דער עתיד פון היימישע אידנטום - וואס שאצט איר פאר?

ארטיקלען און באטראכטונגען איבער דער חרדי'שער געזעלשאפט און קולטור
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

דער עתיד פון היימישע אידנטום - וואס שאצט איר פאר?

שליחה דורך צקון לחש »

אויב שוין דא אזא אשכול - ביטע צוצייכענען.

אלזא, וואס גייט געשעהן מיט אונז אין די נעקסטע 100 יאר?

לויט ווי די וועלט פארט יעצט, ווערט די מענטשהייט, בעיקר די אינטעלעקטואלע געמיינדע, מער און מער אומגלויביג.
אידישע דענקער ווערן מיט אמאל מער און מער "אפען מיינדעד", און דאס נעמט אריין מסלתה ומשמנה פון אונז היימישע אידן.

ווילאנג גייט אנגיין דער איצטיגע צופלויגענע מצב?

קענען מיר פאראויס שאצן א דראסטיש "טיילונג" צווישן די חכמים און נארנים*?

וואלט נאך א ששת הימים סארט געשעעניש עפעס אפעקטירט ("לטובה") די היימישע סקעפטיקער?

ביטע טיילט מיט אייערע מחשבות... :דמיונות:

*"איך בין א נאר און איך גלייב"
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום צקון לחש, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: פאראויס שאצונגען

שליחה דורך פרנס החודש »

איך וואלט מער געווען אינטערעסירט אין די קומענדיגע 10 יאר.

יעצט מיינע פאר צענט, לדעתי גלייבט 80/90 פראצענט מער נישט אינעם סיסטעם, ממילא דאס איז נישט קיין צוריקהאלט מער, קיין טיילונג וועט נישט זיין ווייל מען קען נישט ארויסווארפן מענטשן פון די אנשי שלומנו ליסטע.

די צוויי איינציגסטע זאכן וואס האלטן נאך דעם עולם אין די ראמען איז: 1) פאמיליע, 2) מוסדות.

יעצט די קאנטראל פון די מוסדות גייט לכאורה קראכן אין די קומענדיגע דריי יאר, פאמיליע גייט בלייבן.

איך בין זייער באזארגט ווי אזוי אונזער עולם וועט אויסזעהן אין אפאר יאר, ווייל צוברעכן א סיסטעם איז גרינג, בויען נעמט אבער יארן, אפילו אויב מען ווערט פטור פונעם שורש הפראבלעם, גייען מיר זיך נישט נארמאליזירן בין יום ובין לילה, סיידן דער עולם וועט לייגן א שטארקע דגוש דערויף, וואס איז שווערער צו ערווארטן נעמענדיג אין באטראכט די מצב אין די אלגעמיינע אמעריקאנע גאס.
גייען מיר באווייזן צו עפענען אייגענע אוניווערזיטעטן? גייען מיר באווייזן אריינצוברענגען מענטשליכקייט, מאניערן , און וויסענשאפט אין אונזערע מוסדות?

איך האלט אז די יסודות אויף וואס די סיסטעם שטייט זענען שוין צופאלן, ממילא איז א פראגע פון צייט ביז די סיסטעם צעפאלט,
גייען זאכן ווערן בעסער? לכאורה נאר פארן חלק ציבור וואס וועט זיך נעמען אין די הענט, די איבעריגע וועלן בלייבן צוחושט און פארבלאנדשעט.

ווי האט יענער געזאגט? יתי ולא אחמיניה, ער זאל קומען אבער איך וויל אים נישט זעהן.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: פאראויס שאצונגען

שליחה דורך פרנס החודש »

נאך איין הערה , דער עלטערער עולם בלייבט אזוי ווי געווען, די פראגע איז נאר אויף די קומענדיגע דור וואס וואקסט אויף.
Don’t ask unless you want to hear the answer.
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

איין רבי (איין גרויסע בילדונג מעצענטאט) גייט זיך אויף וועקן און אוועק ווארפן די סיסטעם און טרעפן דעם אנכי און סערווירן וואס ער גלייבט אין אנשטאט צו זיין Monkey Say Monkey Do

אנכי ה'. אז ס'איז דא א אנכי איז דא א השם. אז ס'איז נישט קיין אנכי וואסארא גאט איז דאס? גאט פאר פיש אין א פיש טענק?

