מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס

ווערטלעך, הומאר, און סתם קאפ פארדרייענישן
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס

שליחה דורך אישתישבי »

https://www.bhol.co.il/news/1140119?utm ... robot&s=09

א מעשה אז א קינד האט נישט געקענט איין שלאפן, און מען האט געטראפן אז די מזוזה איז פסול, עס איז געשטאנען ובשכבך ובשכבך, נישט ובשכבך ובקומך.

איז די קשיא וואלט זי דאך געברויכט שלאפן בעסער און האבן אצ פראבלעם מיט אויפשטיין אין צייט?

בילד
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

די מעשה מאכט מער סענס ווי די טעות פון די מזוזה שרייבער. און דער איבערקוקער.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב נעכטן (דינסטאג) אינדערפריה געהאט אן אינטרעסאנטע מעשה. איך לייג אריין דעם שליסל אין די איגנישן פון מיין באס. און ס'סטארט נישט. האביך גערופן חברים. ווען דער מעמבער איז ארויסגעקומען (אן עלטערער איד, זז"ג) זאגט ער צו מיר אז איך זאלל זאגן..."בזכות ר' ישעיה בר' משה"... און די באס וועט סטארטן. ער האטציך ממש געבעטן ביי מיר. איך האב געזאגט... אבער די באס האט נאכאלץ נישט געסטארט...! רבותיי לאכטץ נישט. די מעשה גייט נאך ווייטער. איך האב גערופן א מעקעניק. ער האט מיר געטוישט די (3) גרויסע, טראק בעטעריס און די באס האט ב"ה געסטארט.

איך בין געווען אזוי שטארק צוטראגן (א סאך מיטגעמאכט ביז חברים זענען געקומען. און נאכדעם דער מעקעניק). אז ביים סוף טאג האביך פארגעסן די העדלייטס פון באס ברענען. ווען איך בין געקומען היינט אינדערפריה און כ'האב געזעהן די העדלייטס אנגעצינדן (ס'האט געברענט א גאנצע נאכט), האביך מתפלל געווען אז די באס זאלל (נאך) סטארטן.

והך קאווע. איך לייג אריין די שליסל אין די איגנישן, און די באס האט ב"ה געסטארט

א לעקציע צו לערנען פון דעם. אז דער זכות פון א צדיק העלפט אייביג. אמאל שוין אויף די מינוט. אמאל אויף שפעטער. בטוח שאין תפילתו וזכותו של צדיק חוזרת ריקם...
ווייל עפ"י דרך הטבע וואלט מיין באס היינט נישט געדארפט צו סטארטן...! זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן...!...!
באניצער אוואטאר
פאליטיקאנט
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1413
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג יאנואר 19, 2018 4:53 pm
געפינט זיך: אין דמיון
האט שוין געלייקט: 765 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס

שליחה דורך פאליטיקאנט »

אפשר נייע באטעריס האלטן עס אויס לענגער[emoji848]
גרעפיקסער
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 95
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אוגוסט 09, 2020 7:02 pm
האט שוין געלייקט: 18 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 42 מאל

שליחה דורך גרעפיקסער »

אישתישבי האט געשריבן:https://www.bhol.co.il/news/1140119?utm_source=twitter&utm_medium=robot&s=09

א מעשה אז א קינד האט נישט געקענט איין שלאפן, און מען האט געטראפן אז די מזוזה איז פסול, עס איז געשטאנען ובשכבך ובשכבך, נישט ובשכבך ובקומך.

איז די קשיא וואלט זי דאך געברויכט שלאפן בעסער און האבן אצ פראבלעם מיט אויפשטיין אין צייט?


ס׳זייער שרעקעדיג צו גיין שלאפן ווען ס׳נישט זיכער אז מ׳גייט אויפשטיין......
אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »

דאס איז א שיינער תירוץ.
על דרך וואס דער רמ"א זאגט אויף דער מחבר יתגבר כארי זאגט דער רמ"א ובשכבו ידע לפני מי הוא שוכב. ווייל מען קען נישט גיין שלאפן ווי א סוס און אויפשטיין ווי א לייב. ממילא אויב פעלט אין דער ובקומך, איז א ראי' אז עס פעלט אין ובשכבך.
אבער דאך איז שווער, א קליין מיידל קען נישט די אלע חשבונות...
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
cictim
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 385
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג מאי 14, 2015 3:13 pm
האט שוין געלייקט: 9 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 254 מאל

שליחה דורך cictim »

אישתישבי
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3541
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
האט שוין געלייקט: 121 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל

שליחה דורך אישתישבי »



א שאד מען האט נישט געטראפען דער פסול דריי וואכן פריער.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אישתישבי האט געשריבן:א מעשה אז א קינד האט נישט געקענט איין שלאפן, און מען האט געטראפן אז די מזוזה איז פסול, עס איז געשטאנען ובשכבך ובשכבך, נישט ובשכבך ובקומך.

