א מקיפ'דיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף

היימיש, לאקאל, און איבער דער וועלט
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

א מקיפ'דיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף

שליחה דורך תרמב »

איך האב געשריבן לעצטנס אויף פריוואטע א וואטסעפפ גרופע אן ארטיקל איבער אבארשען, א גרויס טייל פון די אינפארמאציע האב איך גענומען פון די דעבאטעס דא אויף קאווע שטיבל אין די אשכולות איבער אבארשען, האב איך געקלערט אז איך זאל עס ארויפלייגן דא אויך אפשר וועלן געוויסע הנאה האבן.

אבארשען

ס'טוט זיך אויף טישן און בענק אין די פאליטישע הויפן אין אמעריקא איבער א דרעפט פון א געזעץ וואס האט ארויסגעליעקט פון איינע פון די אפיסעס פון די סופרים קאורט ריכטער איבער א געזעץ וואס הייסט ראו ווי וועיד, ס'איז א שטארקע פאליטישע סאמאטוכע, ס'קערט זיך איבער א וועלט איבער דעם, די ליבעראלן שימפן און שעלטן און די קאנסערוואטיוון זענען ברוגז אויפן ליעק, וואס איז זיכער געטון געווארן בכוונה צו שטערן די כוונות פון די ריכטער, דאס איז פון די הויפט נייעס די לעצטערע טעג, אפילו אויף אייוועלט האט מען גערעדט דערפון אסאך ביי די פאלטישע אשכולות פארשטייט זיך מיט קאוד ווערטער, חוקי רציחה הייסט עס אויף אייוועלט און די היימישע צייטונגען שפראך נוסח תש22.

וואס איז דאס, וואס גייט פאר וואס האט ארויסגענומען אזוי די ליבעראלן פון די כלים וואס האט זיי אזוי צוקאכט, דאס איז די נושא פון אבארשען, הפלות, דאס הייסט אז מענטשן וואס האבן באקומען די ברכה פון גאט ברוך הוא אז זיי זענען טראגעדיג געווארן ווילן פטור ווערן פון די ברכה, זיי ווילן לויז ווערן דערפון, איז דא אן עצה, מ'גייט צום דאקטאר מ'טוט פארשידענע תחבולות און ארויס פון דא צו אלע בייזע רוחות, די אישו איז נאר אז דאס קען זיין א שטיקל מאראלישע פראבלעם, און פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט איז עס אויך א שטארקע אישו.

שפעטער וועל איך צוקומען צו די געזעץ מיט וואס איך האב אנגעהויבן, יעצט וויל איך אריינגיין אין די דעבאטע בכלליות. ס'איז א שטארקע געפעכט צווישן די לינקע מענטשן און די רעכטע איבער די רעכטן פון פרויען דאס צו טון, און די דעבאטע נעמט אריין אין זיך אסאך דרגות, ווי צום ביישפיל פון וועלכע שטאפל אין די פרעגנענסי מ'האלט, ווען מ'האלט אין די גאר פריע שטאפלען וועלן אסאך אפילו פון די רעכטע אויך האלטן אז מ'זאל לאזן און אזוי אויך פארקערט וועלן געוויסע לינקע האלטן אז גאר ביים סוף ממש זאל מען נישט מעגן.

אפילו על פי תורה אין די ערשטע פערציג טעג איז נישט אזא אישו מפיל צו זיין ווייל ס'איז נאך גארנישט דא, און צווישן די לינקע וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן טראכטן אז אין די ערשטע פאר טעג זאל מען מעגן הרגענען אפילו נאכן געבורט, אבער איך גלייב נישט אז זיי זאגן עס הויעך, דאס איז א באשולדיגונג פון די רעכטע אויף זיי.

די חברה וואס האבן מיינונגען דערין האבן א נאמען אין וואס זיי באטיטלען זיך, די וואס האלטן אקעגן אבארשען רופן זיך פראו לייף, ובחרת בחיים זיי זענען פאר לעבן, און דא וואס זענען פאר אבארשען רופן זיך פראו טשויס, זיי האלטן אז די פרויען זאלן האבן די רעכטן אויף זייערע קערפערס. ס'איז איראניש אז די פראו טשויס באנוצן זיך מיט א פראז "מיי באדי מיי טשויס", ס'איז מיין קערפער, טייל מיך נישט איין וואס צו טון דערמיט! אבער סאיז אינטערסאנט אז ביי די וואקסין איז די לינקע לאגער געווען זייער שטארק פראו מאנדאטן צו צווינגען דעם עולם זיך צו וואקסינירן, איי מיי באדי מיי טשויס, איך וויל מיך נישט שטעכן!? נו דאס איז היפאקריטיע... וואס קען מען טון...

הגם מ'קען עס פארענטפערן מיט א בריסקע חילוק אז וואקסין איז א חיוב ווייל דו ביזט מזיק אנדערע משא"כ אבארשען וואס איז די אייגענע קערפער, מאידך גיסא קומט דער רעכטער שרייען דו הרגעסט דאך דעם עיבור, אויף דעם שרייעט דער לינקער ווי לאנג ס'איז נישט געבוירן איז עס נישט קיין מענטש, אזוי פארט עס אריין אין אזא רעדל וואס מ'קען זיך נישט ארויס זעהן אזוי ווי מ'עסט סיריעל מיט מילך, ווען די מילך נוצט זיך אויס גיסט מען צו מילך און ווען די סיריעל ענדיגט זיך גיסט מען צו סיריעל ביז מ'קען שוין נישט אטעמען....

ס'איז דא אסאך צדדים אין די שאלה, די שאלה איז א טיפע שאלה בעצם, וואס איז געשעהן איז אז ס'איז געווארן פאליטיזירט אזוי ווי יעדע זאך היינטיגע צייטן, היות רוב קאנסערוואטיוון וועלן געווענליך זיין פראו לייף סיי ווייל דאס א קאנסערוואטיווע צוגאנג און נאך א זאך ווייל על פי רוב זענען די קאנסערוואטיוון רעליגיעז צו א געוויסע עקסטענד, איז עס למעשה געווארן אז כמעט יעדע רעפובליקען איז פראו לייף און אזוי אויך פארקערט אבער ס'קען זיך מאכן יוצאים מן הכלל ווי זשאו מענטשין א דעמאקראטישע סענעטאר פון וועסט ווירזשיניע וואס האלט זיך פראו לייף.

ס'איז אינטערסאנט דא און בכלליות אז מענטשן שטופן זייערע דעות אין געזעץ בעיסד אויף זייערע רעליגיעזע מיינונגען בשעת אמעריקא דארף צו זיין אפגעטיילט סטעיט פון רעליגיע אבער דאס איז א נושא פאר זיך.

די טענות זענען אזוי די פראו לייף שרייען עטס זענטס רוצחים, עטס הרג'עטס בעיבי'ס, די בעבי לעבט, די אנדערע שרייען אז די עיבור איז סאך הכול א שטיקל פלייש פון די מאמע'ס בויך וואס שטערט איר און מאכט איר נערוועז, האט זי די רעכט אפצומאכן מיט איר קערפער וואס זי וויל, די אנדערע זאגן וואס הייסט איר קערפער, ס'איז נישט איר קערפער ס'איז די קינד ס'איז א זאך פאר זיך, במציאות איז די בעבי תלוי אין די מאמע אינגאנצן ביז כאטש די זיבעטע חודש, וואס דעמאלטס קען שוין די בעבי איבערלעבן אינדרויסן, אבער דאס יא, די גאנצע מערכת אינעווייניג איז אנדערש, ס'איז א ספעציעל פרעמדע ווינקל אין די מאמע'ס קערפער וואס האט אנדערע סעלס, ס'האט א אנדערע די ען עי.

די רעכטע קומען מיט א טענה, (א נארישע לדעתי, אבער קיינער האט מיך נישט געפרעגט) אז דו ווילסט עס נישט פארוואס האסטו לכתחילה אנגעהויבן, טו נישט וועסטו נישט האבן קיין פראבלעמען, ס'קען זיין א שטיקל טענה, אבער ס'איז דא אסאך פעלער אין וואס ס'געשעהט וואס מ'קען נישט האבן די טענה, ווי למשל די עלטערן צוטיילן זיך, די קינד גייט אראפקומען צו א שווער לעבן, פון די ערשטע מינוט שוין וויל מען דאס פארמיידן כידוע די מעשה וואס שאול קליין פארציילט נאך וואס האט פאסירט מיט זיין שווער די דעברעצינע רב ז"ל אז ער האט געזאגט פאר א איד וואס האט זיך געוואלט גט'ן אז ער זאל הרגענען זיינע קינדער פארדעם, איז אנשטאט הרגענען וויל מען זיי לכתחילה נישט ברענגען.

נאך א סענעריאו קען זיך מאכן וואס דאס געשעהט ביי די ארימע און נידריגע שיכטן פון פאלק אז ס'האט זיך געמאכט שרעקליכע מעשיות און שפעטער ווערט מען געוואויער אז דאס האט געהאט נאכפאלגן, און דעמאלטס איז א שטארקע שאנדע, און ס'איז בושות פארן קינד און פאר די מאמע, איז דאס נוצן די לינקע משוגעים שטארק אז די אנטי אבארשען חברה דיסקרימינירן קעגן די מינאריטעטן וואס ביי זיי מאכט זיך עס מער, איי ווען דו שרייעסט אזוי פארשעמסטו זיי, אבער זיי מעגן, ווי מ'האט דאך שוין געשמועסט הא לן והא להו...

די שאלה ווערט קאמפליצירט ווען מען דארף דן זיין ווי די ליין איז, דאס הייסט אזוי ווען מען האלט ביים ערשטן חודש וועט כולי עלמא מודה זיין אז ס'איז נישט דא קיין קינד, און ס'איז נישט שייך קיין רציחה, ווען מען איז אלט אכצן יאר וועט אויך יעדער פארשטיין אז דו טארסט אים נישט הרגענען, די שאלה ווערט ווי מ'שטעלט די רויטע ליניע, די לינקע שרייען אז ביז ווי לאנג די קינד איז נישט געבוירן איז עס סתם א שטיק פלייש אזוי ווי א טומאר.

