קאסט-בענעפיט פון אינטערמערידזש וחתנות פון א תורה'דיגן שטאנדפונקט

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: קאסט-בענעפיט פון אינטערמערידזש וחתנות פון א תורה׳דיגן שט

שליחה דורך כרם זית »

על פי דרש (כדרך @מי אני...) קען מען זאגן אז דאס האט דער גואל געטענה'ט ''פֶּן-אַשְׁחִית, אֶת-נַחֲלָתִי''. אויב נעם איך אן אז רות איז א איד כדברי הרמב''ם ודלא כהכזורי, דאן איז א''י אויך נישט 'בעצם' בעסער פון שאר ארצות, ממילא וועט מיין נחלה פארלירן איר ווערט אין מיינע אויגן...
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

זייער שיין! ס׳איז טאקע ידוע אז מ׳דרש׳ענט דערויף אויפ׳ן ״פן אשחית את נחלתי״ אז דער גואל האט אָנגענומען אַן עקסטרעמע איסור פון חתנות - ער האט גע׳אסר׳ט מואבית אויך פונקט אזוי ווי א מואבי ואפילו לאחר גיור (עיין ברש״י שם).

דא הא׳מיר טאקע אראפגעברענגט פון הרב דר. נתן סליפקין ווי אזוי ער איז מסביר ״קדושת״ הארץ במשנתו של הרמב״ם.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. מיכאל סעטלוֺי זאגט אז עזרא׳ס קאמפיין קעגן חתנות איז געווען קעגן דעם וואס די שובי בבל בימי ששבצר וזרובבל האבן חתונה געהאט מיט די בני יהודה וואס זענען פארבליבן אין א״י אשר לא הגלו לבבל בעת החורבן (אזא סארט טיילונג…) - דאס מיינט ״עם הארץ״ אין ספר עזרא (דלא כרש״י ושאר המפורשים בפרק ד. בבבל האט זיך מער פארמירט דאס מאַנאָטעאיזם פון יהדות און דעריבער זענען זיי געווען קעגן די הנשארים בא״י וואס האבן נאך אָנגעהאלטן הענאָטעאיזם וכדומה. דעריבער באציהט זיך עזרא וכו׳ צו זיי אז זיי פירן זיך אויף ״אזוי ווי״ [כתועבותיהם] העמים הסובבים אותם.

ער זאגט אויך אז אנדערש ווי די צוויי טעמים קעגן חתנות הנ״ל, וואס באציהען זיך נאר צום פראבלעם פונעם תוצאה דערפון, איז זיין פראבלעם דערמיט, וואס איז געווען ״כוזרי׳ש״ כנ״ל, געווען אז דאס עצם נישואין איז א פראבלעם ווייל די ״זרע קודש״ גייט במעי נכרית (אדער ״כמו״ נכרית כנ״ל).

לויט די מהלך אז די פראבלעם פון חתנות איז מכח דאס אידענטיטעט וזהות, איז לפי הנ״ל, אז זיי זענען בעצם (אריגינעל) געווען מעם ישראל, דאס געגאנגען אזוי ווייט אז מ׳האט זיי גענצליך אויסגעשלאסען פון עם/כלל ישראל, נאך מער ווי לדוגמת ה״טיילונג״ בין הארטאדאקסן ונעאלאגן. אדער קען מען זאגן אז זיי האבן רעטראָדזשעקטעד דעם פראבלעם נאך פריער: אז אטע זייער חתנות עם העמים האט פון זיי טאקע צוגענומען דאס זהות וואס מפני זה כהיום בימי עזרא איז שוין א פראבלעם חתנות מיט זיי מכח דעם אז דאדורך גייען די עולים פארלירן דעם זהות היהודי. און אויך דאדורך האבן זיי פארלוירן דעם אינהערענט ״כוזרי׳שע״ געדאנק פון ״זרע קודש״. אונז טרעפן מיר טאקע ענליך צו דעם געדאנק בדברי חז״ל בפרק עשרה יוחסין (קידושין סט: אמר ר״א לא עלה עזרא מבבל עד שעשאה כסולת נקיה ועלה, ואפילו א״י, דורות שפעטער, איז כעיסה לבבל ע״ש. והגם דארט איז די געדאנק לגבי פסולי נישואין בעיקר בתוך בני ישראל [חללי גירי חרורי ממזרי], איז אבער די געדאנק דערין לגבי מבורר׳דיגיטלי יוחסין וואס גייט טאקע צוזאמען מיט דעם ״כוזרי׳שע״ געדאנק פון ״זרע קודש״.

