ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איש עברי האט געשריבן:מיינער א חבר א מלמד פארציילט מיר אז זיינס א תלמיד איז געקומען אין חדר מלא שמחה אז ער האט דעם שבת געהרג'ט 67 ציונים, ווייל זיין טאטע האט אים געזאגט אז מיט יעדע בונדעל הרגט מען א ציוני.
קאמענטארן זענען איבריג.

יעצט איז דער שאלה א פארקערטע. וואס דארף דער מלמד זאגען צו אט אזא טיפש א טאטע׳ס קינד? ער מעג איהם מציל זיין מפי ארי און זאגען אז א ציוני איז נישט חייב מיתה און באנדעלעך קען מאכען אביסל אומבאקוועם פאר דער וואס שטייט לעבען דיר, אבער נפיחות הרגנ׳ען נישט? אדער זאל ער עס לאזען וואוילגייען?
אויך וויל איך פרעגען אלע יוצאי סאטמאר אין ק׳׳ש. וואס האבען ענק אלע געטוהן ביים באגעגענען דער רמב׳׳ם וואס זאגט קלאר אז וויאזוי משיח וועט קומען איז נישט מעיקרי הדת, נאר אז ער גייט קומען. דאס הייסט אויס אפיקורסים, אויס מדינה הטמאה, אויס מעכבים את הגאולה, אלס איז פרחה כעלה נדף. ס׳האט געשטערט דער גאנצע אמונה? חטא הידוע איז געווארען א מצוה?
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

א גוט מארגן הרב ליטוואק. עס איז שוין אן אויסגעדראשענעם נושא דא. ביטע קוקן די ערשטע אשכולות איבער ציונות והמסתעף. שעם דיר אבער נישט צו ברענגען פרישע נושאים.
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

איך האב נישט געמיינט צו רעדן וועגן ציונות. איך האלט נאך דעם וואס אלע פארשטייען אז ס'איז נארישקייטען, צו מ'האט געלייקנט אלע אנדערע זאכן אויך.

און וואס וועגן דער אנדערע שאלה? וואס דארף א מלמד טוהן ווען א קינד קומט פון שטוב מיט אזעלכע נארישקייטן?
כ'געדענק איך האב אמאל געליינט אינ'ם יתד פון א"י א באשרייבונג אויפן געיטסהעדער רב הרב בצלאל ראקאוו זצ"ל. א איד הרב ראובן קארן שליט"א (אן עדים פון דיין אליעזר פאזען זצ"ל, דער ברודער פונ'ם שאפראנער רב) האט געזאגט אז ווען ער איז געווארען מנהל אינ'ם חדר אין געיטסהעד האט דער רב איהם געזאגט 'היט זיך מחנך זיין די קינדער, נישט די עלטערן'. ודפח"ח.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16680
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18071 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:הרב ראובן קארן שליט"א (אן עדים פון דיין אליעזר פאזען זצ"ל)

על פי שנים עדים יקום דבר...
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
יאיר
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4765
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יוני 26, 2012 9:42 pm
האט שוין געלייקט: 6187 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8320 מאל

שליחה דורך יאיר »

א דאנק פאר'ן ארויפברענגען א וויכטיגע נושא וואס איז שוין דאכט זיך מיר באהאנדלט געווארן ערגעץ אבער שאט נישט אויפצוברענגען. אבער במכת"ה פון רבינו הוגה פארשטיי איך נישט דעם קעפל, חז"ל זאגן נישט אין אדם מוריש שקר לתלמידו, זיי זאגן אין אדם מוריש שקר לבנו. און מ'זעט טאקע ווי ס'ברענט פאר הוגה'ן - און פאר אנדערע שרייבער דא - נישט צו אויסלערנען שקר פאר זייערע אייגענע קינדער, טראצדעם וואס די מחנכים פרובירן דאס אריינצולייגן.
האדם לא נברא אלא להתענג
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

גערעכט [tag]יאיר[/tag], חז"ל בלייבן אלעמאל גערעכט... :lol:
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
אספקלריה
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 235
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מערץ 28, 2013 10:21 am
האט שוין געלייקט: 54 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 374 מאל

