די צוויי איינציגסטע זאכן וואס האלטן נאך דעם עולם אין די ראמען איז: 1) פאמיליע, 2) מוסדות.
יעצט די קאנטראל פון די מוסדות גייט לכאורה קראכן אין די קומענדיגע דריי יאר, פאמיליע גייט בלייבן.
איך בין זייער באזארגט ווי אזוי אונזער עולם וועט אויסזעהן אין אפאר יאר, ווייל צוברעכן א סיסטעם איז גרינג, בויען נעמט אבער יארן, אפילו אויב מען ווערט פטור פונעם שורש הפראבלעם, גייען מיר זיך נישט נארמאליזירן בין יום ובין לילה, סיידן דער עולם וועט לייגן א שטארקע דגוש דערויף, וואס איז שווערער צו ערווארטן נעמענדיג אין באטראכט די מצב אין די אלגעמיינע אמעריקאנע גאס.
גייען מיר באווייזן צו עפענען אייגענע אוניווערזיטעטן? גייען מיר באווייזן אריינצוברענגען מענטשליכקייט, מאניערן , און וויסענשאפט אין אונזערע מוסדות?
איך האלט אז די יסודות אויף וואס די סיסטעם שטייט זענען שוין צופאלן, ממילא איז א פראגע פון צייט ביז די סיסטעם צעפאלט,
גייען זאכן ווערן בעסער? לכאורה נאר פארן חלק ציבור וואס וועט זיך נעמען אין די הענט, די איבעריגע וועלן בלייבן צוחושט און פארבלאנדשעט.
ווי האט יענער געזאגט? יתי ולא אחמיניה, ער זאל קומען אבער איך וויל אים נישט זעהן.
אלעס בלייבט אזויווי ס'איז יעצט, אפשר א טראפקעלע מער לינקס, א טראפקעלע מער רעכטס, אבער אין אלגעמיין איז די סיסטעם פעלזן פעסט מיט הינדערטע טויסנטער וועלכע גלויבן אין דעם.
עס איז דא די צען פופצן פראצענט וואס גלייבן נישט אינעם סיסטעם, רוב פון זיי בלייבן אינעם סיסטעם 'פאר די קונדער' און דאן זענען די קינדער צוריק צו פאַזע א'.
ס'איז נישטטא קיין שום סיבה אז עפעס זאל זיך טוישן, ס'איז דא געלט, קאנטראל, ספיריטשועליטי, און פיל נאך.
יא, איך האלט אויך אז אסאך (אדער אלע?) מענטשן ליידן זיך אפ אינעם סיסטעם (זייער אסאך פארשידענארטיגע פראבלעמען) אבער רוב עולם האלט אז:
1) מ'דארף אזוי טון, ווייל ס'איז די ריכטיגע וועג.
ווען איך בין געווען יונג האב איך געמיינט אז אין 2022 וועט שוין נישט זיין קיין מוסלעמענע טעראריסטן, למעשה, איראן איז געבליבן איראן, די מיטל מזרח איז ווייטער בלוטיג, (איך גלייך נישט צו איינס צום צווייטן חלילה.)
די איינצוגע וועג איז אויב עפעס געשעהט, ווי למשל א וועלט מלחמה חלילה. ניין, קואוויד איז נישט גענוג שטארק עפעס צ אפעקטירן, זייער אסאך האבן געהאלטן אז קואוויד וועט אויפשאקלען די געמיינדע, למעשה גארנישט.
ברוינשטיין האט געשריבן:אלעס בלייבט אזויווי ס'איז יעצט, אפשר א טראפקעלע מער לינקס, א טראפקעלע מער רעכטס, אבער אין אלגעמיין איז די סיסטעם פעלזן פעסט מיט הינדערטע טויסנטער וועלכע גלויבן אין דעם.
עס איז דא די צען פופצן פראצענט וואס גלייבן נישט אינעם סיסטעם, רוב פון זיי בלייבן אינעם סיסטעם 'פאר די קונדער' און דאן זענען די קינדער צוריק צו פאַזע א'.
ס'איז נישטטא קיין שום סיבה אז עפעס זאל זיך טוישן, ס'איז דא געלט, קאנטראל, ספיריטשועליטי, און פיל נאך.
