איך האב נעכטן (דינסטאג) אינדערפריה געהאט אן אינטרעסאנטע מעשה. איך לייג אריין דעם שליסל אין די איגנישן פון מיין באס. און ס'סטארט נישט. האביך גערופן חברים. ווען דער מעמבער איז ארויסגעקומען (אן עלטערער איד, זז"ג) זאגט ער צו מיר אז איך זאלל זאגן..."בזכות ר' ישעיה בר' משה"... און די באס וועט סטארטן. ער האטציך ממש געבעטן ביי מיר. איך האב געזאגט... אבער די באס האט נאכאלץ נישט געסטארט...! רבותיי לאכטץ נישט. די מעשה גייט נאך ווייטער. איך האב גערופן א מעקעניק. ער האט מיר געטוישט די (3) גרויסע, טראק בעטעריס און די באס האט ב"ה געסטארט.
איך בין געווען אזוי שטארק צוטראגן (א סאך מיטגעמאכט ביז חברים זענען געקומען. און נאכדעם דער מעקעניק). אז ביים סוף טאג האביך פארגעסן די העדלייטס פון באס ברענען. ווען איך בין געקומען היינט אינדערפריה און כ'האב געזעהן די העדלייטס אנגעצינדן (ס'האט געברענט א גאנצע נאכט), האביך מתפלל געווען אז די באס זאלל (נאך) סטארטן.
והך קאווע. איך לייג אריין די שליסל אין די איגנישן, און די באס האט ב"ה געסטארט
א לעקציע צו לערנען פון דעם. אז דער זכות פון א צדיק העלפט אייביג. אמאל שוין אויף די מינוט. אמאל אויף שפעטער. בטוח שאין תפילתו וזכותו של צדיק חוזרת ריקם... ווייל עפ"י דרך הטבע וואלט מיין באס היינט נישט געדארפט צו סטארטן...! זכותו יגן עלינו ועל כל ישראל, אמן...!...!
איך האב שוין פארציילט די מעשה: דער בארדיטשוב'ער רב דער קדושת לוי איז אמאל שבת אינדערפריה געגאנגען אין ביהמ"ד ווען ער האט באגעגנט א איד רייכערן א ציגארעטל. בארדיטשובער רב זאגט איהם גוט שבת. איהר האט זיכער פארגעסן אז היינט איז שבת. ענטפערט ער . ניין איך ווייס אז היינט איז שבת. זאגט דער בעל קדו"ל. איהר ווייסט זיכער נישט אז אום שב"ק טאר מען נישט רייכערן. זאגט ער. ניין. איך ווייס. דאך רייכער איך. זאגט דער קדו"ל. אפשר האט אייך דער דאקטער געזאגט אז ס'פעהלט אויס צו אייער געזינט צו רייכערן. זאגט ער. ניין. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'שאדט פאר מיין געזינט. איך רייכער ווייל איך וויל רייכערן. רופט זיך אן דער קדו"ל. רבוש"ע. קוק וואספארא אמת'דיג פאלק די אידן זענען . איך געב איהם א תירוץ אין מויל אריין. און ער וויל נישט זאגן קיין ליגנט..!
אט די מעשה איז שקר וכזב. ווייל ס'איז דאך באוואוסט אז דער קדושת לוי איז געווען א גרויסער מוכיח. ס'דא כמה מעשיות איבער דעים. וואס ווערט געברענגט אין ספר אליין. אויך איז ידוע אז אין זיין יוגנט (פאר בארדיטשוב) איז ער געווען רב אין די שטאט זעליחוב. און מ'האט איהם פארטריבן פון דארט ווייל ער האט זיי געזאגט צו פיהל מוסר.