לגבי וואס אונז מ׳האט דערמאנט לגבי חלק חסרון הגירות שהיתה בימי עזרא זאגט טאקע דער רלב״ג (עזרא ט ב) ״ידמה שנשאום בגויתן שאם לא היה כן לא היה אסור בדבר בכל הגוים שזכר כי אם ב[נקיבות ]מצרי״ ע״כ.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

וואס ר׳ צדוק הכהן מלובלין זצ״ל שרייבט בפוקד עקרים (אות ה):
2278ACD0-C1FF-49A4-B00B-6D07A9320977.jpeg

ער גייט אריין דארט באריכות עפ״י חסידות בהא דרצה שמשון הגיבור בנשים פלישתים. ער גייט אויך אריין באריכות בהא דנלקחה אסתר באונס לאחשורש און אז די בני בניו של המן שלמדו תורה בבני ברק איז דורך דעם וואס בנות ישראל זענען נתאנס געווארן ע״י זרעו ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ובנוגע די געדאנק אז עזרא האט פארעכענט די אידן אשר לא נגלו ונשארו בארץ במשך גלות בבל ווי גוים גמורים, זעה׳מיר אביסל ענליכס צו דעם אפילו ממבט התלמוד לענין העשרת השבטים. די גמרא זאגט ביבמות יז. לגבי החשש להינשא מהעכו״ם במקומות מיוחדים אז אפשר זענען זיי מהעשרת השבטים ומבנותיהן וואס ווערט יא גערעכענט ווי א ישראל וממילא אולי הוא פסול וכו׳. זאגט דארט שמואל:
לא זזו משם [באותו הדור] עד שעשאום עובדי כוכבים גמורים שנאמר (הושע ה ז) בה' בגדו כי בנים זרים ילדו.

דער קרן אורה וואונדערט זיך אויף דעם און זאגט אז אפשר איז עס נאר לגבי זייערע קידושין דכל דמקדש אדעתא דרבנן מקדש. אבער ער זאגט אז עס איז נישט משמע אזוי.
BB74227A-E85A-4CBC-861E-2580131F35FA.jpeg

דער דברות משה פרעגט אויך ענליך. און ער זאגט אז דאס וואס מ׳זעהט אינעם מאירי אז ״ומכאן היה רבותי חוככין לומר שכל משומד בזה״ז גוי גמור הוא״ (ועיין באבהע״ז סימן מד סעיף ט) איז אולי א טעות וליכא חזקה על ספרים שיצאו מקרוב שלא ראו אותן חכמי הדורות שלפנינו ע״ש.

אונז טרעפן מיר אויך לגבי כותים בחולין ו. לא זזו משם עד שעשאום עובדי כוכבים גמורים איז אבער מחמת חומרא דקידושין איז מען יא חושש לקידושיו שם באבהע״ז סימן מד סעיף י. און דער ב״ש דארט בס״ק יג זאגט אז ביי א כותי איז עס נאר לחומרא משא״כ ביי די עשרת השבטים ביבמות הנ״ל וואו עס איז געווען לגמרי ואפילו לקולא ע״ש.

דער חת״ס שרייבט אין או״ח סימן לט אויפ׳ן מג״א ס״ק ד:
ונראה לפענ״ד שיש כח בכלל ישראל להוציא המורדים מכלל האומה ויחזרו לגוים גמורים אף להקל
און ער זאגט אז דאס וואס מ׳טרעפט טאקע ביי עזרא׳ס כינוס נגד חתנות אז ווער עס וועט נישט קומען דערצו (עזרא י ח) יחרם כל רכושו והוא יבדל מקהל הגולה, איז אויך געווען להוציאו מכלל ישראל לגמרי ע״ש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז וואס ר' אברהם סבע שרייבט אין זיין פירוש על מגילת אסתר אשכול הכופר:
אשכול הכופר.jpg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מי אני האט געשריבן:2). וויבאלד די דורות פארלירן דאדורך דעם יוּניִק ״ישראל״ אידענטיטעט, ואפשר דכן משמע ברמב״ם בהלכות איסורי ביאה פי״ב ה״ח ובסמ״ג לאו קיב ע״ש.

