נייע סינגל: איך וויל ליב האבן א מיידל - מענדל ראטה
- פרנס החודש
- ידיד ותיק
- הודעות: 699
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
- האט שוין געלייקט: 3763 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
עס טוט זיך שוין פאר אפאר וואכן זייט די ניגון איז ארויסגעקומען, זה אומר בכה וזה אומר בכה, דער לויבט עס אויס, דער רייסט אראפ, איינער רעגט זיך אויפן שטורעם, און א צווייטער זאגט גאר אז א שטורעם איז בכלל נישט פארהאנען,
די גאנצע זאך איז מיר אויסגעקומען זייער מאדנע, סך הכל רעדט מען פון א פשוטע שיינע ניגון מיט אביסל נייע ווערטער וואס איז ארויס פונעם קעסטל, און יעדער האט זיך אן אייגענע פארקאכטע דיעה, מען קען מיינען אז מען רעדט דא פון די סאטמארע סידור קידושין מח' אדער וואס, פארוואס האט זיך יעדער דא זיין מיינונג?
נאכן זיצן מיט גרויסע טערעפיסטן, און פסיכיאטארן מיט אויסגעשפיצטע פראפעסארן און אויפגעריסטעטע פארשער און סייענטיסטן, און ביאלעאגיסטן, נאכן אפזיצען שעות לאנג און די לאביטאריעס שטודירנדיג דורכן לענז פונעם מייקראסקאפ די פליסיגקייטן אין די דורכזיכטיגע שמאלע לאנגע רערן, זענען מיר געקומען צו די מסקנה אזוי:
די ערשטע סארט וואס הערן די ניגון, זענען די עמך אייוועלט שטיפערס, וואס די סיסטעם איז ביי זיי פינקט אזוי הייליג ווי די תורה אליינס, און ביי זיי איז די געפילטע פיש פרייטיג צינאכטס, די טשיעזקעיק שבועות ביינאכט, און די קניידלעך אחרון של פסח, אייניג מיט די מנהג פון קלאפן הושענות, שלאגן כפרות, צינדען די מנורה חנוכה, לייגן תפילין, דאווענען שחרית מנחה מעריב, און ציילן ספירה, אלעס איז איין הייליגע לאקשן קוגל וכולם נתנו לנו ממשה מסיני
די סארט ווען זיי הערן א ניגון וואס איז ארויס פונעם קעסטל, שרייען זיי גלייך טמא! טמא! וואס הייסט?!? א ניגון קעגן די הייליגע אידישקייט? ווערטער וואס קען חלילה מאכן טראכטן אז דאס וואס עס שטייט אין די תורה "ויאהב יעקב את רחל" מיינט טאקע ליב געהאט!!! רח"ל, די רעבעס האבן דאך געזאגט אז עס מיינט העכערע זאכן, ווי קען מען זאגן די טריפענע ווערטער פון מיידל, און ליב האבן אין איין זאץ,
פעפער האב איך ליב??? די רבוש"ע האב איך ליב!!!
דערנאך איז שוין דא די אויפגעקלערטע, די קאווע שטיבל עולם, ווי חברינו, @ברוינשטיין, און @טאמבל סאוס וואס גלייכן שטארק די ניגון, ב"ה איינער זאגט דאס וואס די קליגע טראכטן, יא די סיסטעם איז פארקאקט, זאל עס כאטש איינער אויפדעקן, צו ראטה איז טאקע די פאון טרעגער פון די אויפגעקלערטע געמיינדע? טוט זיינע ווייסע שטויב אונז רעפרוזענטירן? אודאי נישט, אבער סך הכל זינגט ער א שיינע ניגון, וזהו, מען האט הנאה, און מען פריידט זיך אז איינער גיסט טראפנס וואסער אויף די הארטע שטיינערנע סיסטעם, און מען האפט אז עס וועט מיט די יארן שפאלטן, אזוי ווי די שטיין פון רבי עקיבא,
דאגעגן זענען שוין דא די גאר אויסגעביגעלטע הויכע קלאס פון אויפגעקלערטע, זיי שטייען כמעט נישט אין ווארט מיט די המון עם פון אויפגעקלערטע, זיי זענען עפעס גאר ספעציעל און זענען באשאנקן מיט גאר א הויכע דשזעלי, זיי קענען נישט סטאם אזוי נאכטאנצן די אנגענומענע מיינונג פון די וואס טראכטן ארויס פונעם קעסטל, זיי מוזן קומען מיט א חידוש וואס אפילו די וואס פארשטייען שוין יא, זאלן זאגן, פשי הא!! ער קומט גאר פון יענע זייט!!! דאס זענען די חברה אזוי ווי @יהורם און @קטלא קניא, וואס בעצם קאקן זיי אויך אויפן סיסטעם, און גלייכן עכט יא דעם ניגון, אבער היות "אלע" אויפגעקלערטע גלייכן עס, מיזן זיי ארויסגראבן פון אינטער די ערד עפעס קריטיק צו ווייזן אז "איך פארשטיי אויך אן עסק"
דאן קום "איך"!! וואס איך בין שוין אזוי שטארק אויפגעקלערט, אז אפילו נאכן האלטן אויף די מדריגה אז איך דארף טראכטן ארויס פון די "אויפגעקלערטע" קעסטל, און טרעפן עפעס קריטיק, טראכט איך גאר נאכמער ארויס פון אט דיזע קעסטל!!! און איך קען שוין יא האלטן פון די ניגון, אהן צו ארויסהייבן יעדעס ביסל קריטיק וואס מען קען נאר אפירקראצן!!!
