זייער אויפגעהייטערט מיט די דרשה, און מיר שפירן ווי מיר האבן א רבי'ן א גענעראל, און מיר בעטן אונזער רבי, אז ער זאל ווייטער זיין אונזער גענעראל און זאגן די אמת ווען עס פעלט זיך אויס, און דאס וועט אונז נאר בויען.
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

שיח ושיג האט געשריבן:חיל ורתת כאפט מיר אן, ווען איך ליין די ק"ק. איך גלייב נישט אז די אלע האבן טאקע געחתמ'ט. ווייל עס איז די גרעסטע שקר און בזיון התורה וואס איז נאר דא.
אזעלכע טיטלען צו שרייבן אויף א איש פשוט, רבן ומאורן ומנהיגן של רבבות אלפי ישראל ממלא מקומו וממשיך דרכו של מרן רבינו הק' זי"ע, מנהיג העדה הקדושה ושומר גחלתן של ישראל, תורה תורה חגרי שק, וההני מוחים כדת של תורה על עלבונה של תורה, לא חרבה ירושלים עד שביזו בה ת"ח וכו',
Seriuosly?
עטס זענץ אויפן קאפ געפאלן?
קומען רבנים דיינים תלמידי חכמים און ביקען זיך אזוי צו דעם פארטיי מיטן מנהיג העדה?
ווען איך האב געזעהען די קול קורא בינעך געווען זיכער ס'איז ליצנות (איז עס דען נישט?) ער האט מער אראפגעברענגט זיינע דיינים ווי זיך ארויפגעברענגט אין פארעטנפרן זיין דרשה פין מוצאי שבת, חוץ אויב מ'וועט אננעמן אז יצחק שטערן האט כדרכו געפרינט א צעטיל אין געמאכט א קול קורא, כ'וואלט געפרעגט די דיינים אויב זיי וויסן אפילו פין זייער חתימה דארט...
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

טענה האט געשריבן:
שיח ושיג האט געשריבן:חיל ורתת כאפט מיר אן, ווען איך ליין די ק"ק. איך גלייב נישט אז די אלע האבן טאקע געחתמ'ט. ווייל עס איז די גרעסטע שקר און בזיון התורה וואס איז נאר דא.
אזעלכע טיטלען צו שרייבן אויף א איש פשוט, רבן ומאורן ומנהיגן של רבבות אלפי ישראל ממלא מקומו וממשיך דרכו של מרן רבינו הק' זי"ע, מנהיג העדה הקדושה ושומר גחלתן של ישראל, תורה תורה חגרי שק, וההני מוחים כדת של תורה על עלבונה של תורה, לא חרבה ירושלים עד שביזו בה ת"ח וכו',
Seriuosly?
עטס זענץ אויפן קאפ געפאלן?
קומען רבנים דיינים תלמידי חכמים און ביקען זיך אזוי צו דעם פארטיי מיטן מנהיג העדה?
צו עס שמעקט דיר יא אדער נישט, איז ער א רבן ומנהיגן פון טויזענטע אידן, עס איז אמת דיין רבי איז סאך א גרעסערע און שטערקערע רבי, און ער איז א ריזיגע ת"ח מיט מורא'דיגע מדות, און אויך דאווענט ער זייער ערליך, און האלט זייער שיינע דרשות, און אויך איז ער זייער א שטארקע מענטש, און דערשעקט זיך נישט פאר קיינעם, און זאגט פאר יעדעם זיין אידישע חכמה און פקחות וואס ער האט אייביג צו זאגן, אבער זיין אינגערע ברודער די איש פשוט מאוד, און גרויסע עם הארץ איז אויך א גרויסע רבי, און האט אויך טויזענטע חסידים, און צענדליגע טויזענטע קינדער אין זיינע מוסדות

איך לאך ווען מען איז ביזי אפאר ישי"ק בחור'לעך האבן נאכגעשריגן און געווארפן שטיינער, וואס האסטו געמיינט אז דוד עקשטיין מיט ענקער וועד פון סידו"ק, אלישע האראוויץ, מיט יוסף לייב קאהן, און אברהם הערש שעהער וועלן קומען שרייען און ווארפן שטיינער, האסט אפשר אויך געוואלט ברענגן אברומי בראך און אברהם יושע גלאנץ, און יואלי עפשטיין, אוודאי קומען קליינע בחור'לעך, די גרויסע אינטערסירט עס שוין נישט, זיי זענע ביזי מיט זייערע כלים, אבער אז מען איז אזוי מחנך, איז דאס די פירות. און ווען די זאלונים האבן געשריגן אויף ר' אהרן איז טאקע געווען א חוצפה, און עס וואלט געווען גלייך אז די דיינים פון די ארונים זאלן ארויסקומען מוחה זיין. עס וואלט נאך געווען אזוי גלייך אז זיי זאלן דעמאלטס ארויסקומען, ווי זיי קומען יעצט ארויס פאר פאליטיק און פארטיי, און מען איז מוציא לעז אויף אידישע קינדער אז זיי וואוינען אן כשר'ע קידושין, און מען מאכט חוזק פון די היילגסטע ביי אונז

