ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח?
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח?
חסל סידור פסח כהלכתו פון שנת תשפ"ב;
שוין צאם-געפאקט די כלים גרייט פאר דעם קומענדיגען יארע, די אשת חיל’ס קאפ איז שוין צוריק איינגעטונקען אינעם חמצ’דיגען טאפ, און יעצט בואו חשבון דער מאן ברויכט שוין באצאלן די קרעדיט קארד ביללס.
און ווי האט זיך יענער גוט-זאגער אויסגעדריקט: "מאן און ווייב ביידע לויפן נאך יו"ט, דער מאן לויפט צום באנק די פרוי צום וואג, נאר דער מאן זעהט א מיינעס און די פרוי א פלאס..."
און אזוי שמועסענדיג בדיבוק חברים קומט אויס לפי חשבון אז א דורכשניטליכע משפחה צאלט פאר יעדן קאפ -גלגולת א ערך פון כאטש $900,
דער חשבון איז צווישן גראסעריס - מצות - פלייש - בגדי צבעונין פאר די פרויען און בגדי שחורים פאר די מענער.
אין אנדערע ווערטער א נארמאלער דורכשניטליכער פארדינער דארף זיך ברעכן קאפ וויאזוי מאכט מען דעם פסח, און אפילו נאך די אלע באונעס’ס כסף מנלן?
איז מיין שאלה וואס קען מען טוהן אז עס זאל נישט אזויפיל קאסטן?

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 662
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 5:43 pm
- האט שוין געלייקט: 252 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 562 מאל
די ערשטע זאך מוזן נישט די בחורים קויפן א נייע רעקל און שיך און הוט יעדע יאר פסח.
מיין אישי קעסטל ארבעט נישט
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
אז איר ווילט זיך פארבינדען מיט מיר פילט פריי מיר צו שיקן אן אימעיל צו
shpieler111@gmail.com
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
אדרבה לאז מיר וויסן וויפיל האסטו געצאלט פאר מצות ? פלייש ? קליידער ?יעלה ויבא האט געשריבן:איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
כ’וועל מודה זיין אז איך האב אמאל געהאט א תקופה וואס איז געווען א מצב פון הכיס ריק ואין, און מיין ווייב האט זיך גערעכנט דערמיט און זי האט גארנישט געקויפט, דעמאלטס האט קיין קליידער נישט געקאסט...
אבער ס’איז פארהאן א ריזן ציבור מענטשן וואס קויפן זיך איין יעדע סעזאן פון פריש אפגעזעהן צו דער מאן האט אדער נישט, דער עיקר אז מען זאל אויסזעהן שיין און מלכותדיג און זיך אריינפאסן מיט דעם היימישען אונגערישען שטראם,
דער מאן פון זיין זייט קען נישט אדער האט מורא צו זאגן איך האב נישט, מה יעשה הבעל ?
פאר אפאר יאר צוריק איז ארומגעגאנגען רעקלאמעס פון גמליאל וועגן חתונה מאכן, [פאר סאם ריזען איז עס שטיל געווארן, פארוואס????] אפשר איז שוין צייט צו מאכן א רעוואלוציע פון עפארדעבל פסח’מאכן "ספענד נאר וויפיל דו האסט"
וועגן די הויעכע משוגענע פרייזן פון מצות איז שוין א מדובר אויף עטליכע אשכולות דא אין קאווע שטיבל, ויש כאן מקום להאריך...
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 296
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
- האט שוין געלייקט: 1997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל
ס'איז נישט געווען אזוי הייס דעים פסח.בת קול האט געשריבן:זוממערדיגע קליידער? ממש נישט מעגליך פון לעצטע יאר זאל נאך פאסן.יעלה ויבא האט געשריבן:$500 מצות
$240 ער"פ מצות
$150 וויין
$175 פיש
$150 פלייש
$550 גראסערי
$200 robes פאר די קינדער
$200 חוה"מ האלטען
די קינדער וואקסן יעדע פאר חדשים.
ש'טא קיין סיבה זיי זאלן נישט גיין מיט די קליידער פין שבת הגדול און פורים.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 776
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
- האט שוין געלייקט: 1399 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל
מן הסתם זענען זיי נאך קליין...יעלה ויבא האט געשריבן:איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
א משפחה ווי עטליכע קינדער זענען שוין אין די צענדליג יארן פארלאנגט עס אסאך מער געלט
כ’שטעל זיך פאר אז עטליכע סעודות ביסטו געווען ביי די עלטערן,
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמחהלע קאפשטיק, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 63
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 30, 2018 2:50 pm
- האט שוין געלייקט: 197 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 58 מאל
ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח ?
אפילו מיט קלענערע קינדער איז אויך כמעט נישט מעגליך,שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:מן הסתם זענען זיי נאך קליין...יעלה ויבא האט געשריבן:איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
א משפחה ווי עטליכע קינדער זענען שוין אין די צענדליג יארן פארלאנגט עס אסאך מער געלט
יעלה, וויפיל האט דיך געקאסט מילכיגס פאר יו״ט?