אגב על פי תורה איז די דין פון א נגפו אישה הרה שוואכער ווי ווען מ'הרגעט א קינד, ס'איז נישט די זעלבע רציחה פשטות, ס'גייט מכוח ספק לכאורה, איך סטאפ דא ווייל איך וויל נישט רעדן קיין שטותים ווען איך האב נישט דורכגעטון די תורהדיגע חלק דערפון.

די אנדערע שרייען אז די קינד לעבט אינעווייניג פונקט ווי אינדרויסן, ער שטויסט און געניצט כאילו ער ליגט אין וויגל ביי די וואכנאכט, די אנדערע זאגן אז ער עסט ארויס פון די מאמע ער קען נישט לעבן פאר זיך, איז די ענטפער אויף דעם איז ער דאך נישט ערגער פון א מענטש וואס איז אנגעוויזן אויף לייף סופארט, (וואס ס'איז דא אזעלכע וואס וואלטן זיי אויך געהרגעט), קען מען זאגן אז אז די עיבור נישט קאנטשעס בכלל, אבער א בעבי וואס איז א חודש אלט איז דאך אויך נישט ביי זיך, וואלסט געהרגעט א קליינע בעבי? געוויסע רעכטע האלטן אז די לינקע וועלן נאך צוקומען אמאל צו די מצב פון הרגענען בעבי'ס גלייך נאכן געבוירן.

איך האב געזעהן א מאדנע טענה, יענער גייט צוריק פארוואס טאקע טאר מען נישט הרגענען, אונז האבן א תורה וואס זאגט אונז אז מ'טאר נישט, טוען אונז עס נישט, אבער פארוואס זאל די גוי נישט הרגענען, ווייל די געזעץ לאזט נישט, נו פארוואס גייט אן פאר דו געזעץ אז מ'הרגעט, וואס מישן זיי זיך אריין אין אונזער לעבן, וואס איז די סיבה אז זיי זאלן נישט לאזן? די סיבה פארוואס ס'איז נישט מאראליש צו הרגענען איז ווייל ס'לוינט נישט פאר קיינעם צו געהרגעט ווערן, האט מען געמאכט אזא שטילע דיעל איך הרגע דיך נישט דו הרגעסט מיך נישט און שלום על ישמעאל... געוויסע חברה האבן נישט מסכים געווען צום דיעל, למשל סטאלין היטלער און פוטין, אבער מ'רעדט בדרך כלל, איז אשר על כן יעדע מענטש וואס קען הרגענען איז א פארט פונעם הסכם, איך הרגע דיך נישט דו הרגעסט מיך נישט, אבער די קליינע עופה'לעך אין די מאמעס וואמב קענען סיי ווי קיינעם נישט טשעפענען האט מען זיי נישט אריינגענומען אינעם דיעל....

ס'איז דא נאך זייער אסאך צו זאגן אבער ס'פארציט זיך שוין צו לאנג, וועל איך צוריקומען צו וואס מ'האט אנגעהויבן, בערך פופציג יאר צוריק איז געווען א קאמפ איבער אבארשען, איינע איז געגאנגען צום דאקטאר און געבעטן צו מאכן די פרעצעדור, אבער די דאקטאר האט געזאגט אז ס'איז נישט לעגאל, איז זי געגאנגען אין קאורט ביז ס'איז אנגעקומען צום סופרים קאורט, דארט האט מען דן געווען איבער די נושא און מ'האט געפסקנט אז די שטאטן האבן נישט קיין רעכט צו מאכן געזעצן קעגן אבארציע, דהיינו על כל פנים אין די ערשטע טריימעסטער וואס איז די ערשטע דריי חדשים, עטליכע יאר שפעטער האט די סופרים קאורט נאכאמאל פארשטערקערט זייער אורטייל.

אלע רעכט גענויגטע שטאטן האבן געדארפט טרעפן אונטער טירלעך צו אסר'ן עפעס דא דארט, אבער זיי האבן אלץ געפירט מערכות דערקעגן, ביי איינע פון די דעבאטעס צווישן טראמפ און ביידן איז אויפגעקומען די נושא ווען מ'האט גערעדט איבער די נייע ריכטערין עמי קאוני בערעט, האט ביידען געטענה'ט אז די נושא ליגט יעצט אויפן וואגשאל, וואס אגב איינע פון די טענות וואס די פראו טשויס האבן איז אז די קאורט איז רוב מענער, און מענער זאלן נישט אריינרעדן אין א אנגעלעגענהייט וואס זיי פארשטייען נישט, און דא רעדט מען דאך פון א פרוי.

טראמפ האט געטענה'ט אז די נושא איז נישט אויפן סדר היום בכלל, למעשה איז עס יא ארויפגעקומען אויפן טיש, און די ריכטערס האבן דן געווען דערין, און וויבאלד מ'רעדט דא פון א שטארק קאנסערוואטיוו גענויגטע הרכב פון ריכטערס האט נוטה געווען אז זיי וועלן פסקענען פראו לייף דאס האט פאר די לינקע שטארק געבאדערט און זיי האבן אויף עפעס א וועג ארויסדערווישט א דרעפט פון די פסק און עס ארויסגעליעקט צום ציבור דארט זעהט מען אז די געריכט רישט זיך ארויסציווארפן פולשטענדיג דעם אלטן געזעץ און צוריק געבן די רעכט צו די שטאטן אפצומאכן וואס זאל זיין לעגאל און וואס נישט און אזוי ווי די פסק איז נאך נישט ענדגילטיג האפן זיי אז די מיט די נויטיגע קעגנערשאפט פונעם אויגעברויזטן באפעלקערונג וועט מאכן אז די ריכטער זאלן צוריקציען זייער מיינונג.

די ליעק איז א אומפרעצעדענטלאזע זאך ביי די קאורט, אנדערש ווי אין די ווייסע הויז וואס איז דא ליעקס יעדן טאג, דאס קען שטארק פוגם זיין אין די פרעסטיזשפולע נאמען וואס די געריכט האט, הגם זייער נאמען איז שוין נישט אזוי גלאנציג זינט זיי זענען אזוי פאליטיקלי גענויגט.

אבער דאס האט ארויסגעברענגט א שטארקע שטורעם די לינקע רופן צו גיין פראטעסטירן קעגן די הייזער פון די ריכטער און די רעכטע רופן פאר אויספארשונגען קעגן די וואס האבן געליעקט דעם דאקומענט.

נאך איין קרישקע, די עיבור וואס איבער איר האט זיך אנגעהויבן די סאמעטוכע איז געבוירן ערגעץ אינמיטן די גאנצע קאורט קעיס און די מאמע האט זיך געשעמט צו פארציילן איבער די גאנצע זאך און מיט רעכט, זי איז געוואויער געווארן דערפון ווען זי איז געווארן אכצן ווען זשורנאליסטן זענען איר געקומען אויספרעגן, די גאנצע געזעץ הייסט אויף איר נאמען, זי וויל אבער נישט קאמענטירן איבער די נושא.

ס'איז דא נאך אסאך וואס צו מוסיף זיין אבער איך דארף גיין שלאפן, איך האף אז די אדמין זאל נישט מפיל זיין דעם ארטיקל...
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

הוספה

שליחה דורך תרמב »

איך האב צאמגענומען נאך דעטאלן איבער די קעיס וואס גייט יעצט פאר וועל איך עס דא אפשרייבן, אביסל איז פשוט חזרה פון נעכטן, אביסל איז צוגעלייגט, איך האב געזעהן אז די עולם האט ווארעם רעספאנדעט האט עס געגעבן א שטופ.

אביסל פרטים איבער די וועלט בארימטע קאורט קעיס, ראו ווי וועיד, וואס האט האט זיך אפגעשפילט אין די יארן 1970-1973, די נאמען איז על שם א פרוי וואס האט געהייסן נארמע מ'קארוועי, מ'האט איר געגעבן א ניק נאמען צו באהאלטן איר אינדענטיטעיט, זשעין ראו, זי איז געגאנגען אין קאורט אקעגן די דיסטריקט אטורני פון טעקסעס וואס האט געהייסן הענרי וועיד, זי האט געוואלט אבארטן איר דריטע קינד, אבער די געזעץ אין טעקסאס האט נישט געלאזט, איז זי געגאנגען אין געריכט ווי מ'האט איר געגעבן רעכט און פון דארט האט די סטעיט אפיעלט צו די סופרים קאורט וואס האט געפסקנט 7 קעגן צוויי אז סטעיטס קענען זיך נישט אריינמישן אין די פרויענישע קערפער מטעם די רעכט וואס ווערט זיי געגעבן אין די קאנסטיטוציע אין די פערצנטע אמענדמענד די רעכט פון פרייוועסי.

אבער די געריכט האט צוגעלייגט אז מ'דארף זיך יא עפעס רעכנען מיט די סטעיטס זארגן איבער די געזונט פון די מאמע'ס און די בעבי'ס, במילא האט מען נישט געגעבן די פולע רעכט צו אבארטן נאר ביז סוף פון די ערשטע טריימעסטער וואס דאס איז דריי חדשים וואס דעמאלטס הייבט זיך אן די הארץ קלאפענישן במילא איז שוין דא עפעס לעבן, ביי די צווייטע טריימעסטער האט די סטעיטס יא רעכט צו מאכן רעגולאציעס איבער אבארשען, און פון די דריטע ווען די בעבי איז שוין ווייעבל, ס'רירט זיך שוין, איז פארבאטן צו אבארטן בכלל, מיט א אויסנאם ווען ס'איז א סכנה פאר די מאמע'ס געזונט.

