פון "הארווי וויינשטיין" ביז "עמבער הערד"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

פון "הארווי וויינשטיין" ביז "עמבער הערד"

שליחה דורך פרייוויליג »

בערך אין 2017 האט די וועלט קענען געלערנט איבער דעם מאנסטער הארווי וויינשטיין און די meToo# מאוומענט וואס האט נאכגעפאלגט. פון דאמאלט אן האבן הונדערטער פרויען באקומען די קוראזש ארויסצוקומען מיט זייערע געשיכטעס, און דאס האט צוגעברענגט צו די ענדע פון צענדליגע מאכטפולע פאליטישענס, מידיא פרעזענדליכקייט אדער סתם בארימטע פיגורן.

די גוטע זייט דערפון: איבריג ארויסצוברענגן די געוואלדיגע גוטע זייט וואס די מאוומענט האט צוגעברענגט. ווען נואפים האבן פאר יארן לאנג זיך געקענט צופירן אן דארפן אפגעבן א דין וחשבון. די מאוומענט האט צוגעברענגט אז מענטשן וועלן זיך מער באהיטן, אדער אינפארסירן מיטלן אז פאטענציאלע באשולדיגונגען זאל קענען פארמיטן ווערן אויב זענען זיי חף מפשע.

די שלעכטע זייט דערפון: אזוי ווי יעדע גוטע זאך ווערט אביוזט אזוי אויכעט איז די מאוועמענט געווארן שרעקליך אביזוט. יעדע פרוי וואס איז ארויסגעקומען מיט א געשיכטע איז געווארן א העלד איבער נאכט. Due process האט זעלטען פאסירט ווען א געשיכטע איז ארויסגעקומען. פון די צענדליגע געשיכטעס וואס האט לכאורה ווירקליך פאסירט זענען צענדליגע אנדערע אויפגעמאכט אדער איבערגעטריבן געווארן. צב"ש: כמעט יעדע עקטער/ן ווייסט און האט געוויסט אז האליוואד איז א בית הכסא. הארווי וויינשטיין איז זייער א מיאוסע מענטש און עס איז נישטא איינער וואס וועט אים קענען דיפענדן. פון די אלע געשיכטעס וואס זענען ארויסגעקומען אויף אים איז לכאורה זיכער געווען פרויען וואס זענען פארגוואלדיקט געווארן בפשיעה ובזדון און זענען געפאלן א קרבן צו אים. פון די אנדערע זייט זענען געווען פרויען וואס האבן געהערט אדער געוויסט אינטערנעלי ווער הארווי איז, זיי האבן זיך מיט אים געטראפן איינמאל און נאכאמאל און האבן געוויסט אז די איינציגסטע וועג צו אנקומען הויעך איז צו ענטפערן אויף הארווי'ס תאוות. דאס מיינט זיי האבן זיך פארקויפט מיט א קלארע וויסן. פארשטייט זיך אז וויאזוי עס זאל נאר זיין איז זיין פלאץ אין תפיסה.

גייענדיג ווייטער איז ארויסגעקומען אז די גוטע מאוומענט האט צוגעברענגט אז אומשולדיגע מענטשן זאלן פאלן א קרבן. יעדער קלאגע, יעדער געשיכטע האט געהאט די כוח אומצוברענגן א מענטש אין א אויגן בליק. ביי יעדן קאנפליקט בין איש לאשתו איז די פרוי אלס געווען ידה עליונה. די נאטורליכע סדר פון די פרויאישע שוואכערע כאראקטער האט זיי געגעבן א פרייע פאס אויסצוקוילן א מענטש אדער עסעסענעטן איינעמ'ס קערעקטער מיט א טוויט.

א באלאנס האט זיך געפאדערט.

אין די טעג קומט פאר א טרייעל צווישן א געוועזענע פארפאלק, צוויי עקטערס, דזשאני דעפ און עמבער הערד. די פארפאלק האט געלעבט צוזאמען פאר אביסל מער ווי א יאר נאך זייער א טאקסיק רילעשענשיפ.

מעמיר עס מאכן בקיצור ווייל איך גלייב אז די עולם האלט מיט די מעשה. פאסירט האט אין 2017 אז עמבער האט געשריבן אן אפעד אין די וואשינגטאן פאסט ווי זי האט אומדירעקט באשולדיגט איר עקס מיטן איר אביזון. עמבער האט גע'טענה'ט אז זי איז אויך א קרבן פון סעקסיואלע אביוז. זייענדיג אין די ברען פון די meToo# מאוומענט האט די ארטיקל געמאכט א שטורעם. עמבער איז געווארן א העלד, און די מידיא האט זיך גענומען שניידן שטיקער פון מר. דעפ. און עס האט צוגעברענגט אזוי ווייט אז מען האט ארויסגעשטויסן דעפ פון די מאוויס וואס ער האט געהאלטן אינמיטן שפילן. בקיצור מען האט אים אומבגעברענגט. - עמבער די העלד, און דעפ דער מאנסטער.

מר. דעפ האט אריינגעגעבן א דיפעמעשן לאוסוט קעגן עמבער וואו ער האט גע'טענה'ט אז עמבער האט אים שאדן געמאכט מיליאנען דאלערן אין ליכט פון די ארטיקל, און ער האט גע'טענה'ט אז נישט זי, נאר ער איז גאר די קרבן פון די רילעשנשיפ.

כלאז יעדעם איינעם אליין ציען זיינע מסקנות פאר ווער עס האלט מיט די טרייעל, אבער א שטוינענדע זאך איז געשען די לעצטע 3 וואכן. די גאנצע מידיא וואס האט אראפגעריסן דעפ פאר עטליכע יאר צוריק האט געטוישט ניגון. דעפ איז געווארן דער העלד און עמבער די מאנסטער.

