שידוכים דורכברוך ביים היימישען ציבור "בקרוב" וועב-סייט

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יאסל ראקאווער האט געשריבן: 1) מיין פראטעסט האט גארנישט מיט די מקצוע אליינס נאר מיט די locker room talk און פראסטע וויצן. גרויליג.

2) יעצט צו אדרעסירן די תוכן פון דיין טענות.
די וועבסייט איז נישט געקומען אדרעסירן די שרעקליכע פראבלעם פון arranged shadchunes. אבער ווייל ער איז נישט דא פאר יענע פראבלעם דאס מאכט נאכנישט די וועבסייט א פראבלעם. נישט יעדע "סיסטעם סעלושען" און "סיסטעם מצווה" דארף דערמאנען די טראומע.


3) לעצט, זייט מיר מוחל אבער הונדערטע עלטערן פארברענען מיט אייפער פאר זייערע באליבטע קינדער טויזענטער שעות צו וועהלן שידוכים בכובד ראש מיט זיך צוזאם רעדן מיט זייער קינדער. ס'איז טאקע פארדרייט און איך בין בכלל נישט קיין פארטיידיגער פון די arranged Shidduch אבער ס'איז סתםַ געהאקט צו זאגן "די מהלך פון סתם אריינזעצן א זכר מיט א נקיבה אהן קיין חשבון". איך ווייס נישט פון וועלכע פלאנעט איר רעדט.
באמת נישט יושר אזוי צו רעדן.
1) בנוגע דיין טענות אויף די ביליגע שפראך, הער איך דיין ווייטאג, אבער דאס איז די פרייז פארן האבן א פרי ספיעטש פלאטפארמע, יא אויב מען לאזט מענטשן שרייבן וואס מען וויל וועט אויך אריינפאלן זאכן וואס די האסט נישט אזוי ליב, און די האסט טאקע אלע רעכטן מוחה צו זיין דערויף, אבער עס איז נאכאלטס פיל בעסער ווי א פארמאכטע צענזורירטע פלאטפארמע ואכמ"ל.

2) די וועבזייטל לכשעצמו איז נישט קיין פראבלעם, פארקערט עס איז זייער א געווינטשענע זאך, און עס וועט זיכער גרינגער מאכן און ארויסהעלפן מיטן קלאוזן שידוכים אויף אונזער אלטער שטייגער, אבער דאך ווען מען מאכט שוין יא א נייע זאך, קען מען שוין טאקע יא אריינווארפן די פאר שינויים אז עס זאל זיין א דבר השלם.

איך וואלט געראטן אז עס זאל זיין א מהלך אז מען דארף זיך געהעריג איינשרייבן און ווערן וועריפייד, און נאר דער וואס ווערט וועריפייד וועט באקומען די אלע פראפילן פון די פארקערטע דזשענדער, עס זאל האבן אלע אינפארמאציע, און יא, מיט א בילד! בעסער געזאגט, בילדער! חוץ א טעלעפאן נומער, און ווען איינער איז עכט אינטערסירט אין איינעם זאל מען דאן זיך ווענדן צו אן אחראי, צו באקומען די טעלעפאן נומער פון יענעם, און לאזן די זאך לויפן פון דארט, זיך טרעפן וכו', און ווען די צוויי האלטן זיך שוין נאכן גוט קענען, און זיי האבן זיך שוין באמת ליב אהבת נפש, און זיי זענען גרייט אויפצושטעלן צוזאמען א בית נאמן בישראל, זאל מען דאן קאנטאקטן א שדכן אפצוענדיגן די זאך.

3) לאמיר דיר מסביר זיין וואס איך האב געמיינט מיטן שרייבן "אהן קיין חשבון", אודאי איז דא א חשבון, נישט נאר "א חשבון" נאר אסאך חשבונות. און טאטעס פארברענגען טאקע שעות ע"ג שעות פאר שידוכים, און זיי זוכן באמת די בעסטע פאר זייערע קינדער. די פראבלעם איז נאר אז זיי ווייסן נישט וואס זייער קינד דארף און וויל, און וואס ער האט ליב!

ווען א טאטע וויל קויפן א געשמאקע נאכטמאל פאר זיין קינד, ווייסט ער שוין פונקטליך וועלכע סארט זיין זון גלייכט, עס איז נישט קיין סוד אין שטוב צו די קינד האט ליב מילכיג אדער פליישיג, הייס אדער קאלט, זיס אדער זויער, די אלע זאכן איז מען זייער אפן מיט יעדעם, און בכלל איז עס א זאך וואס מען קען גרינג אנכאפן, און איז בכלל נישט אזוי קאמפליצירט ווי די נושא פון אהבה, וואס האט אסאך מאל נישט קיין הגיון, נאר איז פשוט א התחברות הלבבות, עפעס וואס א דרויסענדיגער וועט לאו דוקא פארשטיין וויאזוי פונקט די צוויי האבן זיך אזוי ליב.
און איך וויל אויסקלארן, איך רעד דא נישט פון די פאלשע אהבה וואס הייסט תאווה, ניין, איך רעד פון די מציאות וואס מען קען זען אפילו ביי צוויי בחורים אדער גאר גוטע חברים, אז זיי האבן פשוט עפעס א קאנעקשן, און די צוויי האבן פשוט ליב צו זיין איינער נעבן די צווייטע ווי מער אפט, צו פארברענגען און שמועסן, און לעבן אינאיינעם.