ולכאורה אפשר להעמיסו ג״כ בהא דפסק הרמב״ם שם בה״א כר״ש נגד הרבנן בקידושין סח: דהלאו קאי על כל העמים בגיותן, דדריש טעמא דקרא ותיבות ״כי יסור״ מרבה אף ״כל המסירים״ הגם דאינם מסירים כ״כ כמו השבעה אומות שאינן עוע״ז אלא מנהג אבותיהם בידיהם (חולין יג:). וע״ש בכסף משנה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

הרב שמואל משה רובינשטיין ז״ל שרייבט אין זיין הרמב״ם והאגדה אז מ׳האט מייחס געווען אל עזרא הסופר תקנות וואס פארבעסערן די מצב הנשים וויבאלד ער איז געווען דער וואס האט אזוי מתריס געווען קעגן חתנות און האט געוואלט אז מ׳זאל חתונה האבן און פארבלייבן מיט נשים ישראליות.
A4BC0C5D-5538-4521-9BC4-A5BA40AEBAC0.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
רשכבהג
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 211
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אוגוסט 27, 2015 10:09 pm
האט שוין געלייקט: 1 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 14 מאל

שליחה דורך רשכבהג »

.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז וואס הרב דר. מלך שפירא שרייבט:
69F5F860-F782-463C-8C98-4C7018E35B76.jpeg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

הגרש"ז אויערבאך זצ"ל האט געזאגט אז דאס'ן זוכן קולות ביי קאמערשאל בישול עכו"ם איז וואס איז גורם אז עס איז איינגעריסן חתנות ביי אידן (כעין דעם שפריכווארט ״ווען א איד טוט זיך אויס זיין שטריימל אין קראקא, שמד'ט זיך א איד אין בערלין״):
הליכות שלמה.jpg
במושכל ראשון איז די גזירה שגזרו על פתן ושמנן משום יינן ועל יינן משום בנותיהן, מכח א ראציאנאלן טעם אז מ'זאל נישט האבן אזוי ווייט קירבה מיט גוים וואס דאס ברענגט צו דאס'ן זיך מתחתן זיין מיט זיי. וכמו שכתב הטור ביו"ד סימן קיב:
וכל אלו הדברים [פת של גוים ושלקות ומשקים וחלב וגבינה שלהם] אסרו משום חתנות, פירוש שלא יבוא להתחתן בהן, שכל אלו מושכין לב האדם ואם יתקרב אליהם באחד מאלו יבוא להתחתן בם.
דא, בדברי הגרש"ז אויערבאך זצ"ל וואו די קונים האבן נישט די סארט קירבה, איז דאס אבער מער מכח א דבר סגולי.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: קאסט-בענעפיט פון אינטערמערידזש וחתנות פון א תורה׳דיגן שט

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

מי אני האט געשריבן:הגרש"ז אויערבאך זצ"ל האט געזאגט אז דאס'ן זוכן קולות ביי קאמערשאל בישול עכו"ם איז וואס איז גורם אז עס איז איינגעריסן חתנות ביי אידן (כעין דעם שפריכווארט ״ווען א איד טוט זיך אויס זיין שטריימל אין קראקא, שמד'ט זיך א איד אין בערלין״):
הליכות שלמה.jpg
במושכל ראשון איז די גזירה שגזרו על פתן ושמנן משום יינן ועל יינן משום בנותיהן, מכח א ראציאנאלן טעם אז מ'זאל נישט האבן אזוי ווייט קירבה מיט גוים וואס דאס ברענגט צו דאס'ן זיך מתחתן זיין מיט זיי. וכמו שכתב הטור ביו"ד סימן קיב:
וכל אלו הדברים [פת של גוים ושלקות ומשקים וחלב וגבינה שלהם] אסרו משום חתנות, פירוש שלא יבוא להתחתן בהן, שכל אלו מושכין לב האדם ואם יתקרב אליהם באחד מאלו יבוא להתחתן בם.
דא, בדברי הגרש"ז אויערבאך זצ"ל וואו די קונים האבן נישט די סארט קירבה, איז דאס אבער מער מכח א דבר סגולי.
כ'פארשטיי נישט וואס ער שרייבט דארט בתוך הדברים,

