1) בנוגע דיין טענות אויף די ביליגע שפראך, הער איך דיין ווייטאג, אבער דאס איז די פרייז פארן האבן א פרי ספיעטש פלאטפארמע, יא אויב מען לאזט מענטשן שרייבן וואס מען וויל וועט אויך אריינפאלן זאכן וואס די האסט נישט אזוי ליב, און די האסט טאקע אלע רעכטן מוחה צו זיין דערויף, אבער עס איז נאכאלטס פיל בעסער ווי א פארמאכטע צענזורירטע פלאטפארמע ואכמ"ל.יאסל ראקאווער האט געשריבן: 1) מיין פראטעסט האט גארנישט מיט די מקצוע אליינס נאר מיט די locker room talk און פראסטע וויצן. גרויליג.
2) יעצט צו אדרעסירן די תוכן פון דיין טענות.
די וועבסייט איז נישט געקומען אדרעסירן די שרעקליכע פראבלעם פון arranged shadchunes. אבער ווייל ער איז נישט דא פאר יענע פראבלעם דאס מאכט נאכנישט די וועבסייט א פראבלעם. נישט יעדע "סיסטעם סעלושען" און "סיסטעם מצווה" דארף דערמאנען די טראומע.
3) לעצט, זייט מיר מוחל אבער הונדערטע עלטערן פארברענען מיט אייפער פאר זייערע באליבטע קינדער טויזענטער שעות צו וועהלן שידוכים בכובד ראש מיט זיך צוזאם רעדן מיט זייער קינדער. ס'איז טאקע פארדרייט און איך בין בכלל נישט קיין פארטיידיגער פון די arranged Shidduch אבער ס'איז סתםַ געהאקט צו זאגן "די מהלך פון סתם אריינזעצן א זכר מיט א נקיבה אהן קיין חשבון". איך ווייס נישט פון וועלכע פלאנעט איר רעדט.
באמת נישט יושר אזוי צו רעדן.
2) די וועבזייטל לכשעצמו איז נישט קיין פראבלעם, פארקערט עס איז זייער א געווינטשענע זאך, און עס וועט זיכער גרינגער מאכן און ארויסהעלפן מיטן קלאוזן שידוכים אויף אונזער אלטער שטייגער, אבער דאך ווען מען מאכט שוין יא א נייע זאך, קען מען שוין טאקע יא אריינווארפן די פאר שינויים אז עס זאל זיין א דבר השלם.
איך וואלט געראטן אז עס זאל זיין א מהלך אז מען דארף זיך געהעריג איינשרייבן און ווערן וועריפייד, און נאר דער וואס ווערט וועריפייד וועט באקומען די אלע פראפילן פון די פארקערטע דזשענדער, עס זאל האבן אלע אינפארמאציע, און יא, מיט א בילד! בעסער געזאגט, בילדער! חוץ א טעלעפאן נומער, און ווען איינער איז עכט אינטערסירט אין איינעם זאל מען דאן זיך ווענדן צו אן אחראי, צו באקומען די טעלעפאן נומער פון יענעם, און לאזן די זאך לויפן פון דארט, זיך טרעפן וכו', און ווען די צוויי האלטן זיך שוין נאכן גוט קענען, און זיי האבן זיך שוין באמת ליב אהבת נפש, און זיי זענען גרייט אויפצושטעלן צוזאמען א בית נאמן בישראל, זאל מען דאן קאנטאקטן א שדכן אפצוענדיגן די זאך.
3) לאמיר דיר מסביר זיין וואס איך האב געמיינט מיטן שרייבן "אהן קיין חשבון", אודאי איז דא א חשבון, נישט נאר "א חשבון" נאר אסאך חשבונות. און טאטעס פארברענגען טאקע שעות ע"ג שעות פאר שידוכים, און זיי זוכן באמת די בעסטע פאר זייערע קינדער. די פראבלעם איז נאר אז זיי ווייסן נישט וואס זייער קינד דארף און וויל, און וואס ער האט ליב!