אבער היות די טאטע האט נישט קיין אנונג וואס זיין זון דארף, מאכט מען אלע אנדערע חשבונות חוץ פון די ריכטיגע.

יא, מען פארברענגט טאקע שעות ע"ג שעות צו הערן אויב איז עס א "חשוב'ע" משפחה, אויב איז נישט חלילה דא עפעס א גע'גט'ע פעטער, אויב עס איז דא "גענוג" געלט, אויב די בחור לערנט פלייסיג, מיט נאך אסאך שטותים.

יעצט אודאי מאכן זיי אויך זיכער אז די מיידל אדער בחור איז נארמאל, ער אדער זי האט גוטע מידות וכו', זאכן וואס איז טאקע באמת וויכטיג, (איך רעד שוין נישט פון א טאטע וואס טוט א שידוך וואס איז גוט פאר "אים" ענדערש ווי וואס איז גוט פאר זיין זון, א זאך וואס איז א מיעוט המצוי ליידער אין די מקומות ווי מצודתי פרוסה).

אבער ווען עס קומט צו די וויכטיגסטע זאך, דארט פרעגט מען ניטאמאל, און מען מאכט אפילו נישט קיין וועזן דערפון, און דאס איז די נושא וואס מענדל ראטה זינגט אזוי שיין, "איך וויל ליב האבן א מיידעלע"... יא, מען דארף זיך ליב האבן!

האבן זיי עפעס א התחברות? איז דא א אהבה? אחוה? ריעות? אדער איז ער פשוט א גוטע בחור, און זי א גוטע מיידל, אבער חוץ פון דעם איז נישטא קיין שום שייכות ציווישן די צוויי? זייערע נאטורן זענען אפשר פונקט קאפויער, ווען זיי זענען ווען צוויי מיידלעך אין קלאס וואלטן זיי נישט אויסגעטוישן קיין ווארט דורכ'ן טאג, זיי זענען פשוט צוויי אנדערע סארטן, ווער קוקט אפילו אויף אזא זאך היינטיגע צייטן? וועלכע טאטע פרעגט זיין זון נאכן ערשטע בעשוי, נא! דו האסט איר ליב? קיינער, און אויב יא, קען ער נישט באקומען קיין ריכטיגע תשובה, ווייל קען מען דען וויסן פון טרעפן "איין" מיידל, "איין" מאל, פאר "איין" שעה?

דאס הייסט חתונה געמאכט די קינדער אהן קיין חשבון.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

רבותיי: זייטס נישט ברוגז. איך פארשטיי נישט דעם גאנצן שקלא וטריא דא און דעם פלפול (של הבל), און די הוה אמינא פון די הוה אמינא, און די פארענטפערונג, און די לערנען פשט אין וואס מ'האט געקענט און געוואלט מיינען (יאסל ראקאווער, לדוגמא). א יעדער פון די מאן דאומרים איז חושש פאר מנובלים און מנובלות'טעס אלס טעם און מאטיוו פאר נישט ארויפלייגן פיקטשערס פון די בחורים און מיידלעך קאנדידאטן פאר שידוכים. דער גאנצער געדאנק איז אבסורד. ווי די גמ' פרעגט רעטאריש, "אטו בשופטני עסקינן"...? רעדט מען דען פון אומ-נארמאטיווע מענטשן? דאס גאנצע אידישקייט איז געבויעט אויף טראסט. אן ערליכער איד, א נארמאלער מענטש, האט אזויפיהל נאמנות אז ער/זי וועט טון וואס מ'דארף, און נישט חלילה פארקערט. אז די תורה האט געזאגט מ'טאר נישט עסן חזיר, וועט מען דען שטעלן שומרים אויף א יעדע גאס אז מ'זאל נישט עסן חזיר?! אדער מ'עט שטעלן שומרים אז מ'זאל היטן שבת? א יעדער מענטש פארשטייט אז ווען מ'לייגט נישט ארויף קיין פיקטשערס פון די קאנדידאטן פאר שידוכים, האט מען אוועקגענומען מער ווי 50% פון די עפעקטיווקייט פון די וועבסייט, ווייל א נארמאלער מענטש וואס זוכט א שידוך פאר זיינע קינדער וועט צוערשט זיך אינטרעסירן אויב אלע אנדערע פרטים שטימען פאר איהם, נאכדעם וויל ער זעהן צי דער מדובר אדער מדוברת איז פאסיג פאר איהם.
משה פריעדמאן
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 10
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג סעפטעמבער 09, 2021 12:30 am
האט שוין געלייקט: 3 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 23 מאל

Re: שידוכים דורכברוך ביים היימישען ציבור "בקרוב" וועב-סייט

שליחה דורך משה פריעדמאן »

-

חיצמיזעַ° האלטעך איז מורא'דיג וויכטיג צוצלייגן אז יעדער זאל קענען שרייבן א ריוויא:

*** כ'קען אים פון בית מדרש, מיט אביסל העלפ האלטעך קען מען אים מאכן פאר מענטש.

* דאונט טאטש איט.

