מלחמות חרדיזם אין מירון
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 635
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
- האט שוין געלייקט: 320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל
מלחמות חרדיזם אין מירון
וויי יעדער פארשטייט און ליכט פון די טראגעדיע אין מירון מוז די מדינה מאכן שינויים אין די ווערטשאפט דארט. די גאנצע פלאץ ווערט ביז היינט געפירט פון פארשידענע פראקציעס און שבטים וואס אמפערן זיך ארום צווישען זיך די לעצטע צענדליגע יארן. יעצט האבן זיי זיך אלע צוזאמען גענומען קעגן זייער common enemy! דאס הייסט; די ציוניסטישע מדינה וואס איז אנגעקומען מיט א פלאן צו מאכן סדר. די ווילדע שבטים זענען אלע אין בג"ץ און שלאגן זיך מיט די מדינה אויף טריט און שריט אנטקעגן זייער eminent domain proceedings, די לעגאלע פראצעס וואס די מדינה ניצט צו אוועק נעמען די פריוואטע פראוויזארישע בנינים און שטחים.
אין די מאמענט איז אפגעדרוקט א בריוו ווי די אנאנימע שרייבער רעגט זיך פארוואס די מאמענט גיט א פלאטפארמע צו רעדן וועגן טוישונגען אין מירון אן ארויס שרייען די דבר השם אנטקעגען דעם. לויט די שרייבער קען מען זען עין בעין די יד השם וואס האט אפגערוימט פון וועג דער שופטת מרים נאור תנצב"ה וואס האט אנגעפירט מיט די חקירה. און פארשטייט זיך ווייל זי האט געמאכט האט געזוכט צו מאכן שינויים לטובה אין די ווערטשאפט דארט. מיך האט עס דערמאנט די עין בעין יד השם וואס דער פרעכער איד האט עדות געזאגט פארוואס כביכול האט אומגעברענגט די גוים און גויטעס ביי סורפסייד ווי דא באריכטעט.
האבן מיר זיך שיין דערלעבט! די מאמענט, די מעסיגע אידיש פובליקאציע, וואס צענזורט זייער בריווען, האט אריינגעשטעלט די בריוו מיט אירע דברים דופי! דער בריוו נעמט שוין א שטאך און איינוועגס קעגן די מאמענט פאר נישט ארויסגיין מיט א קאמף קעגן די וואקסינען. נעבעך.
סדנא דארעא חד הוא, די חרידישע מהלך המחשבה איז איבעראל דער זעלבע. אין א שמועס מיט די ביילאגע אין די וואך - די צייטשריפט, פארציילט דער מירון מאכער רב יואב אברהם הי"ו אז די מדינה מאכט גאר גרויסע פראבלעמען אין מירון. בתוך הדברים דערקלערט ער אז טאמער וועט די מדינה גייט טאקע אוועק נעמען די שטחים וואס באלאנגט יעצט פאר די הקדשות איז עס א גאר ערענסטע פראבלעם. פארוואס? ווייל דעמאלס גייט די צדיק זיין נקבר אין קרקע שאינו שלו. דער רב יואב בלאבעלט ארויס מיט חוצפה אז טאמער דאס געשעט לויט געוויסע פוסקים גייט מען דארפן מפנה זיין די קבר פון רשב"י.
ווען איך האב ג'גוגעלט זיין נאמען צו טרעפן א בילד פון אים, זעע איך אויף בחדרי חרדים אז איבער די יארן איז ער שוין ארעסטירט געווארן פאר פראוועקאציעס אין מירון ווען ער שלאגט זיך ארום מיט די זיכערהייט מאסנאמען פון די פאליציי.
איך בין נישט קיין גרויסע היסטאריען אבער יואב אברהם'ס נאמען אויף גוגעל האט אויך ארויף געברענגט די פאלגענדע קול קורא און קאמענטארן זענען איבריג.
בלייבט נישט איבער מער ווי צוברענגן די ווערטער פון @וואלוי וואס ער שרייבט אין זיין תגובה צו פרעכע מועסע ווערטער פון דער איד דא "די שרעק איז יעצט שוין נישט פון ווי ס'נעמט זיך אזא מין אכזריות, נאר דאס אז אפילו אזא אוממענטשליכע אכזריות'דיגע סטעיטמענט גליטשט אריין און ארויס פון איין אויער צום צווייטן, און ניטאמאל קיין חרדי'שע עפ"ל ווערט געהערט, דאס איז שוין עפעס וואס דארף רחמים מרובים".

הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות

- מי אני
- שריפטשטעלער
- הודעות: 5784
- זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
- האט שוין געלייקט: 12391 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל
די גאנצע מערכה פון "קבר שאינו שלו" איז, לענ״ד, א שטיק חוכא וטלילא און פשוט הייפּערבּאלי (כדרכם…):
איינס, די ״קבר שאינו שלו״ ווערט נישט געברענגט אין שו״ע.
צוויי, הגם עס ווערט טאקע געברענגט אין שו״ת חת״ס (יו״ד סימן שלא) שיקחו דבר מה לחזק המנהג ע״ש, אבער מפנה זיין אח״כ, ווען בשעת ער איז נקבר געווארן איז עס יא געווען שלו, מאן דכר שמיה! און דאס איז אפילו ווען בשעת מען האט באגראבן דעם מת איז נישט געווען זיכער אז דאס וועט פארבלייבן שלו (עיין בשו״ת נו״ב קמא יו״ד סימן פח ועיין בשו״ת שבט הלוי ח״י סימן רז).
דריי, פארוואס איז טאמער ווערט די מדינה אחראי דערויף, ווי אלע פּאָבּליק ערטער, וועט עס ווערן ווייניגער ״שלו״ ווי יעצט וואו עס איז א פרי-פאָר-אָל מיט ״הקדשים״ וואס זענען זיך משתלט?
פיר, מען רעדט דאך דא פון מונע זיין סכנות נפשות און מ׳דרייט א קאפ מיט ״קבר שאינו שלו״! עס דערמאנט ממש פון די גמרא ביומא כג:

- קוקי מאנסטער
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 21
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך פעברואר 16, 2022 12:59 pm
- האט שוין געלייקט: 19 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 47 מאל
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1428
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
- האט שוין געלייקט: 43 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל
לגבי דער קבר שאינו שלו איז דא א פשוט'ע עצה, דער מערה אונטער דער בנין, דאס קענען די פיר שותפים האלטען פאר זיך, אזוי וועט ר' שמעון טאקע האבן דער בעלות אויף זיין קבר. דער גאנצע בנין אויבן קען די מדינה נעמען פאר זיך.
ועוד, ר' אהרן קארלינ'ער האט דאך געזאגט אז ר' שמעון איז לכל, ואפילו לפחותים, דארף טאקע זיין קבר באלאנגען פאר די גרעסטע פחותים שייך, און דאס איז די מדינה הטמאה.

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום היסטאריע, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא
ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
תרמב האט געשריבן:די שופטת איז אוועק וועגן זי האט געוואלט מפקיע זיין הייזער, דעמאלטס פארוואס זענען 45 מענטשן פאראיאר נפטר געווארן דארט אין מירון, זיי האבן אויך געוואלט איינווארפן הייזער? ווען ווייסט מען פונקטלעך די אייבירשטערס חשבונות און ווען נישט?
ווען איינער וואס איך האלט פאר א רשע שטארבט, ווייס איך קלאר פאר וועלכע עבירה ס'איז געקימען (בפרט ווען ס'שטימט מיט מיין אג'ענדע).
ווען איינער וואס איך האלט פאר א צדיק שטארבט, איז עס נסתרים דרכי ה', ואין לך רשות להרהר אחריה.
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- חתן בחור
- ידיד השטיבל
- הודעות: 318
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 11, 2018 9:14 pm
- האט שוין געלייקט: 520 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 256 מאל
Re: מלחמות חרדיזם אין מירון
מי אני האט געשריבן:די גאנצע מערכה פון "קבר שאינו שלו" איז, לענ״ד, א שטיק חוכא וטלילא און פשוט הייפּערבּאלי (כדרכם…):
איינס, די ״קבר שאינו שלו״ ווערט נישט געברענגט אין שו״ע.
צוויי, הגם עס ווערט טאקע געברענגט אין שו״ת חת״ס (יו״ד סימן שלא) שיקחו דבר מה לחזק המנהג ע״ש, אבער מפנה זיין אח״כ, ווען בשעת ער איז נקבר געווארן איז עס יא געווען שלו, מאן דכר שמיה! און דאס איז אפילו ווען בשעת מען האט באגראבן דעם מת איז נישט געווען זיכער אז דאס וועט פארבלייבן שלו (עיין בשו״ת נו״ב קמא יו״ד סימן פח ועיין בשו״ת שבט הלוי ח״י סימן רז).
דריי, פארוואס איז טאמער ווערט די מדינה אחראי דערויף, ווי אלע פּאָבּליק ערטער, וועט עס ווערן ווייניגער ״שלו״ ווי יעצט וואו עס איז א פרי-פאָר-אָל מיט ״הקדשים״ וואס זענען זיך משתלט?