פון 1973 האט מען עטליכע מאל געפריווט צו טשאלענזשן די פסק, און מ'האט דא דארט מצליח געווען צו מאכן קליינע שינויים, אין יאר 1992 האט די געריכט פארשטערקערט די תוקף הפסק פון 1973, אין די יאר 2016 האט זיך אנגעהויבן מערכות אין די געריכטן איבער געוויסע רעגולאציעס וואס שטעט ווי טעקסאס און לואיזיאנא האבן געוואלט איינפירן, ס'איז געגאנגען ארויף און אראפ, ביז ס'האט לעצטע וואך געליעקט דורך פאליטיקאו נייעס אגענטור א דרעפט פון א נוסח הפסק געשריבן דורך ריכטער סעם אליטאו, ווי ער שרייבט אז מ'גייט נידערשטימען ביידע געזעצן פון 1973 און פון 1992, און די שטאטן גייען צוריק באקומען די רעכט צו מחוקק זיין וואס זיי ווילן.

וואס איז געשעהן איז אז ס'איז נישט סוף פסוק פאר אבארשען ווייל אזעלכע שטעט ווי ניו יארק און קאליפארניע גייען אוודאי נישט מאכן אזעלכע געזעצן די פראבלעם געשעהט נאר אין אזעלכע שטאטן ווי די געזעצגעבער זענען רעכט גענויגט, וואס דאס געשעהט נאר דורך וואלן, דאס מיינט אז די מענטשן האבן אריינגעוועלט רעכטע געזעץ געבער מיינט עס אז די רוב על כל פנים וויל די רעכטע געזעצן, דאס מיינט אז נאר א מיעוט מענטשן אין א מיעוט סטעיטס גייען ליידן פון די געזעץ אחוץ טאמער מ'נעמט אן די טענה פון טראמפ אז די עלעקשאנס איז געפעלשט, אבער דא רעדט מען פון די רעפובליקען סטעיטס אפשר פעלשט מען דארט אויך.... ווער ווייסט...

די סיבה פארוואס דאס האט געליעקט איז נישט קיין צופאל, אונז ווייס מיר דאך אז גארנישט געשעהט נישט פון זיך אליינס, די סיבה דערצו איז ווייל די לינקע האפן אז דורך א שטארקע פרעשור פון די גאס וועט זיך די געריכט ברעכן און טוישן זייער מיינונג, מ'דארף נישט אז די גאנצע געריכט זאל טוישן זייט, ס'איז גענוג איינער זאל טוישן און די רוב וועט זיין צו די לינקע זייט, האבן טאקע די לינקע חברה אנגעהויבן א מאסיווע אינטימידאציע קאמפיין קעגן די ריכטער, זיי האבן ארויס געגעבן זייערע אדרעסן צום עולם אז די "פרידליכע" פראטעסטירער זאלן גייען שרייען מחלליה מות ימות! גיוואלד!

די סענאט האט פרובירט צו קאודיפייען די ראו ווי וועיד געזעץ דאס טייטשט נעמען די פסק און עס קאנווערטן צו א געזעץ, ווייל די קאורט האט נישט געהאט אין פלאן צו בענען אבארשען, סאך הכול האבן זיי געוואלט זיך ארויסלאזן פון דעם און איבערגעבן די רעכט פאר די שטאטן אליינס אפצומאכן וואס זיי ווילן, במילא אז די סענאט וויל קענען זיי מאכן די אלטע פסק וואס פליעט יעצט ארויס פון פענסטער פונעם סופרים קאורט צו א געזעץ מטעם די סענאט, זיי האבן היינט פרובירט דאס צו טון, אבער איין סענאטאר פון די דעמאקראטישע פארטיי האט זיך קעגנגעשטעלט און די סענאט איז דאך צוטיילט האלב אויף האלב און אלע רעפובליקאנער האבן געשטימט קעגן איז עס דורכגעפאלן, און ס'הייסט נאך בייפארטיזאן אויך...

די פסק קען נאך שאטן פאר די רעפובליקענס אין די פארשטייענדיגע עלעקשאנס ווען די דעמאקרעטס וועלן אפיעלן צו די וואס האבן א געפיל פאר פרויען רעכטן אז זיי זאלן שטימען פאר זיי ווייל זיי וועלן נישט מאכן קיין געזעצן קעגן פרויען, און ווי באוויסט האבן די נישט געבוירענע קיין רעכט צו שטימען אין די אמעריקאנע עלעקשאן סיסטעם קענען די רעפובליקענס נישט אפיעלן צו זיי... ס'איז ריגד....

פאר די פראבלעם האט די ליעק נאר געהאלפן ווייל ביז די עלעקשאנס וועט אנקומען וועלן שוין אסאך פארגעסן דערפון, ווען די פסק קומט ווען ארויס שפעטער וואלט עס געווען נענטער צו עלעקשאן דעי.

אגב אין די יאר 1998 האט די פרוי נארמע מ'קארוועי וואס איז גערופן געווארן ראו, ארויסגערעדט אויף די מידיא אקעגן אבארשען, אבער דאס איז געווען שוין נאכן טוישן רעליגיע צוויי מאל, וואס האט דעפיניטלי געהאט א השפעה אויף איר, און אין די יאר 2020 אויפן קראנקן בעט פארן שטארבן האט זי געזאגט אז זי איז געווען אונטערגעקויפט דורך געוויסע פראו אבארשען גרופעס צו גיין זיך ארויסשטעלן אין געריכט קעמפן פאר אבארשען.

אז מ'רעדט פון רעליגיע האט מיר איינער מוסיף געווען אז ס'האט זיך געקענט מאכן אין רעכטע סטעיטס וואס א רב האט געגעבן א היתר צו מפיל זיין אבער מ'האט נישט געקענט אלץ די געזעץ אויס.

צום שלוס האב איך געזעהן היינט אז א געוויסע געזעצגעבער אין טעקסאס, טאקע ווי די גאנצע פרשה האט זיך אנגעהויבן, האט פארגעשלאגן צו געבן טויט שטראף פאר די וואס מאכן אבארשען, דאס הייסט אז ער איז אזוי פראו לייף אז ער איז ממש גרייט צו הרגענען דערפאר.....
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

שליחה דורך תוהו ובוהו »

תרמב האט געשריבן:ס'איז איראניש אז די פראו טשויס באנוצן זיך מיט א פראז "מיי באדי מיי טשויס", ס'איז מיין קערפער, טייל מיך נישט איין וואס צו טון דערמיט! אבער סאיז אינטערסאנט אז ביי די וואקסין איז די לינקע לאגער געווען זייער שטארק פראו מאנדאטן צו צווינגען דעם עולם זיך צו וואקסינירן, איי מיי באדי מיי טשויס, איך וויל מיך נישט שטעכן!? נו דאס איז היפאקריטיע... וואס קען מען טון...
כראניש גייט היפאקריטיע אויף ביידע וועגן.. דער רעכטער איז פונקט אזא היפאקריט ווען ביי וואקסין קען ער נישט פארשטיין "וויאזוי טיילט מען מיר איין וואס צו טוהן מיט מיין קערפער" און דא וויל ער איינטיילן פאר יענעם.

אבער באמת איז עס בכלל נישט היפאקריטיע, סיי מצד די רעכטע וואס טענה'ן "דו ווילסט פשוט הרג'נען א צווייטן וואס דאס קען מען נישט ערלויבן".

און די זעלבע מצד דעם לינקן [אפילו אן דיין חילוק, ווייל באמת וועלן לינקע געווענליך איינטיילן וואס צוטוהן אפילו ווען ס'נישט נוגע (עכ''פ דירעקט) א צווייטן, און דיר מאכן שווער צו רייכערן און צווינגען צו האבן העלט קעיר וכדו'] אבער דא די רגע מ'האלט נישט אז מ'דארף זיך רעכענען מיטן עובר (נישט "עיבור" ;) ) מאיזה סיבה שהוא, איז אוודאי נישט אויסגעהאלטן זיך אריינצומישן אין יענעמס לעבן און צווינגען צו בלייבן מיטן קינד.

---

סתם א זייטיגע נקודה, די רעכטע מיט זייער פאנדעמענטאלע גלויבונגען אינעם חשיבות האדם און די לינקע מיט זייער אייגענע רעליגיע איבער קדושת חיי האדם, דורך ביידע, פארפארט אפטמאל דער שמועס "צי א עובר האט א דין מענטש'' ווי כאילו אויב זאל ער אריינפאלן אינעם ''מענטש'' קאטעגאריע, דאן איז ברור אז מ'טאר אים נישט הרג'נען, און די איינציגסטע סברא אים צו מעגן הרג'נען איז ווייל ער איז א "טומער" און נישט קיין "מענטש"..

פון א סעקולארע בליק איז עס אפשר א שיינע אמונה הכרחית אבער האט אוודאי נישט קיין שום לאגיק, און אויב זאל מען אים מעגן הרג'נען איז עס פשוט ווייל מ'האלט אז ס'נישט קיין מאראלישע פראבלעם, אפגעזעהן וועלכע לעיבל מ'וועט אויף אים ארויפקלעבן..
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: א מקיפדיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף.

שליחה דורך ברוינשטיין »

תרמב האט געשריבן:
ס'איז אינטערסאנט דא און בכלליות אז מענטשן שטופן זייערע דעות אין געזעץ בעיסד אויף זייערע רעליגיעזע מיינונגען בשעת אמעריקא דארף צו זיין אפגעטיילט סטעיט פון רעליגיע אבער דאס איז א נושא פאר זיך.
גערעכט אַז געזעץ\אַמעריקע איז אומאָפּהענגיג פון רעליגיע, למשל איך פארשטיי נישט פאַרוואָס עס שטייט "אין גאַד ווי טראָסט" אויפן באַנקנאָט.
אָבער דאָ איז אַ צווייטע זאַך יעדער שטומט פאַר די זאַכן וואָס ער האַלט פון, נישט קיין חילוק וואָס די מאטיוון אינטער דעם איז, אזוי אויך שטומט מען אריין קאַנדידאַטן וועלכע גייען אין איינקלאַנג מיט די פערזענליכע אינטערעסן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום ברוינשטיין, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: א מקיפדיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף.

