קאווע טרינקער האט געשריבן:אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.
איך בין נישט קיין שופט; איך בין קיינעם נישט דן; צופיל פאקטן ווייסעך נישט; פסיכלאגיע האב איך נישט שטודירט, און איבער אלעם: קיינער האט מיר נישט געפרעגט.
אבער אז ס'טוט וויי, שריי(ב)ט מען.
היינטיגע צייטען פארעמען זיך גרופעס פאר יעדע מצב וואס א מענטש קען זיך נאר (אדער זאל זיך נישט) געפונען. ס'הייבט זיך אן מיט א meeting אין א שבע-ברכות-זאל ע"ד ותשועה ברוב יועץ, ביז מ'מאכט א logo און מ'פראוועט שבתונ'ס. ווען אט די מענשטען קומען זיך צוזאם, איז דא איין זאך וואס איז זיי מאחד. אלע פון זיי מוטשען זיך צו פרוכטבארן; אלע פון זיי האבן ליידער פארלוירען א קינד; אלע פון זיי האבן ליידער א געוויסע מחלה, וכדומה. אויסער די איין זאך וואס זיי זענען גלייך, זענען זיי אבער, און וועלן בלייבן, צוטיילט אין אלע אנדערע דברים העומדים על הפרק.
אויפן געדאנק קומט ארויף א תורה'לע אויף פרשת בשלח און יתרו. אויפן פסוק "והנה מצרים נוסע אחריהם", זאגט רש"י "בלב אחד כאיש אחד", צוליב דעם זאגט דער פסוק "נוסע" בלשון יחיד. אלע מצרים זענען געווען אין איין מיינונג אקעגן די אידן. אין פרשת יתרו אויפן פסוק "ויחן שם ישראל נגד ההר", זאגט רש"י "כאיש אחד בלב אחד", צוליב דעם זאגט דער פסוק "ויחן" בלשון יחיד, ווייל אלע אידן זענען געווען איינס. מ'קען אנמערקען אז אויף די מצריים לייגט רש"י אויס "בלב אחד" איידער "כאיש אחד". משא"כ ביי די אידן. האב איך געזעהן אין טללי אורות (הרב רובין ע"ה) בשם ממי_שאמרו (פארגעסען די מקור), אז אידן זענען בעצם "איש אחד" (פרעג מיך נישט וואס דאס מיינט), "לב אחד" איז פשוט א ממילא'דיגע תוצאה פון דעם. משא"כ די מצריים זענען בעצם צוטיילט (מעלמא דפירודא. לעיקוואד, איך זאג עס גוט?), ס'איז נאר די "לב אחד", די איין רצון, אנטקעגן אידן, וואס מאכט זיי כ"איש אחד".
צוריק צום ענין.
ס'איז געווארן אזא מנהג, אז מ'זעצט אראפ עטליכע OTD מיטגעלידער און זיי לאזען זיך וואויל גיין, זאגענדיג זייערע מיינונגען כחפץ לבם. פארשטייט זיך אז זיי פארפעלען נישט נעגעטיווע זאצן אויף דעם "סיסטעם", ווארום, אויב די סיסטעם איז האניג און צוקער, וועלען זיי מוזן ענטעפערן די שווערע שאלה "פארוואס האט איר געטוישט?". פארשטייט זיך אז ס'האט נישט קיין זינען זיך איינצוטענה'נען אויף יעדע פון זייערע טענות באזונדער. באופן כללי, די טענות שפייזען נישט גענוג אויף צו נישט גלייבן אין בורא עולם ותורתו.
די גוישע וועלט וועט אייביג זיין (און אוודאי אויסקוקען) בעסער און געשמאקער ווי די אידישע וועלט, ווי אפען און לינק מ'זאל נאר זיין. ס'איז אסאך מער גרינגער צו זיין א גוי, אוי ווי מ'האקט א לעבן (אויב איז מען נארמאל)! מ'איז מקיים שמח בחור בילדותך מיט אלע מפרשים. והראיה, לויט ווי כ'האב מברר געווען, זענען דא אפגעפארענע אפילו פון אזעלכע קרייזען ווי מ'צענזורט נישט קיין ביכער, שטודירען איז אנגענומען, ענגליש איז די מאמע שפראך, מ'שערט נישט די האר, און מ'date'ט א רויעך, מפלאנט די משפחה, מ'עסט כמעט אלעס, מ'טרינקט ממש אלעס, וכו'.
וואס מיר שטערט איז, אז בעצם יעדער אפגעפארענער האט זיך זיין פערזענדליכע פרשה. איינער איז נשפע געווארן פון א שלעכטע חבר, ביי איינעם האט די תאוה געברענט אזוי שטארק אז ס'האט זיך דערקייטעלט ביז מ'האט אים געמוזט ארויסווארפען פון שטוב וכו' וכו'. איינעם האט געפעלט ווארימקייט אינדערהיים. א צווייטער האט שלעכט חתונה געהאט, א דריטער האט מען גע'רודפ'ט פאר זיין אויפגעקלערטקייט. לא הרי שפרה לאווין כפרידא וויזעל, ולא הרי שאולי פייערוועקער כ[נאמען באהאלטן] וואס האט געטראפן א רלב"ג וואס זאגט - לויט ווי יענער האט פארשטאנען - אז מ'דארף נישט גלייבן אין גאט. הצד השוה שבהם?