און דאס גייט דרייסיג יאר שפעטער זיין די גרעסטע ארגענייזד קהלה.
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: פאראויס שאצונגען

שליחה דורך פרנס החודש »

וואס מיינסטו מיט ששת הימים?
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: פאראויס שאצונגען

שליחה דורך פרנס החודש »

יאסל ראקאווער האט געשריבן:איין רבי (איין גרויסע בילדונג מעצענטאט) גייט זיך אויף וועקן און אוועק ווארפן די סיסטעם און טרעפן דעם אנכי און סערווירן וואס ער גלייבט אין אנשטאט צו זיין Monkey Say Monkey Do

אנכי ה'. אז ס'איז דא א אנכי איז דא א השם. אז ס'איז נישט קיין אנכי וואסארא גאט איז דאס? גאט פאר פיש אין א פיש טענק?

און דאס גייט דרייסיג יאר שפעטער זיין די גרעסטע ארגענייזד קהלה.
אבער די נאך גרעסערע עולם גייט בכלל נישט באלאנגען אין ערגעץ
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
ברוינשטיין
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 404
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 14, 2021 3:44 pm
האט שוין געלייקט: 1008 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 913 מאל

Re: פאראויס שאצונגען

שליחה דורך ברוינשטיין »

אלעס בלייבט אזויווי ס'איז יעצט, אפשר א טראפקעלע מער לינקס, א טראפקעלע מער רעכטס, אבער אין אלגעמיין איז די סיסטעם פעלזן פעסט מיט הינדערטע טויסנטער וועלכע גלויבן אין דעם.

עס איז דא די צען פופצן פראצענט וואס גלייבן נישט אינעם סיסטעם, רוב פון זיי בלייבן אינעם סיסטעם 'פאר די קונדער' און דאן זענען די קינדער צוריק צו פאַזע א'.

ס'איז נישטטא קיין שום סיבה אז עפעס זאל זיך טוישן, ס'איז דא געלט, קאנטראל, ספיריטשועליטי, און פיל נאך.

יא, איך האלט אויך אז אסאך (אדער אלע?) מענטשן ליידן זיך אפ אינעם סיסטעם (זייער אסאך פארשידענארטיגע פראבלעמען) אבער רוב עולם האלט אז:
1) מ'דארף אזוי טון, ווייל ס'איז די ריכטיגע וועג.

2) אינדרויסן איז פיל ערגער (אזוי מוח וואַשט מען זיי).

3) זיי כאפן אפילו נישט אז עפעס פעלט זיי.

---

ווען איך בין געווען יונג האב איך געמיינט אז אין 2022 וועט שוין נישט זיין קיין מוסלעמענע טעראריסטן, למעשה, איראן איז געבליבן איראן, די מיטל מזרח איז ווייטער בלוטיג, (איך גלייך נישט צו איינס צום צווייטן חלילה.)

די איינצוגע וועג איז אויב עפעס געשעהט, ווי למשל א וועלט מלחמה חלילה. ניין, קואוויד איז נישט גענוג שטארק עפעס צ אפעקטירן, זייער אסאך האבן געהאלטן אז קואוויד וועט אויפשאקלען די געמיינדע, למעשה גארנישט.
באניצער אוואטאר
צקון לחש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 682
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג סעפטעמבער 27, 2021 2:09 am
האט שוין געלייקט: 1504 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1291 מאל

שליחה דורך צקון לחש »

פרנס החודש האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט ששת הימים?
איך שפעקעלור וואס איז דאס "ביאת משיח" וואס מיר קוקן ארויס אויף.
טיילונג איצט!
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

Re: דער עתיד פון היימישע אידנטום - וואס שאצט איר פאר?

שליחה דורך פרנס החודש »

ברוינשטיין האט געשריבן:אלעס בלייבט אזויווי ס'איז יעצט, אפשר א טראפקעלע מער לינקס, א טראפקעלע מער רעכטס, אבער אין אלגעמיין איז די סיסטעם פעלזן פעסט מיט הינדערטע טויסנטער וועלכע גלויבן אין דעם.

עס איז דא די צען פופצן פראצענט וואס גלייבן נישט אינעם סיסטעם, רוב פון זיי בלייבן אינעם סיסטעם 'פאר די קונדער' און דאן זענען די קינדער צוריק צו פאַזע א'.