איך האף אז איך האב קיינעם נישט געטשעפעט, נעמטס עס נישט פערזענליך...

רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!

- קהל'ס נער
- שריפטשטעלער
- הודעות: 2461
- זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
- געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
- האט שוין געלייקט: 5892 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל
מען דארף נישט צענזורירן, מען טייטשט נאר אריין אז רחל מיינט בעצם דער אייבערשטער בבחינת רחל, אזוי ווי, ויאכל=און ער האט געגעסען און נישט געמאכט קיין ברכה וכו'צקון לחש האט געשריבן:לויט ווי איך הער טוען די גאר פרומע גענצליך צענזירן דעם פסוק "ויעקב אוהבת את רחל"
If I could do it all again, I'd be a plumber.
Albert Einstein
Albert Einstein
- berlbalaguleh
- שריפטשטעלער
- הודעות: 20420
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
- האט שוין געלייקט: 25361 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
- קאנטאקט:
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך האב בלויז רעדאגירט די לשון הפסוק צו "ויאהב יעקב את רחל"צקון לחש האט געשריבן:שוין, הרב עצי שיטים האט שוין רעדאגירט זיין תגובה...צקון לחש האט געשריבן:לויט ווי איך הער טוען די גאר פרומע גענצליך צענזירן דעם פסוק "ויעקב אוהבת את רחל"
עס עקזעסטירט נישט קיין פסוק "ויעקב אוהבת את רחל" איך האב עס דאן נאר ארויסגעשריבן פון זכרון
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
עצי שטים האט געשריבן:דאן קום "איך"!! וואס איך בין שוין אזוי שטארק אויפגעקלערט, אז אפילו נאכן האלטן אויף די מדריגה אז איך דארף טראכטן ארויס פון די "אויפגעקלערטע" קעסטל, און טרעפן עפעס קריטיק, טראכט איך גאר נאכמער ארויס פון אט דיזע קעסטל!!! און איך קען שוין יא האלטן פון די ניגון, אהן צו ארויסהייבן יעדעס ביסל קריטיק וואס מען קען נאר אפירקראצן!!!
@עצי שטים אז דו בעטסט אזוי שיין אז מען זאל נישט נעמען פערזענליך... איך וויל אויך בעטן דאס זעלביגע. אבער קענסטו מיר ביטע ערקלערן וואס פונקטליך איז דיין הארבע אבסעסיע מיט דעם לידל? ביי מיר זענען שוין פילע וואסערן אריבערגעפלאסן דעם האדסאן זינט דאס לידל האט געשפילט צום לעצט ביי מיר...
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך בין גראדע בכלל נישט אבסעסט מיטן ניגון,יהורם האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:דאן קום "איך"!! וואס איך בין שוין אזוי שטארק אויפגעקלערט, אז אפילו נאכן האלטן אויף די מדריגה אז איך דארף טראכטן ארויס פון די "אויפגעקלערטע" קעסטל, און טרעפן עפעס קריטיק, טראכט איך גאר נאכמער ארויס פון אט דיזע קעסטל!!! און איך קען שוין יא האלטן פון די ניגון, אהן צו ארויסהייבן יעדעס ביסל קריטיק וואס מען קען נאר אפירקראצן!!!@עצי שטים אז דו בעטסט אזוי שיין אז מען זאל נישט נעמען פערזענליך... איך וויל אויך בעטן דאס זעלביגע. אבער קענסטו מיר ביטע ערקלערן וואס פונקטליך איז דיין הארבע אבסעסיע מיט דעם לידל? ביי מיר זענען שוין פילע וואסערן אריבערגעפלאסן דעם האדסאן זינט דאס לידל האט געשפילט צום לעצט ביי מיר...