מיין אבזערוואציע פונעם טרייעל איז אז דעפ איז גארנישט קיין בעבי, ער איז א דראג עדיקט און גארנישט קיין גרינגע מענטש. אבער אויב שטעלט מען צי ביידע טעסטעמאניס פון אים און עמבער טוישט זיך די קאליר אינגאנצן. איך קען נישט זען וויאזוי א מענטש וואס וואטשט איר רעדן, וואטשט אירע מאושענס, וואטשט אירע גרימאסען, וואס קען זאגן אז די אמת איז מיט איר. איך האב נאכקיינמאל נישט געזען אזא שקרן וכזבן ווי איר. אפגערעדט פון די גרויליגע באשולדיגונגען/באווייזן און שקרים וכזבות וואס איז ארויסגעקומען קעגן איר, און וויאזוי זי האט אים געשענדעט און געלעסטערט, האט זיך אויך ארויסגעוויזן וואספארא שלעכטע עקטערן זי איז.

עמבער איז לכאורה טאסטעט פאר לייף. קיינער גייט איר שוין מער נישט הייערן פאר קיין מאוויס.

האפענטליך וועט די געשיכטע דינען אלס א שטיקל באלאנס אין די meToo# מאוומענט, ווי געשיכטעס וועלן ברויכן האבן Due process. נישט יעדער שלום בית קעיס איז די מאן שולדיג, און ווי אויך וועט זיך ארויסשטעלן אז עס זענען אויך דא פרויאישע מאנסטערס, אפילו זיי זענען שיין, דאס מאכט נאכנישט זיי געבן די גערעכטיקייט פון אפטון די מיאוסטע זאכן און נאכדעם אנטון א בלעכענע פנים און שרייבן אן אפעד אז מען איז די קרבן.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
דערהויבענע איד
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 622
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 30, 2021 2:24 am
געפינט זיך: כשושנה בין החוחים
האט שוין געלייקט: 4274 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1077 מאל

שליחה דורך דערהויבענע איד »

one word: wow!
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

וואס איז אויך אינטערסאנט צו באמערקן, אז געווענדליך ביי אזעלכע סארט פובליק טרייעלס איז דא א מיינונגען צווישנשייד אין די קאורס פון פובליק דיבעיט. אבער דא אז מען קוקט אן די פובליקס-עפיניען איז די גאנצע עולם אויף איין זייט. אנגעהויבן פון די מידיא, body language עקספערטן, פובליק טשעטס ווי טוויטער, טיק-טאק, יוטוב קאמענטס. איך זיך נאך אפילו איינער וואס זאל זיך אננעמען פאר עמבער. זי מוז זיין אזא שלעכטער עקטער און אזא גרויסן ליגענער אז ממש די גאנצע גאס זאל זיין אויף איין זייט. ווען עמיצער זאגט דעם אמת קען מען עס שמעקן, זען, און שפירן, ווען עמיצער זאגט ליגענט קען מען עס זען מיט פארמאכטע אויגן.

זי טשעקט יעדן באקסל און יעדן אינדיקעטער וואס ווייזט אז איינער זאגט ליגענט. פארפאלן ג-ט האט דאס אריינגעלייגט אין נאטור אז עס איז כמעט אוממעגליך פאר א ליגענער אוועקצוגיין פונעם אמת אויב גייט ער דורך א דורכדרינגליכן חקירה. ביי איין פאל האט מען איר געהערט זאגן יא ווען איר קאפ שאקלט אויף ניין. כגלייב נישט אז מען דארף זיין א באדי עקספערט צו זען די שקרים וואס נעמט איר ארום.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

עמבער איז גארנישט קיין מלאך, אבער איך גלייב איר אז דעפ האט איר אביוזט.
פשוט פון זיין וועג פון רעדן, גרימאסן, און gaslighting איז מיר קלאר אז ער איז כאטש אן emotional abuser, אויב נישט ערגער.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

בת קול האט געשריבן:עמבער איז גארנישט קיין מלאך, אבער איך גלייב איר אז דעפ האט איר אביוזט.
פשוט פון זיין וועג פון רעדן, גרימאסן, און gaslighting איז מיר קלאר אז ער איז כאטש אן emotional abuser, אויב נישט ערגער.

עמאציענאל-עביוזער איז אביסל אבסטרעקט און עס ווערט ניוענס ווען מגלייכט עס צו צו אירע טשארדזעס.

ווען דו האסט עווידענס וואו איינער שלאגט, האקט אפ פינגערטיפס, און איז מטיל צואה אויף איינעמ׳ס בעט, ווערט אלעס געשטעלט אין שאטן.

דעפס פובליק דיפענס ארום אים איז נישט אז ער איז א ״מלאך״, נאר וויבאלד עס איז דא אזעלכע מיאוסע טשארשעס קעגן איר, און דאס קומט נאכדעם ווען זי האט אים אינטערגעשניטן מיט אן אפעד, און זיך פארטרעיד אלס א קרבן, און עס שטעלט זיך ארויס אז ניין, זי איז די זעלבע עביוזער אויב נישט ערגער. נאר צוליב די סיבות פארלירט זי די פובליק דעבאטע.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

איך גלייב נישט אז זי האט געטוהן די אלע זאכן.
איך גלייב אז דעפ האט ארויסגעריסן איר האר פון קאפ און האט איר גערעיפט מיטן ביר באטל.

דאס איז מיין meaning מיטן שרייבן אויב נישט נאך ערגער.

וואס קען זיין איז אז ער געדענקט נישט די אביוז, ווייל ער איז רוב מאל געווען אנגעטרינקען און אנגעדראגט.
אבער איך גלייב איר אז די געשעהנישן האבן פאסירט.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

1. געשלאגן: עס איז דא א רעקארדינג וואו זיי אליין זאגט וויאזוי זי האט אים געשלאגן. זי האט געזאגט: "I didn't punch you I hit you". עס איז דא נאך אפאר רעקארדינגס פון איר און זיי האט אליין טעסטיפייד אז זי האט אים געשלאגן.
2. אפגעהאקט די פינגער: זי זאגט עס איז געווען א טעות, זי האט געווארפן א באטל אויף אים און עס האט זיך בטעות אפגעהאקט..
3. מטיל צואה געווען, די עדות און די כראנאלאגישע סיפור הדברים זאגט אז עס איז יא געווען. זי זאגט נאר עס איז געווען פון עפעס אנדערש.

די מעשה מיט די רעיפ איז כמעט אוממעגליך, און לויט די וועג וויאזוי זי האט עס דערציילט, אן קיין שום עמאשענס, אפילו ווען זי האט גערעדט עמאציענעל איז נישט געווען קיין שום טרערן. ווען איינער דערציילט אזא שרעקליכע געשיכטע שפירן דאס די ווענט. עס איז געווען פאלש, קאלט און א שוואכע עקט. ווי אויך איז נישט דא קיין שום רעקארד אז זי האט געזוכט טריטמענט דערפאר.
ביי איין פאל האט זי האט געזאגט אז זי האט געמיינט אז ער האט איר צובראכן די נאז. די בילדער פון יענע טעג ווייזן לא מיניה ולא מקצתו. איינער וואס צוברעכט זיך א ביין שפירט דאס אומצוויידייטיג, און עס איז דא רעקארדס.

בכלל האט זי א היסטערי אין איר פריערדיגע רילעשנשיפס ווי זי האט געשלאגן.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

א. אביוז וויקטימס זענען אפט מסכים מיט וואס די אביוזער זאגט. אפילו עס איז נישט אמת. פשוט ווייל זיי האבן מורא צו זאגן פארקערט.
אין דעם זעלבן רעקארדינג זאגט זי "דו האסט געטוהן צו מיר אסאך ערגער".
אויב גלייבסטו דעם רעקארדינג דאן גלייב די גאנצע זאך.

ב. אפגעהאקט די פינגער זאגט זי עדות אז זי האט נישט קיין אנונג ווען דאס איז געשעהן. אויב האסטו א רעקארדינג איז ווי ער רעדט ווען ער האט עס אפגעהאקט. ער זאגט "ווען איך האב אפגעהאקט מיין פינגער."
אויב אמאל האט זי געזאגט אז דו האט עס געטוהן איז נאכאמאל, אויב דעם איז געווען אין צימער קען זיין די האט מורא געהאט פון די קאנצענקווענצן פון זאגן פארקערט.

ג.דאס מאכט סענס פון א פסיכילאגישע שטאנדפונקט. צו פארעקלען די אביוזער מען זאל זיך אפשאקלען פון זיי.
דאס ווייסט נישט אויף קיין אביוז פון איר זייט per se.

איך האב האב יא געזעהן עמאשאן ביי איר טעסטימאני. זי איז נאך גענוג א גוטע אקטיאר צו קענען פעלשן טרערן אויב וואלט זי ווען געוואלט.
נישט יעדע רעיפ דארף מעדיקל אינטערווענשאן. כאטש עס איז נאכאלץ טראמאטיש פארן וויקטים.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

@בת קול.

א. עס איז העכסט קאמיש צו זאגן אז זי איז מודה עפעס וואס איז נישט אמת ווייל זי האט מורא. כמיין אז אירע לויערס וואלטן זיך נישט געטרויעט צו נוצען אזא דיפענס ווייל עס איז לאכעדיג.

אין אירע רעקארדינגען פלעגט זיך אלס פראבירן אריינצולייגן ווערטער צו איר דיפענס וויסענדיג אז זי רעקארדירט עס.. זי פלעגט אים אפילו טרייען צו בעיטן ער זאל עפעס זאגן, אזוי ווי מ'האט געזען אין די ווידיאו ווי ער האקט אויף קעבינעטס און ווי זי שמייכלט נאכדעם.

ב. זעט נישט אויס ווי דו האסט עס געוואטשט: קוק די ווידיאו וואו ער דערציילט די דעטאלן, קוק ביי די מינוט 4:40 וואו ער זאגט וויאזוי איר באטל איז געפלויגן און זיך צוקראכט אויף זיין האנט.

ג. פון דיינע ענטפערס זע איך פארוואס איך האב נישט געטראפן אין ערגעץ אנליין וואו איינער זאל איר דיפענדן ווייל מען קען נישט. צו ראציאנאליזירן איר מטיל צואה זיין, און עס נישט אנרופן אין בעסטן פאל הומיליעשן ווייס איך נישט וואס צו ענטפערן אויף דעם.

עס איז דא צענדליגע מאמענטן וואו מען האט איר געזען טוישן עמשאנס פון איין רגע אויפן צווייטן. זי האט מכלומרש'ט געוויינט און רגע כממירא דערויף איז זי צוריק מיט איר ארגינעלע עמאשן.

איין באקאנטע מאמענט איז געווען ווען זי האט געסטאפט און געפאסט פאר א פאטאאפ פאר אפאר סקונדעס ווען זי האט זיך כלומר'שט געווישט די נאז.

איינס פון די טאקטיקן פון שקרנים איז צו דערציילן אפאר אמת'ע דעטאלן פון די מעשה, און אויך רעדן פאר צען מינוט פון די מעשה בעפאר די געשיכטע און נאך צען מינוט פון די מעשה נאך די געשיכטע, און איבער די געשיכטע אליין רעד מען נישט מער ווי א האלבע מינוט. זי דערציילט וויאזוי זי איז געליגן אויף די פלאר און קיינמאל נישט געוויסט ווי שמיציג די פלאר איז, זי האט גערעדט כאילו זי זאל ווען יעצט זיין אין א מאווי. דערציילן נאנסעס כדי צו צופיצן די מעשה.