***** גאלדענע מידות [emoji93]

** נישט צו שלינגן, נישט צו אויסשפייען....

* א כלב.

***** איי נאו הים וועל, היַ איז א ווערי נייס פערזאן, טעק הים.

**** איך האב געלערנט מיט אים אין ישיבה קטנה אין קאשוי, ער פלעגט זיין א מורא'דיגע שוויצער, ער האט אנגעפירט דיַ גאנצע שבת התחזקות, כ'ווייס אבער נישט ווי ווייט ער לערנט, באט פאר א ווייב קען ער זיין גוט.....

*** כ''וואוין אין זיין געגנט, כ'בין אמאל אהיים געקומען פון א חתונה, איי קאדענט ביליוו מיי סעלף, ס'געווען דאכצעמיר 1:00 פארטאגס, און זיינע העדלייטס האבן געארבעט, כ'כ'כאניש געקענט פארשטיין וואס ער טוט דארט אזוי שפעט, בין איך געגאנגען פון בעק שטיל, און נישט מער און נישט ווייניגער זעה איך ווי ער האט א טאמענעכּיילע ראכמאנעניצלאן. אבער אזוי ווי כ'הער יעדן טאג א האטליין פון שמיראסהאלאשען, בין איך אים דן אז ער ניצט עסַ לצוירעכפארנאסע. - א אייוועלט ליינער.

** דער בחור קעניעך נישט, אבערַַַַ זייערַ שוואכעַַַ עלטערן.






° הגהת הבחור הזעצער: חוץ מזה
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

דא האט מען ברייט אויסגעשמועסט די נושא
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
טאמבל סאס
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4290
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 08, 2012 7:59 am
געפינט זיך: נישט דאס פלאץ.
האט שוין געלייקט: 6640 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3625 מאל

שליחה דורך טאמבל סאס »

עצי שטים האט געשריבן: א זאך וואס איז א מיעוט המצוי ליידער אין די מקומות ווי מצודתי פרוסה
געב אובאכט ווייל אויב דיין טעריטאריע אווערלעפפד מיט ראקעווער'ס קען נאך אויסברעכן א טעריטאריעל פייט צווישן ענק. ס'וועט זיין גרויליג.. [emoji38]
דאס איז נישט מייניגע, דאס איז אויך נישט פון באשעפער. דאס איז פון די מאדערנע אחיה השילוניס פון היינט.
פארוואס זאג איך אייך דאס? ווייל כל מי שאינו אומר דבר בשמם מתעטר בעטרה שאינו שלו ומביא בערות, גסות רוח ואמונות טפלות בעולם.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

משה פריעדמאן האט געשריבן:

**** איך האב געלערנט מיט אים אין ישיבה קטנה אין קאשוי, ער פלעגט זיין א מורא'דיגע שוויצער, ער האט אנגעפירט דיַ גאנצע שבת התחזקות, כ'ווייס אבער נישט ווי ווייט ער לערנט, באט פאר א ווייב קען ער זיין גוט.....

*** כ''וואוין אין זיין געגנט, כ'בין אמאל אהיים געקומען פון א חתונה, איי קאדענט ביליוו מיי סעלף, ס'געווען דאכצעמיר 1:00 פארטאגס, און זיינע העדלייטס האבן געארבעט, כ'כ'כאניש געקענט פארשטיין וואס ער טוט דארט אזוי שפעט, בין איך געגאנגען פון בעק שטיל, און נישט מער און נישט ווייניגער זעה איך ווי ער האט א טאמענעכּיילע ראכמאנעניצלאן. אבער אזוי ווי כ'הער יעדן טאג א האטליין פון שמיראסהאלאשען, בין איך אים דן אז ער ניצט עסַ לצוירעכפארנאסע. - א אייוועלט ליינער.
משה פרידמאן: איך האב נאר איין הערה. ווען ס'איז געווען די קאשוי'ער ישיבה קטנה (איך האב אויך דארט געלערנט) איז נאכנישט געווען קיין טמא'נע כלים. יא. העדלייטס פון קארס איז שוין געווען...!
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

ער’ בערל: די שרעקליכע מאדע פון א באקל פאסיק איז שוין געווען יענע יארן ?
געב ארויס וואס איז דעמאלטס געווען די שייגעץ זאכן ?
פארשפארט