איך לאך ווי ער שטוינט אז די רבנים טוהען עס פאר פארטיי, וויל איך דיר זאגן אז די אלע דיינים פון די זאלונים האלטן נאך אזוי פון זייער רבי ווי ענקער דיין ר' געציל האלט פון ענקער רבי, און טאקע ווייל ר' געציל איז א ת"ח וויל איך נישט ממשיך זיין, אבער והמבין יבין
איינער האט יעצט געווארפן שטיינער?
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

טענה האט געשריבן:איך בין זייער שווער מיט געדענקען היסטאריע, ווען מען האט נאכגעשריגן ר' אהרן צו אויף יוס סטריט וואס איז געווען פונקטליך דעמאלטס, און ווער עס האט נאכגעשריגן די ראב"ד וכדו', און יא איך וועל זיין זייער אפן, עס באדערט מיר אויב אונזערע בחורים האבן אזאנס געטון, אבער אפאר יאר צוריק האט מען אסאך זאכן געטון וואס היינט צוטאגס ווען עס איז מער ווייניגער בארואיגט טוט מען שוין נישט, איך געדענק נאך ווען הייסע ארונים האבן געווארפן א סידור אויפן ברך משה, איך געדענק נאך ווען מען פלעגט אריינשרייען און נאכשרייען ר' זלמן לייב, איך געדענק נאך ווען ר' זלמן לייב איז אהיימגעקומען מיט צובליטיגטע פיס פון זיין זינ'ס חתונה, און אויך געדענק איך ווען ר' אהרנ'ס שטריימיל איז געפלויגן, און איך געדענק ווען ר' אהרן האט געזאגט אויף פיל עלטער פון עם עפרא לפימיה וכדו', און איך געדענק ווען מען האט געברכן פענסטער'ס און פארברענט קאר'ס, און איך געדנק נאך ווען מען האט פארברענט א קימעפטארין היים מיט פיל מיט פיצלעך, און איך געדענק אסאך זאכן, אבער עגעין היינט צוטאגס האט מען זיך איינגערעדט עס איז שוין שלום ושלוה, מילא איז זייער עקעלדיג ווען עס געשעט נאכאמאל

וואס עס איז יעצט פארגעקומען איז יעצט נוגע. מען האט נאכגעשריגן ר' זלמן לייב, געווארפן שטיינער אויף ר' חיים הערש, און דאס טוהען די בחורים טאקע, אבער עס איז געשען ווייל זיי זעהען ווי די גרויסע טאטע'ס ארויף ביז זייער רבי'ן זענען ביזי צו שלאגן גייסטיש, צו מיט טערארזירן מיט סידו"ק אדער מיט די וואכנשריפט מיט באשמוצען פריוואטע יחידים מיט זייער פרנסות וכדו, דאן קומען די קינדער און שלאגן פיזיש מיט ווארפן שטיינער, און אויף דעם זענען די דיינים פון זאלונים מוחה, און ווילן אפשטעלן די טעראר פון די גרויסע טאטע'ס, און אגב אויך אפשטעלן די טעראר פון די קליינע קינדער
WOW וואס מענטשן הייבן אן געדענקן אויף דער עלטער...איך געדענקט נישט ווי מ'האט געווארפן א סידור אויפן ברך משה, ער האט באוקמען סטיטשעס?
טענה
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 15
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 27, 2021 4:00 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 16 מאל