ווען א טאטע וויל קויפן א געשמאקע נאכטמאל פאר זיין קינד, ווייסט ער שוין פונקטליך וועלכע סארט זיין זון גלייכט, עס איז נישט קיין סוד אין שטוב צו די קינד האט ליב מילכיג אדער פליישיג, הייס אדער קאלט, זיס אדער זויער, די אלע זאכן איז מען זייער אפן מיט יעדעם, און בכלל איז עס א זאך וואס מען קען גרינג אנכאפן, און איז בכלל נישט אזוי קאמפליצירט ווי די נושא פון אהבה, וואס האט אסאך מאל נישט קיין הגיון, נאר איז פשוט א התחברות הלבבות, עפעס וואס א דרויסענדיגער וועט לאו דוקא פארשטיין וויאזוי פונקט די צוויי האבן זיך אזוי ליב.
און איך וויל אויסקלארן, איך רעד דא נישט פון די פאלשע אהבה וואס הייסט תאווה, ניין, איך רעד פון די מציאות וואס מען קען זען אפילו ביי צוויי בחורים אדער גאר גוטע חברים, אז זיי האבן פשוט עפעס א קאנעקשן, און די צוויי האבן פשוט ליב צו זיין איינער נעבן די צווייטע ווי מער אפט, צו פארברענגען און שמועסן, און לעבן אינאיינעם.
אבער היות די טאטע האט נישט קיין אנונג וואס זיין זון דארף, מאכט מען אלע אנדערע חשבונות חוץ פון די ריכטיגע.
יא, מען פארברענגט טאקע שעות ע"ג שעות צו הערן אויב איז עס א "חשוב'ע" משפחה, אויב איז נישט חלילה דא עפעס א גע'גט'ע פעטער, אויב עס איז דא "גענוג" געלט, אויב די בחור לערנט פלייסיג, מיט נאך אסאך שטותים.
יעצט אודאי מאכן זיי אויך זיכער אז די מיידל אדער בחור איז נארמאל, ער אדער זי האט גוטע מידות וכו', זאכן וואס איז טאקע באמת וויכטיג, (איך רעד שוין נישט פון א טאטע וואס טוט א שידוך וואס איז גוט פאר "אים" ענדערש ווי וואס איז גוט פאר זיין זון, א זאך וואס איז א מיעוט המצוי ליידער אין די מקומות ווי מצודתי פרוסה).
אבער ווען עס קומט צו די וויכטיגסטע זאך, דארט פרעגט מען ניטאמאל, און מען מאכט אפילו נישט קיין וועזן דערפון, און דאס איז די נושא וואס מענדל ראטה זינגט אזוי שיין, "איך וויל ליב האבן א מיידעלע"... יא, מען דארף זיך ליב האבן!
האבן זיי עפעס א התחברות? איז דא א אהבה? אחוה? ריעות? אדער איז ער פשוט א גוטע בחור, און זי א גוטע מיידל, אבער חוץ פון דעם איז נישטא קיין שום שייכות ציווישן די צוויי? זייערע נאטורן זענען אפשר פונקט קאפויער, ווען זיי זענען ווען צוויי מיידלעך אין קלאס וואלטן זיי נישט אויסגעטוישן קיין ווארט דורכ'ן טאג, זיי זענען פשוט צוויי אנדערע סארטן, ווער קוקט אפילו אויף אזא זאך היינטיגע צייטן? וועלכע טאטע פרעגט זיין זון נאכן ערשטע בעשוי, נא! דו האסט איר ליב? קיינער, און אויב יא, קען ער נישט באקומען קיין ריכטיגע תשובה, ווייל קען מען דען וויסן פון טרעפן "איין" מיידל, "איין" מאל, פאר "איין" שעה?
דאס הייסט חתונה געמאכט די קינדער אהן קיין חשבון.