די גוטע זייט דערפון: איבריג ארויסצוברענגן די געוואלדיגע גוטע זייט וואס די מאוומענט האט צוגעברענגט. ווען נואפים האבן פאר יארן לאנג זיך געקענט צופירן אן דארפן אפגעבן א דין וחשבון. די מאוומענט האט צוגעברענגט אז מענטשן וועלן זיך מער באהיטן, אדער אינפארסירן מיטלן אז פאטענציאלע באשולדיגונגען זאל קענען פארמיטן ווערן אויב זענען זיי חף מפשע.
די שלעכטע זייט דערפון: אזוי ווי יעדע גוטע זאך ווערט אביוזט אזוי אויכעט איז די מאוועמענט געווארן שרעקליך אביזוט. יעדע פרוי וואס איז ארויסגעקומען מיט א געשיכטע איז געווארן א העלד איבער נאכט. Due process האט זעלטען פאסירט ווען א געשיכטע איז ארויסגעקומען. פון די צענדליגע געשיכטעס וואס האט לכאורה ווירקליך פאסירט זענען צענדליגע אנדערע אויפגעמאכט אדער איבערגעטריבן געווארן. צב"ש: כמעט יעדע עקטער/ן ווייסט און האט געוויסט אז האליוואד איז א בית הכסא. הארווי וויינשטיין איז זייער א מיאוסע מענטש און עס איז נישטא איינער וואס וועט אים קענען דיפענדן. פון די אלע געשיכטעס וואס זענען ארויסגעקומען אויף אים איז לכאורה זיכער געווען פרויען וואס זענען פארגוואלדיקט געווארן בפשיעה ובזדון און זענען געפאלן א קרבן צו אים. פון די אנדערע זייט זענען געווען פרויען וואס האבן געהערט אדער געוויסט אינטערנעלי ווער הארווי איז, זיי האבן זיך מיט אים געטראפן איינמאל און נאכאמאל און האבן געוויסט אז די איינציגסטע וועג צו אנקומען הויעך איז צו ענטפערן אויף הארווי'ס תאוות. דאס מיינט זיי האבן זיך פארקויפט מיט א קלארע וויסן. פארשטייט זיך אז וויאזוי עס זאל נאר זיין איז זיין פלאץ אין תפיסה.
גייענדיג ווייטער איז ארויסגעקומען אז די גוטע מאוומענט האט צוגעברענגט אז אומשולדיגע מענטשן זאלן פאלן א קרבן. יעדער קלאגע, יעדער געשיכטע האט געהאט די כוח אומצוברענגן א מענטש אין א אויגן בליק. ביי יעדן קאנפליקט בין איש לאשתו איז די פרוי אלס געווען ידה עליונה. די נאטורליכע סדר פון די פרויאישע שוואכערע כאראקטער האט זיי געגעבן א פרייע פאס אויסצוקוילן א מענטש אדער עסעסענעטן איינעמ'ס קערעקטער מיט א טוויט.
א באלאנס האט זיך געפאדערט.
אין די טעג קומט פאר א טרייעל צווישן א געוועזענע פארפאלק, צוויי עקטערס, דזשאני דעפ און עמבער הערד. די פארפאלק האט געלעבט צוזאמען פאר אביסל מער ווי א יאר נאך זייער א טאקסיק רילעשענשיפ.
מעמיר עס מאכן בקיצור ווייל איך גלייב אז די עולם האלט מיט די מעשה. פאסירט האט אין 2017 אז עמבער האט געשריבן אן אפעד אין די וואשינגטאן פאסט ווי זי האט אומדירעקט באשולדיגט איר עקס מיטן איר אביזון. עמבער האט גע'טענה'ט אז זי איז אויך א קרבן פון סעקסיואלע אביוז. זייענדיג אין די ברען פון די meToo# מאוומענט האט די ארטיקל געמאכט א שטורעם. עמבער איז געווארן א העלד, און די מידיא האט זיך גענומען שניידן שטיקער פון מר. דעפ. און עס האט צוגעברענגט אזוי ווייט אז מען האט ארויסגעשטויסן דעפ פון די מאוויס וואס ער האט געהאלטן אינמיטן שפילן. בקיצור מען האט אים אומבגעברענגט. - עמבער די העלד, און דעפ דער מאנסטער.
מר. דעפ האט אריינגעגעבן א דיפעמעשן לאוסוט קעגן עמבער וואו ער האט גע'טענה'ט אז עמבער האט אים שאדן געמאכט מיליאנען דאלערן אין ליכט פון די ארטיקל, און ער האט גע'טענה'ט אז נישט זי, נאר ער איז גאר די קרבן פון די רילעשנשיפ.
כלאז יעדעם איינעם אליין ציען זיינע מסקנות פאר ווער עס האלט מיט די טרייעל, אבער א שטוינענדע זאך איז געשען די לעצטע 3 וואכן. די גאנצע מידיא וואס האט אראפגעריסן דעפ פאר עטליכע יאר צוריק האט געטוישט ניגון. דעפ איז געווארן דער העלד און עמבער די מאנסטער.
מיין אבזערוואציע פונעם טרייעל איז אז דעפ איז גארנישט קיין בעבי, ער איז א דראג עדיקט און גארנישט קיין גרינגע מענטש. אבער אויב שטעלט מען צי ביידע טעסטעמאניס פון אים און עמבער טוישט זיך די קאליר אינגאנצן. איך קען נישט זען וויאזוי א מענטש וואס וואטשט איר רעדן, וואטשט אירע מאושענס, וואטשט אירע גרימאסען, וואס קען זאגן אז די אמת איז מיט איר. איך האב נאכקיינמאל נישט געזען אזא שקרן וכזבן ווי איר. אפגערעדט פון די גרויליגע באשולדיגונגען/באווייזן און שקרים וכזבות וואס איז ארויסגעקומען קעגן איר, און וויאזוי זי האט אים געשענדעט און געלעסטערט, האט זיך אויך ארויסגעוויזן וואספארא שלעכטע עקטערן זי איז.
עמבער איז לכאורה טאסטעט פאר לייף. קיינער גייט איר שוין מער נישט הייערן פאר קיין מאוויס.
האפענטליך וועט די געשיכטע דינען אלס א שטיקל באלאנס אין די meToo# מאוומענט, ווי געשיכטעס וועלן ברויכן האבן Due process. נישט יעדער שלום בית קעיס איז די מאן שולדיג, און ווי אויך וועט זיך ארויסשטעלן אז עס זענען אויך דא פרויאישע מאנסטערס, אפילו זיי זענען שיין, דאס מאכט נאכנישט זיי געבן די גערעכטיקייט פון אפטון די מיאוסטע זאכן און נאכדעם אנטון א בלעכענע פנים און שרייבן אן אפעד אז מען איז די קרבן.