שליחה דורך טענה »

signout האט געשריבן:
טענה האט געשריבן:
שיח ושיג האט געשריבן:חיל ורתת כאפט מיר אן, ווען איך ליין די ק"ק. איך גלייב נישט אז די אלע האבן טאקע געחתמ'ט. ווייל עס איז די גרעסטע שקר און בזיון התורה וואס איז נאר דא.
אזעלכע טיטלען צו שרייבן אויף א איש פשוט, רבן ומאורן ומנהיגן של רבבות אלפי ישראל ממלא מקומו וממשיך דרכו של מרן רבינו הק' זי"ע, מנהיג העדה הקדושה ושומר גחלתן של ישראל, תורה תורה חגרי שק, וההני מוחים כדת של תורה על עלבונה של תורה, לא חרבה ירושלים עד שביזו בה ת"ח וכו',
Seriuosly?
עטס זענץ אויפן קאפ געפאלן?
קומען רבנים דיינים תלמידי חכמים און ביקען זיך אזוי צו דעם פארטיי מיטן מנהיג העדה?
צו עס שמעקט דיר יא אדער נישט, איז ער א רבן ומנהיגן פון טויזענטע אידן, עס איז אמת דיין רבי איז סאך א גרעסערע און שטערקערע רבי, און ער איז א ריזיגע ת"ח מיט מורא'דיגע מדות, און אויך דאווענט ער זייער ערליך, און האלט זייער שיינע דרשות, און אויך איז ער זייער א שטארקע מענטש, און דערשעקט זיך נישט פאר קיינעם, און זאגט פאר יעדעם זיין אידישע חכמה און פקחות וואס ער האט אייביג צו זאגן, אבער זיין אינגערע ברודער די איש פשוט מאוד, און גרויסע עם הארץ איז אויך א גרויסע רבי, און האט אויך טויזענטע חסידים, און צענדליגע טויזענטע קינדער אין זיינע מוסדות

איך לאך ווען מען איז ביזי אפאר ישי"ק בחור'לעך האבן נאכגעשריגן און געווארפן שטיינער, וואס האסטו געמיינט אז דוד עקשטיין מיט ענקער וועד פון סידו"ק, אלישע האראוויץ, מיט יוסף לייב קאהן, און אברהם הערש שעהער וועלן קומען שרייען און ווארפן שטיינער, האסט אפשר אויך געוואלט ברענגן אברומי בראך און אברהם יושע גלאנץ, און יואלי עפשטיין, אוודאי קומען קליינע בחור'לעך, די גרויסע אינטערסירט עס שוין נישט, זיי זענע ביזי מיט זייערע כלים, אבער אז מען איז אזוי מחנך, איז דאס די פירות. און ווען די זאלונים האבן געשריגן אויף ר' אהרן איז טאקע געווען א חוצפה, און עס וואלט געווען גלייך אז די דיינים פון די ארונים זאלן ארויסקומען מוחה זיין. עס וואלט נאך געווען אזוי גלייך אז זיי זאלן דעמאלטס ארויסקומען, ווי זיי קומען יעצט ארויס פאר פאליטיק און פארטיי, און מען איז מוציא לעז אויף אידישע קינדער אז זיי וואוינען אן כשר'ע קידושין, און מען מאכט חוזק פון די היילגסטע ביי אונז

איך לאך ווי ער שטוינט אז די רבנים טוהען עס פאר פארטיי, וויל איך דיר זאגן אז די אלע דיינים פון די זאלונים האלטן נאך אזוי פון זייער רבי ווי ענקער דיין ר' געציל האלט פון ענקער רבי, און טאקע ווייל ר' געציל איז א ת"ח וויל איך נישט ממשיך זיין, אבער והמבין יבין
איינער האט יעצט געווארפן שטיינער?
מען האט געווארפן שטיינער אויף ר' חיים הערש ווען ער איז ארויפגעקומען

און געווארפן א סידור אויפן ברך משה, האב איך מיטגעהאלטן די שבת וואס דוד עקשטיין איז געווען אין ראדני און מען האט עם ארויסגעשיקט, און איינע פון די גרויסע חסידים האבן דעמאלטס געווארפן א סידור אויפן ברך משה, ווען נישט לשה"ר זאג איך א נאמען

און ווער עס האט שכל זעהט אז די קו"ק דינט א אנדערע צוועק פארוואס מען האט עס געשריבן, די איינגקעסטעלטע,
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

יעצט א פרישע זאך? אינטערסאנט אויף די אלע ארטיקלען פין מהרז''ל ווערט עס נישט דערמאנט, אפילו דא האט קיינער נישט גערעדט דערפון, קען זיין ס'איז יעצט געשעהן אזווי די סידור געווארפעכטס אויפן ברך משה,
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