ס'איז נישטטא קיין שום סיבה אז עפעס זאל זיך טוישן, ס'איז דא געלט, קאנטראל, ספיריטשועליטי, און פיל נאך.

יא, איך האלט אויך אז אסאך (אדער אלע?) מענטשן ליידן זיך אפ אינעם סיסטעם (זייער אסאך פארשידענארטיגע פראבלעמען) אבער רוב עולם האלט אז:
1) מ'דארף אזוי טון, ווייל ס'איז די ריכטיגע וועג.

2) אינדרויסן איז פיל ערגער (אזוי מוח וואַשט מען זיי).

3) זיי כאפן אפילו נישט אז עפעס פעלט זיי.

---

ווען איך בין געווען יונג האב איך געמיינט אז אין 2022 וועט שוין נישט זיין קיין מוסלעמענע טעראריסטן, למעשה, איראן איז געבליבן איראן, די מיטל מזרח איז ווייטער בלוטיג, (איך גלייך נישט צו איינס צום צווייטן חלילה.)

די איינצוגע וועג איז אויב עפעס געשעהט, ווי למשל א וועלט מלחמה חלילה. ניין, קואוויד איז נישט גענוג שטארק עפעס צ אפעקטירן, זייער אסאך האבן געהאלטן אז קואוויד וועט אויפשאקלען די געמיינדע, למעשה גארנישט.
נישט גארנישט , די יסודות פון אונזער פעלזן פעסטע גלויבן אינעם סיסטעם איז ערנסט צעשאקלט געווארן, ווארט צו זען ווי אזוי די קאראנע קינדער וואקסן אויף .
Don’t ask unless you want to hear the answer.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פרנס החודש האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט ששת הימים?
פרנס החודש: יא. אט דאס. ס'הייסט? די ששת ימי אפילה וואס די ציונים האבן אנגעווערטשאפט. התגרות באומות. אויפ'ן געמיינסטן אופן. מיט די פרידליכע עגיפטער. מיט זייער געעהרטן פרעזידענט גאמאל (מלשון גמל) אבדול נאסער. און דער סירישער פרעזידענט, אסאד. זיי זענען ארויס אין א שטארקע מלחמה אקעגן 2 אדער 3 פרידליכע לענדער. און זיי האבן נאך מוסיף געווען חטא על פשע. און איינגענימען דעם..."כותל"... און אנדערע ..."מקומות הקדושים"... אזוי ווי ...קבר רחל"...וואס א יעדער בר דעת ווייסט אז דארט ליגט באגראבן א פארהייליגטער אראבישער שעיך. האבן די ציונים אויסגעטראכט אז דארט ליגט עפעס א פרוי רחל." און זייער אזוי גערופענער ..."כותל"... די חשוב'ע יונעסק"א ארגאניזאציע זאגט אליין אז דאס איז אראבישער אייגנטום וואס די ציונים האבן צוגערויבט פון די פרידליכע אראבערס. פרעגטס הרב קאפלאן. ער וועט אייך דערציילן ווי פרידליך די אראבערס זענען. ווי גוט די אידישע שכנים האבן געלעבט מיט זיי (זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים.) די אראבישע פרויען (גוי'טעס) האבן געבעיביסיט די אידישע קינדער. אויך האבן זיי געלאזט די אידישע שכנים אויפהענגען די וועש אויף זייער שטריק. און די ציונים שר"י עפ"ל ימ"ש זענען געקומען און זיי האבן אלעס צושטערט. זיי האבן גורם געווען אז די פרידליכע אראבישע שכנים זאללן אויסשעכטן זייערע אידישע שכנים אין חברון אין שנת תרפ"ט (געדענקט, הרב קאפלאן?)

אויב האביך אנגערירט א נערוו ביי עמיצן, קען ער געבן א דיסלייק. איך וועל עס אננעמען בתשואות חן.