יא, איך האלט אויך אז אסאך (אדער אלע?) מענטשן ליידן זיך אפ אינעם סיסטעם (זייער אסאך פארשידענארטיגע פראבלעמען) אבער רוב עולם האלט אז:
1) מ'דארף אזוי טון, ווייל ס'איז די ריכטיגע וועג.
ווען איך בין געווען יונג האב איך געמיינט אז אין 2022 וועט שוין נישט זיין קיין מוסלעמענע טעראריסטן, למעשה, איראן איז געבליבן איראן, די מיטל מזרח איז ווייטער בלוטיג, (איך גלייך נישט צו איינס צום צווייטן חלילה.)
די איינצוגע וועג איז אויב עפעס געשעהט, ווי למשל א וועלט מלחמה חלילה. ניין, קואוויד איז נישט גענוג שטארק עפעס צ אפעקטירן, זייער אסאך האבן געהאלטן אז קואוויד וועט אויפשאקלען די געמיינדע, למעשה גארנישט.
נישט גארנישט , די יסודות פון אונזער פעלזן פעסטע גלויבן אינעם סיסטעם איז ערנסט צעשאקלט געווארן, ווארט צו זען ווי אזוי די קאראנע קינדער וואקסן אויף .
פרנס החודש האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט ששת הימים?
פרנס החודש: יא. אט דאס. ס'הייסט? די ששת ימי אפילה וואס די ציונים האבן אנגעווערטשאפט. התגרות באומות. אויפ'ן געמיינסטן אופן. מיט די פרידליכע עגיפטער. מיט זייער געעהרטן פרעזידענט גאמאל (מלשון גמל) אבדול נאסער. און דער סירישער פרעזידענט, אסאד. זיי זענען ארויס אין א שטארקע מלחמה אקעגן 2 אדער 3 פרידליכע לענדער. און זיי האבן נאך מוסיף געווען חטא על פשע. און איינגענימען דעם..."כותל"... און אנדערע ..."מקומות הקדושים"... אזוי ווי ...קבר רחל"...וואס א יעדער בר דעת ווייסט אז דארט ליגט באגראבן א פארהייליגטער אראבישער שעיך. האבן די ציונים אויסגעטראכט אז דארט ליגט עפעס א פרוי רחל." און זייער אזוי גערופענער ..."כותל"... די חשוב'ע יונעסק"א ארגאניזאציע זאגט אליין אז דאס איז אראבישער אייגנטום וואס די ציונים האבן צוגערויבט פון די פרידליכע אראבערס. פרעגטס הרב קאפלאן. ער וועט אייך דערציילן ווי פרידליך די אראבערס זענען. ווי גוט די אידישע שכנים האבן געלעבט מיט זיי (זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים.) די אראבישע פרויען (גוי'טעס) האבן געבעיביסיט די אידישע קינדער. אויך האבן זיי געלאזט די אידישע שכנים אויפהענגען די וועש אויף זייער שטריק. און די ציונים שר"י עפ"ל ימ"ש זענען געקומען און זיי האבן אלעס צושטערט. זיי האבן גורם געווען אז די פרידליכע אראבישע שכנים זאללן אויסשעכטן זייערע אידישע שכנים אין חברון אין שנת תרפ"ט (געדענקט, הרב קאפלאן?)
לענין פון די פתיחת האשכול: דער עתיד פון היימישן אידנטום זעהט אויס בעז"ה שטארק און גוט. די הונדערטער און טויזנטער בני הישיבות וועללן ווערן ערליכע בעלי בתים. און מגידי שיעור און ראשי ישיבות און דיינים. און ס'וועללן (אי"ה ) אויפקומען צענדליגער ישיבות און אנדערע מוסדות התורה והחינוך. און דאס אידישקייט וועט שטארק בליען, בעז"ה.
פרנס החודש האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט ששת הימים?