"הנה בדורותינו נתרבו נשואי התערובות ר"ל, בפרט בארה"ב, באופן שלא היה מעולם בכלל ישראל"

אין אונגערן אדער אין אנדערע יוראפעישע לענדער ארום די צייט פון די צוויי וועלט מלחמות איז דען נישט געווען תערובי נישואין אויף אזא הויכע שטאפל פראצענט ווייז?? און וואס ער שרייבט בפרט בארה"ב, כ'מיין אז אין אנדערע לענדער ווי צב"ש אוסטרליה היינצוטאגס איז פארהאן אסאך א גרעסערע נומבער פון אסימילאציע ווי פון אמעריקע

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

2602E1BE-456F-454A-BBF8-A6FEF8485AFB.jpeg
במשנתו של משה הס.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. דניאל הורוויץ (א רעפארמער איד) שרייבט א פּערזענליכע אנעקדאט (אין די קאנטעקסט פון אַן אנאליז איבער די פילם A Serious Man וועלכע איז אַן עקזיסטענשאל אלעגאריע איבער דאס פתרון כמו שאלת ספר איוב):
Years later my fiancée and I are in San Francisco and want to get married by a rabbi. Thirteen rabbis refuse us: this one is on study leave in Israel; this one requires that we pay up and join the congregation first (I recall his words on the telephone were: "Our life events are restricted to congregation members"); this one specializes in intermarriages and wants extra cash for a crash course in Judaism as part of the marriage deal, and won't reduce the cost after we explain that between the two of us we've done two lifetimes of Hebrew school and Jewish learning. Most won't marry us because one of us has been married before (to a Jew) and the rabbis require a GET which we won't get. Finally a clever woman rabbi, kinder and gentler than the rest, and smarter, says: “Let's play a game, when you were married was it under a proper canopy [Chupah], did you read out this, sing that, no, you didn't then you were never married and do not need a GET, I will marry you.” And so she did. Judaism can be a headache but its capacity for reasoning is marvelous; it can't finally help you (promising neither salvation nor explanation), but it can at least find a way to get you married, and without a GET
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דר. לאָרי פּיִרס שרייבט אז די אידן אין בבל האבן זיך געהאט מתחתן געווען מיט די בבליים און זענען (כידוע) געווען איינגעגלידערט אין די בבלי׳שע/פרס׳ישע געזעלשאפט. (און אט די חתנות טוהט מגילת אסתר אפשפיגלען.) זי זאגט אז עזרא ונחמיה האבן דאס געוואלט אויסרייסן אין א״י, וואו זיי האבן געהאט מער אטאריטעט, וואס זיי האבן נישט געקענט טוהן אין בבל. (זי דערמאנט אויך אז א סיבה פון זייער קעגנערשאפט צו חתנות איז מעגליך געווען אויך מכח עקאנאמישע זארגן אז די נכסים פון די יהודים זאלן נישט נאכדעם ווערן גע׳ירש׳נט דורך די ווייבער׳ס משפחות.)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
דוד שריפטליך
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 350
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 24, 2022 12:58 am
האט שוין געלייקט: 62 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 165 מאל

שליחה דורך דוד שריפטליך »

מי אני האט געשריבן:וואס ר׳ צדוק הכהן מלובלין זצ״ל שרייבט בפוקד עקרים (אות ה):
2278ACD0-C1FF-49A4-B00B-6D07A9320977.jpeg
ער גייט אריין דארט באריכות עפ״י חסידות בהא דרצה שמשון הגיבור בנשים פלישתים. ער גייט אויך אריין באריכות בהא דנלקחה אסתר באונס לאחשורש און אז די בני בניו של המן שלמדו תורה בבני ברק איז דורך דעם וואס בנות ישראל זענען נתאנס געווארן ע״י זרעו ע״ש.
אינטרעסאנט איך האב געהערט הרב שמואל ניימאן שליט"א דאס ערווענען ביי א שיעור
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס איז וואס דר. ראובן הערש האט געשריבן בנוגע דעם אז עס זענען געווען נאכ'ן קריג אן overrepresentation פון אידן אין מאטעמאטיקס:
1.jpg
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

