איך קען נישט קיינעם פון די צוויי, און מיינע לעצטע שורות מיינען גארנישט, בלויז ארויסצוברענגען אז דיינע שורות זענען רעטאריק פונקט ווי מיינע.
מעגליך אז די קענסט זיי קענסטו זאגן א מיינונג אבער סתם א מענטש זע איך נישט פארוואס ער זאל האלטן אז הונדערט איז א נרדף דא, א חוץ אז ער גלייבט א אנאנימער ניק אדער א הארצרייסנדער בריוול.
דו שרייבסט שוין צום צווייטע מאל כאילו ר' מענדל הירש האט אלעס צוגענומען ווען אין טאקט איז עס להיפוך ער האט אלעס איבערגעלאזט און געגענט פון פריש א חוץ די שרייבערס וואס זיי זענען עדאלטס העכער די 18 מיט א אייגענע בחירה וואס האבן מאיזה סיבה ממשיך געווען מיט ר' מענדל הערש.
צו ריינער איז גראד אין ביזנס ווייס איך נישט, ווי אויך ווייס איך נישט ווער עס איז גערעכט אין די סכסוך, דאס איז אמאל זיכער אז ריינער האט זיך באנוצט מיט טעראר ארויסצושטויסן ר' מענדל הירש און נישט מיט דעת תורה דאס איז נראה לעין כל
נאכמער, די אינסייד דיטעילס איז עכט נישט מעגליך צו וויסן, אבער וואס מ'האט קלאר געזען אין פאבליק איז אז ריינער האט געווארפן די הונדערטס אין מיסט, ארומגעשיקט עיקולים צו אלע גראסעריס אא''וו אין די צייט וואס פאנעט איז זיך געגאנגען אין געעפנט א נייע אויסגאבע.
מיליאנער האט געשריבן:נאכמער, די אינסייד דיטעילס איז עכט נישט מעגליך צו וויסן, אבער וואס מ'האט קלאר געזען אין פאבליק איז אז ריינער האט געווארפן די הונדערטס אין מיסט, ארומגעשיקט עיקולים צו אלע גראסעריס אא''וו אין די צייט וואס פאנעט איז זיך געגאנגען אין געעפנט א נייע אויסגאבע.
דאס איז די פאקטן וואס איז 'אפן'.
איך גלייך נישט צו מישן ינעמס קאשע, און איך נעם נישט קיין צד (און מיין הארץ גייט אויב פאר פאנעטה) אבער דאס איז לעכערליכע טענה.
פאנעטה האט פרובירט צו באנקראטירן ריינער. מיינע קינדער האבן מיר אראפגעלייגט די שטיקלעך וואס ער האט אנגעדרייט די ערשטע פאר וואכן. דאס הייסט ער האט גענומען די law און די האנט. מעשה גבר אלים. מ'קען דאס אויך זען פון דאס וואס ער האט גענומען די גרעסטע שקץ אלץ זיין טוען. און די וועלט'ס גרעסטע דריי קאפ אלץ זיין לויער. ער איז געגאנגען פאר די kill.
איך הייב אן טראכטען אז דאס איז א סטרעטעגיע פון פאנעט צו פארמאכען פאר אפאר וואכען כדי זיך נישט דארפען ארומשלאגען מיט דער געשעפטען, און כדי צו באקומען דער סאמפאטיע פון דער גאס.
אין אפאר וואכען ארום וועט ער צורוקעפענען מיט א פרישקייט.
בורו פארק האט געשריבן:איך הייב אן טראכטען אז דאס איז א סטרעטעגיע פון פאנעט צו פארמאכען פאר אפאר וואכען כדי זיך נישט דארפען ארומשלאגען מיט דער געשעפטען, און כדי צו באקומען דער סאמפאטיע פון דער גאס.
אין אפאר וואכען ארום וועט ער צורוקעפענען מיט א פרישקייט.
נוח האט געשריבן:אל מעלת כבוד הר"ר מענדל הערש פאנעט שליט"א,.
אלס איינער וואס שרייבט דא יעצט לטובתך וויל איך דיר בעטן ברחמים ובתחנונים. דו ביסט יעצט אין זייער א שווערע מצב, און דו קענסט זיך נישט זען פון א דרויסנדיגע בליק. אלץ איינער וואס שטייט פון דרויסן זאג איך דיר אז די אלע בריוון מיט ווידיאס וואס דו ביסט מפרסם זענען נישט גוט פאר דיר. איך ווייס נישט אויב עס ווייזט איבער אז דו ביסט גערעכט צי נישט. ס'איז נישט קיין נפק"מ. די ווידעאס לייגן דיר נישט אין קיין גוטן ליכט און ס'ברענגט אראפ דיין כבוד און אנזען.
פליז פליז הער אויף שרייבן, כאטש איך פארשטיי אז ס'קומט פון א צעבראכן הארץ וואס קאכט און ברויזט אויף עוולות. אבער פליז לאז דיך אפקילן דיין כעס פאר עטליכע טעג, און טראכט איבער וויאזוי דו זאלסט גיין ווייטער. פליז בעט פון דיינע נאנטע און באליבטע אז זיי זאלן נעמען דיין טעלעפאן, קאמפיוטער וכו', און דיר נישט געבן קיין צוטריט פאר עטליכע טעג. ס'איז פשוט פאר דיין טובה וועגן. אז דו האלטסט אז געוויסע נקודות מוזן ארויסגיין צו די גאס און קען נישט ווארטן, פליז טו עס נישט אליין. לאז דיין לאיער אדער טוען טון די ארבייט פאר דיר.
דו אליין הער אויף מיט די אלע זאכן. ס'איז נישט גוט פאר דיר. כ'בין דיר מבטיח אז דו וועסט דאנקבאר זיין אויב דו וועסט פאלגן מיין בקשה.
נוח
אלס איינער וואס איז שוין געווען אינוואלווד אין קריגעריי, מיטגעהאלטן פון די נאנט, קען איך נישט מער ווי אגריען צו יעדע ווארט, ער ברענגט זיך אונטער... אבער אל תדין את חבירך עד שתגיע למקומו, קיינער פארשטייט עם נישט עכט.