שליחה דורך אספקלריה »

כל ערום יעשה בדעת.
איך וויל מיטיילען מיין עקספעריענס מיט די חשובע עולם דא.
איך האב ברוך השם א טוץ מיט קינדער און די סיסטעם.
איך שמועס און איך פארברענג אסאך מיט מיינע קינדערלעך.
פארשטייט זיך זיי זאגען אסאך איבער וואס די רבי אדער די טיטשער האט געזאגט אדער פארציילט.
איעדעס מאל א קינד זאגט עפעס נאך פון זיי, לייג איך צו קאפ און איך הער אויס בכובד ראש וואס ער זאגט נאך, אויב זאגט ער נאך עפעס דברים של טעם וועל איך עס צונעמען און איבערקייען, אומדירעקט לערנען זיי זיך אויס,צו מקבל זיין און מחשיב זיין חשובע זאכען וואס זיי הערן.
פון די אנדערע זייט אויב זאגען זיי איבער נערישקייטען פון די רבי,דעמאלס טוט מען צוזאמען דורך פארוואס דיע מאמר אדער דיע מחשבה איז נישט קיין קראנטע מאמר,אדער אומאויסגעהאלטען.
בעקיפין לערנט זיך די קינד אויס, ביידע חלקים וואס א תלמיד דארף האבען
א) א שטארקע שאיפה צו לערנען נייע זאכען.
ב) א חוש הביקורת מבקר צוזיין בין טוב לרע, בין אמת לשקר, בין חכמה לסיכלות, און נישט אהן צונעמען איעדע זאך וואס מהערט.
די גוטע חלק פון דיע מהלך איז אז מלאזט ארויס די מענטש פון די פיקטשער, אנשטאט זיין פארנומען צו די מלמד איז א טיפש אדער א ליגענער וכ"ו, באציעט מען זיך אויף די מימרא צו סאיז קראנט אדער נישט.
אזא קינד אויב איז ער א רואיגע נאטור, קען ער רואיג אדורכגיין די סיסטעם, מיט די תוכו אכל וקליפתו זר
נ.ב.
איך בין א אלטע ליינער דא, איך האב נישט אזויפיל צייט צושרייבען.
מחמת קושי השיעבוד פון פרנסה.
איך פיל אבער אז סאיז אוממענטשליך צו הנאה פון די אלע הערליכע שרייבערס, און נישט עכ"פ פרובירען צו מהנה זיין אנדערע.
באניצער אוואטאר
הוגה
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3112
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 09, 2013 1:20 pm
געפינט זיך: מאנסי
האט שוין געלייקט: 6841 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 6553 מאל

שליחה דורך הוגה »

[tag]געוואלדיג[/tag], חינוך ארטיקל. יישר כח.
"לא מצאנו בשום מקום בתורה שמצווה אדם להיות למדן ובקי בכל חדרי התורה. שכן תכלית הלימוד אינה להיות למדן אלא להיות אדם טוב, לעשות הטוב ולהטיב לזולתו." ~ רמ"מ מקאצק ז"ל
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות

שליחה דורך מי אני »

IMG_6544.jpg

התניא בחינוך קטן.

ער ענטפערט נישט אז דאס איז כדי צו מחזק זיין די אמונות אמיתיות, און דאס איז די מעליותא אז עס זאל בלייבן (איך פארשטיי אז ער וויל נאר ארויסברענגען א פונקט בנוגע חסידות).

(ווי אויך איז מערקווידיג צו באמערקן אז וואו די רמב״ם רעדט פון אמונות הכרחיות, מו״נ ח״ג פכ״ח, איז עס אינ׳ם קאנטעקסט פון מחזק זיין די מפורסמות [Apparent Truths] ווי איידער די מושכלות [Necessary Truths] (עיין לעיל שם בח״א פ״ב).)
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
ליטוואק פון בודאפעסט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 9706
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
האט שוין געלייקט: 3162 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל

שליחה דורך ליטוואק פון בודאפעסט »

אינטרעסאנט וויאזוי צייט לויפט אין דער געביט.