לענין פון די פתיחת האשכול: דער עתיד פון היימישן אידנטום זעהט אויס בעז"ה שטארק און גוט. די הונדערטער און טויזנטער בני הישיבות וועללן ווערן ערליכע בעלי בתים. און מגידי שיעור און ראשי ישיבות און דיינים. און ס'וועללן (אי"ה ) אויפקומען צענדליגער ישיבות און אנדערע מוסדות התורה והחינוך. און דאס אידישקייט וועט שטארק בליען, בעז"ה.
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

שמעתי בשם ר' עזריאל טויבער ז"ל, אידישקייט היינט וואקסט אין די לענג און אין די ברייט, פיל מער ווי אמאל; אבער נישט אזוי טיף ווי אמאל. ודפח"ח.

אמת, מען לערנט, ס'דא מוסדות, ס'דא כוללים, און ס'דא אסאך ערליכע אידן. אבער מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן אז דאס איז אלעס אויבערפלעכליך, נישט טיף! איך רעספעקטיר גאר שטארק אלע אימפראוומענטס אין אידישקייט די לעצטערע יארן, ווי לימוד הדף אין א געוואלד קהלות, אדער דרשו, אדער צב"ש אבות ובנים, די גאנצע אווערנעס בעניני חינוך, וכו' וכו'... אבער לאמיר זיך נישט נארן, די וועלט, און בעיקר די יונגווארג, טראסקעט טיף ליידער, נישטא די אמאליגע שטארקע אמונה, (וויפיל קינדער וואלטן היינט אריינגעטאנצן אין פייער על קידוש ה'?), אפגערעדט פון די אמונה אין סיסטעם, דאס איז מער ווייניגער א פארגאנגענהייט, כאטש מאנכע שפילן נאך פונדרויסן כאילו, איינער גלייבט נאך אין רבי'ס? אלעס פאליטיק....

איך האב נישט קיין רוח הקודש, איך ווייס נישט וואס גייט זיין די קומענדיגע יארן, אבער די וועג ווי אזוי עס גייט יעצט, זיכער נישט. צווישן בחורים וואס זוכן ישיבות יעדע זמן און א לא נתקבל איז ליידער א נארמאלע אינטעגראלע חלק פון לעבן, אפגעפארענע קינדער און בחורים, אווערדאוזד און סועסייד, מענטל אישוס, די שידוכים קריזיס, די צאל גיטין וואס ווערן נתרבה, די מחלוקת'ן, די קארופציע ביי בתי דין, ביז די מגושמ'דיגע און באקוועמע לעבנס שטייגער, און לעצטנס די מאנגל אין מחנכים סיי ביי מענער און סיי ביי די נשים, די מאס חוצפה ביי די יונגווארג, דאס גייט אויסקלאפן זייער שווער איין וועג אדער א צווייטע; אבער פארבלייבן אזוי איז אוממעגליך.
וירח ה' את ריח הניחוח
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

שמעקעדיג האט באקומען די חוש הריח. וואו!

ווען איינער גיט מיר ווען די תגובה און פרעגט מיר ווער איז דאס וואלט איך מן הסתם צווישען הונדרעט אנדערע ניקין נישט געוויסט אז דאס איז דיר. שמעקעדיג איז געהעקט? גיט א סימן אז די ביסט נישט און danger
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
באניצער אוואטאר
שמעון וואלף
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3547
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 14, 2014 1:33 pm
געפינט זיך: אין דרום
האט שוין געלייקט: 5476 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3921 מאל

שליחה דורך שמעון וואלף »

berlbalaguleh האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט ששת הימים?
פרנס החודש: יא. אט דאס. ס'הייסט? די ששת ימי אפילה וואס די ציונים האבן אנגעווערטשאפט. התגרות באומות. אויפ'ן געמיינסטן אופן. מיט די פרידליכע עגיפטער. מיט זייער געעהרטן פרעזידענט גאמאל (מלשון גמל) אבדול נאסער. און דער סירישער פרעזידענט, אסאד. זיי זענען ארויס אין א שטארקע מלחמה אקעגן 2 אדער 3 פרידליכע לענדער. און זיי האבן נאך מוסיף געווען חטא על פשע. און איינגענימען דעם..."כותל"... און אנדערע ..."מקומות הקדושים"... אזוי ווי ...קבר רחל"...וואס א יעדער בר דעת ווייסט אז דארט ליגט באגראבן א פארהייליגטער אראבישער שעיך. האבן די ציונים אויסגעטראכט אז דארט ליגט עפעס א פרוי רחל." און זייער אזוי גערופענער ..."כותל"... די חשוב'ע יונעסק"א ארגאניזאציע זאגט אליין אז דאס איז אראבישער אייגנטום וואס די ציונים האבן צוגערויבט פון די פרידליכע אראבערס. פרעגטס הרב קאפלאן. ער וועט אייך דערציילן ווי פרידליך די אראבערס זענען. ווי גוט די אידישע שכנים האבן געלעבט מיט זיי (זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים.) די אראבישע פרויען (גוי'טעס) האבן געבעיביסיט די אידישע קינדער. אויך האבן זיי געלאזט די אידישע שכנים אויפהענגען די וועש אויף זייער שטריק. און די ציונים שר"י עפ"ל ימ"ש זענען געקומען און זיי האבן אלעס צושטערט. זיי האבן גורם געווען אז די פרידליכע אראבישע שכנים זאללן אויסשעכטן זייערע אידישע שכנים אין חברון אין שנת תרפ"ט (געדענקט, הרב קאפלאן?)