בנוגע די צוועק פין די קול קורא, כ'מיין מהרז''ל קען יעצט לייגן וועלכע צוועק זיי ווילן, אבער ווי מער זיי וועלן זיך וועלן ארויסזעהן פין די סומאטאכע פין מהרז''ל'ס דרשה וועט עס זיי טיעפער אריינטראגען,
באניצער אוואטאר
signout
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1415
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 21, 2012 2:50 pm
האט שוין געלייקט: 1207 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 271 מאל

שליחה דורך signout »

א ליסטע פאר תלמידי וחסידי סאטמאר פון די 60 ארויני על חרבך שוהלן ווי מ׳טאר נישט אריינטרעטן ע״פ הוראות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א

קרית יואל 20 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול,
ביהמ״ד אבני צדק,
ביהמ״ד ישמח משה, ביהמ״ד ברך משה,
ביהמ״ד בית ברוך,
ביהמ״ד אהל פיגא,
ביהמ״ד רב טוב,
ביהמ״ד בית שמואל בנימין,
ביהמ״ד דברי חיים,
ביהמ״ד בית דוב,
ביהמ״ד בית מרדכי,
ביהמ״ד קול אליהו,
ביהמ״ד קדושת יו״ט,
ביהמ״ד עטרת זקנים,
ביהמ״ד מהרש״א,
ביהמ״ד בית שמואל (בלומינגראוו),
ביהמ״ד ויואל משה, ביהמ״ד דברי יואל,
ביהמ״ד קוועיקער היל,
ביהמ״ד בית אלעזר

וויליאמסבורג 12 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול,
ביהמ״ד ברך משה,
ביהמ״ד בנין בראך,
ביהמ״ד בנין געלבשטיין,
ביהמ״ד בית מנחם צבי,
ביהמ״ד ישמח משה,
ביהמ״ד דברי יואל,
ביהמ״ד סאוט 8,
ביהמ״ד ויואל משה,
ביהמ״ד אור ישראל אלימלך,
ביהמ״ד בית נחום דוב,
ביהמ״ד עצי חיים סיגוט

בארא פארק 9 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול,
ביהמ״ד 10 עוו,
ביהמ״ד 15 עוו,
ביהמ״ד 18 עוו,
ביהמ״ד דברי יואל,
ביהמ״ד ברך משה,
ביהמ״ד קדושת יו״ט,
ביהמ״ד תפלה למשה,
ביהמ״ד 36 סטריט


מאנסי 3 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול,
ביהמ״ד ישמח משה,
ביהמ״ד שכונת רעמסען


לאנדאן 4 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול,
ביהמ״ד ויואל משה,
ביהמ״ד דברי יואל,
ביהמ״ד ברך משה

בני ברק 3 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול בשיכון,
ביהמ״ד זכרון מאיר,
ביהמ״ד רחוב רמב״ם

בית שמש 2 בתי מדרשים:
ביהמ״ד רחוב אהל יהושע,
ביהמ״ד שכונת רמת אברהם
 
שאר מקומות:

ביהמ״ד הגדול מאנטריאל

ביהמ״ד הגדול לעיקוואד

ביהמ״ד הגדול אנטווערפן

ביהמ״ד הגדול מאנטשעסטער

ביהמ״ד הגדול ירושלים

ביהמ״ד לינדען

ביהמ״ד אלעד

אויב וועט אויספעלן וועלן מיר אפדעיטן די ליסט יעדע חודש פין זייערע פרישע בתי מדרשים
ועל אנ''ש להזהר
מיליאנער
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 709
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 02, 2021 1:13 pm
האט שוין געלייקט: 87 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 603 מאל

שליחה דורך מיליאנער »

:lol: :lol: :lol: לץ

ערנסט גערעדט, עס באדערט אים מסתמא טאקע די א.ג. 'אברהם בראך רעוואלוציע' ווען הונדערטער זאליס דאווענען אין די קעיסקעיד און בעדפארד פארק שולן, און בכלל דאס אז די ארוינים אין וויליאמסבורג לעבן סאך מער אריין ווי זיין קהילה...
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

signout האט געשריבן:א ליסטע פאר תלמידי וחסידי סאטמאר פון די 60 ארויני על חרבך שוהלן ווי מ׳טאר נישט אריינטרעטן ע״פ הוראות כ״ק מרן אדמו״ר שליט״א

בני ברק 3 בתי מדרשים:
ביהמ״ד הגדול בשיכון,
אין די ביהמ"ד מעגן די זאלוינעם יא אריינגיין, ווייל עס געהערט נישט פאר מהר"א, עס איז בנשיאות הראש המרידה שליט"א...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
פארשפארט