פיר, מען רעדט דאך דא פון מונע זיין סכנות נפשות און מ׳דרייט א קאפ מיט ״קבר שאינו שלו״! עס דערמאנט ממש פון די גמרא ביומא כג:
עז איף ער איז באגראבן דארטן בכלל.
השמים שמים לה׳ והארץ נתן לבני אדם. בעט נישט פון גאט קיין עצות, ער וויל זעהן וואס די גייסט טוהן.
- yn.NY
- ידיד השטיבל
- הודעות: 306
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2020 3:10 pm
- האט שוין געלייקט: 123 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 219 מאל
צו די פינטלקהל'ס נער האט געשריבן:ווען איינער וואס איך האלט פאר א רשע שטארבט, ווייס איך קלאר פאר וועלכע עבירה ס'איז געקימען (בפרט ווען ס'שטימט מיט מיין אג'ענדע).תרמב האט געשריבן:די שופטת איז אוועק וועגן זי האט געוואלט מפקיע זיין הייזער, דעמאלטס פארוואס זענען 45 מענטשן פאראיאר נפטר געווארן דארט אין מירון, זיי האבן אויך געוואלט איינווארפן הייזער? ווען ווייסט מען פונקטלעך די אייבירשטערס חשבונות און ווען נישט?
ווען איינער וואס איך האלט פאר א צדיק שטארבט, איז עס נסתרים דרכי ה', ואין לך רשות להרהר אחריה.
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך בין נישט אזוי קלאר אין די נושא פון קבר שאינו שלו, אבער אפאר קשיות האב איך אויף דעםמי אני האט געשריבן:די גאנצע מערכה פון "קבר שאינו שלו" איז, לענ״ד, א שטיק חוכא וטלילא און פשוט הייפּערבּאלי (כדרכם…):
איינס, די ״קבר שאינו שלו״ ווערט נישט געברענגט אין שו״ע.
צוויי, הגם עס ווערט טאקע געברענגט אין שו״ת חת״ס (יו״ד סימן שלא) שיקחו דבר מה לחזק המנהג ע״ש, אבער מפנה זיין אח״כ, ווען בשעת ער איז נקבר געווארן איז עס יא געווען שלו, מאן דכר שמיה! און דאס איז אפילו ווען בשעת מען האט באגראבן דעם מת איז נישט געווען זיכער אז דאס וועט פארבלייבן שלו (עיין בשו״ת נו״ב קמא יו״ד סימן פח ועיין בשו״ת שבט הלוי ח״י סימן רז).
דריי, פארוואס איז טאמער ווערט די מדינה אחראי דערויף, ווי אלע פּאָבּליק ערטער, וועט עס ווערן ווייניגער ״שלו״ ווי יעצט וואו עס איז א פרי-פאָר-אָל מיט ״הקדשים״ וואס זענען זיך משתלט?
פיר, מען רעדט דאך דא פון מונע זיין סכנות נפשות און מ׳דרייט א קאפ מיט ״קבר שאינו שלו״! עס דערמאנט ממש פון די גמרא ביומא כג:
קודם כל ווען איינער שטארבט איז דאך גארנישט שלו, אלעס גייט בירושה פאר זיינע קינדער און אייניקלעך וכ' מיז מען דאך זאגן אז עס דארף דוקה בלייבן אין די רשות פון די יורשים און יורשי יורשיו אז עס זאל הייסן קבר שלו, נישט אזוי?
יעצט ווער זאגט אז די אלע שבטים זענען אייניקלעך פון רשב"י? איינער האט דען א יחוס בריוו? אפשר זענען די חברי הממשלה גאר אייניקלעך פון רשב"י?
ועוד, אויב איז עס אזא הארבע זאך אז די ממשלה נעמט איבער די בעלות אויף א קבר, ווערט גלייך שווער וואס איז מיט די קבר פון יוסף הצדיק? אדער שמואל הנביא? אדער די אלע אנדערע הונדרעטע קברי תנאים ואמוראים וואס זענען אינטער די רשות פון די ממשלה, אפשר דארף מען זיי אויך מפנה זיין?
און אויב איז עס יא אינטער די רשות פון א יחיד, דארף מען דאך נאכגיין די יחוס זיכער צו מאכן אז ער שטאמט טאקע פון דער וואס ליגט דארט?