אויב האביך אנגערירט א נערוו ביי עמיצן, קען ער געבן א דיסלייק. איך וועל עס אננעמען בתשואות חן.
אזויווי די הנהלה האט נאכנישט צוגעשטעלט א דיסלייק קנעפל, האב איך דיך געלייקט און דערנאך פארמעקט
יאסל ראקאווער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 635
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 15, 2013 2:30 pm
האט שוין געלייקט: 320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1444 מאל

שליחה דורך יאסל ראקאווער »

berlbalaguleh האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט ששת הימים?
פרנס החודש: יא. אט דאס. ס'הייסט? די ששת ימי אפילה וואס די ציונים האבן אנגעווערטשאפט. התגרות באומות. אויפ'ן געמיינסטן אופן. מיט די פרידליכע עגיפטער. מיט זייער געעהרטן פרעזידענט גאמאל (מלשון גמל) אבדול נאסער. און דער סירישער פרעזידענט, אסאד. זיי זענען ארויס אין א שטארקע מלחמה אקעגן 2 אדער 3 פרידליכע לענדער. און זיי האבן נאך מוסיף געווען חטא על פשע. און איינגענימען דעם..."כותל"... און אנדערע ..."מקומות הקדושים"... אזוי ווי ...קבר רחל"...וואס א יעדער בר דעת ווייסט אז דארט ליגט באגראבן א פארהייליגטער אראבישער שעיך. האבן די ציונים אויסגעטראכט אז דארט ליגט עפעס א פרוי רחל." און זייער אזוי גערופענער ..."כותל"... די חשוב'ע יונעסק"א ארגאניזאציע זאגט אליין אז דאס איז אראבישער אייגנטום וואס די ציונים האבן צוגערויבט פון די פרידליכע אראבערס. פרעגטס הרב קאפלאן. ער וועט אייך דערציילן ווי פרידליך די אראבערס זענען. ווי גוט די אידישע שכנים האבן געלעבט מיט זיי (זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים.) די אראבישע פרויען (גוי'טעס) האבן געבעיביסיט די אידישע קינדער. אויך האבן זיי געלאזט די אידישע שכנים אויפהענגען די וועש אויף זייער שטריק. און די ציונים שר"י עפ"ל ימ"ש זענען געקומען און זיי האבן אלעס צושטערט. זיי האבן גורם געווען אז די פרידליכע אראבישע שכנים זאללן אויסשעכטן זייערע אידישע שכנים אין חברון אין שנת תרפ"ט (געדענקט, הרב קאפלאן?)

אויב האביך אנגערירט א נערוו ביי עמיצן, קען ער געבן א דיסלייק. איך וועל עס אננעמען בתשואות חן.
בערל, די פרידליכע אראבער וואלט געהאט די געווער אונז צו defenden קעגן סאדאם האסיין אויב וואלט ער געליינט מיין קאמף פון היטלער (אדער צו סאך קאראן על פי דרך הפשט)? וואלט די אראבישע גויטעס געשיקט זייער קינדער אונז protecten פון אכמעדיניזשאד? פארוואס מיינסטו אז ס'וואלט געבליבן א גן עדן?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!