לגבי אידישע אידענטיטעט ברענגט צו דר. איִען שפירא [45:35-45:52] פון דר. אלעסדעיר מעקינטייר אז א חלק פון וואס עס באדייט צו זיין א איד, איז זיך טענה׳ן וואס באדייט צו זיין א איד.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
מתבודד
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 771
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג יולי 14, 2022 1:50 pm
האט שוין געלייקט: 1291 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1552 מאל

שליחה דורך מתבודד »

האמיר א פרישע בליק אויף די אידישע אידענטיטעט, פון הרב עדו פכטר:
אדרבה, הייתי מחריף טענה זו וטוען שמתגייר המתכוון לקיים אורח חיים חרדי מתבדל (כמובן, לא כולם כאלה; יש שכן מעורבים בחברה היהודית-ישראלית), אין גיורו תקף. כפי שבעבר, הנחת המוצא של תהליך הגיור היתה שהמתגייר מעוניין לקבל על עצמו מצוות, כיום הנחת המוצא היא שהוא מעוניין להצטרף לישות הפוליטית ששמה 'עם ישראל'. לכן, בסיס הגיור צריך להיות מוכנות ורצון להיות מעורב באופן קונסטרוקטיבי בחברה היהודית הישראלית. גיוס לצבא, לדוגמה, הוא בעיני תנאי בסיסי לכך.
ווייס איך נישט וואס א גוי פון ניו יארק אדער בראזיל וואס וויל זיך מגייר זיין דארף צו טון...

צוגעברענגט פון די אשכול
רעכן זיך נישט מיט די וועלט, די וועלט רעכנט זיך נישט מיט דיר.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

מי אני האט געשריבן:דא טוהט פּוּ ריִסערטש אביסל דורך די תוצאות פון חתנות כהיום פאר אידישקייט ואידענטיטי (הן לטב והן לביש) עפ״י די סטעטיסטיקס.
פון דיין לינק:
With those cautions in mind, here’s a walk through some of our data on intermarriage, including some new analysis that goes beyond the chapter on intermarriage in our original report. (We would like to thank several academic researchers, including Theodore Sasson of Brandeis University, Steven M. Cohen of Hebrew Union Collegeand NYU Wagner , and Bruce Phillips of Hebrew Union College and the University of Southern California, for suggesting fruitful avenues of additional analysis.)
לאמיר געדענקען אז דער כהן איז דער זעלבער מאן דהו וואס האט קעגן זיך אלעגעישנס פון יארן פון סעקושעל הארעססמענט קעגן זיינע פרויען קאלעגעס און סובּורדינעיטס. פון וויקי:
Following the allegations of sexual harassment against Cohen, three scholars of American Jewish history co-authored an article in The Forward, in which they proposed a link between Cohen's alleged sexual pattern of misogynistic behavior and the conclusions of some of his sociological studies focused on the "continuity crisis." Namely, the authors Kate Rosenblatt, Ronit Stahl, and Lila Corwin Berman wrote, "Most troubling about the data-driven mode of Jewish continuity conversations are its patriarchal, misogynistic, and anachronistic assumptions about what is good for the Jews. We learn that single women, queer people, unwed parents, and childless individuals or couples are all problems. And we learn that the Jewish community, should it want to survive, must step into the role of calling out and regulating those problems. Jewish communal leaders, in turn, learn [from the studies conducted by Cohen] that the continuity crisis — and its prescriptions about how to regulate primarily women, their bodies, and their sexuality — has its own productive energy that can be harnessed to convince donors to open their pocketbooks and support the very research and programs that prove that the crisis exists."[9]

The cultural critic Rokhl Kafrissen has further concluded that "Cohen saw himself as an authority figure and thus entitled to the private lives and bodies of his female colleagues and subordinates, just as he saw himself entitled to dictate policy and control the fertility of American Jewish women. It becomes very hard to disentangle the sexism of an abuser from the patriarchal agenda he spent decades pushing."[10]
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום טאמבל סאס, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