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 296
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
- האט שוין געלייקט: 1997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל
מיין יונגסטע איז צוויי יאר אין מיין עלצטע 18.שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:מן הסתם זענען זיי נאך קליין...יעלה ויבא האט געשריבן:איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
א משפחה ווי עטליכע קינדער זענען שוין אין די צענדליג יארן פארלאנגט עס אסאך מער געלט
כ’שטעל זיך פאר אז עטליכע סעודות ביסטו געווען ביי די עלטערן,
איך בין געווען גאנץ יו"ט, אין געגעסען אלע סעודות אינדערהיים.
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 296
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג יאנואר 19, 2014 8:51 pm
- האט שוין געלייקט: 1997 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 300 מאל
מילכיגס איז אריינגערעכנט אין די $550 גראסעריכניאק האט געשריבן:אפילו מיט קלענערע קינדער איז אויך כמעט נישט מעגליך,שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:מן הסתם זענען זיי נאך קליין...יעלה ויבא האט געשריבן:איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
א משפחה ווי עטליכע קינדער זענען שוין אין די צענדליג יארן פארלאנגט עס אסאך מער געלט
יעלה, וויפיל האט דיך געקאסט מילכיגס פאר יו״ט?
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
יעלה ויבא האט געשריבן:ס'איז נישט געווען אזוי הייס דעים פסח.בת קול האט געשריבן:זוממערדיגע קליידער? ממש נישט מעגליך פון לעצטע יאר זאל נאך פאסן.יעלה ויבא האט געשריבן:$500 מצות
$240 ער"פ מצות
$150 וויין
$175 פיש
$150 פלייש
$550 גראסערי
$200 robes פאר די קינדער
$200 חוה"מ האלטען
די קינדער וואקסן יעדע פאר חדשים.
ש'טא קיין סיבה זיי זאלן נישט גיין מיט די קליידער פין שבת הגדול און פורים.
וואס א חילוק ס'קאסט די זעלבע עקספענס אויב מען קויפט אין ספירה. נאר רוב חברה רעכנען עס אריין אין די פסח בודזשעט און דו רעכנסט עס עקסטער.
(נישט אז איך פארשטיי עס, מען קען עס נישט באנייען, גייט מען יעצט שוויצן אין די ווינטערדיגע קליידער ביד נאך שבועות?)
איי געס דו בוסט שוין פולי סטאקד מיט טעפ און אלע געצייג.
.I got voices in my head.
- שמעקעדיג
- שריפטשטעלער
- הודעות: 16680
- זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
- האט שוין געלייקט: 18071 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל
ממש אוממעגליך אז גאנץ פסח זאל קאסטן גראסערי נאר 550.יעלה ויבא האט געשריבן:מילכיגס איז אריינגערעכנט אין די $550 גראסעריכניאק האט געשריבן:אפילו מיט קלענערע קינדער איז אויך כמעט נישט מעגליך,שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:מן הסתם זענען זיי נאך קליין...יעלה ויבא האט געשריבן:איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
א משפחה ווי עטליכע קינדער זענען שוין אין די צענדליג יארן פארלאנגט עס אסאך מער געלט
יעלה, וויפיל האט דיך געקאסט מילכיגס פאר יו״ט?
מסתמא פיש עסטו נישט.
אבער עכ"ז, פלייש, מילכיגס, אייער און פעטעיטעס, פסח'דיגע קוקיס אויב דו קויפסט, גרינצייג, כרפס און מרור... פרוכט, און נאך, בפרט דאס יאר ווען די פרייזן זענען געשטיגן גאר הויך. עס מאכט נישט קיין סענס.
וירח ה' את ריח הניחוח
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח ?
ערשטנס, $900 א קאפ איז איבערגעטריבן הויך!
ארבעטן אויף זיין שלום בית, סעלף קאנפידענס וכדו'. דאס אלעס איז לאו דווקא א פראבלעם מיטן פסח, עס קען פאסירן ביים גיין וואקאציע, שמחות, סתם קליידער.
בקיצור, איך זעה נישט וואס די געברויך פאר א רעוואלוציע.
דו אליין ענטפערסט דיין פריערדיגע שאלה.שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:כ’וועל מודה זיין אז איך האב אמאל געהאט א תקופה וואס איז געווען א מצב פון הכיס ריק ואין, און מיין ווייב האט זיך גערעכנט דערמיט און זי האט גארנישט געקויפט, דעמאלטס האט קיין קליידער נישט געקאסט...
שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:איז מיין שאלה וואס קען מען טוהן אז עס זאל נישט אזויפיל קאסטען ?
יא זאגן?דער מאן פון זיין זייט קען נישט אדער האט מורא צו זאגן איך האב נישט, מה יעשה הבעל ?
ארבעטן אויף זיין שלום בית, סעלף קאנפידענס וכדו'. דאס אלעס איז לאו דווקא א פראבלעם מיטן פסח, עס קען פאסירן ביים גיין וואקאציע, שמחות, סתם קליידער.