עס איז נישטא קיין שום רעקארד ווי זי האט לפחות דערציילט איבער די געשיכטע צו איר טערעפיסט אא"וו. א סך פון איר מעשיות ווען מ'האט איר געפרעגט אויב זי האט רעקארידירינגען אא"וו און זי האט נישט געהאט. יעדע פון די מעשה וואס זי האט פארציילט וואלט זי דורך עפעס א געוויסע וועג דאס געדארפט קענען אינטערלאנען. ספעיציעל ווען זי פארציילט אזאנע גרויזאמע געשיכטעס.

אביעסלי איז זי נישט קיין גוטע עקטער, דאס איז די סיבה פארוואס די אינטערנעט איז געגאנגען ווילד דערויף, ווען איינער פארציילט אזא שרעקדיגע מעשה מיט עמאשענס און געפילן דארף קענען ווייזן טרערן. You cant fake it
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

א. עס איז נישט לאכעדיג. עס איז א פאקט אז אביוז וויקטימס טוען דאס כסדר. זענען מסכים מיטן אביוזער זיי נישט אויפצורעגן. ווייל דאס קען גורם זיין גרויסע שאדן.
ב.ער זאגט אזוי, און זי זאגט פארקערט. פארוואס גלייבסטט ענדערש אים ווי איר?
לייגט זיך אויפן שכל אז ער וואלט געבליבן אזוי פאר שעות אויב איז ער דאן געווען sober? ער האט זיך ארום געדרייט א גאנצע נאכט אלעס אנגעשמירט מיט בלוט. זי האט ניטאמאל געוויסט ווי די הויט ליגט ווייל זי האט נישט געוואוסט ווען עס איז געשעהן צו אים.
אויב איז ער נישט געווען sober, לייגט זיך נישט אויפן שכל אז ער געדענקט בכלל וויאזוי ס'איז געשעהן.
ג. פון דיינע ענטפערס זעה איך אז דו בלעבלסט סתם נאך זיינע פענס. די מיטל איז אן אמת'ע פסיכילאגישע פאקט.

זי איז נאך גענוג א גוטע אקטיאר צו קענען מאכן א גוטע אנשטעל ווען זי דארף ווען.
איך גלייב אז דו ליינסט און קוקסט וואס דו ווילסט הערן און זעהן.
איינער וואס קען זיך אויס מיט דאמעסטיק אביוז זעהט עס אנדערש.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

חידושים נפלאים!! איך האב גראדע הנאה פון די שמועס ווייל איך האב געזוכט צו הערן די זייט פון עמבער, און איך האב עקספעקטעט צו הערן אז דעפ איז א מאנסטער און א אינטערוועלטניק אא"וו, אבער עס איז אינטערסאנט אז די דיפענס איז אז זי האט געמעגט מטיל צואה זיין אלס א דיפענס, און זי האט געזאגט ליגענט אז זי האט אים געשלאגן ווייל זי האט מורא געהאט פון אים. WOW. מיין קשיא איז פארוואס די לויערס האבן דאס נישט גענוצט. אויב איז דאס א זאך וואס אויב איינער וואס קען זיך אויס מיט דאמעסטיק אביוז דארף דאס וויסן.

ב. איך האב אים ציטירט ווייל דו האסט געזאגט:
"אויב האסטו א רעקארדינג איז ווי ער רעדט ווען ער האט עס אפגעהאקט. ער זאגט "ווען איך האב אפגעהאקט מיין פינגער
." און איך האב דיר דאס געברענגט ווי ער אליין זאגט אז זי האט אים אפגעהאקט די פינגער מיט א באטל. סא וואס איז דיין יעצטיגע ספין? (און צווייטנס זי האט דאס נישט דינייט, זי זאגט ס'איז געווען א טעות.. למע"א)

ג. זי פלעגט אנשמירן איר פנים מיט פאלשע פארב כדי עס זאל אויסזען ווי בלוט. What a low life

דו רעדסט פון עקספערטן, סא פון די אלע עקספערטן אין דאמעסטיק אביוז אדער באדי לענגוויטש, איז נישטא איינער וואס זאגט אז יש דברים בגוי. אויב האסטו אן עקספערט וואס טענה'ט אז האמת עמה און אז זי איז נישט קיין שקרון מבטן ומלידה, אדרבה טייל עס מיט.

דאס איז די אינטערסאנטסע חלק פון די טרייעל אז די גאנצע פובליק, אנגעהויבן פון אירע גרעסטע דיפענדער, ביז די מעינסטרים מידיאו און עמך מענטשן, רייסן איר אראפ אלס א געמיינע מיאוסע יונג און שקרן וכזבן.

נאך א נקודה, עס איז נישט קיין חילוק ווער עס געווינט די קאורט, זי איז סייווי א פארלוירענער. דעפ האט נישט געדארפט די געלט, ער האט געטון עפעס וואס איך האב ערווענט אין מיין ערשטע תגובה, אויפצוווייזן אז עס איז דא שיינע אבער מיאוסע פרויען וואס באגייען דאמעסטיק וויילענס, ודי בזה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

איך הער יעצט די ערשטע מאל דערפון.
אינטרעסאנט אז גלייך נאכ'ן ליינען די ערשטע תגובה פון פרייוויליג, האב איך געטראכט אז מסתמא גייט בת קול און אפשר אויך אישתשבי אויפקומען כדרכם מיט עפעס א סברא אז די פרוי איז גערעכט און נישט ער, לויט אנדערע אשכולות זענען די 2 ניקס אזעלכע עקסטרעמע פעמיניסטן, לפי שיטתם איז נישט פאראן קיין מעגליכקייט אז א פרוי פייניגט א מאן, עס קען נאר זיין פארקערט...