פרנס החודש: יא. אט דאס. ס'הייסט? די ששת ימי אפילה וואס די ציונים האבן אנגעווערטשאפט. התגרות באומות. אויפ'ן געמיינסטן אופן. מיט די פרידליכע עגיפטער. מיט זייער געעהרטן פרעזידענט גאמאל (מלשון גמל) אבדול נאסער. און דער סירישער פרעזידענט, אסאד. זיי זענען ארויס אין א שטארקע מלחמה אקעגן 2 אדער 3 פרידליכע לענדער. און זיי האבן נאך מוסיף געווען חטא על פשע. און איינגענימען דעם..."כותל"... און אנדערע ..."מקומות הקדושים"... אזוי ווי ...קבר רחל"...וואס א יעדער בר דעת ווייסט אז דארט ליגט באגראבן א פארהייליגטער אראבישער שעיך. האבן די ציונים אויסגעטראכט אז דארט ליגט עפעס א פרוי רחל." און זייער אזוי גערופענער ..."כותל"... די חשוב'ע יונעסק"א ארגאניזאציע זאגט אליין אז דאס איז אראבישער אייגנטום וואס די ציונים האבן צוגערויבט פון די פרידליכע אראבערס. פרעגטס הרב קאפלאן. ער וועט אייך דערציילן ווי פרידליך די אראבערס זענען. ווי גוט די אידישע שכנים האבן געלעבט מיט זיי (זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים.) די אראבישע פרויען (גוי'טעס) האבן געבעיביסיט די אידישע קינדער. אויך האבן זיי געלאזט די אידישע שכנים אויפהענגען די וועש אויף זייער שטריק. און די ציונים שר"י עפ"ל ימ"ש זענען געקומען און זיי האבן אלעס צושטערט. זיי האבן גורם געווען אז די פרידליכע אראבישע שכנים זאללן אויסשעכטן זייערע אידישע שכנים אין חברון אין שנת תרפ"ט (געדענקט, הרב קאפלאן?)
פרנס החודש האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט ששת הימים?
פרנס החודש: יא. אט דאס. ס'הייסט? די ששת ימי אפילה וואס די ציונים האבן אנגעווערטשאפט. התגרות באומות. אויפ'ן געמיינסטן אופן. מיט די פרידליכע עגיפטער. מיט זייער געעהרטן פרעזידענט גאמאל (מלשון גמל) אבדול נאסער. און דער סירישער פרעזידענט, אסאד. זיי זענען ארויס אין א שטארקע מלחמה אקעגן 2 אדער 3 פרידליכע לענדער. און זיי האבן נאך מוסיף געווען חטא על פשע. און איינגענימען דעם..."כותל"... און אנדערע ..."מקומות הקדושים"... אזוי ווי ...קבר רחל"...וואס א יעדער בר דעת ווייסט אז דארט ליגט באגראבן א פארהייליגטער אראבישער שעיך. האבן די ציונים אויסגעטראכט אז דארט ליגט עפעס א פרוי רחל." און זייער אזוי גערופענער ..."כותל"... די חשוב'ע יונעסק"א ארגאניזאציע זאגט אליין אז דאס איז אראבישער אייגנטום וואס די ציונים האבן צוגערויבט פון די פרידליכע אראבערס. פרעגטס הרב קאפלאן. ער וועט אייך דערציילן ווי פרידליך די אראבערס זענען. ווי גוט די אידישע שכנים האבן געלעבט מיט זיי (זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים.) די אראבישע פרויען (גוי'טעס) האבן געבעיביסיט די אידישע קינדער. אויך האבן זיי געלאזט די אידישע שכנים אויפהענגען די וועש אויף זייער שטריק. און די ציונים שר"י עפ"ל ימ"ש זענען געקומען און זיי האבן אלעס צושטערט. זיי האבן גורם געווען אז די פרידליכע אראבישע שכנים זאללן אויסשעכטן זייערע אידישע שכנים אין חברון אין שנת תרפ"ט (געדענקט, הרב קאפלאן?)
בערל, די פרידליכע אראבער וואלט געהאט די געווער אונז צו defenden קעגן סאדאם האסיין אויב וואלט ער געליינט מיין קאמף פון היטלער (אדער צו סאך קאראן על פי דרך הפשט)? וואלט די אראבישע גויטעס געשיקט זייער קינדער אונז protecten פון אכמעדיניזשאד? פארוואס מיינסטו אז ס'וואלט געבליבן א גן עדן?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
שמעקעדיג האט געשריבן:שמעתי בשם ר' עזריאל טויבער ז"ל, אידישקייט היינט וואקסט אין די לענג און אין די ברייט, פיל מער ווי אמאל; אבער נישט אזוי טיף ווי אמאל. ודפח"ח.
אמת, מען לערנט, ס'דא מוסדות, ס'דא כוללים, און ס'דא אסאך ערליכע אידן. אבער מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן אז דאס איז אלעס אויבערפלעכליך, נישט טיף! איך רעספעקטיר גאר שטארק אלע אימפראוומענטס אין אידישקייט די לעצטערע יארן, ווי לימוד הדף אין א געוואלד קהלות, אדער דרשו, אדער צב"ש אבות ובנים, די גאנצע אווערנעס בעניני חינוך, וכו' וכו'... אבער לאמיר זיך נישט נארן, די וועלט, און בעיקר די יונגווארג, טראסקעט טיף ליידער, נישטא די אמאליגע שטארקע אמונה, (וויפיל קינדער וואלטן היינט אריינגעטאנצן אין פייער על קידוש ה'?), אפגערעדט פון די אמונה אין סיסטעם, דאס איז מער ווייניגער א פארגאנגענהייט, כאטש מאנכע שפילן נאך פונדרויסן כאילו, איינער גלייבט נאך אין רבי'ס? אלעס פאליטיק....
איך האב נישט קיין רוח הקודש, איך ווייס נישט וואס גייט זיין די קומענדיגע יארן, אבער די וועג ווי אזוי עס גייט יעצט, זיכער נישט. צווישן בחורים וואס זוכן ישיבות יעדע זמן און א לא נתקבל איז ליידער א נארמאלע חלק פון לעבן, אפגעפארענע קינדער און בחורים, אווערדאוזד און סועסייד, מענטל אישוס, די שידוכים קריזיס, די צאל גיטין וואס ווערן נתרבה, ביז די מגושמ'דיגע און באקוועמע לעבנס שטייגער, און לעצטנס די מאנגל אין מחנכים סיי ביי מענער און סיי ביי די נשים, די מאס חוצפה ביי די יונגווארג, דאס גייט אויסקלאפן זייער שווער איין וועג אדער א צווייטע; אבער פארבלייבן אזוי איז אוממעגליך.
ס'איז אלעס אמת וואס דו זאגסט, אבער ס'איז א גאר קליינע פראצענט, רובא דרובא חסידישע משפחות אין
וויליאמסבורג
בארא פארק
קרית יואל
מאנסי
לעיקוואד
פארט א סיסטעם ווי קיינמאל בעפאר, ס'איז פון איין זייט אכשר דרא אויף א פארנעם וואס איז נישט געווען פאר הונדערטער אדער טויזענטער יארן, און פון די אנדערע זייט איז פונקט אזוי דא קאפויער, גאר טיף שוואך אבער ס'איז א קליינע פראצענט קעגן די שטארקע פראצענט.
דעס אז טאג טעגליך איז דא טויזענטער אינגעלייט און פרויען אן טעקסט מעססעזשעס, באמת אפגעזונדערט פון די וועלט, איז עפעס א תמימות וואס איז אמאל נישט געווען, פון די אנדערע זייט זיצן ראשי קהילה ביין אויבענאן ביי די גרעסטע רבי'ס וואס קנאקען אשת איש אן קיין רחמנות און זיי באקומען כבוד מלכים, דאס איז אמאל נישט געווען, און אז צענדליגע אדער הונדערטע באקאנטע חברה מיט געלט קענען קנאקען אשת איש אן קיין סוד אפילו פאר די ארומיגע, און מיט דעם אלעם קענען זיי האבן קינדער אין די מוסדות אפילו זיי פירן גאר שוואכע שטיבער איז אויך אמאל נישט געווען.
moneyminded האט געשריבן:
פון די אנדערע זייט זיצן ראשי קהילה ביין אויבענאן ביי די גרעסטע רבי'ס וואס קנאקען אשת איש אן קיין רחמנות און זיי באקומען כבוד מלכים, דאס איז אמאל נישט געווען, און אז צענדליגע אדער הונדערטע באקאנטע חברה מיט געלט קענען קנאקען אשת איש אן קיין סוד אפילו פאר די ארומיגע, און מיט דעם אלעם קענען זיי האבן קינדער אין די מוסדות אפילו זיי פירן גאר שוואכע שטיבער איז אויך אמאל נישט געווען.
