berlbalaguleh האט געשריבן:אויך איז דא א (פאררוקטע) מעשה. עטס קענט מיך רופן אפיקורס ווייל איך גלייב נישט די מעשה. אז ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער האטציך משדך געווען מיט א פראסטן איד. ווייל ער האט געזעהן ביי איהם א מסירות נפש פאר פדיון שבויים. ער האט אויסגעצאלט א גרויסן סכום געלט אויסצולייזן א איד פון תפיסה. שוין. ווען ס'איז געקומען דער זמן החתונה. איז דער איד געקומען צו פארן מיט זיין טאכטער און די גאנצע משפחה קיין מעז'יבוז. אין טאג פון די חתונה. די כלה ווארט אז דער חתן זאלל שוין אריינקומען צו די חופה. אבער ער קומט נישט. די כלה האט אנגעהויבן וויינען (אז דער חתן פארשעמט איהר). מ'ווארט. נאך אלץ. דער חתן קומט נישט אריין. ארום 12 אזייגער ביינאכט קומט דער חתן פלוצלינג אריין. און מ'מאכט די חופה. ווען מ'האט געפרעגט ביי ר' ברוך פארוואס דער חתן איז נישט געקומען צו די חופה האט ער געענטפערט. אז אלע זיידעס זענען שוין געקומען צו די חופה. אבער דער זיידע דער בעש"ט איז נישט געקומען. מ'האט געווארט. און געווארט. אבער ער איז נישט געקומען. פלוצלינג. אום 12 ביינאכט איז ער אנגעקומען. דאמאלס האט מען געמאכט די חופה.
די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס. ווען איך בין דער טאטע פון די כלה זאג איך צו ר' ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער...איהר קענט יעצט גיין קושן א בער. איך פאר אהיים מיט מיין טאכטער. ס'איז אויס שידוך. צו טון אזא זאך איז נישט קיין נארמאלע אויפפיהרונג. איהר זאלט פארציילן די באבע מעשיות פאר א צווייטן...!
רבי בערל. ווייל ס'מאכט נישט קיין סענס מיינט נישט אז ס'איז נישט געשען.
דער גערער מלחמת אחים מאכט אויך נישט קיין סענס - פונקט ווי פוטין להבדיל, מאכט נישט קיין סענס, מכמה טעמים! אבער ס'איז עכט געשען. ס'געשעט יעצט. ס'מאכט נישט קיין סענס אז גערע רבי האט אפילו חסידים. אדער אז אונז האב מיר מורא אים צו פארדאמען בפומבי. אבער ער האט יא חסידים און אונז ציטער מער. פארוואס האט ער מערדערישע חסידים? ווייל מיליאנען מענטשען ארום די וועלט זענען co-dependens! ס'איז א מחלה וואס פיסכאלאגען זענען זייער פאמיליער מיט. דער מחלה איז די foundation וואס אלע קאלט ליעדערס בויען זיך אויף. אן קיין codpendents איז נישט דא קיין **** קאלטס און ס'איז נישט דא להבדיל קיין בני ברק וויזניץ אדער גער אדער א קאלט וואס ב'גייט mass suicide. לכאורה אויך נישט סקווער וכו'.
אויב די האלטסט אז רבי ברוכעל איז געווען א קדוש וואס האט נישט ארויס געזאגט קיין ליגענט פון די מויל קען זיין אז זיין מחותן איז געווען א co-dependent.
אבער ער האט די בעל שם טוב זיכער נישט געזען יענע נאכט בהקיץ. נישט נאר ער האט אים נישט געזען לכאורה האט ער נישט פרובירט לצנות מאכן פון א איד וואס האט געטון אזוינע גרויסע מצוות פון פדיון שבויים און אים זאגן אז ער ווארט אויף די בעל שם טוב. פארשטייט זיך דאס assumed אז ער איז נישט א פארדארבענע אינגאטש געווען להבדיל ווי די פינטא רח"ל וואס זאגט פשוט און פראסט פאר זיינע gullible codependents אז ער האט רוח הקודש. (בדידי הוה עבדא, וואס ער האט פרובירט מיך צו זאגן אז ער זעעט עפעס סודות און ער קען מיר העלפן -פארשטייט זיך נאכדעם וואס זיינע codependent puppets האבן געארבעט אויף מיר א לאנגע צייט ווי הייליגע ער איז. פעך). אפשר האט ער געחלומט אז ער זעעט די בעל שם און ער האט געווארט די חלום זאל געשען און ער האט פאר די מחותן מרמז געווען אז ער האט געווארט צו שפירן אז די בעל שם איז מסכים.