איך זע נאר ווי עס גייט נישט אראפ פונעם סדר היום, די בלעטער דא ווערן נאר פילער און לענגער, האב איך אויך אריינגעווארפן מיינע פאר צענט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
- שאלתיאל
- שריפטשטעלער
- הודעות: 846
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מערץ 02, 2022 1:03 pm
- האט שוין געלייקט: 1634 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2228 מאל
דער רעוואלוציאנער עפנט א רעוואלוציאנערישן טיקטאק אקאונט און פארפאסט א רעוואלוציאנערישן מעלאדיע לכבוד דער מאורע.
Life is not a problem to be solved, but a reality to be experienced- Soren kierkegaard
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
איך זיך נאך די בייסיגקייט און די שארפקייטדערהויבענע איד האט געשריבן:@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
הודעהדורך שאלתיאל » מיטוואך מאי 11, 2022 12:17 pmעצי שטים האט געשריבן:איך זיך נאך די בייסיגקייט און די שארפקייטדערהויבענע איד האט געשריבן:@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.
דער רעוואלוציאנער עפנט א רעוואלוציאנערישן טיקטאק אקאונט און פארפאסט א רעוואלוציאנערישן מעלאדיע לכבוד דער מאורע.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 622
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
- געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
- האט שוין געלייקט: 4274 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל
הודעהדורך שאלתיאל » דינסטאג אפריל 26, 2022 10:24 pmדערהויבענע איד האט געשריבן:הודעהדורך שאלתיאל » מיטוואך מאי 11, 2022 12:17 pmעצי שטים האט געשריבן:איך זיך נאך די בייסיגקייט און די שארפקייטדערהויבענע איד האט געשריבן:@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.
דער רעוואלוציאנער עפנט א רעוואלוציאנערישן טיקטאק אקאונט און פארפאסט א רעוואלוציאנערישן מעלאדיע לכבוד דער מאורע.
עטענשאן רייזע זעצט פאר מיט סוקסעס..
-
- שריפטשטעלער
- הודעות: 3266
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
- געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
- האט שוין געלייקט: 3320 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל
אויש!! מורא'דיג בייסיג!!!דערהויבענע איד האט געשריבן:הודעהדורך שאלתיאל » מיטוואך מאי 11, 2022 12:17 pmעצי שטים האט געשריבן:איך זיך נאך די בייסיגקייט און די שארפקייטדערהויבענע איד האט געשריבן:@שלתיאל, ביטע הער אויף מיט די בייסיגע טאן וואס איר רעדט אזוי, אז איר זענט נישט מסכים מיט אים איז איין זאך, ביטע לאז די שארפקייט אינדערויסן.
דער רעוואלוציאנער עפנט א רעוואלוציאנערישן טיקטאק אקאונט און פארפאסט א רעוואלוציאנערישן מעלאדיע לכבוד דער מאורע.
מען דארף קענען פארנעמען אביסל הומאר
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-
אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
-
- ידיד השטיבל
- הודעות: 349
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 13, 2018 1:04 pm
- האט שוין געלייקט: 246 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 396 מאל
כ'ווייס נישט צי ס'באלאנגט דא, אבער כ'ווייס נישט ווי יא, ממילא מצא כאן מקומו. (קומט פון דא https://blogs.yiddish.forward.com/yiddi ... index.html)
ביי דעם באקאנטען ליד פון „יאקאב”, זינגט ר׳ יום טוב ערליך אזוי:
איך האב א טאכטער יונג און שיין, איך וועל דיר געבן פאר א כלה = דו קריגסט די שענסטע כלה אין דער וועלט = מען פירט שוין די כלה מיט גליק = אויבן אן עס זיצט די כלה
ר׳ ירמי׳ דמן זינגט דאס אזוי:
איך האב א טאכטער יונג און פיין, ס׳איז פאר דיר א שיינע שידוך = דו טוסט די שענסטע שידוך אויף דער וועלט = מען גייט שוין צו די חופה מיט גליק = אויבן אן עס זיצען אלע
ביים באקאנטן ליד „רחל רבי עקיבא׳ס פרוי” זינגט ר׳ יום טוב ערליך:
אין די מיידל, פיין און איידל = ער געפינט ביים מיידל חן = און זיין ווייבל, ווי א טייוועל = האט ר׳ עקיבא, זיין פרוי דער ליבער.