מיין שמייכל 2 מינוט דערויף, ליינענדיג בת קול'ס תגובה, איז ווערד געווען כל הון דעלמא.... ס'טייטש, אפענע רוח הקודש :lol:
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

פרייוויליג האט געשריבן:חידושים נפלאים!! איך האב גראדע הנאה פון די שמועס ווייל איך האב געזוכט צו הערן די זייט פון עמבער, און איך האב עקספעקטעט צו הערן אז דעפ איז א מאנסטער און א אינטערוועלטניק אא"וו, אבער עס איז אינטערסאנט אז די דיפענס איז אז זי האט געמעגט מטיל צואה זיין אלס א דיפענס, און זי האט געזאגט ליגענט אז זי האט אים געשלאגן ווייל זי האט מורא געהאט פון אים. WOW. מיין קשיא איז פארוואס די לויערס האבן דאס נישט גענוצט. אויב איז דאס א זאך וואס אויב איינער וואס קען זיך אויס מיט דאמעסטיק אביוז דארף דאס וויסן.

ב. איך האב אים ציטירט ווייל דו האסט געזאגט:
"אויב האסטו א רעקארדינג איז ווי ער רעדט ווען ער האט עס אפגעהאקט. ער זאגט "ווען איך האב אפגעהאקט מיין פינגער
." און איך האב דיר דאס געברענגט ווי ער אליין זאגט אז זי האט אים אפגעהאקט די פינגער מיט א באטל. סא וואס איז דיין יעצטיגע ספין? (און צווייטנס זי האט דאס נישט דינייט, זי זאגט ס'איז געווען א טעות.. למע"א)

ג. זי פלעגט אנשמירן איר פנים מיט פאלשע פארב כדי עס זאל אויסזען ווי בלוט. What a low life

דו רעדסט פון עקספערטן, סא פון די אלע עקספערטן אין דאמעסטיק אביוז אדער באדי לענגוויטש, איז נישטא איינער וואס זאגט אז יש דברים בגוי. אויב האסטו אן עקספערט וואס טענה'ט אז האמת עמה און אז זי איז נישט קיין שקרון מבטן ומלידה, אדרבה טייל עס מיט.

דאס איז די אינטערסאנטסע חלק פון די טרייעל אז די גאנצע פובליק, אנגעהויבן פון אירע גרעסטע דיפענדער, ביז די מעינסטרים מידיאו און עמך מענטשן, רייסן איר אראפ אלס א געמיינע מיאוסע יונג און שקרן וכזבן.

נאך א נקודה, עס איז נישט קיין חילוק ווער עס געווינט די קאורט, זי איז סייווי א פארלוירענער. דעפ האט נישט געדארפט די געלט, ער האט געטון עפעס וואס איך האב ערווענט אין מיין ערשטע תגובה, אויפצוווייזן אז עס איז דא שיינע אבער מיאוסע פרויען וואס באגייען דאמעסטיק וויילענס, ודי בזה.
די אנשמירן איר פנים איז he said she said.
ער האט נישט קיין שום proof אז זי האט דאס געטוהן.
אוודאי הערט זיך דאס ווי א גוטע spin.

מיין מיינונג איז אז ער האט איר גענומען אין קורט צו דארפן ווייטער ליידן פון אים.
ער האט נאר געברענגט אפאר עפיזאדן וואס ער האט געוואוסט זי וועט ארויף ברענגען, צוליב די עווידענס וואס די אנדערע זייט האט מיטגעטיילט מיט זיי. זיינע עדות זענען אלע איינגעשטעלט ביי אים און קענען פארלירן זייער פרנסה.
אירע עפיזאדן זענען א מעשה אין כראנאלאגישן אויפן, און זי ברענגט proof ביי רוב פון אירע מעשיות.

ער איז מודה ער איז געווען א דראג עדיקט און קען ניטאמאל געדענקען רוב פון די עפיזאדן.
זעלטן וואס אן עדיקט ווערט נישט violent.

מען קען זעהן ווי שפעטער זי האלט מיטן דאטום האט די אלץ מער עווידענס.
דאס איז זייער קאממאן פאר אביוס וויקטימס ווען זיי הייבן אן מיטצוטיילן מיט א טעראפיסט און די טעראפיסט הייסט רעקארדירן.

ווי אויך איז זייער age difference א ריזיגע red flag.
ער איז געווען 2 מאל איר עלטער. ער האט שוין געהאט אסאך relationship experience.
ער איז שוין געווען באהאוונט אין פרינאפס און האבן lawyers און דאקומענטירן אזעלכע זאכן.
ער וואלט זיך אסאך בעסער געקענט באשיצן ווי א יונגע שנוק אן עקספיריענס, וואס מען קען גרינג קאנטראלירן.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

איך זע אז דו ענטפערס נישט מיינע קשיות און קאמענטס נאר דו זוכסט צו רעדן פון עפעס אנדערש, אקעי פיין מסכים.

ווי ערווענט איז דעם דעפ ווייט נישט פון תמימות'דיג און איז זיך ווערט זיין געלט, אבער די "טרייל" איז געווארן איבער איר. דאס אז ער נוצט דראגס ווייסט יעדער, אבער דאס אז זי שלאגט, שעלט, מאכט, הרג'ט און פארמאגט א האסטיל עטעטוד האט נישט יעדער געוויסט. און יעצט ווייסט שוין יעדער.

איך האב געלאכט היינט ווען עמבער האט געזאגט אז דעפ איז געווען דזשעלעס אויף איר, כ'מיין אז יעדער וואס האט דאס געהערט האט געהאט א ריזן שמייכל.

עמבער האט געשפילט אן ערך פון 30 מאוויס אין איר לעבן, בשעת דעפ האט געשפילט קרוב צו 100 מאוויס. ער איז א לעגענדארע וועלטס עקטער.

עניוועי איך בין נישט קיין דעפ פען און איך בין קיינמאל נישט געווען. איך זיך אים נישט צו דיפענדן. איך האב קוים געהאט געהערט פון אים און זיכער נישט פון איר. איך זיך נאר אז זי זאל אראפגיין לדראון עולם, ווייל זי איז א Low life

אה פארוואס האב דאס געזאגט? ווייל דו האסט גערעדט פון פרינאפס און עקספיריענס, ער האט נישט געוואלט אז א צווייטער גאלד-דיגער און שקרן זאל אים אויסטרינקן די בלוט.