פארוואס זאגסטו אז דאס איז אמאל נישט געווען?
אפשר גלייך נאכן מלחמה נישט, ווייל די חברה זענען אלע פריי געווארן און נאר די גאר תמימות'דיגע זענען געבליבן ערליך,
אבער פארן קריג איז געווען פינקט אזוי, די אמאליגע ראשי קהילה האבן זיך נאך געקענט פארמעסטן מיט אונזערע היינטיגע עסקנים און ראשי קהילה,
אויב עפעס איז היינט נישטא אזא גרויסע אמעראצעס ווי אמאל
און אגב, היינט קנאקן נישט קיין הונדרעטע באקאנטע חברה אשת איש אהן קיין סוד, איך ווייס נישט אויף וועליכע פלאנעט די לעבסט
חוץ אויב די ריפסט אהן אשת איש זייערע אייגענע ווייבער...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
פרנס החודש האט געשריבן:
די וועג ווי דער חרדישער ציבור פירט זיך, העלפט נישט דווקא אויף צואיילן משיח, איך האב מורא אז דו וועסט נאך דארפן ווארטן היבש לאנג……
חס ושלום, ביאת המשיח איז נישט תלוי נאר אין אונזער התנהגות, ער קען קומען אין א דור שכולו חייב אויך... אדרבה, די אלע סימנים האבן שוין חז"ל פארגעשריבן, בפרט די חוצפה יסגי והאמת נעדרת, אלענפאלס זענען מיר מחוייב צו גלייבן בכל יום שיבא, אפגעזען פון דעם מצב פון כלל ישראל.
פרנס החודש האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט ששת הימים?
פרנס החודש: יא. אט דאס. ס'הייסט? די ששת ימי אפילה וואס די ציונים האבן אנגעווערטשאפט. התגרות באומות. אויפ'ן געמיינסטן אופן. מיט די פרידליכע עגיפטער. מיט זייער געעהרטן פרעזידענט גאמאל (מלשון גמל) אבדול נאסער. און דער סירישער פרעזידענט, אסאד. זיי זענען ארויס אין א שטארקע מלחמה אקעגן 2 אדער 3 פרידליכע לענדער. און זיי האבן נאך מוסיף געווען חטא על פשע. און איינגענימען דעם..."כותל"... און אנדערע ..."מקומות הקדושים"... אזוי ווי ...קבר רחל"...וואס א יעדער בר דעת ווייסט אז דארט ליגט באגראבן א פארהייליגטער אראבישער שעיך. האבן די ציונים אויסגעטראכט אז דארט ליגט עפעס א פרוי רחל." און זייער אזוי גערופענער ..."כותל"... די חשוב'ע יונעסק"א ארגאניזאציע זאגט אליין אז דאס איז אראבישער אייגנטום וואס די ציונים האבן צוגערויבט פון די פרידליכע אראבערס. פרעגטס הרב קאפלאן. ער וועט אייך דערציילן ווי פרידליך די אראבערס זענען. ווי גוט די אידישע שכנים האבן געלעבט מיט זיי (זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים.) די אראבישע פרויען (גוי'טעס) האבן געבעיביסיט די אידישע קינדער. אויך האבן זיי געלאזט די אידישע שכנים אויפהענגען די וועש אויף זייער שטריק. און די ציונים שר"י עפ"ל ימ"ש זענען געקומען און זיי האבן אלעס צושטערט. זיי האבן גורם געווען אז די פרידליכע אראבישע שכנים זאללן אויסשעכטן זייערע אידישע שכנים אין חברון אין שנת תרפ"ט (געדענקט, הרב קאפלאן?)
עצי שטים האט געשריבן:און אגב, היינט קנאקן נישט קיין הונדרעטע באקאנטע חברה אשת איש אהן קיין סוד, איך ווייס נישט אויף וועליכע פלאנעט די לעבסט
חוץ אויב דו ריפסט אהן אשת איש זייערע אייגענע ווייבער...
אין בארא פארק איז א שם דבר פון יעדע שטיקל נגיד וואס גייט מיט אנדערע, געווארן אזא סטייל לעיטלי.