די גאנצע זאך קוקט מיר אויס ווי איינער זיכט דא פשוט צו ניצן די תורה פאר זיינע אייגענע אינטערעסן
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
די אלע 'מלחמות' 'מהומות' און וויי געשרייען ארום ל""ג בעומר מירון קומען פון די 'עסקנים' וועלכע האבן 'געצויגן חיונה' יארן לאנג פון די אלע מושחת'דיגע הקדשים אויפן בארג און האבן יעצט פארלוירן זייערע פרנסה (סוף סוף), די שווערע רעאקציעס זענען נאר מוכיח למפרע פון וואס מ'האט זיך אפגעפטר'ט.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
ס'קומט זיי כאטש קרעדיט פאר דעים. אז זיי קומען נישט און דרייען א קאפ מיט ציונים, רשעים, שר"י עפ"ל, ימ"ש. דער תו"א רבי האט דאך נאך א ביסל מענטשליכקייט. ער זעהט איין אז ס'איז געשעהן א טראגעדיע. און מ'דארף דא עפעס מתקן זיין. אז ס'זאלל זיך נישט ח"ו איבער חזר'ן.ששון ושמחה האט געשריבן:למעשה איז אינטרעסאנט אז תולדות אהרן מאכט איין און שטעלט זיך צו
- שמעון וואלף
- חבר ותיק
- הודעות: 3547
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
- געפינט זיך: אין דרום
- האט שוין געלייקט: 5476 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל
לאו דוקאשאלתיאל האט געשריבן:די אלע 'מלחמות' 'מהומות' און וויי געשרייען ארום ל""ג בעומר מירון קומען פון די 'עסקנים' וועלכע האבן 'געצויגן חיונה' יארן לאנג פון די אלע מושחת'דיגע הקדשים אויפן בארג און האבן יעצט פארלוירן זייערע פרנסה (סוף סוף), די שווערע רעאקציעס זענען נאר מוכיח למפרע פון וואס מ'האט זיך אפגעפטר'ט.
ס'זענען דא גענוג תמימי לב און סתם ליידיגגייער וואס כאפן זיך צו ווי מ'קען נאר מאכן א מערכה
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
די איינגעווארצעלטע מהלך המחשבה אז די באשעפער היט, און אז רשב"י וואטשט אויפן עולם, אדער אז שלוחי מצוה אינו ניזוקין, איז טיף טיף אריינגעבאקן אין די מוחות פון חרדים, און אפילו מען האט פאראיאר קלאר געזען אז מען דארף זיך אויפירן מיט אחריות, און אויב נישט קען עס ליידער קאסטן א טייערע פרייז, דאך איז דא אזא הפקר געפיל, אז "אלעס וועט זיין אין ארדענונג"נוח האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך האב איך אבזערווירט, אז אין די צייט וואס די סיקריקים זענען זייער "באזארגט" אז די ציונים וועלן מאכן קבר הרשב"י פאר א "מערת פריצים" פאר טוריסטן, האב איך נישט געזעהן אז אפילו איינער פון זיי זאל זיך זארגן אז די פלאץ גייט זיין סעיף צו גיין דאס יאר. נאך אלעם זענען בלויז איין יאר צוריק אומגעקומען 45 נפשות טהורות. וואס איז פשט אז קיינער איז נישט באזארגט? קיינער פרעגט נישט וועגן סעיפטי? מ'מוז זאגן אז זיי פארלאזן זיך פשוט אויף די ציונים!
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
אוודאי פארלאזן זיי זיך אויף די ציונים פונקט ווי זיי פארלאזן זיך אויף דער טמא'נעם צה"ל, די שטנ'דיגע פאליציי און די ציוניסטישע שפיטעלער.נוח האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך האב איך אבזערווירט, אז אין די צייט וואס די סיקריקים זענען זייער "באזארגט" אז די ציונים וועלן מאכן קבר הרשב"י פאר א "מערת פריצים" פאר טוריסטן, האב איך נישט געזעהן אז אפילו איינער פון זיי זאל זיך זארגן אז די פלאץ גייט זיין סעיף צו גיין דאס יאר. נאך אלעם זענען בלויז איין יאר צוריק אומגעקומען 45 נפשות טהורות. וואס איז פשט אז קיינער איז נישט באזארגט? קיינער פרעגט נישט וועגן סעיפטי? מ'מוז זאגן אז זיי פארלאזן זיך פשוט אויף די ציונים!
ווי האט יענער טשאלמער געזאגט? '' זאלן אלע ציונים פאברענט ווערן חוץ די ביטוח הלאומי''...