וואס איז די "צד השוה"? basically גארנישט, ווען נישט די שם הכולל "OTD". האבן זיי עפעס אין common? ווען נישט Footsteps איז שטארק מעגליך אז זיי וואלטען זיך ניטמאל געקענט. - יעצט אז מ'זעצט זיי אראפ ארום א טיש, און זיי רעכענען אויס די שוואכקייטן פון אונזער סיסטעם, כאילו דאס האט זיי געברענגט צו ווי זיי זענען יעצט. יסכר פיהם! ס'רעגט מיך אויף. טייערע זיסע שיינע מיידעלע, נישט דו און נישט דיין חבר'תה זענען אפגעפארן ווייל מ'לערנט נישט קיין ענגליש אין חדר, אדער ווייל א גרויסע היימישע עולם האט 7-8 קינדער פון וועם זיי שעפען נחת.
אז ס'רעגט מיך מיינט דאס אז איך האלט אז די סיסטעם perfect? ניין, Absolutely נישט! ס'דא סאך וואס צו מתקן זיין. מ'דארף eliminate'ען דאס גאנצע רביסטעווע יחידי'שע authority ; בתי חינוך דארפן טוישן די סדר הלימודים; שידוכים סיסטעם דארף ווערן געטוישט אינגאנצען; creative מענטשען, נישט נאר חזנים, דארפן מעגן ארויסגעבען זייער talent; און בכלל דארף געטוישט ווערן די tolerance level אויף אסאך נידריגער.
אבער ענק טייערע ברידער און שוועסטער, וואס זענען זיך דוגל אונטערן OTD ראשי תיבות, ראו חיים עם הדרך אשר בחרתם, אז איר האט אן עצה וויאזוי צו פארעכטען אונזער סיסטעם, אדברה, מיר זענען גרייט צו הערן. אבער ביטע זאגט דעם אמת ווען מ'פרעגט אייך פארוואס איר האט פארלאזט אידישקייט, פארציילט אייערע שוועריקייטן און מיטמאכענישן, פארציילט וויאזוי ס'האט זיך אנגעהויבן, פארצייל אז דו ביסט אפגעפארן ווייל דיין טאטע איז א משוגע'ער, נישט ווייל דו האסט נישט געזען גאט'ס שטרענגע האנט ווען דו האסט גערויכערט שבת. א.א.וו. - אדער plead the fifth. (די בעסטע Option)
'ך האף איר פארשטייט וואס 'ך רעדט (=סגולה צו באקומען א לייק פון דבילה)
איך האלט זיך פערזענליך פאר OTD, כאטש איך לערן אין ישיבה צוויי סדרים, און נישט ווייל איך בין א troubled teenager אויפן וועג אראפ , איך בין שוין עלטער פון דעם און זייער סטאביל,איך בין אוועק נאר אויף ווי ווייט עס האט מיר געלוינט, און ר געוויסע קרייזן זענען גענוג ברייט דיך צו לאזן אין ישיבה אזוי לאנג וו דו לערנסט פלייסיג.קאווע טרינקער האט געשריבן:אל תדון את חברך עד שתגיע למקומו.

ממילא איך בין יא אין א מצב צו דן זיין , און איך האב יא שטודירט פסיכאלאגיע, ממילא וועל איך אלס אל תמנע טוב מבעליו צולייגן וואס איך פארשטיי
איך פערזענליך קום פון זייער א געזונטע שטוב, פארוואס בין איך אראפ פון וועג? איך ווייס נישט!! אבער לבי אומר לי אז ווען איך וואלט געטראפן א שידוך ביי די אכצן-צוואנציג וואלט איך געבליבן פרום. און אראפ פון וועג בין איך אויך נישט מחמת יצרו תקפו , ווייל למעשה בין איך תורתו אומנתו ותורה משמרתו. נאר וואס דען ???
איך בין געווען אין א מצב ווי איך האב נישט געהאט וואס צו פארלירן
נישט צו פיל מענטשן קענען זאגען אז זיי זענען געווען אין א מצב ווי זיי וואלטן גארנישט פארלוירן דורך איבערלאזן אידישקייט/סיסטעם.
לדעתי ווען זיי האבן ווען די מעגליכקייט וואלט אכציג פראצענט פון אונזער ציבור געגאנגען OTD, פארוואס??? פשוט פאר באקוועמליכקייט, פונקט אזוי ווי יעצט איז באקוועם די אנדערע וועג מחמת שווער/שוויגער/פארטיי/ קהילה/ משפחה/שטאט/ משמרת הצניעות/ארבייט וכו׳
גיין OTD ברויך בכלל נישט קיין justification איך גיי פשוט ווייל איך וויל אזוי!!
ווען מען רעדט פון סיבות רעדט מען געווענליך נישט פון justifications, נאר פון פראקטישע אומשטענדן וואס האט איינעם ארויסגעשטופט פון אונזער ציבור.