שליחה דורך ברוינשטיין »

זייער אַ שיינע אַרטיקל, שכוח!

למעשה בין איך אַביסל צומישט וואָס די געזעצן זענען היינט צי-טאָגס.

-וואָס איז יעצט די פעדעראַלע געזעץ?
-וואָס איז די געזעץ אין נו יארק?

-אויך בין איך נייגעריג וואָס די געזעץ איז אין ארץ ישראל?

שכוח פון פאָראויס.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

זייער שיין!
תרמב האט געשריבן:צום שלוס האב איך געזעהן היינט אז א געוויסע געזעצגעבער אין טעקסאס, טאקע ווי די גאנצע פרשה האט זיך אנגעהויבן, האט פארגעשלאגן צו געבן טויט שטראף פאר די וואס מאכן אבארשען, דאס הייסט אז ער איז אזוי פראו לייף אז ער איז ממש גרייט צו הרגענען דערפאר...
דר. ריטשערד דאקינס טענה׳ט טאקע אז עס איז אינטרעסאנט ווי די פרומע קאנסערוואטיווע וואס זענען קעגן הפלות און טערמינען דאס ״רציחה״, זענען אבער מער לויז ווען עס קומט צו הרג׳ענען ערוואקסענע מענטשן דורך טויט-שטראף צי מיט אָנהויבן מלחמות (לגבי די איראק מלחמה).

ער האט טאקע גורם געווען א קאנטראווערסיע ווען ער האט גע׳טענה׳ט אז אויב ווייסט די מאמע אז דאס עובר האט ל״ע דאַוּן סינדרוֺים און זי האט די ברירה דאס צו מפיל זיין, איז דאן אויב זי טוהט דאס נישט איז דאס גאר אימאראליש.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: א מקיפ'דיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף

שליחה דורך ברוינשטיין »

עס ןוערט ערגעץ דערמאנט אין חז"ל איבער עבאשן?
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

תרמב האט געשריבן:איך האב געשריבן לעצטנס אויף פריוואטע א וואטסעפפ גרופע אן ארטיקל איבער אבארשען, א גרויס טייל פון די אינפארמאציע האב איך גענומען פון די דעבאטעס דא אויף קאווע שטיבל אין די אשכולות איבער אבארשען, האב איך געקלערט אז איך זאל עס ארויפלייגן דא אויך אפשר וועלן געוויסע הנאה האבן.

אבארשען

וואס איז דאס, וואס גייט פאר וואס האט ארויסגענומען אזוי די ליבעראלן פון די כלים וואס האט זיי אזוי צוקאכט, דאס איז די נושא פון אבארשען, הפלות, דאס הייסט אז מענטשן וואס האבן באקומען די ברכה פון גאט ברוך הוא אז זיי זענען טראגעדיג געווארן ווילן פטור ווערן פון די ברכה, זיי ווילן לויז ווערן דערפון, איז דא אן עצה, מ'גייט צום דאקטאר מ'טוט פארשידענע תחבולות און ארויס פון דא צו אלע בייזע רוחות, די אישו איז נאר אז דאס קען זיין א שטיקל מאראלישע פראבלעם, און פון א רעליגיעזע שטאנדפונקט איז עס אויך א שטארקע אישו.

שפעטער וועל איך צוקומען צו די געזעץ מיט וואס איך האב אנגעהויבן, יעצט וויל איך אריינגיין אין די דעבאטע בכלליות. ס'איז א שטארקע געפעכט צווישן די לינקע מענטשן און די רעכטע איבער די רעכטן פון פרויען דאס צו טון, און די דעבאטע נעמט אריין אין זיך אסאך דרגות, ווי צום ביישפיל פון וועלכע שטאפל אין די פרעגנענסי מ'האלט, ווען מ'האלט אין די גאר פריע שטאפלען וועלן אסאך אפילו פון די רעכטע אויך האלטן אז מ'זאל לאזן און אזוי אויך פארקערט וועלן געוויסע לינקע האלטן אז גאר ביים סוף ממש זאל מען נישט מעגן.

אפילו על פי תורה אין די ערשטע פערציג טעג איז נישט אזא אישו מפיל צו זיין ווייל ס'איז נאך גארנישט דא, און צווישן די לינקע וועלן זיין אזעלכע וואס וועלן טראכטן אז אין די ערשטע פאר טעג זאל מען מעגן הרגענען אפילו נאכן געבורט, אבער איך גלייב נישט אז זיי זאגן עס הויעך, דאס איז א באשולדיגונג פון די רעכטע אויף זיי.

די חברה וואס האבן מיינונגען דערין האבן א נאמען אין וואס זיי באטיטלען זיך, די וואס האלטן אקעגן אבארשען רופן זיך פראו לייף, ובחרת בחיים זיי זענען פאר לעבן, און דא וואס זענען פאר אבארשען רופן זיך פראו טשויס, זיי האלטן אז די פרויען זאלן האבן די רעכטן אויף זייערע קערפערס. ס'איז איראניש אז די פראו טשויס באנוצן זיך מיט א פראז "מיי באדי מיי טשויס", ס'איז מיין קערפער, טייל מיך נישט איין וואס צו טון דערמיט! אבער סאיז אינטערסאנט אז ביי די וואקסין איז די לינקע לאגער געווען זייער שטארק פראו מאנדאטן צו צווינגען דעם עולם זיך צו וואקסינירן, איי מיי באדי מיי טשויס, איך וויל מיך נישט שטעכן!? נו דאס איז היפאקריטיע... וואס קען מען טון...

הגם מ'קען עס פארענטפערן מיט א בריסקע חילוק אז וואקסין איז א חיוב ווייל דו ביזט מזיק אנדערע משא"כ אבארשען וואס איז די אייגענע קערפער, מאידך גיסא קומט דער רעכטער שרייען דו הרגעסט דאך דעם עיבור, אויף דעם שרייעט דער לינקער ווי לאנג ס'איז נישט געבוירן איז עס נישט קיין מענטש, אזוי פארט עס אריין אין אזא רעדל וואס מ'קען זיך נישט ארויס זעהן אזוי ווי מ'עסט סיריעל מיט מילך, ווען די מילך נוצט זיך אויס גיסט מען צו מילך און ווען די סיריעל ענדיגט זיך גיסט מען צו סיריעל ביז מ'קען שוין נישט אטעמען....

ס'איז דא אסאך צדדים אין די שאלה, די שאלה איז א טיפע שאלה בעצם, וואס איז געשעהן איז אז ס'איז געווארן פאליטיזירט אזוי ווי יעדע זאך היינטיגע צייטן, היות רוב קאנסערוואטיוון וועלן געווענליך זיין פראו לייף סיי ווייל דאס א קאנסערוואטיווע צוגאנג און נאך א זאך ווייל על פי רוב זענען די קאנסערוואטיוון רעליגיעז צו א געוויסע עקסטענד, איז עס למעשה געווארן אז כמעט יעדע רעפובליקען איז פראו לייף און אזוי אויך פארקערט אבער ס'קען זיך מאכן יוצאים מן הכלל ווי זשאו מענטשין א דעמאקראטישע סענעטאר פון וועסט ווירזשיניע וואס האלט זיך פראו לייף.

ס'איז דא נאך אסאך וואס צו מוסיף זיין אבער איך דארף גיין שלאפן, איך האף אז די אדמין זאל נישט מפיל זיין דעם ארטיקל...
יו... (קרעכץ) סיריעסלי? צוגלייכן קערפער אטאנאמיע צו א וואקסין וואס האט א 95% פארזיכערונג צו קעמפן א טויטליכער אלטוועטליכער וויירוס וואס האט אומגעברענגט און כמעט אומגעברענגט מיליאנען און איבערגעלאזט לאנגטערמיניגע קאנסעקוענצן ווי אוועקגעהארגעט די חוש הריח? כ'הער. סתם נייגעריג אין וועלכע מקוה האסטו דאס געהערט? נישט ווייל כ'גיי יעצט דעבאטירן וואקסינען.