מיין בכור (13) איז בטבע א גרויסע גלויביקער (אין אלס וואס א פרעמדע זאגט איהם, נישט אין זיין טאטע), און די מלמדים וואס האבען אויסגעלערנט קנאות האבען געהאט ביי איהם א גוטע אויער. דאס העלפט זיי נישט קיין סאך, ווייל זיין קנאות קען ווערן געווידמעט צו זיי אויך. איך האב אבער נישט קיין מורא פאר די צוקונפט, אין זיין יארען האב איך אויך גענומען יעדער זאך עקסטרעם, ביז איך האב מיר באזעצט, און אדרבא, היינט קוקט מיר אויס יעדער קנאות אלס א קינדערישע זאך. אין זיין יארען פלעג איך ליינען החומה און מיין טאטע האט עס מיר צוגענומען.

מיין צווייטע (11) האט א געוואלדיגע ב"ש ראדאר, און ער נעמט אן גארנישט קיין נארישקייטן. ער האט מיר לעצטענס געוויזען אין ביהמ"ד, ווי מ'האט פארשפרייט אן עלון וועגן די מצוה פון וואוינען אין א"י, און זיי האבען געברענגט גוטע נייעס פון א"י אז אמאזאן דעליווערט דארט שוין אומזיסט. ער האט גוט געלאכט דערפון. ביי אבות ובנים האט זיך איינער אויפגעשטעלט און פארציילט א מעשה מיט די גלות פון דער רבי ר' מיילעך און זיין ברודער, און ער האט מיר אריין געזאגט אין אויער "יעדעס מאל מ'הערט די מעשה טוישען זיך די פרטים". האב איך איהם א פרעג געטון, "און וועלכע גירסא גלויבסטו?" האט ער געזאגט "קיינער".

מיין דריטער (10) האט דער שבת געזען אין ביהמ"ד א נייעם עלון וואס איז געווידמעט קעגען טכנולוגיה. ער האט מיר געפרעגט, "וויאזוי האבען זיי געדרוקט די צעטל? און וואס איז דער אימעיל אדרעסס פו אונטן ווי מ'קען שיקען נדבות און עצות?"

בקיצור, די מלמדים וועלן צו שנעל נישט אנקומען צו זיי.

די 'מחנכים מומחים' באקען איין א משוגעס ביים עולם, אז זאגען די קינדער א ווארט קעגן א מלמד איז א ריזיגע סכנה. מ'דארף איינזען אז דאס איז סעלף סערווינג נאנסענס. עס איז נישט אמת, מ'קען זאגען פאר'ן קינד אז נישט אלס וואס דער מלמד זאגט איז ריכטיג, און ער איז נאכאלס דער מלמד פאר וועם מ'דארף האבען דרך ארץ. ווען דער טאטע שפירט זיך נישט גוט פאר'ן נישט אריין קוקען אין א חסידישע ספר צווישען די איי מיט די טשאלענט, צו אפשר פאר'ן בכלל נישט עסן קיין איי (איינער ווייסט פארוואס מ'האלט אן די מנהג? אין 2020 ווען דער עולם ווייסט פון עכטע מאכלים, איז עס נישט קיין כבוד שבת נאר אפשר פארקערט. מיינסט איך עס נישט קיין צוויבעל מיט אייער? אוודאי עס איך עס, און איך פארשטיי עס נאכאלס נישט), דעמאלס איז איהם שווער צו זאגען פאר'ן קינד מיט אן אמת אז דער מלמד איז נישט גערעכט. דאס איז אבער נישט די שולד פון דער מלמד, נאר דער טאטע. ווען א טאטע לעבט וואס ער גלויבט, קען ער רואיגעהייט אויסלעבן די מלמד'ס פרואווען צו פארדרייען זיין קינד א קאפ.
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
באניצער אוואטאר
פלאצקער גאון
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 4
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 12:40 am
האט שוין באקומען לייקס: 1 מאל

Re: ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות

שליחה דורך פלאצקער גאון »

שמעקעדיג האט געשריבן:ערגעץ אין שטיבל איז דא א שיינע אשכול דערוועגן, וואו אנזער אמאליגער חכם השטיבל, יידל, האט באשריבן דעם אין אדם מוריש שקר לבניו.
איז דא אן אופן ווי איך קען עס טרעפן???