איז די קשיא וואלט זי דאך געברויכט שלאפן בעסער און האבן אצ פראבלעם מיט אויפשטיין אין צייט?


א קשיא אויף א מעשה.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
הקטן
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 3315
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 15, 2012 7:30 pm
האט שוין געלייקט: 2006 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1413 מאל

שליחה דורך הקטן »

אישתישבי האט געשריבן:א מעשה אז א קינד האט נישט געקענט איין שלאפן, און מען האט געטראפן אז די מזוזה איז פסול, עס איז געשטאנען ובשכבך ובשכבך, נישט ובשכבך ובקומך.

איז די קשיא וואלט זי דאך געברויכט שלאפן בעסער און האבן אצ פראבלעם מיט אויפשטיין אין צייט?


וואו אזוי דען וואלט געדארפט שטיין אז דאס שלאפן איז אים געגאנגען שלאפן???
I want atheism to be true and am made uneasy by the fact that some of the most intelligent and well-informed people I know are religious believers

Thomas Nagel
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאליטיקאנט האט געשריבן:אפשר נייע באטעריס האלטן עס אויס לענגער[emoji848]

פאליטיקאנט: כאטש די (3) זענען גרויסע בעטעריס. אבער אז אלע העדלייטס און אונטערשטע לייטס זאללן ברענען א גאנצע נאכט, איז (כמעט) נישט מעגליך עפ"י דרך הטבע...! בזכות ר' ישעי' בר' משה...!
תוהו ובוהו
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 551
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 01, 2020 8:08 pm
האט שוין געלייקט: 725 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2126 מאל

Re: מעשיות וואס מאכען נישט קיין סענס

שליחה דורך תוהו ובוהו »

אישתישבי האט געשריבן:https://www.bhol.co.il/news/1140119?utm_source=twitter&utm_medium=robot&s=09

א מעשה אז א קינד האט נישט געקענט איין שלאפן, און מען האט געטראפן אז די מזוזה איז פסול, עס איז געשטאנען ובשכבך ובשכבך, נישט ובשכבך ובקומך.

איז די קשיא וואלט זי דאך געברויכט שלאפן בעסער און האבן אצ פראבלעם מיט אויפשטיין אין צייט

אין ריבוי אחר ריבוי אלא למעט
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

אישתישבי האט געשריבן: א מעשה אז א קינד האט נישט געקענט איין שלאפן, און מען האט געטראפן אז די מזוזה איז פסול, עס איז געשטאנען ובשכבך ובשכבך, נישט ובשכבך ובקומך.

איז די קשיא וואלט זי דאך געברויכט שלאפן בעסער און האבן א פראבלעם מיט אויפשטיין אין צייט?
דאס איז כמעט אזא גוטע מעשה ווי די מעשה מיט דער איד וועליכע פלעגט שכור ווערען איעדען טאג. און עס האט גארנישט געהאלפען אזוי ווי ער פלעגט אויפשטיין אינדערפרי פלעגט ער שכור'ן אן אויפהער.

האט מען בודק געוועהן די מזוזות און געטראפען אז ביי למען תזכרו איז געשטאנען למען תשכרו.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

נ.ב. פאר די וועליכע ווייסען (נאך) נישט... אין מזוזות שטייט נישט די פרשה פון ציצית
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 1 אום פאלאצ'ינטא, רעדאגירט געווארן איין מאל בסך הכל.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

.
אוי באשעפער! טאטע זיסע! עד מתי?

צו זיין נארמאל... דארף מען זיין גוט משוגע!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

פאלאצ'ינטא האט געשריבן:דאס איז כמעט אזא גוטע מעשה ווי די מעשה מיט דער איד וועליכע פלעגט שכור ווערען איעדען טאג. און עס האט גארנישט געהאלפען אזוי ווי ער פלעגט אויפשטיין אינדערפרי פלעגט ער שכור'ן אן אויפהער.