די רויטע פלעג אויף די עידזש געפ איז ענדערש אויף איר. אין די רעקארדירונגן הערט מען ווי זי רעדט דברי חשק א גאנצע צייט צו אים, נישט פארקערט. אה זי האט פשוט מורא געהאט פון אים. אוקיי.

בד"וו איך האב געהאט אלע נגיעות איר צוגלייבן בעפאר די טרייל האט זיך אנגהויבן. זי איז דאך ווייס, זי איז שיין, זי איז א מאדעל, און לכאורה אויך א לעסביאן, פארוואס זאל איך אננעמען דעם גראבן זכר מיטן פאני און טאטוס און רינגען אויף די פינגער מער ווי אן "אומשולדיגן" מיידל וואס האט אפילו א שנירל האר אראפהענגן אין די זייט פון איר פנים?

ווייל א שקרן קען מען זען מיילן ווייט.
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פרייוויליג, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

נאך אן אינטערסאנטע קרישקעלע וואס איך האב אויסגעלאזט. אז עס איז אינטערסאנט צו באמערקן אז מר. דעפ האט דורכאויס די גאנצע טרייל נישט געקיקט אויף מרת עמבער, אבער זי האט יא געקוקט אויף אים, און דאס איז געווען זייער באמערקענד. איך מיין אז די סדר העולם איז אז די קרבן קען נישט קוקן אין די אויגן פון די אביוזער.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

בת קול האט געשריבן:בלא בלא בלא
כליפ כליפ, א נחת צו זעהן וואס דא טוצעך, און ווי פרייוויליג שרייבט, ענדליך זעה איך עמבער טורד'ס צד.

אינטערסאנט אז די היימישע פעמעניסטן נעמען זיך אן פאר איר, ווען ביים אלגעמיינעם ציבור, איז עס פונקט פארקערט.

אינטערסאנט וויאזוי צענדליגער צענדליגער (וואס איך האב געזעהן) דאמעסטישע וויילענס און רעיפ וויקטימס, פעמעניסטן וכו' קומען ארויף אויף טיקטאק און זאגן דאס קינד זאגט ליגענט. זי איז א שקרן.

איינע פון די שטארקע ראיות וואס די עקספערטן נוצן איז דאס אז זי פארציילט גאר דעטאלירט עפיזאדן א שטייגער ווי, (נישט גענוי די ווערטער, אבער בערך) ער האט מיך געשלאגן, (צו כ'ווייס וואס) כ'בין אראפגעפאלן אויפן ערד, "און כ'האב געטראכט צו מיר, פארוואס איז די קארפעט אזוי שמוציג?" שרייט איין פרוי, א דאמעסטישע וויילענס קרבן, "ווען מיין געוועזענער האט מיך געשלאגן און איך בין געפאלן צו די ערד אין א שמוציגע טרעילער, האב איך נישט געטראכט פון קיין שמוץ! איך האב געטראכט וויאזוי לעב איך דאס איבער!"

דאס אז זי געדענקט אנגעבליך מינדערוויכטיגע דעטאלן פון ארום, "מיין הינטל האט ארויפגעטרויטן אויף א בין"... שיינט ווי דאס איז גוט אויסגעטראכט און אויספלאנירט, און נישט ווי איינער וואס פארציילט וויאזוי זיי זענען ממש ערמארדעט געווארן. אזוי זאגן די יודעים, דאס איז אבער שפעקולאציעס.

אלס איינער וואס האט מיטגעהאלטן דעם גאנצן טרייעל לייוו, זאלסטו פרובירן פארקויפן זויערע באבקעס פאר א צווייטן. איי איז קראס עקזעמענעישן געווען א נחת צו קוקן די לעצטע צוויי טעג.

טראץ וואס עמבער פארציילט פון צובראכענע נעזער און מערערע אטאקעס מיט 'סימנים', האט זי נישט קיין שום מעדעצינישע רעקארד דערפון, אין פאקט, א מעדעצינישע רעקארד פון א דאקטער באזוך פון א טאג נאך איינע פון די צובראכענע נעזער אינצידענטן דערמאנט נישט קיין שום פיזישע שאדן אויף איר גוף.

זי האט איין שיינעם בילד פון א סימן אויף איר ארעם, מאדנע האט זי אבער גענומען דאס בילד גלייך נאך דעפפ האט איר אטאקירט 'אין פנים מערערע מאל אז זי האט פארלוירן חשבון' אין פנים, מיט דיקע רינגלעך אויף זיינע הענט - לויט איר עדות'שאפט, אבער וואונדער אז אין יענעם בילד זעהט מען נישט קיין שום סימן אויף איר פנים.

ער איז געשטאנען אויף איר ריקן, אבער א בילד פון יענע נאכט פון א 'רויטן טעפיך' וואס איר גאנצע ריקן איז אנטבלויזט, צייגט נישט קיין שום סימן.

אן אנגעבליכע פאסירונג וואס האט איר געקאסט 'צוויי שווארצע אויגן, א צובראכענע נאז, און א צוטיילטע ליפן', א טאג דערויף איז זי געווען אויף די דזשעימס קארדען שאו, און וואונדער אז קיין שום צייכן אויף איר פנים נאז אדער ליפן. איי וועסטו זאגן מעיקאפ, איר מעיקאפ ארטיסט האט געגעבן א געשוואוירענע עדות אז זי האט יענעם טאג נישט געזעהן קיין שום זעהבארע צייכן אויף איר פנים, וואס זי האט געדארפט באדעקן מיט מעיקאפ.

טראץ דעם וואס זי האט מערערע בילדער וויאזוי ער שלאפט, אנגעבליך 'נאקד אוט פון די דראגס' האט זי אבער נישט קיינע בילדער פון אירע מערערע סימנים און וואונדן. יוש, איין בילד פון וואונדן אויף זיין פנים איז לויט איר 'פאטאשאפד'.