אויך איז דא א (פאררוקטע) מעשה. עטס קענט מיך רופן אפיקורס ווייל איך גלייב נישט די מעשה. אז ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער האטציך משדך געווען מיט א פראסטן איד. ווייל ער האט געזעהן ביי איהם א מסירות נפש פאר פדיון שבויים. ער האט אויסגעצאלט א גרויסן סכום געלט אויסצולייזן א איד פון תפיסה. שוין. ווען ס'איז געקומען דער זמן החתונה. איז דער איד געקומען צו פארן מיט זיין טאכטער און די גאנצע משפחה קיין מעז'יבוז. אין טאג פון די חתונה. די כלה ווארט אז דער חתן זאלל שוין אריינקומען צו די חופה. אבער ער קומט נישט. די כלה האט אנגעהויבן וויינען (אז דער חתן פארשעמט איהר). מ'ווארט. נאך אלץ. דער חתן קומט נישט אריין. ארום 12 אזייגער ביינאכט קומט דער חתן פלוצלינג אריין. און מ'מאכט די חופה. ווען מ'האט געפרעגט ביי ר' ברוך פארוואס דער חתן איז נישט געקומען צו די חופה האט ער געענטפערט. אז אלע זיידעס זענען שוין געקומען צו די חופה. אבער דער זיידע דער בעש"ט איז נישט געקומען. מ'האט געווארט. און געווארט. אבער ער איז נישט געקומען. פלוצלינג. אום 12 ביינאכט איז ער אנגעקומען. דאמאלס האט מען געמאכט די חופה.
די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס. ווען איך בין דער טאטע פון די כלה זאג איך צו ר' ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער...איהר קענט יעצט גיין קושן א בער. איך פאר אהיים מיט מיין טאכטער. ס'איז אויס שידוך. צו טון אזא זאך איז נישט קיין נארמאלע אויפפיהרונג. איהר זאלט פארציילן די באבע מעשיות פאר א צווייטן...!
קהל'ס נער האט געשריבן:אגב, א שיינע מעשה, עפעס א רבי (כ'געדענק נישט ווער) האט געשאלטן א ליטוואק אז ער וועט נישט מוציא שנתו זיין, איז ער געגאגען לויפן צו זיין ראש ישיבה פרעגן צי ער דארף חייש זיין, האט ער גענטפערט אז ס'ווענדט זיך וויפיל חסידים ער האט.
איך האב געהערט די מעשה אביסעל אנדערש. אז זיין ראש ישיבה האט איהם געהייסן אז ער זאהל זיך שוין אריבער ציען צו א ווייטע שטאט. ווייל אויב ער גייט בלייבן לעבן וועלען יענע רעבעס חסידים איהם הרג'נען נאר אז די מעשה זאל שטימען.
berlbalaguleh האט געשריבן:איך האב שוין פארציילט די מעשה: דער בארדיטשוב'ער רב דער קדושת לוי איז אמאל שבת אינדערפריה געגאנגען אין ביהמ"ד ווען ער האט באגעגנט א איד רייכערן א ציגארעטל. בארדיטשובער רב זאגט איהם גוט שבת. איהר האט זיכער פארגעסן אז היינט איז שבת. ענטפערט ער . ניין איך ווייס אז היינט איז שבת. זאגט דער בעל קדו"ל. איהר ווייסט זיכער נישט אז אום שב"ק טאר מען נישט רייכערן. זאגט ער. ניין. איך ווייס. דאך רייכער איך. זאגט דער קדו"ל. אפשר האט אייך דער דאקטער געזאגט אז ס'פעהלט אויס צו אייער געזינט צו רייכערן. זאגט ער. ניין. דער דאקטער האט מיר געזאגט אז ס'שאדט פאר מיין געזינט. איך רייכער ווייל איך וויל רייכערן. רופט זיך אן דער קדו"ל. רבוש"ע. קוק וואספארא אמת'דיג פאלק די אידן זענען . איך געב איהם א תירוץ אין מויל אריין. און ער וויל נישט זאגן קיין ליגנט..!
אט די מעשה איז שקר וכזב. ווייל ס'איז דאך באוואוסט אז דער קדושת לוי איז געווען א גרויסער מוכיח. ס'דא כמה מעשיות איבער דעים. וואס ווערט געברענגט אין ספר אליין. אויך איז ידוע אז אין זיין יוגנט (פאר בארדיטשוב) איז ער געווען רב אין די שטאט זעליחוב. און מ'האט איהם פארטריבן פון דארט ווייל ער האט זיי געזאגט צו פיהל מוסר.
פון זליחוב איז געגאנגען קיין פינסק, א שיינע אפגרעיד. מיינסט אפשר ער איז געפלויגן פון פינסק בשן ועין, אבער דאס צוליב די חרם אויף חסידות און א מעשה מיט א מסור.
אויב די דאקטאר האט געזאגט ס׳שאדט איז ער דאך א מקלקל. מילא נישט קיין קשיא וויל כשם שמצווה לומר דבר הנשמע וכו.
די מעשה גופא איז א שטיקל אנאכראניזם. אין רבי לוי יצחק׳ס צייטן זענען נאכנישט געווען אזוינע גראבע משכילים.