איך זעה באמת נישט וואס די גאנצע דעבאטע איז אזוי פארצווייגט. בשעת איך האלט אוודאי אז לעיט טערם איז אן אויסנאם, און די גאנצע פראצעדור דארף צוגיין אויף א קעיס ביי קעיס מהלך, און נישט אלעס איז כשר וישר מאראליש און עטיש ווי די ווייטע פרינדזש ליבעראלן פרעדיגן, (א קליינע צאל נישט אלע ליבעראלן) איז עס אויך נישט אזוי קאמפליצירט ווי די קאנסערוואטיוון מאכן עס. ס'נעמט נישט קיין ביאלאגיסט אדער עמבריאלידזשיסט עקספערט נאכצוגיין די טריקענע פאקטן:
1. לעיט טערם ארבארשען איז זייער זייער rare שוין פאר יארן לאנג, אין די גאנצע מאדערנע וועלט, און די מאריאיטעיט פון דאקטורים שטעלן עס נישט צו. לויט די אפיצעלע רעקארדס פון די CDC פון די לעצטע 10 יאר איז לעיט טערם געווען קוים 1.0 פראצענט פון אלע אבארשענס אין די פאראייניגטע שטאטן בעת 92 פראצענט זענען דורכגעפירט געווארן within די 13'טע וואך ד.ה. נישט אלע, נאר די שפעטסטע וואס אן אבארשן איז פארגעקומען אין די גרופע, איז געווען הארט ביים צווייטן טריימעסטער, רוב קומען פאר פריער ערגעץ ביי וואך צען, לכאורה די וואס נישט, זענען הערשט שפעטער געוואר געווארן אז זיי זענען טראגעדיג וואס אויף דעם קען מען קיינעם נישט באשולדיגן, און די איבריגע 6 פראצענט זענען פארגעקומען אין די 20 וואכן וואס איז אנגענומען אין די מעדיצינישע און וויסנשאפטליכע וועלט עטליכע וואכן בעפאר פיטעל ווייעבילטי. (אויך נישט אייביג, גענוג האבן נישט איבערגעלעבט טראץ וואס די פיטעס איז שוין געווען ווייעבל, מ'רעדט אבער אין די קאנטעקסט פון וואס די גדר איז אדער דארף זיין. ווען ס'הייבט בכלל אן זיין רעלעוואנט) און דאס איז וואס 65-75 פראצענט אמעריקא איז פולי אן באורד מיט. אויסער אפאר ווייסע קראנקע לאציס פון טעקסעס און וועסט ווירדזשיניע וכו'
2. די קאנסערוואטיוון זענען אין לארדזש פארט שולדיג אין די גאנצע אבארשן קאמפליקאציע אין די פורסט פלעיס, 56 פראצענט פון אבארשענס מאכט זיך ביי פרויען אונטער 25 ווען נישט זייערע געמיינע אנטי פרויען מיסאדזשעניסטישע פאליסיס וואלטן נישט געווען אזויפיל אבארשנס מכתחילה, ווייל איבער 60 פראצענט פון אלע עיבורים שטאמען פון אומגעפלאנטע פרעגנעסיס, און ס'איז א פשוטע פאקט אז שטארק רעכטע סטעיטס זענען דיספראפארשענעטלי קארעלעיטעד מיט די העכסטע צענערלינג פרעגנעסיס אין לאנד ווי מ'קען זעהן פון די ציפערן שווארץ אויף ווייס. פארוואס? אויך זייער פשוט. ווייל אין רעכטע סטעיטס זענען זיי נישט קיין גרויסע אנהענגער פון געזונטע **** עדזוקעישן ממילא פאסירט דארט מער אומפאראויספלאנירטע שוואנגערונגען, און אסאך מער טשיילד מערידזשעס. כ'האב נאכנישט אריינגעקוקט אין רעיפ אבער כ'וועל נישט זיין איבערראשט אז אינסעסט און סעקשועל אביוז פון מיינערס איז אין די דרום ערגער ווי אין די איסט און די מידוועסט. קאנקלוזשן: אויב זיי זארגן זיך אזוי וועגן אבארשנס פארוואס זענען זיי קעגן פרויען רעכטן אוןפארזארגן מיט די נויטיגע ריסורסעס פון קליין ביז גרויס אז מ'זאל נישט דארפן צוקומען צו די last resort און נאך דארפן טרעוולען הונדערטע מיילן דערפאר? ווייל נישט נאר וואס זיי שטעלן נישט צו גענוג הילף ווילן זיי נאך אפשפארן אלע פלענד פערנטהוד קליניקס. און די סיבה פארוואס אבארשנס זענען אין all time lows מער ווי סיי ווען ביז היינט, איז נישט ווייל מ'לימיט ריפראדאקטיוו רייטס נאר ווייל מער מענטשן ווייסן אז זיי האבן אפציעס, אוועקנעמען אפציעס איז געווענליך א שטער אין פראגרעס און נישט פארקערט און די דאטא צייגט קלאר אז מצמצם זיין אפגערעדט אוועקנעמען רעפראדאקטיוו רעכטן איז קאונטער-פראדאקטיוו. פונקט ווי געזעצן קעגן מאריכוואנא, און **** ארבעט. סא פאר מ'זארגט זיך אזוי פאר די unborn האסט שוין זיכער געמאכט אז די לעבעדיגע מוטערס זענען 100 פראצענט מסודר? קודם רייניג אויף די צואה אין דיין בעיקיארד הערשט נאכדעם וועט מען זיך זארגן וואו די סמבטיון איז.

כ'האב נאך אסאך צוצולייגן אבער ס'איז צו לאנג, איין סטעפ אויפאמאל. פראגרעסיוו סטייל אזוי...
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

כ'בין ווייט פון א פען פון באבי וואפי. כ'האלט אז זי א גראבע נארסיסט און א בולי וואס יעדער מוז האלטן מיט איר, אבער פארפאלן ווען זי האט פיין געזאגט, איז פיין געזאגט. ווייטער עודך שפילט זיך איבער די זעלבע טרענד ווי די דיקרימיניליזאציע פון **** ארבעט: די פרויען זענען אייביג שולדיג און נישט די מענער...
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

איבערגעזעצט פון א YouTube thread
מיין טאכטער'ס בעסטע פריינט האט lupus און זי האט אויסגעפינען אז זי איז טראגעדיג, און זי האט געוואלט דעם דריטן קינד, אבער lupus האט און טוט צוגרונט לייגן איר קערפער, און אויסלעשן אירע נירן. ביי זעקס און צוואנציג וואכן האט זי געדארפט מאכן דעם שווערן באשלוס פון ברענגן דעם פרעגנעסי צו אן ענדע, איר קערפער האט נישט געקענט האנדלען ביידע פון זיי. עס האט געדויערט חדשים און עטליכע כעמא אייווי'ס איר צוריקצוברענגען אויף אן עטוואס נארמאלע באלאנס. דאס קינד וואלט נישט איבערגעלעבט. גאר שווערע אויסוואלן וואס פרויען דארפן קאנפראנטירן. אבער איר אויסוואל.
שכח פארן מיטיילן דיין געשיכטע, אסאך פון די שמועסן און דעבאטעס פארגעסן אז אבארשן קען זיין א הארצרייסנדע איבערלעבעניש פאר עמיצער וואס האט געוואלט דאס קינד, און די לעצטע זאך וואס די מענטשן מאכנ'דיג אזוינע באשלוסן דארפן, איז גאווערמענט זאל ארויפצווינגען זייער האנט אדער זיי אנרופן מערדער.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

סאנטיאגא האט געשריבן:
תרמב האט געשריבן:
ס'איז איראניש אז די פראו טשויס באנוצן זיך מיט א פראז "מיי באדי מיי טשויס", ס'איז מיין קערפער, טייל מיך נישט איין וואס צו טון דערמיט! אבער סאיז אינטערסאנט אז ביי די וואקסין איז די לינקע לאגער געווען זייער שטארק פראו מאנדאטן צו צווינגען דעם עולם זיך צו וואקסינירן, איי מיי באדי מיי טשויס, איך וויל מיך נישט שטעכן!? נו דאס איז היפאקריטיע... וואס קען מען טון...

הגם מ'קען עס פארענטפערן מיט א בריסקע חילוק אז וואקסין איז א חיוב ווייל דו ביזט מזיק אנדערע משא"כ אבארשען וואס איז די אייגענע קערפער, מאידך גיסא קומט דער רעכטער שרייען דו הרגעסט דאך דעם עיבור, אויף דעם שרייעט דער לינקער ווי לאנג ס'איז נישט געבוירן איז עס נישט קיין מענטש, אזוי פארט עס אריין אין אזא רעדל וואס מ'קען זיך נישט ארויס זעהן אזוי ווי מ'עסט סיריעל מיט מילך, ווען די מילך נוצט זיך אויס גיסט מען צו מילך און ווען די סיריעל ענדיגט זיך גיסט מען צו סיריעל ביז מ'קען שוין נישט אטעמען....
יו... (קרעכץ) סיריעסלי? צוגלייכן קערפער אטאנאמיע צו א וואקסין וואס האט א 95% פארזיכערונג צו קעמפן א טויטליכער אלטוועטליכער וויירוס וואס האט אומגעברענגט און כמעט אומגעברענגט מיליאנען און איבערגעלאזט לאנגטערמיניגע קאנסעקוענצן ווי אוועקגעהארגעט די חוש הריח? כ'הער. סתם נייגעריג אין וועלכע מקוה האסטו דאס געהערט? נישט ווייל כ'גיי יעצט דעבאטירן וואקסינען.
די קאוויד וואקסינען איז שוין יעדער מודה היינט, אז עס סטאפט נישט טרענסמישען, די קענסט זיין אינגאנצן וואקסענירט און בוסטעד, און נאכאלץ איבערגעבן קאוויד פאר א צווייטן, און דער צווייטער וואס די גיבסט עס איבערפאר, קען אויכעט זיין פולי וואקסענירט, די איינציגסטע זאך וואס עס טוט אויף איז אז עס נידערט די אפעקטן פון די ווירוס אז די מחלה זאל נישט זיין אזוי שווער אויפן מענטש, אזוי ווי מען הערט יעצט יעדן צווייטן טאג אז די אלע גרויסע שישקעס וואס זענען אלע טריפל בוסטעד, באקומען קאוויד און גרויסן, און מיזן זיך איזאלירן ווייל זיי קענען נאכאלץ איבערגיבן קאוויד פאר א צווייטן, אבער עס גייט דורך אפאר טעג, און זיי זענען אלע צירוק געזינט און פריש, ווייל עס שאדט כמעט נישט פאר זיי, ווייל דאס איז וואס די וואקסין טוט, עס נידערט די סיווערעטי פונעם מחלה

יעצט איינמאל מען פארשטייט דאס, האט נישט קיין שום זינען אויפן וועלט צו צווינגען איינער זאל נעמען די וואקסין אויב ביסטו "פראו טשאוס", וואס איך טו גייט דיך נישט אפעקטירן אויף קיין שום וועג שבעולם, די קענסט אליין נעמען די וואקסין זיך צו באהיטן, און מיין יא נעמען די וואקסין גייט גארנישט אויפטון אויף דיר לטב או למיטב, עס איז פאר "מיין" פראטעקציע וזהו, און אויב וויל איך נעמען די ריזיקע מיטן נישט נעמען די וואקסין מאיזה סיבה שהוא, האט עס מיט דיר גארנישט, אבער איראניש איז אז פינקט דא וויל מען יא צווינגען יענעם וואס צו טון מיט זיין אייגענע קערפער,

דא האט איר ווי א קאלידש מיידל ווערט ארויסגעווארפן פון שולע ווייל זי נעמט נישט די "בוסטער" אויפן ראט פון איר דאקטור, נאך וואס זי האט געהאט זייטווירקונגען פון די ערשטע צוויי דאזעס,
די הערסט וואס דא גייט פאר? זי האט "יא" גענימען די וואקסין, נאר נישט די בוסטער,ווייל אזוי האט איר די דאקטור געהייסן, און זי מיז ארויסגיין, שוין נאכדעם וואס מען ווייסט היינט אז זי שאדט נישט פאר קיינעם שבעולם, און עס איז בלויז א באשלוס וואס זי וויל מאכן פאר איר גוף
מיי באדי מיי פוט...