טאקע אז מ'רעדט שוין פון די בילד וויאזוי ער שלאפט מיט אייזקרעם אויסגעגאסן אויף אים, וואס זי האט עס געשיקט פאר איר פריינדין, קיין מורא פון אים האט זי נישט געהאט אויב האט זי דאס פארשפרייט.

אינטערסאנט אז דאס אומשולדיגקייט איז ארעסטירט געווארן אין 2009 טאקע פארן שלאגן איר דעמאלטס'דיגע גירלפרענד. ניין נישט דעפפ, זיינע געוועזענע רעדן פון אים מיט נאסטאלאגיע, כ'רעד פון דעם טורד.

זאלמיר רעדן פון די פולע רעקארדירונגען? וויאזוי זי שרייט אויף אים אז ער איז א 'מצווה בעיבי' ווייל ער לויפט אוועק פון פייטס, און ער שרייט, יא ווייל איך וויל נישט ס'זאל ווערן פיזיש, צו ווען זי איז מודה אין אריינהאקן א טיר אין אים, און ער זאגט 'כהאב מיך באהאלטן אין 5 באדע צימערן, און 2 שלאף שטיבער (או להיפך) און כלויף אריין, און בענג בענג בענג דו האקסט אויפן טיר עפן אויף קום ארויס, גיי איך צו די נעקסטע, בום בום בום, זי לייקענט עס נישט אפ, און היינט אויפן סטענד האט זי סך הכל געלייקנט אז עס איז געווען פינעף זאגענדיג אז עס איז נאר געווען איינס.

אדער ווען זי זאגט, כ'האב דיך נישט געפאנטשט, כ'האב דיך געהיט, און שרייט. זאג מיר נישט אז בשעת זי שרייט אויף אים פרובירט זי צו צושטימען צו אים, כדאי להסיר החרון אף.

טאקע די לענגערע רעקארדירונגען וויאזוי זי מאכט חוזק פון אים און רייסט אים אראפ, גיי רעד איין א צווייטן אז זי האט מורא געהאט. אזוי אויך איז נישט די סדר צו קויפן א גרויסע מעסער אלס א מתנה פאר איינער וואס דו האסט מורא אז יענער גייט דיך ערמארדן...

וכן קענען מיר גיין ווייטער און ווייטער, יו נעים איט און אונז העמיר רעדן דערפון. אבער ביטע נישט געפילן און וויש-פולע טראכטערייען.

צו דעפפ איז א צדיק, זיכער נישט. ער איז זיך ווארשיינליך גוט ווערד דאס געלט. צו ער גייט געווינען? שוואכע שאנסן. דא רעדט מען פון א דעפעמעישן אנקלאגע, און ער דארף אויפווייזן אז דאס וואס זי האט געשריבן איז פאלש. איינמאל די דזשורי האט ספיקות צו ער האט אפילו נאר אויך געשלאגן איז שוין נישט קיין געווינס.

האט ער געווינען? עבסעלוטלי! פאבליק קאורט האט ער געווינען אין א מאסיווע לענדסלייד. גיי פארצייל אנדערש פאר די 4,227,782 (עז ווען איך האב געשריבן דעם תגובה) וואס האבן אונטערגעשריבן פאר אקווא-מאן 2 אז מען זאל ארויסנעמען רעבעצין טורד פונעם פילם.

ס'איז אבער נישט קיין ווינדער. ביי איינעם וואס 'צוגעזאגט' און פאקטיש 'געגעבן' איז איינס, לויט וויאזוי זי האט געזאגט, איז מעגליך אויך 'ער האט מיך געשלאגן' און 'איך גיי עס זאגן פאר כבוד און געלט' אויך איינס.
לאמיר נישט פארגעסן:
I donate allegiance to the flag of the United States of America and to the Republic for which it stands, one nation under God, indivisible, with liberty and justice for all.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

נאך א וויכטיגע נקודה וואס מדארף אינאכט נעמען ביים דיסקוסירן די סארט טרייעלס. אז ביי די סארט אביוז איז געווענדליך דא זייער ווייניג עדות. סא עס איז בעסיקלי ער האט געאגט און זי האט געזאגט.

ווער געווינט? געווענדליך ווער עס זעט אויס מער קרעדיבל רילייבעל און לייקעבל געווינט. געווענדליך ווען איין פארטי זאגט ליגענט. למשל אז זי האט דאנעטעט 7 מיליאן דאלער צו טשערטי פון די דיווארס סעטעלמענט און עס שטעלט זיך ארויס להד"מ געבט דאס נישט צו צו די קרעדיביליטי.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

@גבור חיל

איך האב ערווענט א סך פון דיין נקידות. יישר כח פארן עלעברירן.

איך זאג אייך איך האב שוין לאנג נישט געזען אזא שקרן.

אזוי ווי דו זאגסט, עס איז נישט קיין חילוק אויב ער געווינט, ער האט שוין געווינען. און נאר דאס האט ער געזיכט.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

ערשטנס האב איך קלאר געזאגט אז זי איז נישט קיין מלאך. נאר איך האלט אז ער איז ערגער.
יעדע זאך וואס דו זאגסט זענען דא עקספערטן וואס האלטן פארקערט, און אביוז סערווייווערס וואס האלטן פארקערט.

למשל אלץ א סערווייווער פון אסאלט, געדענק איך נישט פונקטליך וואס עס האט פאסירט. איך געדענק אז איך האב זיך געשפילט מיט די קנעפלעך פון מיין סוועטער.

נאכן ליינען איבער PTSD זעה איך אז דאס איז א געווענטליכע ערשיינונג.
דאס איז consistent מיט דעם וואס זי געדענקט מער איבער איר ארומיגע דעטאלן ווי די אקטועלע אביוס.

Trauma survivors disassociate a lot.

זי האט אויך עווידענס ווי ער שרייבט ער וועט שוין קאנטראלירן דעם "מאנסטאר". וויאזוי ער רופט אן זיין עדיקשאן און ביהעיוויאר ווען ער איז high.