פארטייטש מיך נישט, און ליין נישט צווישען די שורות
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

שמעקעדיג האט געשריבן:שמעתי בשם ר' עזריאל טויבער ז"ל, אידישקייט היינט וואקסט אין די לענג און אין די ברייט, פיל מער ווי אמאל; אבער נישט אזוי טיף ווי אמאל. ודפח"ח.

אמת, מען לערנט, ס'דא מוסדות, ס'דא כוללים, און ס'דא אסאך ערליכע אידן. אבער מען דארף זיין בלינד נישט צו זעהן אז דאס איז אלעס אויבערפלעכליך, נישט טיף! איך רעספעקטיר גאר שטארק אלע אימפראוומענטס אין אידישקייט די לעצטערע יארן, ווי לימוד הדף אין א געוואלד קהלות, אדער דרשו, אדער צב"ש אבות ובנים, די גאנצע אווערנעס בעניני חינוך, וכו' וכו'... אבער לאמיר זיך נישט נארן, די וועלט, און בעיקר די יונגווארג, טראסקעט טיף ליידער, נישטא די אמאליגע שטארקע אמונה, (וויפיל קינדער וואלטן היינט אריינגעטאנצן אין פייער על קידוש ה'?), אפגערעדט פון די אמונה אין סיסטעם, דאס איז מער ווייניגער א פארגאנגענהייט, כאטש מאנכע שפילן נאך פונדרויסן כאילו, איינער גלייבט נאך אין רבי'ס? אלעס פאליטיק....

איך האב נישט קיין רוח הקודש, איך ווייס נישט וואס גייט זיין די קומענדיגע יארן, אבער די וועג ווי אזוי עס גייט יעצט, זיכער נישט. צווישן בחורים וואס זוכן ישיבות יעדע זמן און א לא נתקבל איז ליידער א נארמאלע חלק פון לעבן, אפגעפארענע קינדער און בחורים, אווערדאוזד און סועסייד, מענטל אישוס, די שידוכים קריזיס, די צאל גיטין וואס ווערן נתרבה, ביז די מגושמ'דיגע און באקוועמע לעבנס שטייגער, און לעצטנס די מאנגל אין מחנכים סיי ביי מענער און סיי ביי די נשים, די מאס חוצפה ביי די יונגווארג, דאס גייט אויסקלאפן זייער שווער איין וועג אדער א צווייטע; אבער פארבלייבן אזוי איז אוממעגליך.
ס'איז אלעס אמת וואס דו זאגסט, אבער ס'איז א גאר קליינע פראצענט, רובא דרובא חסידישע משפחות אין
וויליאמסבורג
בארא פארק
קרית יואל
מאנסי
לעיקוואד
פארט א סיסטעם ווי קיינמאל בעפאר, ס'איז פון איין זייט אכשר דרא אויף א פארנעם וואס איז נישט געווען פאר הונדערטער אדער טויזענטער יארן, און פון די אנדערע זייט איז פונקט אזוי דא קאפויער, גאר טיף שוואך אבער ס'איז א קליינע פראצענט קעגן די שטארקע פראצענט.

דעס אז טאג טעגליך איז דא טויזענטער אינגעלייט און פרויען אן טעקסט מעססעזשעס, באמת אפגעזונדערט פון די וועלט, איז עפעס א תמימות וואס איז אמאל נישט געווען, פון די אנדערע זייט זיצן ראשי קהילה ביין אויבענאן ביי די גרעסטע רבי'ס וואס קנאקען אשת איש אן קיין רחמנות און זיי באקומען כבוד מלכים, דאס איז אמאל נישט געווען, און אז צענדליגע אדער הונדערטע באקאנטע חברה מיט געלט קענען קנאקען אשת איש אן קיין סוד אפילו פאר די ארומיגע, און מיט דעם אלעם קענען זיי האבן קינדער אין די מוסדות אפילו זיי פירן גאר שוואכע שטיבער איז אויך אמאל נישט געווען.
בְּתוֹךְ עַמִּי
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 671
זיך רעגיסטרירט: זונטאג מאי 16, 2021 11:45 am
האט שוין געלייקט: 388 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 869 מאל

שליחה דורך בְּתוֹךְ עַמִּי »

וואס און פארוואס זאל/דארף ׳איך׳ שאצן?