דא איז איינער ארימגעגאנגען פרעגן קאלידזש סטודענטן, אויב זיי זענען פראו טשויס, און אויב יא פארוואס עס איז נישט גילטיג ביים קאוויד וואקסין,
קוקטס ווי די פארטושטע אמעריקאנע פראפעגאנדע אנגעפילטע מוחות, האבן ניטאמאל געכאפט אז עס איז א דאבל סטאנדארט ביז איינער האט עס אנגעוויזן פאר זיי, א זאך וואס איז מעגליך מער באזארגנד ווי די בלויזע פאקט אז זיי האבן בכלל א דאבל סטאנדארט,
ווי איינער שרייבט דארט אין די קאמענטס
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
אונטער חכם
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1003
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 02, 2017 4:42 pm
האט שוין געלייקט: 565 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 524 מאל

Re: א מקיפ'דיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף

שליחה דורך אונטער חכם »

מי אני האט געשריבן:זייער שיין!
תרמב האט געשריבן:צום שלוס האב איך געזעהן היינט אז א געוויסע געזעצגעבער אין טעקסאס, טאקע ווי די גאנצע פרשה האט זיך אנגעהויבן, האט פארגעשלאגן צו געבן טויט שטראף פאר די וואס מאכן אבארשען, דאס הייסט אז ער איז אזוי פראו לייף אז ער איז ממש גרייט צו הרגענען דערפאר...
דר. ריטשערד דאקינס טענה׳ט טאקע אז עס איז אינטרעסאנט ווי די פרומע קאנסערוואטיווע וואס זענען קעגן הפלות און טערמינען דאס ״רציחה״, זענען אבער מער לויז ווען עס קומט צו הרג׳ענען ערוואקסענע מענטשן דורך טויט-שטראף צי מיט אָנהויבן מלחמות (לגבי די איראק מלחמה).

ער האט טאקע גורם געווען א קאנטראווערסיע ווען ער האט גע׳טענה׳ט אז אויב ווייסט די מאמע אז דאס עובר האט ל״ע דאַוּן סינדרוֺים און זי האט די ברירה דאס צו מפיל זיין, איז דאן אויב זי טוהט דאס נישט איז דאס גאר אימאראליש.
וועגן מלחמה האט ער א שטארקע פוינט, אבער טויטשטראף קומט נישט אריין דא, וואס איז דער דמיון פון הרג'ענען אומשולדיגע קינדער צו הרג'ענען פארברעכער?
באניצער אוואטאר
וואלווי
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3762
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2015 11:34 am
האט שוין געלייקט: 5604 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5650 מאל

שליחה דורך וואלווי »

אונטער חכם האט געשריבן:וועגן מלחמה האט ער א שטארקע פוינט, אבער טויטשטראף קומט נישט אריין דא, וואס איז דער דמיון פון הרג'ענען אומשולדיגע קינדער צו הרג'ענען פארברעכער?
פארוואס זאל מען "הרג'ענען" פארברעכער?

א פארברעכער'ס לעבן איז הייליג. אז איינער הרג'ט א פארברעכער גייט ער איין אויף מארד קלאגעס. די טענה דא איז צו א מענטשליכע לעבן האט א חשיבות אפי' ס'דא סיבות אוועק צו נעמען די לעבן פונעם נידון, ווייל א לעבן איז א לעבן נאך אלעס.

אבוויעסלי האלטן די קאנסערוואטיוון אז נישט.

און דא רעדט מען נישט פון אומשולדיגע קינדער. דא רעדט מען פון אומשולדיגע עוברים. א פארברעכער איז א בן קיימא און א עובר נישט.

עכ"פ, קעפיטאל פאנעשמענט קען פונקט אזוי זיין רציחה. דאס אז ס'געלונגען פאר א פראסעקיוטער ארויס צובאקומען א טויט שטראף אורטייל, וואס ווערט אסאך מאל צוריק געדרייט מיט יארן שפעטער, מאכט עס נאך אלס נישט גערעכט צו הרג'נען א מענטש. אלס סכנה יענער זאל זיך ארום דרייען צווישן מענטשן קען מען עם איינשפארן.

נאר "חשיבות פון א לעבן" איז רעלאטיוו און פאליטזירט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום וואלווי, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
Until the spirit be poured upon us from on high
Isaiah 32:15 -
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

חוץ מזה, ווי איך פארשטיי באציהט זיך דאָקינס צום טענה אז מ׳זאל מבטל זיין טויט-שטראף אלס דאס וואס מאכט זיך (צי אפט) ליידער אז מ׳הרג׳עט א נקי אויך, כידוע; אנשטאטס דעם זאל מען שטראפן ומסלק זיין ההיזק פון סאָסייעטי אויף אנדערע אופנים. (ס׳דאך דא א סיבה פארוואס ר״ט ור״ע האבן געזאגט וואס זיי האבן געזאגט במכות ז., וכעין מה שקרה לבנו של שמעון בן שטח (ירושלמי סנהדרין ו ג), ואיה״נ אז רשב״ג דינגט זיך דארט.) דארטן אבער זענען די קאנסערוואטיוון נישט אזוי באזארגט.

בעצם איז עס דאך יא דומה צו מלחמות, והיינו צו לוחם זיין ״קעגן די וואס זענען שולדיג ורשעים״ אא״וו וכדומה ״און עס קומט זיך זיי״. מיינענדיג, אז אין די פעלער האבן די קאנסערוואטיוון נישט אזא שטארקע ״סענקטיטי אָוו לייף״, וואו אומשולדיגע (וואס זענען שוין לכל הדעות לעבעדיגע מענטשן נקיים במלוא מובן המלה) ווערן אויך בהכרח גע׳הרג׳עט.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
כרם זית
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 942
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך מאי 06, 2020 6:41 pm
געפינט זיך: צווישן האמער און נאגל
האט שוין געלייקט: 2702 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1773 מאל

Re: א מקיפ'דיגע ארטיקל איבער אבארשען, ראו ווי וועיד, והמסתעף

שליחה דורך כרם זית »

@מי אני איך בין מודה אז עס מאכט זיך הריגת נקי. אבער 'עלעמענירן' אפילו ווען עס איז 100% זיכער (צ.ב.ש. דער מערדער פון באפעלאו ימ''ש האט עס רעקעדירט לעבעדיג) איז נישט קיין עצה. עס מוז זיין הריגה אחת בשבעים שנה כדברי האג''מ הידועים.
וידוע מאמר החכם: כשם שאי אפשר לתבן בלי בר, כך אי אפשר לכרם בלי קוצים.
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דאס פירט שוין אריין סיי צו דעם צי די געדאנק פון יוסטיץ איז רעטריבּיוּטיוו אדער רעסטאָרעטיוו, און סיי צי טויט-שטראף איז טאקע (סטאטיסטיש גערעדט) א נוצליכע דיטערענט קעגן געוואלדטאטן (מער ווי די אָלטערנאטיווס). דר. סאַפּאָלסקי לדוגמא טענה'ט אז נישט. (וואלט זיך דער בּאפאלא שיסער, וועמען דו ברענגסט אלס משל, זיך צוריקגעהאלטן ווען עס איז דא טויט-שטראף אין ניו יארק? לכאורה נישט - ער האט זיך דאך מעיקרא אליינס געוואלט שיסן פארן זיך אונטערגעבן. למשל, אין פּענסילוועניע איז יא דא טויט-שטראף און דאך האט דאס נישט אפגעהאלטן דעם ענליכן פּיטסבּורג האס שיסעריי אינעם שוהל אין 2018. דאס זעלבע מיט'ן וואָלמאַרט האס שיסעריי אין על פּעסאָ טעקסעס, וואס האט אויך טויט-שטראף, אין 2019.)

ובכלל, אפילו פון א רעטריבּיוּטיוו שטאנדפונקט איז יש לטעון אז לעבנסלעגנליכע טורמע איז פונקט אזוי הארב - ושבי קשה מכולם (הגם דארט איז עס טאקע מכח דעם ווייל יש בידו להורגו וכדאיתא שם בב"ב ח:). און דארט קען מען כאטש עפעס צוריקגעבן און גיין ווייטער אויב איז דא א טעות.

ובכלל, אויב איז (מכלומפרשט) דאס "סענקטיטי אָוו לייף" אזוי שטארק, איז על מזבח זה פונעם דיטערענט זאל מען אומברענגען אפילו נקיים?

איך פארשטיי אז עס זענען דא (גאר) ראציאנאלע טענות אויף פונדעסטוועגן דאך יא אָנצוהאלטן און אינפארסירן טויט-שטראף. אבער פונקט אזוי זענען דא (גאר) ראציאנאלע טענות אויף מתיר צו זיין אבארשאן. איז אינטרעסאנט אז ביים צווייטן פאל נעמען זיי אָן לאיסור און טענה'ן "סענקטיטי אָוו לייף", משא"כ ביים ערשטן פאל וואו זיי נעמען אָן הצד להיתר. אבער "סענקטיטי אָוו לייף" להיכן אזיל?
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

די איראניע פון די לעצטיגע שלאכטן ארום די נושא נאך די סופרים קארט ליעקס און די SB-8 אקט, פון די שטרענגסטע לעסיסלאציע אין לאנד, ווען ס'קומט ארויס די ביטערע נייעס ווי 19 קינדער און 2 לערער זענען דערשאסן געווארן אין א שולע אין א סטעיט ווי מ'איז שרעקליך באזארגט איבער לעבן...אבער שוין די עיקר איז אז א הארץ קלאפעניש פון זעקס וואכן מיט איין טאג איז פראטעקטעד דורך די friendly texas way...