מי אני האט געשריבן:ואגב כידוע איז בכלל, עפ״י רוב, כהיום ווערט ״אידישע אידענטיטעט״ גערעכענט אלס אפגעזונדערט פון ״אידישקייט/דת״. לדוגמא:
8E69A69D-850D-4C59-AFFB-7C1595E485EB.jpeg
דאס איז אבער נישט באמת נוגע צום קאנטעקסט וואס דער רס״ג ורמב״ם מיינען דא און טוהן דאס דעפינירן ומגדיר זיין - זיי שטעלן דאס יא צאם אלס איינס.
וואס סמאוקט ער? כ'בין נאך מסכים מיט דעם אז אפי' היינט זענען מסתמא נאך רוב אידן ליבעראל, געלערנט און עמפירעסיסטס אבער "נאט רעלידזשעס", אין די סענס/טייטש וואס רוב מענטשן פארשטייען דער ווארט "רעלידזשעס" צו מיינען, איז שטותים גערעדט?! כמעט יעדער וואס איז נאר "דזשואיש" אויף א קולטשערל אדער עטנישע אופן וועט דאס "קוואליפיצירן" עז סאָטש, ווען דו פרעגסט אים צו ער ער איז דזשואיש. מענטשן, אידן האבן נאכנישט פארגעסן די טעריפייאינג אלד מען פון די אלד טעסטאמענט.
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מ'זעהט אז אידן זענען מער לייקלי ווי גוים נישט צו גלייבן אין ג-ט. ווי פּוּ זאגט (אין 2020-2021 - שוין נאך 2018 ווען נתגלה קלונו של דר. סטיווען כהן און ער איז לכאורה נישט געווען אינוואַלווד; אפילו אין די קליינע capacity ווי אין 2013):
There are even bigger gaps when it comes to belief in God. About a quarter of Jews (26%) say they believe in God as described in the Bible, compared with more than half of U.S. adults overall (56%) and eight-in-ten Christians. Jews are more likely than U.S. adults overall (50% vs. 33%) to say they believe in some other spiritual force or higher power, but not in God as described in the Bible. Jewish adults also are twice as likely as the general public to say they do not believe in any kind of higher power or spiritual force in the universe (22% vs. 10%)
אגב, אין זייער 2013 שטודיע זאגן זיי אז 62% פון אידן טענה'ן אז אידישע אידענטיטעט איז מיוסד אויף אפשטאם און קולטור ווי איידער רעליגיע (ואפילו ביי רעליגיעזע אידן זאגן דאס 55%). און צוויי דריטל האלטן אז עס פעהלט נישט אויס צו גלייבן אין ג-ט צו ווערן פארעכענט אלס איד [אידענטיטעט].

דא צייכענט דער מאטעמאטיקער דר. הערבּ סילווערמאן צו א סורוועי פון העריס אינטערעקטיוו (איך קען נישט טרעפן די אריגינעלע) וואס צייגט אויך אז עס איז מער מצוי אז א איד זאל זיין אַן אטעאיסט ווי איידער א גוי (הגם עס איז ביחס צו קריסטן). ער צייכענט צו אז ס'איז אביסל פאראדאקסיש אז פּוּ האט געצייגט אז אמעריקאנער באטראכטן מער ווארעם אידן און מער קאלט אטעאיסטן.

עס דערמאנט פון וואס איך האב געהאט צוגעצייכענט פון דר. דוד ביאלע וואס ער טענה׳ט טאקע אז סעקולעריזם, זיין אינדעפּענדענט פון סקריפּטשור, און זיך ארויסדרייען פון עסטעבּלישד דאקטרינעס, איז אינהערענט ממש אין יהדות רבנית, און איז וואס די רעפארמער משכילים ודכוותייהו זענען באאיינפלוסט געווארן פון און האבן זיך באנוצט מיט (עכ״פ בלא יודעים). די געדאנק קען גיין ווייטער ווי סעקולעריזם צו אטעאיזם ממש. כי עם קשה עורף הוא.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

מי אני האט געשריבן:דא טוהט פּוּ ריִסערטש אביסל דורך די תוצאות פון חתנות כהיום פאר אידישקייט ואידענטיטי (הן לטב והן לביש) עפ״י די סטעטיסטיקס.
אויך פון דיין לינק:
But our survey finds that Jewish women are slightly more likely to be intermarried than Jewish men. Among the married Jewish women surveyed, 47% say they have a non-Jewish spouse. Among the married Jewish men, 41% say they have a non-Jewish spouse.
אוי וויי. אבי איך האב געמיינט אז די ישיבות פראדעצירן בעסערע וואַרע ווי די יוניווערסיטיס.. :אומגלויבליך:

כ'מיין עפעס א מעזשור מוז מען דאך האבן...

פארשפארט