בקיצור, איך זעה נישט וואס די געברויך פאר א רעוואלוציע.
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
איך ווייס נישט אויב עס איז איבערגעטריבן.
אויב מען קויפט נאר אין די היימישע געשעפטן קען קליידונג פאר קינדער זייער גרינג קאסטן $900
7 פאר הויזן $35 א פאר- $245
7 העמעדער $40 א העמד- $280
וואכן און שבת שיך- $200
וואכן און שבת מאנטלעך אדער רעגן מאנטל און שבת דינע מאנטל /$200-$300
האלט שוין ביי איבער $900
אויב מען קויפט נאר אין די היימישע געשעפטן קען קליידונג פאר קינדער זייער גרינג קאסטן $900
7 פאר הויזן $35 א פאר- $245
7 העמעדער $40 א העמד- $280
וואכן און שבת שיך- $200
וואכן און שבת מאנטלעך אדער רעגן מאנטל און שבת דינע מאנטל /$200-$300
האלט שוין ביי איבער $900
.I got voices in my head.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1098
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 25, 2016 3:53 pm
- האט שוין געלייקט: 619 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 916 מאל
Re: ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח ?
דו קויפסט פאר יעדע פון דיינע קינדער 7 הויזן און העמעדער פאר די פרייזן?
אפילו אויב יא, קען מען זיך באגיין מיט ווייניגער, און פאר ביליגער. איז אויב איינער קען זיך נישט ערלויבן, איז מעגליך צו זיין מער שפארזאם.
אפילו אויב יא, קען מען זיך באגיין מיט ווייניגער, און פאר ביליגער. איז אויב איינער קען זיך נישט ערלויבן, איז מעגליך צו זיין מער שפארזאם.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 883
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2015 10:16 am
- האט שוין געלייקט: 798 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 299 מאל
Re: ווער קען זיך באמת אליינס ערלויבן א פסח ?
אנטשולדיגט אבער לויט דיין חשבון האט מען געפאסט ביי דיר.יעלה ויבא האט געשריבן:מיין יונגסטע איז צוויי יאר אין מיין עלצטע 18.שמחהלע קאפשטיק האט געשריבן:מן הסתם זענען זיי נאך קליין...יעלה ויבא האט געשריבן:איך האב זעקס קינדערלעך קניינאהארע, אין די פסח האט מיר געקאסט בערך $2000.
כ'ווייס נישט פון ווי די $900 נאמבערס קומט.
א משפחה ווי עטליכע קינדער זענען שוין אין די צענדליג יארן פארלאנגט עס אסאך מער געלט
כ’שטעל זיך פאר אז עטליכע סעודות ביסטו געווען ביי די עלטערן,
איך בין געווען גאנץ יו"ט, אין געגעסען אלע סעודות אינדערהיים.
דאס מענטשעלע שפילט........
- בת קול
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1421
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
- געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
- האט שוין געלייקט: 1427 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל
נישט דווקא. ווענד זיך ווי אפט מען וואשט וועש.החוקר האט געשריבן:דו קויפסט פאר יעדע פון דיינע קינדער 7 הויזן און העמעדער פאר די פרייזן?
אפילו אויב יא, קען מען זיך באגיין מיט ווייניגער, און פאר ביליגער. איז אויב איינער קען זיך נישט ערלויבן, איז מעגליך צו זיין מער שפארזאם.
יונגע קינדער מאכן זיך אפט שמוציג און מען דארף זיי טוישן ווען זיי קומען אהיים פון חדר.
7 פאר וועש איז גאנץ קנאפ.
פאר עלטערע קינדער קען מען זיך אפשר באגיין מיט ווייניגער.
אויב א מיידל האט א יוניפורם וואס מען טראגט 2 טאג אין א צו למשל.
רוב מיידלעך האבן כאטש 5-6 יוניפורם העמידער ארום $20 א יעדע. כאטש 2-3 יוניפורם סקירטס 40-50$ א שטיקל. 2-3 יוניפורם סוועטערס 30-40$ א יעדע.
נאך 3 וואכן קליידער פאר $80-$100 א יעדע, נאך 2-3 שבת קליידער פאר $100+
מאנטלעך, קעיפס, jackets, רעגן מאנטלעך $200-300
שיך, 200-300$
קען גרינג קאסטן 1200-1500.
.I got voices in my head.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 1322
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
- האט שוין געלייקט: 10906 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל
די נומבערס שטימען נישט, אז דו קויפסט פאר דריי חברה ערב פסח מצות איז נישט מעגליך אז דיין פלייש ארדער זאל קאסטן נאר הונדערט פופציג דאלער, דו דארפסט לויטן חשבון האבן מינומום צוויי טעכטער און צוויי בחורים, דאס איז א פאמיליע פון 6 מינומום, די נומבערס קלעבן עפעס נישט.יעלה ויבא האט געשריבן:$500 מצות
$240 ער"פ מצות
$150 וויין
$175 פיש
$150 פלייש
$550 גראסערי
$200 robes פאר די קינדער
$200 חוה"מ האלטען