קען מיר איינער אויפקלערן פארוואס טעקסעס איז נאך א חלק פון אמעריקע? פארנארטע מענטשן
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

סאנטיאגא האט געשריבן:די איראניע פון די לעצטיגע שלאכטן ארום די נושא נאך די סופרים קארט ליעקס און די SB-8 אקט, פון די שטרענגסטע לעסיסלאציע אין לאנד, ווען ס'קומט ארויס די ביטערע נייעס ווי 19 קינדער און 2 לערער זענען דערשאסן געווארן אין א שולע אין א סטעיט ווי מ'איז שרעקליך באזארגט איבער לעבן...אבער שוין די עיקר איז אז א הארץ קלאפעניש פון זעקס וואכן מיט איין טאג איז פראטעקטעד דורך די friendly texas way...

קען מיר איינער אויפקלערן פארוואס טעקסעס איז נאך א חלק פון אמעריקע? פארנארטע מענטשן
וואס איז אזוי שווער צו פארשטיין
זיי האלטן אז א קינד פון זעקס וואכן אלט איז שוין א מענטש, ממילא טאר מען אים נישט הרג'ענען
אבער ווער האט געזאגט אז ער מען זאל מאכן ליגאל שולע שיסערייען? קיינער האלט נישט אז עס איז א גוטע זאך, די האלטסט פשוט אז גאן קאנטראל איז די עצה, ווידערים זיי האלטן אז סתם אסר'ן גאנס וועט גארנישט אויפטון, ווייל די שלעכטע מענטש וועט עס ממילא פארשאפן, און די געזעצן וועלן נאר אויפטון אז ארענטליכע מענטשן וועלן נישט קענען האבן גאנס, און עס וועט זיין ווייניגער מענטשן אפצושטעלן א מערדער
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

עצי שטים האט געשריבן:

איך זעה דו כאפסט נישט, איך רייס אראפ די פאלשע פראו לייף אגענדע. זיי זאגן דאך אז זיי זארגן זיך מורא'דיג פאר לעבן, נו אויב אזוי, ווי זענט עטס ווען מענטשן, און בפרט יונגע קינדער - לעבן לכל הדעות - ווערן נעבעך קאלטבלוטיג און פריצייטיג ערמאדערט אין שולעס איינמאל און נאכאמאל און נאכאמאל? איך האב דאך געמיינט לעבן שטייט דיר פאר די אויגן ממש דו קענסט עס נישט איבערטראגן ווען א לעבן ווערט פארשניטן? נא? לייג דיין געלט ווי דיין פיסק איז און טוה עפעס דערפאר! דערמאלטס זענען רעפובליקאנער די ערשטע צו זאגן וואס די פראבלעם איז נישט? און אז ס'וועט ממילא ווייטער געשעהן? און דעמאלטס ווערט די מענטל אילנעס קארד שטארק געפרעדיגט. אלעס אין די וועלט נאר נישט מודה זיין אז זיי זענען עתיד ליתן. און איך טראכט סיריעסלי? דאס איז וואס דו האסט צו זאגן פאר זיך? שאט אפ! כ'האב דיך נישט געפרעגט וואס נישט. כ'זאג דיר א בלויזן סטעיטמענט אז דו ביסט נישט פראו לייף. אז דיין ביקס פראטעקט נישט, ביסטו א חלק אין די רציחה, איז הער עס אויף צו שטופן אלס א פוינט! ווייל דו ביסט אן אכזר. און אפילו אויב מ'וויל זיך איינארן אז ס'איז די וועג, יעדער ווייסט אז ס'איז נישט רעאליסטיש, און ס'ארבעט נישט. נישט דא און נישט אין די גאנצע וועלט. איז וויפיל נאך דארפן שטארבן ביז די לאנד וועט זיך אויפוועקן פון זיסן שלאף? נאא מער גאנס ס'איז פשוט נישט דא גענוג גאנס, ווייל די גאן אונערס שטייען און פראטעקטן ווי זיי קענען נאר, זיי דארפן פשוט מער מען פאוער ס'איז אזוי ווי 5G יעדע 6 פיס פעלט זיך אויס א גאן אהא, איי געס געב עס נאך א 15 יאר, וואס איז די יאגעניש? ס'פעלט סקולס?

און איך זעה נישט טעד קרוז און מיטש מעקאנעל פארן אויף אפריקע און שיקן גרויסע געלטער צו טוהן וואס מ'קען אז אינפענטס זאלן נישט שטארבן דארטן יעדן ליבן שעה... און ווי שוין דערמאנט דא די מלחמות. אלא מאי דו זארגסט דיך פאר לעבן א נעכטיגן טאג, דו זארגסט דיך נאר פאר וואס דיין רעליגיע מאכט אפ איז א לעבן.. וואס זיי האלטן איז נישט מיין דאגה. אלעקס דזשאונס האלט אויך זאכן, מענטשן וואס גלייבן אין אסטראלאגיע, מענטשן וואס פראקטיצירן reiki medicine זיי האלטן אויך זאכן. איך גיי מיט פאקטן נישט וואס רעליגיע מאכט אפ איז א לעבן.

(איך שרייב אין second person אפט ווייל ס'זאגט זיך בעסער, איך מיין אוודאי נישט דיר פערזענליך)
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

איך האב געכאפט וואס די האסט געזאגט פון דיין ערשטע תגובה, אייגנטליך זע איך נישט וואו די האסט דא צוגעלייגט עפעס שטארקע סברות אדער טענות

די מציאות איז אז "יעדע" אבארשן ענדיגט זיך מיט א טויטע בעיבי, און טאמער האלט מען אז א עובר איז א מענטש, נישט קיין נפק"מ פארוואס צו וועגן רעליגיע אדער סייענס, הרג'עט מען טאג טעגליך טויזענטער טויזענטער קינדער,
און די איינציגסטע און פשוטסטע וועג עס אפצישטעלן איז דורך מאכן געזעצן קעגן אבארשן, יא עס וועלן זיין פרויען וואס גייען טרעוולען אויזער די סטעיט, און טייל וועלן עס מאכן אויף אן אומלעגאלע אופן, אבער דאס איז קלאר אז די נומער פון די טויטע וועלן דראסטיש פאלן, דאס איז די פאקט,

אבער וואס האט דאס למען השם מיט א קאפמלעצירטע נושא פון גאן קאנטראל? יעדער איז קעגן מאסן שיסערייען, און רוב גאן פארקויפינגען, ענדיגן זיך "נישט" מיט א מאסן שיסעריי, רוב גוים האבן גאנס פשוט פאר זעלבס שוץ, אדער פשוט ווייל זיי ווילן נישט בלייבן חוזק איינמאל די ליבעראלן וועלן דיפאנדן די פאליציי

פאצענטואל האבן היינט ווייניגער אמעריקאנער גאנס ווי פאר צענדליגע יארן צירוק, וואס איז יא ארויף איז מאסן שיסערייען און מענטל קרענק, ביידע אויף א משונה'דיגע פארנעם, יעדע צווייטע פאריקטע ליבעראל האט א טרענסדזשענדער קינד אינדערהיים, אווערדואס שיסט דורך די דאך, און זעלבסמארד איז אויך היבש ארויפגעשאסן

איך בין אויך פראו צו מאכן מער קאמען סענס געזעצן איינצוצוימען די צווייטע אמענדמענט, בעיקר עס צו דערווייטערן פון גייסטיש צערידערטע, אבער אז די גאווערמענט זאל קומען און אסר'ן גאנס, איז ווייט נישט די עצה, די מאסן מערדער וועלן עס טרעפן ממילא, אונז ווייסן שוין ווי גוט די "גאווערמענט" נעמט "קעיר" פון פראבלעמען, רוב מאל נעמען זיי בלויז צו רעכטן, אבער די פראבלעם בלייבט פינקט אזוי די זעלבע
נעם למשל די פלעסטיק בעג בען, שווער מאכן די לעבן, דאס טוט עס גלייך און זיכער אויף, ווי שטארק דאס וועט העלפן די אינווייערמענט? דאס קען מען שוין שפעטער אריינקלערן, קודם האט מען "געטון" עפעס, וכן די לאקדאונס ביי קאוויד, וכהנה רבות, מען דארף נישט זיין מורא'דיג קליג נישט צו טראסטן אז די "רעגירוג" גייט סאלוון די פראבלעמען

צו בלעימען די פרא לייף ריפאבלעקאנער אין די שיסערייען איז סתם נאריש, יא מען דארף מאכן בעסערע געזעצן, אבער עס דארף אויך זיין שכל'דיג מען מוז נישט גלייך שפרינגען צו גרויסע יונעווערסל בענס וואס גייען ממילא נישט אויפטון,

און צו שרייען אז טעד קראוז זאל גיין קיין אפריקע ראטעווען קינדער איז אויך נאריש, בלויז ווייל ער איז פראו לייף דארף ער יעצט טון וואס ער קען נישט, און ארימלויפן צו די גאנצע וועלט צו טון גארנישט? ער וואוינט דא, טוט ער אויף דא וואס ער קען, סיי דורך ראטעווען בעיביס פון אבארשן, און סיי דורך אדרעסירן די גאן אישאוס, מאכן די סקאולס מער סעיף, געבן מער געלט פאר סעקיורעטי און יא, מאכן שכל'דיגע געזעצן

סתם צו שרייען פארוואס זענען זיי נאך א חלק פון אמעריקע, קומט מיר אויס ווי א ווייסע ליבעראלע פרוי, וואס מאכט א נארישע סטעיטמענט
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

עצי שטים האט געשריבן: די מציאות איז אז "יעדע" אבארשן ענדיגט זיך מיט א טויטע בעיבי, און טאמער האלט מען אז א עובר איז א מענטש, נישט קיין נפק"מ פארוואס צו וועגן רעליגיע אדער סייענס, הרג'עט מען טאג טעגליך טויזענטער טויזענטער קינדער,
וויאזוי הארגעט מען א זאך וואס לעבט נאכנישט? פארוואס ציילט זיי נישט די צענזוס? פארוואס האבן זיי נישט קיין לוויה? קענסט ביטע ארויפשטעלן איין דאטא צענטער וועלכע רעכנט אריין פיטעסעס אין די אפיציעלע טויט ציפערן?