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
עצי שיטים: ס'איז לאו דוקא די (אומשולדיגע) פיעלינג אז אלעס גייט זיין אין ארדענונג . נאר מענטשן מיט אן אדזשענדא.וועלכע האבן ביז היינט פארדינט פון דעם מצב הפקירות. גייען יעט פארלירן כבוד אדער געלט ווען מ'וועט ( די רעגירונג) איינשטעללן ארדענונג...!עצי שטים האט געשריבן:די איינגעווארצעלטע מהלך המחשבה אז די באשעפער היט, און אז רשב"י וואטשט אויפן עולם, אדער אז שלוחי מצוה אינו ניזוקין, איז טיף טיף אריינגעבאקן אין די מוחות פון חרדים, און אפילו מען האט פאראיאר קלאר געזען אז מען דארף זיך אויפירן מיט אחריות, און אויב נישט קען עס ליידער קאסטן א טייערע פרייז, דאך איז דא אזא הפקר געפיל, אז "אלעס וועט זיין אין ארדענונג"נוח האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך האב איך אבזערווירט, אז אין די צייט וואס די סיקריקים זענען זייער "באזארגט" אז די ציונים וועלן מאכן קבר הרשב"י פאר א "מערת פריצים" פאר טוריסטן, האב איך נישט געזעהן אז אפילו איינער פון זיי זאל זיך זארגן אז די פלאץ גייט זיין סעיף צו גיין דאס יאר. נאך אלעם זענען בלויז איין יאר צוריק אומגעקומען 45 נפשות טהורות. וואס איז פשט אז קיינער איז נישט באזארגט? קיינער פרעגט נישט וועגן סעיפטי? מ'מוז זאגן אז זיי פארלאזן זיך פשוט אויף די ציונים!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 3:08 am
- האט שוין געלייקט: 204 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
זיי דארפן דאך א ריזען צו בלעימען די סמארט פאונסנוח האט געשריבן:אן אינטערעסאנטע זאך האב איך אבזערווירט, אז אין די צייט וואס די סיקריקים זענען זייער "באזארגט" אז די ציונים וועלן מאכן קבר הרשב"י פאר א "מערת פריצים" פאר טוריסטן, האב איך נישט געזעהן אז אפילו איינער פון זיי זאל זיך זארגן אז די פלאץ גייט זיין סעיף צו גיין דאס יאר. נאך אלעם זענען בלויז איין יאר צוריק אומגעקומען 45 נפשות טהורות. וואס איז פשט אז קיינער איז נישט באזארגט? קיינער פרעגט נישט וועגן סעיפטי? מ'מוז זאגן אז זיי פארלאזן זיך פשוט אויף די ציונים!
-
- מאנשי שלומינו
- הודעות: 45
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יאנואר 14, 2020 3:08 am
- האט שוין געלייקט: 204 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 57 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
די ווידיאס וואס קומען ארויס פון מירון ווייזן א שווארצע בילד,
מען האט פון איין זייט פאליציי וואס האבן גענוג און נאך רציחה אין זיך כמעט ווי פוטין, און פון די אנדערע זייט איז דא די חרדים וואס זענען גרייט צו קעמפן ווי זאלענסקי, בקיצור עס איז יעצט א פיינע רעסעפי פאר דיזעסטער
זיי האבן אנגעגרייט עלעף טויזענט פאליציאנטן, מיט עטליכע תפיסה טראקס אויף סטענדביי
מען האט שוין יעצט אויסגעריפן אויפן בארג מירון, אז די תקנות זענען אריין אין קראפט, און יעדער אהן א אישור זאל שוין פארלאזן דאס פלאץ, פארשטייט זיך אז מען פייפט אהן
עס פארן ארים ווידיאס ווי בחורים ווארפן איין געיטס וואס די פאליס האט אויפגעשטעלט
די חרדישע ציבור גרייט זיך ארויפציגיין אין די מאסן כאילו לא היה, יא אישור נישט אישור, און אזוי האבן אסאך גדולים געהייסן, בתוכם רצ"מ זילבערבערג
די גשר הכהנים איז אין א סכנה'דיגע צישטאנד
די אייבעשטער זאל טאקע האלטן די רעכטע האנט, אבער מיין עדווייס וואלט געווען צו שטיין ווייט פון מירון היי יאר,
בעצם איז יעדע יאר געווען סכנת נפשות, איך געדענק איין יאר בשעת איך האב מיך געשטיפט אריין אין די מסוכנ'דיגע מערה, און איך האב כמעט גע'חלש'ט, האט נאך די פאליציי געשפריצט פעפערספרעי פון אויבן, עס איז ממש געווען ניסי ניסים אז עס האט גארנישט פאסירט ביז היינט
און אז מען האט לעצטע יאר געזען אז ר' שמעון קען נישט צירוקהאלטן קיין טראגעדיעס אין מירון, און דעם 'יכול אני לפטור העולם' מיינט "העכערע זאכן" זאל מען טאקע שטייט ווייט פון דעם מקום מסוכן, און זיך נישט אריינלייגן אינעם לייבן גריב