נאר וואס דען, לאמיר נעמן א טריט צוריק. וואס הייסט אז רבי ברוך האט געגעבן זיין זון. איז עס געווען א פאסיגע שידוך נאר די אפהאלט איז געווען די פרעמדע ווילדע דיפערענץ צווישען א רבי און עפעס א פראסטאק. אדער באמת איז עס געווען א ווילדע שידוך ווי די חתן כלה זענען געווען פרעמד ווי דער איז צו מיר.. און מ'האט סתם פארכאפט זיין זון און אים פארצווייגט מיט א פראסטאק'ס טאכטער להבדיל וויאזוי מ'זעט היינט די רשעים די רבנים אסאך ווי די שידוך איז לויט די סטאטוס, נישט ווי ס'פאסיג פאר די קינדער.
האלט א רגע!. די מעשה פארציילסטו מיט אזא גלייכגילטיקייט אז מ'קען ברעכן. די מעסעדזש פון די מעשה איז אז באמת א צדיק 1. מעג 2. טאקע האט! - געמאכט סתם שידוכים לויט די מצוות פון די קינד'ס טאטע.
די תורה פארציילט אז ס'איז געווען מענטשן וואס פלעגן געבן זייער קינדער צו א עבודה זרה מולך. דאס הייסט ס'איז געווען מענטשען וואס האבן זיך געהאלטן אזא בעלים אויף זייער קינדער אז ער האט פארשטאנען ער האט א רעכט זיי מקריב צו זיין. די תורה פארדאמט עס. רבי ברוכעל האט די עבודה זרה געטון? ער האט געטיילט זיינע קינדער?
איז טאקע דאס געשען? אויב יא אפשר איז די חתן נאכנישט געווען גרייט צו זיין דער טאטע'ס וויקטים. אםם, האט ער סיי די חתן און סיי די מחותן פארדרייט א קאפ מיט א ליגענט אז די בעל שם טוב הייסט?
בקיצור, די מעשה קען זיין איז יא געשען. איך האף אז נישט. אויב יא איז דא אסאך וועגן עס צו פארענטפערן.
1. ער איז געווען schizophrenic
2. ער איז געווען א שרעקליכע manipulator
3. די קינדער זענען געווען צוויי חולה נפש און די מחותנים האבן זיך פארשטאנען אויפן ווינק
4. וכו' וכו'
וואס מאכט אבער זיכער נישט קיין סענס איז אז מ'פארציילט אזא מעשה גלייכגילטיק און 2022 אן טראכטען און sub consciously זאגט מען פאר די קינדער אז..
1. א טאטע מאכט חתונה זיין זון און די וועלט אריין איז אויקיי?
2. רבי ברוכעל האט ג'פינטאוד די אייגענע זון מיט די מחותן אז ער זעעט די בעל שם? וויי איז אונז אז ער איז פאררעכנט פאר א צדיק ביי אונז. ס'איז גארנישט דא זיך צו לערנען פון אים. פארקערט, לויפט ווי מ'לויפט פון פינטא.
3. די בעל שם האט זיך פארשפעטיגט כאילו. וואס ס'איז געווען טראפיק?
4. די בעל שם האט מצער געווען א כלה. רחמנה ליצלון.
5. וכו' וכו'
אפאר הערות.
קודם ווי יאסל זאגט, מאכט די מעשה זייער אסאך סענס, שטעל דיך פאר די גרויסע רבי ר' ברוך'ל (וואס איז געווען פון די גרעסטע רבי'ס בדורו) וואס יעדער האלט אז ער פליט אין די הימלען און טרעפט זיך מיט מלאכים יענע מינוט, איז זיך משדך מיט א פשוטע פויער,
נא וועגן די רבי האט זיך פארשלעפט, און נאכדערצו ווייל ער ווארט אויפן בעל שם טוב, ווער וואלט נישט געגלייבט? אפילו היינט וואלטן אסאך חסידים געגלייבט אזעלכע זאכן אויף זייערע רבי'ס, אודאי האט די פויערישע מחותן געגלייבט, האט ער דען געליינט קאווע שטיבל? זיכער וואלט ער נישט אנטלאפן וועגן דעם,
די מעשה מאכט אסאך סענס לדעתי, און מסתמא האט די זוהן זיינע טאקע געווען יענץ פויגל אזוי אז עס איז געווען ענבי הגפן בענבי הגפן, אזוי אז די שידוך איז בעצם געווען א גוטע מעטש,
איי פארוואס האט ער זיך פארזוימט? גוטע שאלה, אפשר האט ער געהאט מחשבת חרטה, און האט צום סוף געמוזט אויסטראכטן א מעשה וועגן די בעש"ט, נישט צו פארשעמען א כלה וכו', אדער אפשר גאר האט ער טאקע געווארט אויפן בעש"ט, אבער די עצם מעשה מאכט אסאך סענס.
