פרנס החודש האט געשריבן:עצי שטים האט געשריבן:קהל'ס נער האט געשריבן:
מגילה, נטילת ידים, חנוכה ליכט און איסור מוקצה איז א גזירה, וואס די תורה האט געגעבען א כח פאר חכמים צי מאכן.
איך האב הנאה אז די צעטיילסט די אלע זאכן וואס איך האב דערמאנט אין קאטעגאריעס, ווייל זיי זענען טאקע נישט אלע דומה זה לזה
אבער פארן צינעמען יעדע זאך עקסטער, וויל איך פארשטיין אויף די זאכן וואס איך ציטיר דא, וואס די זאגסט אויף דעם אז עס א גזירה און די תורה האט געגעבן א כח פאר די חכמים צו מאכן גזירות, הייסט עס יעצט אידישקייט? אדער סיסטעם?
פריער האסטו געזאגט אז די איסור פון רב וואזנער אויף אינטערנעט איז פינקט אזוי סיסטעם ווי די חירם דרבינו גרשום אויף צוויי ווייבער, אבער איך וויל פארשטיין, מיט וואס איז דאס אנדערש ווי איסור מוקצה?
איסור מוקצה הייסט כאטש ״אפיציעל״ אז סנהדרין האט זיך צוזאמגענומען און פארבאטן.
נישט אז א פאר היצקעפ האבן צוזאמגעשלעפט אן עולם און אויסגענוצט די געלעגענהייט צו ארויפווארפן איסורים אויפן עולם.
נאך א חילוק מוקצה איז אפיציעל א נייע גזירה , ווען רב וואזנער זאגט סך הכל אז ער האלט אז אינטערנעט פאלט אריין אין פריערדיגע הלכות, און אנדערע קענען חולק זיין דערויף.
דא פרעגסטו שוין גוט, ווער זענען אט די רבנים וואס קענען טון מיט די תורה ווי זייער הארץ באגערט, אפשר ווער איך א חכם? די זאך איז, אז פון משה רבינו איז אייביג געווען מער וויניגער א צענטראלע כח המנהיגות פון די רבנים וואס זיי האבן עס איבערגעגעבן מדור דור, און סומך געווען די נעקסטע דור פון מנהיגים וחכמים,
אמאל האט עס געהייסן סנהדרים, שפעטער אב בית דין, נשיא, וכ' וכ' יעדע דור מיט זיין נאמען, שפעטער זענען אידן צעשפרייט געווארן אין אלע מקומות, און עס איז געווארן כל מיני נייע מצות און גדרים לויט ווי מען האט געוואונט,
די מערסטע זעט מען עס אן, ווען די בית יוסף האט ארויסגעגעבן זיין שו"ע וויאזוי די אידן פון יענע דור זאלן זיך פירן, האט די רמ"א גלייך ציגעשריבן הגאות איבעראל ווי ער קריגט זיך וואס מען דארף צו טון,
און "אידישקייט" האט אנגענימען, אז מען דארף זיך פירן לויט ווי די קומסט פון און לויט ווער דיין רב איז,
דהיינו אויב ביסטו מבני הספרד דארפסטו טון ווי ר' יוסף קארו אויב ביסטו מבני אשכנז, דאן דארפסטו זיך פירן אזוי ווי די רמ"א, ווער זאגט?? די רבנים זעלבסט...!! די נושא כלים אין די שו"ע הערן נישט אויף צו זאגן אז בני אהער טוען אזוי, און די בני מקום פלוני טון פארקערט, ואין לשנות...
און אויב ביסטו אין די שטאט פון ווי די ב"ח איז רב, אדער די ט"ז איז רב, און ער קריגט זיך אופן רמ"א דאן דארפסטו זיך אזוי פירן, קענסט נישט שרייען איך טו ווי די רמ"א, אדער ווי די מגן אברהם, דא איז ער נישט רב, דא איז אזוי די הלכה,
יעצט היינט איז שוין נישטא קיין שטאטס רב, יעדע שטאט האט צענדליגע רבנים (חוץ קרית יואל) וואס יעדער פסק'נט עפעס אנדערש, מילא מיז מען סטיקן צו די רב פון דיין ביה"מ אדער קהילה, און אויב די ווילסט טוישן רב דאן קענסטו, אבער די מיסט זיך האלטן צו איינער, און די מיזט זיין כחומר ביד היוצר אין די הענט פונעם רב, וואס ער זאגט, דאס איז תורה מסיני ממש, אזוי זאגט אידישקייט,
עס הערט זיך פאני??? טאף לאק, דאס איז די אידישקייט רעליגיע, אז עס געפעלט אייך נישט קענט איר ריהוג טוישן רעליגיעס...