ר׳ ירמי׳ דמן זינגנט עס אזוי:
און די טאכטער אויכעט ער = א שידוך זייער שיין = און זיין בני בית, מלא חיות = האט ר׳ עקיבא, דער ראש ישיבה
גאר מערקווערדיג איז ביי די לידער פון חבלי משיח „איך פאר אהיים”. ר׳ יום טוב עהרליך וואס איז באקאנט מיט זיינע שארפע שטעלונגען קעגן די יידישע מדינה, זינגט פארוואס מען האט נישט געקענט פארן קיין ישראל נאכן וועלט קריג:
און אז מען ווערט קראנק אמאל = שרעקט מען זיך אריין גיין אין א שפיטאל
ר׳ ירמי׳ דמן וואס געהערט צום בעלזא, וואס זענען נישט שארף קעגן די יידישע מדינה, נאר זענען א טייל פון די מדינה, האט דא איבערגעטוישט, פארוואס מען האט נישט געקענט קומען וואוינען קיין ישראל נאכן וועלט קריג:
די אראבער איבעראל = פרנסה שוואך, מען שטייט דאך דארטן זייער שמאל.
לויט מיין מיינונג איז עס נישט ריכטיג, אויב ער זינגט דאס ליד פון ר׳ יום טוב עהרליך, דארף ער עס לאזן, נישט פרואוון זיין ״פרומער״ פון אים.

- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9705
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך קום צוריק ווייל השקט לא אוכל.
עס הערשט א פראבלעם ביים היימישן ציבור, לויט ווי מ'גיבט איבער, און מ'זוכט א לעזונג.
נו נו, וויאזוי מאכט מען א טויש ביים ציבור? בפרט אויף א נושא וואס מ'רעדט נישט ברבים?
אז איינער וויל טאקע מצליח זיין, מוז ער גיין צו די וואס קענען העלפן. די חתן טיטשערס, די כלה טיטשערס, און די מחנכים. די וואס קענען וויסן דער אמת, נאר ביזדערווייל זענען זיי נאך צומישט אין די נושא, און זיי קען מען איבעררעדן.
ויאמר ויעמד רוח סערה, הרוצה בעילום שמו, און ער האט פארפאסט א הערליכע חיבור אויף די נושא, די ערשטע חיבור אויף די נושא אויף דזשארגאן. הייסטן הייסט'ס מה טובו אהליך, מ'קען עס קויפן אין פארשידענע געשעפטן און אויף עמעזאן. עס איז שוין אויף די מארק א פאר יאר, און עס פארקויפט זיך זייער שיין. א גאנצע דור פון חתן טיטשערס האט עס שוין דורכגעליינט, און צוביסלעך איז צו האפן אז עס וועט ברענגן א טויש צו כלל ישראל.
אלס איינער אין די ספרים ביזנעס קען איך ענק זאגן אז די ספר האט זיך פארקויפט אין מערערע קאפיס ווי רוב ספרים היינט צו טאגס. מער ווי 5000 זענען שוין פארקויפט געווארן איבער די וועלט. און געדענק דאס איז אויף אידיש, א שפראך וואס האט ווייניג לעזערס (אידיש רעדנערס קענען ליינען לשה"ק פיל מער ווי לשה"ק רעדנערס קענן אידיש, ופשוט). אז א טויש וועט ווערן אין די סאסייעטי וואס דארף עס, וועט עס קומען פון אזא סארט ארבעט, גרונטליך, פאמעלאך, שטיל, בעילום שם, אן גרויסע טאראראמ'ס און בליטות.
פארפאסן א ניגון וועט לכאורה גארנישט ברענגען צו לעזן די פראבלעם. אלזא, עס האט גארנישט פאסירט און די ישועה וועט נישט קומען פון יענער ריכטונג. ובפרט אז עס זעט אויס אז דער פארפאסער פון די ניגון ווייסט אליינס נישט קיין סאך וואס ער רעדט.

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא