יעקב מעקסוועל האט געשריבן:איך בין נישט קיין גרויסע פיליזאף,
קיין קליינע אויך נישט
היינו בלשון קאמפלעמענט
מאך דיך נישט אזוי אוועק
יעצט מיין ארימע מיינונג אויף למעשה. ווילאנג דאס קינד דארף צוקומען צום מאמע, איז עס אין א געוויסע זין א פאראזיט. עס איז נישט שיין צו זאגן אזאנס אויף אן עובר, אבער טעכניש לעבט עס אויף צונעמען כוחות פון די מאמע. ממילא, ווילאנג דאס קינד לעבט נאר אויף אירע כוחות, איז די מאמע בארעכטיגט צו זאגן איך דארף מיר נישט לאזן ארויסנעמען די כוחות, קענסט נישט לעבן אויף מיין חשבון און האבן טענות אויף מיר אויב איך וויל דיר מער נישט האלטן.
איך וואלט אויך געהאלטן די קו המבחין איז אויב ער קען לעבן אהן די מאמע, אבער פאר אן אנדערע סיבה:
לויט דיר איז עס ווייל ער לעבט אויף די מאמע'ס חשבון, ממילא מעג זי אפמאכן וואס צו טון מיט זיין לעבן,
אבער די ארגומענט איז נישט אזוי מאראליש אויסגעהאלטן, צי בלויז ווייל ער איז אנגעוויזן אויף דיר מעגסטו אים טויטן? אפילו ער איז מגרע דיין געזינט במדת מה, נו מעג דען א טאטע הרג'ענען א קינד וואס דערגייט אים די יארן? אפילו עס מאכט אים ממש קראנק, איז ער נישט בארעכטיגט צו הרג'ענען פאר דעם!
איך וואלט ענדערש געזאגט אז דער טעם איז ווייל ער הייסט נאכנישט קיין מענטש, אויב קען ער נישט לעבן פאר זיך אליין אהן די מאמע, דאן איז ער נאכנישט בגדר מענטש,
הגם אויף דעם קען מען טענה'ען, אויב אזוי, איז א מענטש וואס לעבט בלויז אויף מאשינען נישט קיין מענטש? מעג מען הרג'ענען אזא איינעם? און דאס איז בעצם די טענה פון די וואס ווילן אסר'ן אבארשאן פון קאנסעפשאן, זיי טענה'ן, ווען פונקטליך ווערט ער א מענטש?
און וועלכע זאך דו וועסט נאר אנווייזן אז "דאס" איז עס, וועט מען טרעפן די זעלבע סענעריאו ביי א ערוואקסענעם מענטש מיט די זעלבע פעלער וואס דארטן וועסטו יא מודה זיין אז מען טאר אים נישט הרג'ענען. אויב אזוי מיט וואס איז די עובר אנדערש?
למשל, אויב וועסטו זאגן אז ער איז נישט קיין מענטש ביז ער האט נישט קיין הארץ קלאפעניש, וועלן זיי טענה'ען, און וואס איז מיט איינער וואס לעבט מיט א מאשין וואס קלאפט אנטשאט די הארץ? מעג מען אים טויטן?
אבער איך מיין אז דאך איז דאס א גוטע סברה, אז אויב קען ער נישט לעבן אליין דאן איז ער נישט בגדר מענטש, ווייל הגם א ערוואקסענע
פארלירט נישט זיין סטאטוס אלס מענטש וועגן ער ווערט אנגעוויזן אויף מאשינען, אבער צו
באקומען צום ערשטן מאל א סטאטוס פון מענטש, דארף מען שוין יא קענען לעבן אליין.
און גראדע איז ראו ווס. וועיד נישט אזוי שלעכט, זיי פארבאטן די שטאטן פון מאכן געזעצן קעגן אבארשן נאר אין די ערשטע טריימעסטער, און די צווייטע לאזן זיי שוין מאכן געזעצן וואס זאל האבן געזונטהייט פארלאנגען, און ביי די דריטע לאזן זיי אינגאנצן די שטאטן אסר'ן, חוץ במקום סכנה פאר די פרוי.