אפילו די מעשה מיט די לימוד זכות מאכט אויך סענס,
יא ער איז געווען א שטארקע מוכיח, אבער צו גאט האט ער מלמד זכות געווען, קען זיין אז יענע איד האט ער טאקע אריינגעגעבן מנה אחת אפים, אבער פארן באשעפער האט ער געוויזן די מידת האמת.
בערל: קענסט עפענען א אשכול פון "מעשיות וואס געפעלט מיר נישט" אבער די מעשיות מאכן סענס,
-----
יעצט לאמיך גיין צו א צווייטע הייקעלע נושא,
קהל'ס נאר האט פריער געברענגט די מעשה פון ר"ר אלימלך וואס האט זיך פארברענט די האנט,
און יאסל ברענגט דא אז ער האט זיכער נישט געזען די בעש"ט,
און דא פארשטיי איך נישט, יא, מען איז נישט מחויב צו גלייבן יעדע מעשה, אבער צו דען דארף מען לייקענען "יעדע" מעשה?
דער פותח האשכול ברענגט א מאדנע מעשה אן קיין געהעריגע מקור, און די מעשה שטימט אפילו נישט, דארף מען נישט זיין קיין גרויסע חכם עס אוועקצומאכן,
אבער דא פארט מען שוין צו א ווייטע פלאץ, לאמיר אביסל אויסקלארן,
אין יציאת מצרים גלייבסטו דאך יא! אין קריעת ים סוף אויך (איך האף אזוי), נו, מאכט עס דען סענס? אזוי אויך אלע מעשיות פון די תורה, איבערדרייען סדום, די מבול, מן פון הימל, מאכן די אלע זאכן סענס? ניין, און דאך גלייבט מען אז די באשעפער האט משנה געווען די טבע,
יא, עס איז אמת אז די דעת הרמב"ם במורה נבוכים איז אז מען דארף דאך פראבירן עס אפצולערנען ווי מער על דרך השכל, און וועגן דעם האלט ער טאקע אז די גאנצע מעשה פון בלעם מיט די אייזל וואס האט גערעדט איז בלויז א משל, אבער די טענה פון די רמב"ן אויף דעם איז, אויב גלייבסטו ממילא אז די באשעפער קען אלעס טוישן אין א רגע, און קריעת ים סוף לערנסטו יא כפשוטו אז עס איז געווען א נס, דאן פארוואס ביים אייזל קענסטו נישט אויך זאגן אז עס איז כפשוטו,
יעצט עס מיינט נישט אז מען דארף יעצט גלייבן יעדע שטות וואס איינער פארקויפט, און מען מוז נישט אפקויפן אלע מנחם מנדל מעשיות פאר גוט געלט בלויז ווייל איינער האט געזוכט צו רייטן אויף אונזער גלויביגע חוש, אבער דאס מיינט אויך נישט אז מען מוז יעצט אויסמעקן כל התורה כלו, אויב עס מאכט נישט קיין סענס,
יעצט מען קען גרינג זאגן אז רוב רובם פון די אלע מעשה'לעך זענען בלויזע פאנטאזיעס, און בפרט אויב עס האט א שוואכע מקור, אויב זאלן אלע מאשקע מעשיות זיין אמת, דאן איז דא מער מאשקעס ווי עס איז געווען אידן בכלל,
נאר וואס דען, א מעשה מיט א מקור מוסמך וואס מאכט יא אביסל סענס, מוז מען נישט גלייך אפלייקענען,
למשל, די מעשה מיט די פארברענען די האנט, האט לויט וואס איך געדענק שטארקע מקורות, און צדיקים מדור הקודם האבן עס פארציילט, דאך איז עס מיר שווער צו גלייבן, ווייל עס הערט צו זייער מאדנע, און איז צו א גרויסע נס אז עס זאל זיך בכלל קענען הערן אמת אז בימינו אלה זאל די באשעפער מאכן אזעלכע נסים, אזא מעשה וואלט געדארפט צו ווערן באשריבן אין אלע צייטונגען בימיהם, מען קען גרינג זאגן אז עס איז א פאבריקאציע פון עפעס א בעל דמיון וואס האט עס פארציילט, און די צדיקים האבן עס נאכפארציילט מיט א תמימות גלייבענדיג די מעשה,
אבער ווען מען גייט צו א מעשה אז די בעש"ט האט זיך באוויזן צו ר"ר ברוכ'ל, קען זיך עס גאנץ גרינג לייגן אויפן שכל, די גמרא ברענגט אסאך מעשיות ווי תנאים ואמוראים וואס האבן געהאט גלוי אליהו, פארוואס זאל זיך אפשטעלן אזעלכע זאכן? איך בין אפילו בכוח צו הערן אז היינטיגע אויסגעהארעוועטע צדיקים, ווי למשל די אמשינאווע רבי זאל האבן גלוי אליהו, נישט אז איך זאג אז ער האט, אבער עס קען זיין, פארוואס נישט? קפיצת הדרך, השבעת שמות, די אלע זאכן קענען זיין אמת, פארוואס נישט?