ווייסט וויפיל "לעבנס" ווערן קיינמאל נישט קיין בעביס? ארום 55% פערטילייזט אייער גייען לטמיון פאר ס'ווערט א זייגאוט. ווער פונקטליך איז שולדיג אויף די מארדן? און לויט דיר זענען אלע מיסקערידזשעס אויך מארד. יעדע שטיק זומען האט א פאטענציאל, איך זעה נישט פארוואס א מענטש וואס מאכט קיינמאל נישט איינעם טראגעדיג איז נישט קיין מערדער, וואס הייסט? ער שיסט ארויס ביליאנען מייקראסקאפיק צעלן אין זיין לעבן וואס פון די צעלן ווערט עווענטועל א מענטש, וואס א חילוק בעבי, פיטעס, עמבריא, זייגאוט, זרע, ס'איז דאך די זעלבע זאך. ז'רע ז'ייגאוט...

דערקלערן מציאות'ער קען איך אויך, אבער ס'איז דא פאקט און ס'איז דא מיינונג. און איך האב דיר געזאגט א פאקט, די מאריאטעיט פון אנטי אבאורשעניסטן זענען נישט פראו לייף. פינטל. זיי זענען אנטי טשויס. און ווי קארלין דריקט זיך אויס אנטי פרוי. זיי ווילן אויף יעדעם ארויפצווינגען צו די הייליגע מצוה פון פרו ורבו.

כ'האב נישט געהייסן קיינעם פארן אין ערגעץ, איך ברענג סך הכל ארויס אז זיי זענען היפאקריטן וואס געבן נישט קיין הוד פאר לעבן און פאר דעם גייט זיי נישט אן וויפיל מענטשן פגר'ן פון גאן וויילענס, זיי וועלן אלס האבן די בעסטע תירוצים פארוואס די ביקס איז נישט די פראבלעם דא נאר די מענטש. אבער פלוצים ווען ס'קומט צו יענעמ'ס בויך נאר דארט זענען זיי זייער סימפאטיש פאר אן אומשולדיגע "בעבי" די מאס פון א פלוים.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

סאנטיאגא האט געשריבן:
עצי שטים האט געשריבן: די מציאות איז אז "יעדע" אבארשן ענדיגט זיך מיט א טויטע בעיבי, און טאמער האלט מען אז א עובר איז א מענטש, נישט קיין נפק"מ פארוואס צו וועגן רעליגיע אדער סייענס, הרג'עט מען טאג טעגליך טויזענטער טויזענטער קינדער,
וויאזוי הארגעט מען א זאך וואס לעבט נאכנישט? פארוואס ציילט זיי נישט די צענזוס? פארוואס האבן זיי נישט קיין לוויה? קענסט ביטע ארויפשטעלן איין דאטא צענטער וועלכע רעכנט אריין פיטעסעס אין די אפיציעלע טויט ציפערן?

ווייסט וויפיל "לעבנס" ווערן קיינמאל נישט קיין בעביס? ארום 55% פערטילייזט אייער גייען לטמיון פאר ס'ווערט א זייגאוט. ווער פונקטליך איז שולדיג אויף די מארדן? און לויט דיר זענען אלע מיסקערידזשעס אויך מארד. יעדע שטיק זומען האט א פאטענציאל, איך זעה נישט פארוואס א מענטש וואס מאכט קיינמאל נישט איינעם טראגעדיג איז נישט קיין מערדער, וואס הייסט? ער שיסט ארויס ביליאנען מייקראסקאפיק צעלן אין זיין לעבן וואס פון די צעלן ווערט עווענטועל א מענטש, וואס א חילוק בעבי, פיטעס, עמבריא, זייגאוט, זרע, ס'איז דאך די זעלבע זאך. ז'רע ז'ייגאוט...

דערקלערן מציאות'ער קען איך אויך, אבער ס'איז דא פאקט און ס'איז דא מיינונג. און איך האב דיר געזאגט א פאקט, די מאריאטעיט פון אנטי אבאורשעניסטן זענען נישט פראו לייף. פינטל. זיי זענען אנטי טשויס. און ווי קארלין דריקט זיך אויס אנטי פרוי. זיי ווילן אויף יעדעם ארויפצווינגען צו די הייליגע מצוה פון פרו ורבו.

כ'האב נישט געהייסן קיינעם פארן אין ערגעץ, איך ברענג סך הכל ארויס אז זיי זענען היפאקריטן וואס געבן נישט קיין הוד פאר לעבן און פאר דעם גייט זיי נישט אן וויפיל מענטשן פגר'ן פון גאן וויילענס, זיי וועלן אלס האבן די בעסטע תירוצים פארוואס די ביקס איז נישט די פראבלעם דא נאר די מענטש. אבער פלוצים ווען ס'קומט צו יענעמ'ס בויך נאר דארט זענען זיי זייער סימפאטיש פאר אן אומשולדיגע "בעבי" די מאס פון א פלוים.
איך גיי נישט דא פארטיידיגן עפעס וואס איך אליין האלט נישט אזוי, איך האלט אז ווי לאנג די עובר קען נישט אליין לעבן אהן די מאמע, איז ער נאכנישט קיין קינד,
איך האב בלויז געשריבן וואס די פרא לייף חברה האלטן, אז די מציאות פון מענטש הייבט זיך אהן ביים פערטעלייזעשען, גלייך ווען עס הייבט אהן צו וואקסן, איי פרעגסטו ווער איז שילדיג אין די אייער וואס גייען לטמיון? קיינער נישט! עס געשעט, אזוי ווי א מיסקערידש איז נישט קיין מארד, עס איז א זאך וואס געשעט ליידער, מענטשן שטארבן אויך פון הארץ אטאקעס, עס הייסט אבער נאכנישט קיין מארד,

זרע אליין האלט קיינער אז עס איז שוין א מענטש, עס האט טאקע א פעטענציאל צו ווערן א מענטש, אבער איך האב נאכנישט געטראפן קיינער וואס האלט אז זרע אליין איז שוין א מענטש, לכאורה איז די סיבה ווייל ער אליין איז גארנישט אויב עס איז נישט פערטעלייזט אין די פרוי

סתם צו שרייען אז די פרא לייף חברה זענען בלויז אנטי טשויס אדער אנטי פרויען איז נאריש, און איז די נייע ביליגע מהלך אין פאליטיק צו באשמיצן יענעמס שיטות אלס אנטי מענטשהייט, און אלעס ווערט גלייך ראסיזם אדער סעקסיזם

עס איז דא אסאך מענטשן וואס זענען פשוט פרא לייף, רוב דערפון האלטן עס טאקע וועגן זייער רעליגיע, אבער זיי האלטן באמת אז יעדע אבארשן איז רציחה
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
סאנטיאגא
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 751
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 05, 2018 12:32 am
האט שוין געלייקט: 336 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 760 מאל

שליחה דורך סאנטיאגא »

עצי שטים האט געשריבן: נעם למשל די פלעסטיק בעג בען, שווער מאכן די לעבן, דאס טוט עס גלייך און זיכער אויף, ווי שטארק דאס וועט העלפן די אינווייערמענט? דאס קען מען שוין שפעטער אריינקלערן, קודם האט מען "געטון" עפעס, וכן די לאקדאונס ביי קאוויד, וכהנה רבות, מען דארף נישט זיין מורא'דיג קליג נישט צו טראסטן אז די "רעגירוג" גייט סאלוון די פראבלעמען
איך עגרי מיט דיר אז די בעג בען איז לעכערליך, און אז מ'נוצט שוין אויסגעהאלטענע בעגס פארוואס ברויך מען נאך צאלן שטייערן דערפאר? דען עגעין ווייל די רעזולטאטן שטעלן זיך נישט אלס אויס ווי מ'מיינט, מיינט דאס נישט אז די סטאטוס קווא איז בעסער.
עצי שטים האט געשריבן: צו בלעימען די פרא לייף ריפאבלעקאנער אין די שיסערייען איז סתם נאריש, יא מען דארף מאכן בעסערע געזעצן, אבער עס דארף אויך זיין שכל'דיג מען מוז נישט גלייך שפרינגען צו גרויסע יונעווערסל בענס וואס גייען ממילא נישט אויפטון,
אזוי גאר, פארוואס טוט עס אויף אין אזויפיל מדינות ווי מ'הערט זעלטן מאסן שיסערייען? אוודאי ווייל ס'ארבעט ממילא נישט אשר על כן איז א שאד צו פרובירן.

איי...
יונייטעד קינגדאם
אויסטראליע
ניו זילאנד
יאפאן
דרום קארעא
קאנאדא
קאמבאודיע
אייסלאנד
פינלאנד
נארוועי
פארטוגאל
שפאניע
פראנקרייך
בעלגיע
סערביע
אויסטריע
איטאליע
דייטשלאנד
פוילן
גריכלאנד
אונגארן
די נעדערלענדס

ס'טוט גארנישט אויף! דו הערסט. נאדא. נאאא איך האב געזאגט די ווארט גארנישט? איך זאג וואס מ'טוט זאל מען אויך נישט טוהן ווייל איך ווייס פאר א פאקט אז ס'העלפט נישט..
(ווילאנג ס'איז נישט קיין וועלט מלחמה וואס איז שוין? אפאר מענטשן ארויף אפאר מענטשן אראפ. נישט עק וועלט)
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 3 אום סאנטיאגא, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
Here’s how I think of my money – as soldiers – I send them out to war everyday. I want them to take prisoners and come home, so
.there’s more of them

Kevin O'Leary—
מיין אנאליז אויף Welcome to Eden
פארשפארט