אונז זעמיר איצטער די ווירקליכקייט פון דאס וואס תנאים אמוראים וגם קדושי עליון פון די נישט ווייטע פארגאנגענהייט האבן נישט נאר געשאצט נאר מנבא געווען...

איצטער האפמיר אויף ביאת המשיח בקרוב ממש במהרה בימינו.
טייערע חברים. אונז אלע האמיר שוין גענוג געליטן! קשיות. ספיקות. קוועטשענישן. פחדים.
לאמיר פארברענגען לייוו איבער א גלעזל טיי און ארויסגיין מצרה לרוחה, מאפילה לאורה ומשעבוד לגאולה :)

פאר מער אינפארמאציע שיק מיר אן אימעיל: teauvent@gmail.com
באניצער אוואטאר
פרנס החודש
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 699
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 13, 2021 7:50 am
האט שוין געלייקט: 3763 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 925 מאל

שליחה דורך פרנס החודש »

בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:וואס און פארוואס זאל/דארף ׳איך׳ שאצן?

אונז זעמיר איצטער די ווירקליכקייט פון דאס וואס תנאים אמוראים וגם קדושי עליון פון די נישט ווייטע פארגאנגענהייט האבן נישט נאר געשאצט נאר מנבא געווען...

איצטער האפמיר אויף ביאת המשיח בקרוב ממש במהרה בימינו.
די וועג ווי דער חרדישער ציבור פירט זיך, העלפט נישט דווקא אויף צואיילן משיח, איך האב מורא אז דו וועסט נאך דארפן ווארטן היבש לאנג……
Don’t ask unless you want to hear the answer.
שמן למאור
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3266
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג נאוועמבער 15, 2021 6:21 pm
געפינט זיך: וואו די כהן גדול גייט אליין...
האט שוין געלייקט: 3320 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 9066 מאל

שליחה דורך שמן למאור »

moneyminded האט געשריבן: פון די אנדערע זייט זיצן ראשי קהילה ביין אויבענאן ביי די גרעסטע רבי'ס וואס קנאקען אשת איש אן קיין רחמנות און זיי באקומען כבוד מלכים, דאס איז אמאל נישט געווען, און אז צענדליגע אדער הונדערטע באקאנטע חברה מיט געלט קענען קנאקען אשת איש אן קיין סוד אפילו פאר די ארומיגע, און מיט דעם אלעם קענען זיי האבן קינדער אין די מוסדות אפילו זיי פירן גאר שוואכע שטיבער איז אויך אמאל נישט געווען.
פארוואס זאגסטו אז דאס איז אמאל נישט געווען?
אפשר גלייך נאכן מלחמה נישט, ווייל די חברה זענען אלע פריי געווארן און נאר די גאר תמימות'דיגע זענען געבליבן ערליך,
אבער פארן קריג איז געווען פינקט אזוי, די אמאליגע ראשי קהילה האבן זיך נאך געקענט פארמעסטן מיט אונזערע היינטיגע עסקנים און ראשי קהילה,
אויב עפעס איז היינט נישטא אזא גרויסע אמעראצעס ווי אמאל

און אגב, היינט קנאקן נישט קיין הונדרעטע באקאנטע חברה אשת איש אהן קיין סוד, איך ווייס נישט אויף וועליכע פלאנעט די לעבסט
חוץ אויב די ריפסט אהן אשת איש זייערע אייגענע ווייבער...
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד

I can explain it to you but I can't understand it for you
Edward I. Koch-

אלע מיינע קאווע שטיבל ארטיקלען!!!
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

פרנס החודש האט געשריבן: די וועג ווי דער חרדישער ציבור פירט זיך, העלפט נישט דווקא אויף צואיילן משיח, איך האב מורא אז דו וועסט נאך דארפן ווארטן היבש לאנג……
חס ושלום, ביאת המשיח איז נישט תלוי נאר אין אונזער התנהגות, ער קען קומען אין א דור שכולו חייב אויך... אדרבה, די אלע סימנים האבן שוין חז"ל פארגעשריבן, בפרט די חוצפה יסגי והאמת נעדרת, אלענפאלס זענען מיר מחוייב צו גלייבן בכל יום שיבא, אפגעזען פון דעם מצב פון כלל ישראל.
וירח ה' את ריח הניחוח
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