האט מען בודק געוועהן די מזוזות און געטראפען אז ביי למען תזכרו איז געשטאנען למען תשכרו
אויף אלע אידן געזאגט אזא פראבלעים. איך לויף שוין בודק זיין די מזוזות אין מיין הויז...!
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

ווען מ'פינטלט מיט א שין שמאלית וואלט ער דאך געדארפט פארדינען א סאך געלט.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

איך האב שוין פארציילט די מעשה: דער בארדיטשוב'ער רב דער קדושת לוי איז אמאל שבת אינדערפריה געגאנגען אין ביהמ"ד ווען ער האט באגעגנט א איד רייכערן א ציגארעטל. בארדיטשובער רב זאגט איהם גוט שבת. איהר האט זיכער פארגעסן אז היינט איז שבת. ענטפערט ער . ניין איך ווייס אז היינט איז שבת. זאגט דער בעל קדו"ל. איהר ווייסט זיכער נישט אז אום שב"ק טאר מען נישט רייכערן. זאגט ער. ניין. איך ווייס. דאך רייכער איך. זאגט דער קדו"ל. אפשר האט אייך דער דאקטער געזאגט אז ס'פעהלט אויס צו אייער געזינט צו רייכערן. זאגט ער. ניין. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'שאדט פאר מיין געזינט. איך רייכער ווייל איך וויל רייכערן. רופט זיך אן דער קדו"ל. רבוש"ע. קוק וואספארא אמת'דיג פאלק די אידן זענען . איך געב איהם א תירוץ אין מויל אריין. און ער וויל נישט זאגן קיין ליגנט..!

אט די מעשה איז שקר וכזב. ווייל ס'איז דאך באוואוסט אז דער קדושת לוי איז געווען א גרויסער מוכיח. ס'דא כמה מעשיות איבער דעים. וואס ווערט געברענגט אין ספר אליין. אויך איז ידוע אז אין זיין יוגנט (פאר בארדיטשוב) איז ער געווען רב אין די שטאט זעליחוב. און מ'האט איהם פארטריבן פון דארט ווייל ער האט זיי געזאגט צו פיהל מוסר.
באניצער אוואטאר
berlbalaguleh
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 20420
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 12:57 pm
האט שוין געלייקט: 25361 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 15512 מאל
קאנטאקט:

שליחה דורך berlbalaguleh »

אויך איז דא א (פאררוקטע) מעשה. עטס קענט מיך רופן אפיקורס ווייל איך גלייב נישט די מעשה. אז ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער האטציך משדך געווען מיט א פראסטן איד. ווייל ער האט געזעהן ביי איהם א מסירות נפש פאר פדיון שבויים. ער האט אויסגעצאלט א גרויסן סכום געלט אויסצולייזן א איד פון תפיסה. שוין. ווען ס'איז געקומען דער זמן החתונה. איז דער איד געקומען צו פארן מיט זיין טאכטער און די גאנצע משפחה קיין מעז'יבוז. אין טאג פון די חתונה. די כלה ווארט אז דער חתן זאלל שוין אריינקומען צו די חופה. אבער ער קומט נישט. די כלה האט אנגעהויבן וויינען (אז דער חתן פארשעמט איהר). מ'ווארט. נאך אלץ. דער חתן קומט נישט אריין. ארום 12 אזייגער ביינאכט קומט דער חתן פלוצלינג אריין. און מ'מאכט די חופה. ווען מ'האט געפרעגט ביי ר' ברוך פארוואס דער חתן איז נישט געקומען צו די חופה האט ער געענטפערט. אז אלע זיידעס זענען שוין געקומען צו די חופה. אבער דער זיידע דער בעש"ט איז נישט געקומען. מ'האט געווארט. און געווארט. אבער ער איז נישט געקומען. פלוצלינג. אום 12 ביינאכט איז ער אנגעקומען. דאמאלס האט מען געמאכט די חופה.

די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס. ווען איך בין דער טאטע פון די כלה זאג איך צו ר' ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער...איהר קענט יעצט גיין קושן א בער. איך פאר אהיים מיט מיין טאכטער. ס'איז אויס שידוך. צו טון אזא זאך איז נישט קיין נארמאלע אויפפיהרונג. איהר זאלט פארציילן די באבע מעשיות פאר א צווייטן...!
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

און אז ר' ר' וכו' מיילעך האט אפגעברענט זיין הענט אין ס'איז נישט פארברענט געווארען מאכט יא סענס?
אגב, א שיינע מעשה, עפעס א רבי (כ'געדעינק נישט ווער) האט געשאלטן א ליטוואק אז ער וועט נישט מוצא שנתו זיין, איז ער געגאגען לויפן צי זיין ראש ישיבה פרעגן צי ער דארף חייש זיין, האט ער גענטפערט אז ס'וןענד זיך וויפיל חסידים ער האט.
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
היסטאריע
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1428
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מערץ 01, 2021 4:58 pm
האט שוין געלייקט: 43 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1375 מאל

