שמעון וואלף האט געשריבן:signout האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:
זאג פאר דעם בעל האישי אז ער איז נאך צו יונג צו געדענקען יענע צייטן ווייל דאן איז געווען א וועבזייטל "היידפארק" ווי דער עולם פלעגט שרייבן. פאר די פראטעסט האבן די ארונים געסטראשעט אז ווער ס'וועט דארט זיין וועט מען מפרסם זיין בילדער, וכך הוה, מ'האט דארט אויפ'ן סייט געלייגט בילדער פון די באטייליגטע. אבער ווען מאנכע האבן געשריבן די ליגענט אז קווינס ישיבה איז געגאנגן צום פראטעסט האט מען געבעטן בילדער וואס זענען קיינמאל נישט אנגעקומען.
דו זאגסט אז די קווינס בחורים זענען נישט דארט געווען אויף יוז סט.?
איך בין נישט דארט געווען. איך זאג נאר אז דאס איז געווארן אויסגע'טענה'ט בימים ההם בשעת מעשה און די שקר אז קווינס בחורים האבן זיך באטייליגט איז געווארן דיבאנקט. יעצט 12 יאר שפעטער קומט מען אויף מיט נייע ליגענטס אז א באס האט אפילו געווארט ביים קארנער צוריק צו נעמען די בחורים קיין קווינס. גיוו מי ע"י ברעיק.
אפשר קען איינער אויפזוכן די שמועסן אויף היידפארק וועט מען נישט דארפן נאכאמאל אלעס איבערקייען?
זאג, ס'איז געווען אמאל א האלאקאסט? אפשר ברענגסטו אהער בילדער דערפון?
כ'וויל באמת פארשטיין וואס פונטקליך ווילסטו זאגן? ס'נישט געווען קיין קווינס בחורים? הייסט די אלע הונדערטער באטייליגטע זענען געווען אינגעלייט און בעל בתים? נאו פראבלעם, די בילד ווערט נאר שווארצער אויב אזוי.
די אפיציעלע פראטעסט מיט די פאליציי און די בעריקעטס מיט א שיטערע עולם האט זיך אנגעהויבן בערך אכטע ניינע, און צען אזייגער זענען אנגעקומען די קווינס באסעס צו לי היוז, און דעמאלטס איז די גאס (נאר די ערשטע חלק, ווייטער האט די פאליציי נישט אריינגעלאזט) געווארן פארפלייצט מיט צוווילדעוועטע בחורים מיט די תפילין'ס אינטערן ארעם, וואס האבן געשריגן 'אהרן ט''ב צא טמא'! ס'איז געווען בילדער פון אינגעלייט, קווינס בחורים, און סתם צושויער. ביז בערך עלף אזייגער ווען מ'האט אפגעליידיגט די גאס. און ווען מהרא איז ארויסגעקומען איז געווען שטיל, בלויז איינער האט אראפגעשריגן פון א פארטש 'אהרן טייטלבוים'! און מהרא האט זיך אנגערופן 'וואס האט ער מחדש געווען...?'
די פלעק וועט אייביג בלייבן אויף די זאליס, עס וועט ענק נישט העלפן צו לייקענען פאקטן וואס אונז אלע געדענק מיר און האבן מיטגעהאלטן, עס וועט ענק אויך נישט העלפן דאס פרובירן צו מינימיזירן וואס איז פארגעגאנגען דעמאלטס, יעדער געדענקט.
עס געפעלט מיר אויך די ניגון וויאזוי מ'זינגט עס, 'דו ווילסט מיר זאגן אז א באס האט געווארט צוריקצונעמען די בחורים אין ישיבה? דו רעדסט דאך זאכן וואס מאכן נישט קיין סענס! גיוו מי עי ברעיק'... גוט מארגן! ס'מאכט נישט קיין סענס? ס'האט שוין נישט געמאכט קיין סענס צוועלף יאר צוריק!
און ניין מהרא האט נישט קיין ווארט מוחה געווען דעמאלטס, מהרז''ל געדענק איך נישט... קען זיין אז ער האט געזאגט דעמאלטס וכל קרני רשעים אגדע... אבער מהרא האט זיכער קיין ווארט נישט געזאגט, אבער רז''ל מיט אלע דיינים האבן נעבעך נישט געקענט פארשווייגן ווען דרייצן יעריגע בחורים האבן אים נאכגעשריגן ווען ער האט זיי אריבערגעוואקט.....
ראו מה בין בני לבן חמי....