שמעון וואלף האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
פרנס החודש האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט ששת הימים?
פרנס החודש: יא. אט דאס. ס'הייסט? די ששת ימי אפילה וואס די ציונים האבן אנגעווערטשאפט. התגרות באומות. אויפ'ן געמיינסטן אופן. מיט די פרידליכע עגיפטער. מיט זייער געעהרטן פרעזידענט גאמאל (מלשון גמל) אבדול נאסער. און דער סירישער פרעזידענט, אסאד. זיי זענען ארויס אין א שטארקע מלחמה אקעגן 2 אדער 3 פרידליכע לענדער. און זיי האבן נאך מוסיף געווען חטא על פשע. און איינגענימען דעם..."כותל"... און אנדערע ..."מקומות הקדושים"... אזוי ווי ...קבר רחל"...וואס א יעדער בר דעת ווייסט אז דארט ליגט באגראבן א פארהייליגטער אראבישער שעיך. האבן די ציונים אויסגעטראכט אז דארט ליגט עפעס א פרוי רחל." און זייער אזוי גערופענער ..."כותל"... די חשוב'ע יונעסק"א ארגאניזאציע זאגט אליין אז דאס איז אראבישער אייגנטום וואס די ציונים האבן צוגערויבט פון די פרידליכע אראבערס. פרעגטס הרב קאפלאן. ער וועט אייך דערציילן ווי פרידליך די אראבערס זענען. ווי גוט די אידישע שכנים האבן געלעבט מיט זיי (זכרנו את הדגה אשר נאכל במצרים.) די אראבישע פרויען (גוי'טעס) האבן געבעיביסיט די אידישע קינדער. אויך האבן זיי געלאזט די אידישע שכנים אויפהענגען די וועש אויף זייער שטריק. און די ציונים שר"י עפ"ל ימ"ש זענען געקומען און זיי האבן אלעס צושטערט. זיי האבן גורם געווען אז די פרידליכע אראבישע שכנים זאללן אויסשעכטן זייערע אידישע שכנים אין חברון אין שנת תרפ"ט (געדענקט, הרב קאפלאן?)

אויב האביך אנגערירט א נערוו ביי עמיצן, קען ער געבן א דיסלייק. איך וועל עס אננעמען בתשואות חן.
אזויווי די הנהלה האט נאכנישט צוגעשטעלט א דיסלייק קנעפל, האב איך דיך געלייקט און דערנאך פארמעקט
שמעון וואלף: איך האב דיר געגעבן א לייק און איך האב עס נישט פארמעקט. דו מאכסט מיר געפערליך שטארק לאכן מיט דעים סטעיטמענט אז דו האסט מיר געגעבן א לייק און נאכדעים האסטו עס פארמעקט. ס'איז אבער נישט ניכר. דאס דערמאנט מיך די קאמעדישע קאמענט פון איינעם פון אונזערע בארימטע היימישע שפילערס. פעלדמאן אדער אבראמאוויטש.ווען זיין שותף פרעגט איהם וויאזוי האסטו געקענט באהאלטן אז דו ביסט א איד. דו גייסט דאך מיט א ברייטן (געלן) טלית קטן. יא אבער ס'איז פסול'ע ציצית...!

דרך אגב. ס'איז יא דא א דיסלייק (אייקאן/סמיילי) קוק אויף די ליסט פון די סמייליס.
פאלגזאם
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 135
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך אפריל 06, 2022 5:41 pm
האט שוין געלייקט: 71 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 65 מאל

שליחה דורך פאלגזאם »

איך גיי נישט שאצן ווייל איך בין נישט אזוי קיל.
ווען מען לייגט אריין, נעמט עס מער ווי די לבנה.
moneyminded
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 476
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג אפריל 17, 2012 7:56 pm
האט שוין געלייקט: 546 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 158 מאל

שליחה דורך moneyminded »

עצי שטים האט געשריבן:און אגב, היינט קנאקן נישט קיין הונדרעטע באקאנטע חברה אשת איש אהן קיין סוד, איך ווייס נישט אויף וועליכע פלאנעט די לעבסט
חוץ אויב דו ריפסט אהן אשת איש זייערע אייגענע ווייבער...
אין בארא פארק איז א שם דבר פון יעדע שטיקל נגיד וואס גייט מיט אנדערע, געווארן אזא סטייל לעיטלי.
פארשפארט