Sent from my SM-G988U using Tapatalk
מיין אמת

Re: ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות

שליחה דורך מיין אמת »

ווייסט איינער מער אינפרא. וועגען די חדר "באר ישעי'" אין מאנסי איז דארטען די חינוך בעסער? יש"כ פון פאראויס

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: ווען מחנכים און עלטערן באגראבן די תורה דורך טיפשות

שליחה דורך פרנס החודש »

מיין אמת האט געשריבן:ווייסט איינער מער אינפרא. וועגען די חדר "באר ישעי'" אין מאנסי איז דארטען די חינוך בעסער? יש"כ פון פאראויס

Sent from my Stratus_C5 using Tapatalk
לימודי חול פון 130,אלע גייען אוניפארמען, אפילו די קאפל מוז זיין מיט זייער סימבאל!! בערך צוואנציג קינדער א קלאס, זייער איבערגעגעבענע מחנכים, און זייער זיסע קינדער, איך וואלט עס ממליץ געווען אויב איינער זוכט לימודי חול.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
שמחהלע קאפשטיק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 776
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג מאי 11, 2018 12:46 pm
האט שוין געלייקט: 1399 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1005 מאל

שליחה דורך שמחהלע קאפשטיק »

פלאצקער גאון האט געשריבן:
שמעקעדיג האט געשריבן:ערגעץ אין שטיבל איז דא א שיינע אשכול דערוועגן, וואו אנזער אמאליגער חכם השטיבל, יידל, האט באשריבן דעם אין אדם מוריש שקר לבניו.
איז דא אן אופן ווי איך קען עס טרעפן???

Sent from my SM-G988U using Tapatalk
מיינטסט דאס ?
אדער דאס?
באניצער אוואטאר
יעקב מעקסוועל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 360
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 07, 2020 12:30 pm
האט שוין געלייקט: 930 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1187 מאל

שליחה דורך יעקב מעקסוועל »

מען זעט אפט די סארט געדאנק אין שטיבל, אויב וועט מען זאגן שקר פאר די קינדער וועלן זיי שוין אויך נישט גלייבן דעם אמת.

עס פאלט מיר איין, עס איז מעגליך די אלע קינדער זענען שוין אויפגעוואקסן, און זיי זענען די היינטיגע שרייבער דא...
Thoroughly conscious ignorance, is the prelude to every real advance in science - James Clerk Maxwell
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

יעקב מעקסוועל האט געשריבן:מען זעט אפט די סארט געדאנק אין שטיבל, אויב וועט מען זאגן שקר פאר די קינדער וועלן זיי שוין אויך נישט גלייבן דעם אמת.

עס פאלט מיר איין, עס איז מעגליך די אלע קינדער זענען שוין אויפגעוואקסן, און זיי זענען די היינטיגע שרייבער דא...
די ביסט דאך אויך נישט איינגעשריבן דא צו לאנג,
אפשר איז @שמעקעדיג אדער @הוגה דיין טאטע...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איש עברי האט געשריבן:מיינער א חבר א מלמד פארציילט מיר אז זיינס א תלמיד איז געקומען אין חדר מלא שמחה אז ער האט דעם שבת געהרג'ט 67 ציונים, ווייל זיין טאטע האט אים געזאגט אז מיט יעדע בונדעל הרגט מען א ציוני.
קאמענטארן זענען איבריג.
איש עברי: (אויב דו לעבסט נאך אויף קאווע שטיבל) אויף דעים מאמר החכם(ה) האט נאר איין מענטש דעם זכות יוצרים. ה"ה הרב ישראל מ. סופר. המכונה מנשה פיליפ. (אדער פארקערט). ווען ער האט געוואלט א זיין זון זאלל אויפעסן די טשולנט האט ער איהם געזאגט אז מיט א יעדן באנדל וואס ער עסט הרג'עט ער א ציוני.
פארשפארט