ער איז נישט געווען א קליין קינד. ער איז געווען 2 מאל איר עלטער מיט עקספיריענס.
אויב זי איז געווען אזוי געפערליך וואס האט ער בכלל חתונה געהאט מיט איר?
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

פרייוויליג האט געשריבן: איך זע אז דו ענטפערס נישט מיינע קשיות און קאמענטס נאר דו זוכסט צו רעדן פון עפעס אנדערש, אקעי פיין מסכים.
אנטשולדיגט איך האב דיר אנגעהויבן ענטפערן
And somehow went off track.

דעפ איז א נארסיסיסט.
עס איז נישט קיין חילוק אז ער האט געהאט פיל מער חלקים ווי איר.
א נארסיסיסט איז מקנא און דארף אראפרייסן אפילו ווען יענער האט נאר איין זאך און ער האט 100.
וואס זי זאגט שטימט אינגאנצן.

די רויטע פלעג איז נישט אויף איר. דעפ האט איר געgroomed.
באגאסן מיט מתנות אין די גוטע צייטן. ער איז געווען א ריז און געגעבן דעם קליינעם אקטיאר אסאך אטענשאן.
דאס איז קלאסישע מעניפיולעישאן צו קענען אנהאלטן אביוסיוו ביהעיוויאר.
.I got voices in my head.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

@בת קול.

ווען דו זאגסט עקספערטן ברענגסטו נישט קיין לינקס. איך זוך און איך זוך און איך קען נישט טרעפן קיין שום עקספערט. אז דו טרעפסט עפעס, ליינסט עפעס, אל תמנע טוב מבעליו.

דו פארגעסט אז א סייקייעטריסט האט אויפגעטרעטן און געזאגט אז עמבער ליידט פון ערנסטע מענטעל פראבלעמען. יא זי האט אויך געברענגט אן עדות אז זי ליידט פון PTSD, וואס מאכט נישט צופיל בעסער איר קעיס.

ווי אויך האבן דיטעקטיווס אויפגעטרעטן און געזאגט אז זיי האבן גארנישט געזען אדער מיטגעהאלטן ווען זיי זענען גערופן געווארן צום סצענע.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

בת קול האט געשריבן: ערשטנס האב איך קלאר געזאגט אז זי איז נישט קיין מלאך. נאר איך האלט אז ער איז ערגער.
יעדע זאך וואס דו זאגסט זענען דא עקספערטן וואס האלטן פארקערט, און אביוס סערווייווערס וואס האלטן פארקערט.
זייער ווייט פון א מלאך, און חוץ וואס זי איז נישט קיין מלאך איז זי אויך גאר א שוואכע אקטיאר. ממש שלעכט.

קענסט מיר לינקן ארטיקלען, ווידעאוס, אדער סיי וואס פון די עקספערטן? די אנדערע צד דארפסטו נישט מער ווי ארויפגיין אויף טיקאק אדער גוגל'ען עמבער הערד.

PTSD? וויאזוי האט דר. קורי געזאגט? ווען כ'האב איר אויסגערעכנט 20 סימפטאמען פון PTSD, האט זי געזאגט אויף 19 פון דעם אז זי האט עס, א זאך וואס איז ממש זעלטן, אפילו ביי די וואס ליידן פון די ערגסטע פארומס פון PTSD.

מאנסטאר קען שטארק מיינען אז ער רעדט פון דעם דזשאני דעפפ וואס קנאקט צו טירן פון קעבינעטס און שרייט. מיינט נישט אז ער רעדט פון די אנגעבליכע דעפפ וואס האט איר פארגוואלדיקט מיט א באטל בשעת א חלק פינגער האט אים געפעלט... יוש.

זיינע לעבנ'ס באשלוסן זענען נישט אויף מיר צו פארענטפערן.

איך געב נישט קיין סאך אפפאל נישט פאר דעפפ און נישט פאר הערד, וויבאלד די קעיס איז אזוי פאפולער האב איך דאס מיטגעהאלטן, און נאכן זעהן דאס גאנצע ביז אהער, האב איך נישט קיין סאך ספיקות.

נאך א וויכטיגע כלל וואס איך האב ארויסגענומען פון דעם טרייעל איז, אז ווען מען האט א קאורט קעיס, נאכדערצו איינס וואס ווערט געליפטערט לעבעדיג, נעמט מען נישט קיין לעגאלע טיעם פון קרעגסליסט אדער וויש, סארא שלעכטע ארבעט זיי האבן געמאכט.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

בת קול האט געשריבן: אנטשולדיגט איך האב דיר אנגעהויבן ענטפערן
And somehow went off track.

דעפ איז א נארסיסיסט.
עס איז נישט קיין חילוק אז ער האט געהאט פיל מיר חלקים ווי איר.
א נארסיסיסט איז מקנא און דארף אראפרייסן אפילו ווען יענער האט נאר איין זאך און ער האט 100.
וואס זי זאגט שטימט אינגאנצן.

די רויטע פלעג איז נישט אויף איר. דעפ האט איר געgroomed.
באגאסן מיט מתנות אין די גוטע צייטן. ער איז געווען א ריז און געגעבן דעם קליינעם אקטיאר אסאך אטענשאן.
דאס איז קלאסישע מעניפיולעישאן צו קענען אנהאלטן אביוסיוו ביהעיוויאר.
איך האב א געוואוינהייט אז ווען אימער איינער דערמאנט די ווארט נארסיסיסט אין א שמועס צי איך זיך ארויס. עס איז די 21'סטע סענטרי ווארט וואס איז אינטערדוסט געווארן צום ברייטן המון עם, אז ווען אימער מלויפט אויס פון whataboutism דערמאנט מען די ווארט נארסיסיסט און מ'ווערט באלד געהאלפן. עס איז צייט צו ריטייערן די קלישעי.
פארשפארט