שליחה דורך היסטאריע »

די הענט פין רר"א זענען יא פארברענט געווארען. נאר ער האט נישט געקענט לייגן תפילין, האט ער באקומען נייע הענט.
בערל דער בעל עגלה'ס הסכמה אויף מיר דא

ווען אזא לאו-לייף (טאקע, אויך מיר א שריפטשעלטער) ווי דו (שאינו יודע להבחין בין..."דו" ל' "די"... קומען אויף מיין באס, ווארף איך זיי אראפ נאך איידער זיי האבן א טשענס צו טון זייערע מעשים תעתועים
באניצער אוואטאר
פאלאצ'ינטא
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 557
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 21, 2021 10:00 am
האט שוין געלייקט: 432 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1820 מאל

שליחה דורך פאלאצ'ינטא »

קהל'ס נער האט געשריבן:אגב, א שיינע מעשה, עפעס א רבי (כ'געדענק נישט ווער) האט געשאלטן א ליטוואק אז ער וועט נישט מוציא שנתו זיין, איז ער געגאגען לויפן צו זיין ראש ישיבה פרעגן צי ער דארף חייש זיין, האט ער גענטפערט אז ס'ווענדט זיך וויפיל חסידים ער האט.
איך האב געהערט די מעשה אביסעל אנדערש. אז זיין ראש ישיבה האט איהם געהייסן אז ער זאהל זיך שוין אריבער ציען צו א ווייטע שטאט. ווייל אויב ער גייט בלייבן לעבן וועלען יענע רעבעס חסידים איהם הרג'נען נאר אז די מעשה זאל שטימען.
עדיאל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 144
זיך רעגיסטרירט: זונטאג דעצעמבער 21, 2014 9:13 pm
האט שוין געלייקט: 68 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 593 מאל

שליחה דורך עדיאל »

berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב שוין פארציילט די מעשה: דער בארדיטשוב'ער רב דער קדושת לוי איז אמאל שבת אינדערפריה געגאנגען אין ביהמ"ד ווען ער האט באגעגנט א איד רייכערן א ציגארעטל. בארדיטשובער רב זאגט איהם גוט שבת. איהר האט זיכער פארגעסן אז היינט איז שבת. ענטפערט ער . ניין איך ווייס אז היינט איז שבת. זאגט דער בעל קדו"ל. איהר ווייסט זיכער נישט אז אום שב"ק טאר מען נישט רייכערן. זאגט ער. ניין. איך ווייס. דאך רייכער איך. זאגט דער קדו"ל. אפשר האט אייך דער דאקטער געזאגט אז ס'פעהלט אויס צו אייער געזינט צו רייכערן. זאגט ער. ניין. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'שאדט פאר מיין געזינט. איך רייכער ווייל איך וויל רייכערן. רופט זיך אן דער קדו"ל. רבוש"ע. קוק וואספארא אמת'דיג פאלק די אידן זענען . איך געב איהם א תירוץ אין מויל אריין. און ער וויל נישט זאגן קיין ליגנט..!

אט די מעשה איז שקר וכזב. ווייל ס'איז דאך באוואוסט אז דער קדושת לוי איז געווען א גרויסער מוכיח. ס'דא כמה מעשיות איבער דעים. וואס ווערט געברענגט אין ספר אליין. אויך איז ידוע אז אין זיין יוגנט (פאר בארדיטשוב) איז ער געווען רב אין די שטאט זעליחוב. און מ'האט איהם פארטריבן פון דארט ווייל ער האט זיי געזאגט צו פיהל מוסר.
פון זליחוב איז געגאנגען קיין פינסק, א שיינע אפגרעיד. מיינסט אפשר ער איז געפלויגן פון פינסק בשן ועין, אבער דאס צוליב די חרם אויף חסידות און א מעשה מיט א מסור.

אויב די דאקטאר האט געזאגט ס׳שאדט איז ער דאך א מקלקל. מילא נישט קיין קשיא וויל כשם שמצווה לומר דבר הנשמע וכו.
די מעשה גופא איז א שטיקל אנאכראניזם. אין רבי לוי יצחק׳ס צייטן זענען נאכנישט געווען אזוינע גראבע משכילים.
פארשפארט