נישט צו לאנג צוריק האבן אונז געהאט דא א ריבניצער, וואס האט טאקע נישט מחיה מתים געווען יעדן טאג, אדער געמאכט נייע הענט, אבער האט געהאט אפענע אויגן, און עס איז דא אסאך עדות אויף אפענע זאכן, אזוי אויך זאגט מען אויפן באבא סאלי, און אויף ר' ישעיה'לע קערעסטירער, ועוד.
איך סאונד אפשר ווי א בעל דמיון און א גאליבל מענטש וואס גלייבט אלעס, אבער ניין, נישט אז איך גלייב אלעס, איך לייקן פשוט נישט אלעס, עס איז קלאר געווען אמאל זאכן וואס איז געווען ממש שלא כדרך הטבע, און אפילו שפעטער, אדער גאר היינט איז דא זאכן וואס צדיקים האבן א כוח דערין וואס מיז נישט אלעמאל מאכן סענס.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
איך זאג אז ער האט נישט געזען די בעל שם טוב נישט ווייל איך גלייב נישט אז ער האט נישט געקענט מאכן א סעלצער זיס מיט מעדזשיק און אויסקוקען ווי קאוק. נאר ווייל ס'איז נישט מעגליך צו האבן זיסע קאוק סעלצער. אדער איז עס סעלצער אדער איז עס קאוק. אז ער מאכט סעלצער זיס און איז משנה די מראה צו מראה קאוק, איז עס שוין נישט סעלצער. קענסט עס ריפען די מעדזשיק קאוק. אבער סעלצער איז עס נישט מער.
יעצט ווען איינער זאגט דיר אז א צדיק האט געמאכט פון פלייש סעלצער וועט אפילו א מאמין שמייכלען. אפשר האט ער האט געמאכט די פלייש פארשווינדען און ער האט געברענגט וואסער מיט באבעלס בדרך נס. אבער פלייש קען נישט ווערן סעלצער ווייל וואסער איז CO2 און פלייש האט נישט די חומר דערפאר. וכו'
די בעש"ט איז שוין געווען טויט. מילא אז ער זעעט עפעס פון די בעל שם איז עס נישט זיין גוף. אפשר זיין נשמה (whatever it means). אבער מיט א נשמה שמועסט מען נישט און א נשמה פארשפעטיגט נישט. בקיצור ס'איז אפילו נישט שייך צו זאגן די ווערטער ער האט געזען די בעל שם בהקיץ. ס'איז פשוט poetry וואס מיינט עפעס אנדערש.
קאוק וואס מ'ריפט סעלצער איז אפשר א זכר לדבר אז מרעדט פון מעדזשיק קאוק. און סעלצער וואס מ'רופט פלייש איז הוידעל בוידעל און די בעשט בהקיץ איז הודל בוידעל אויך. איך ווייס אפילו נישט וואס ס'מיינט. ער האט אים אויפגעגראבן? די בעש"ט איז ארויף און הימעל לעבעדיג און ער שווימט צו די צדיקים? זאגט זיך אפילו נישט ווייל נאר 12 מענטשען און אונזער טראדיציע זענען ארויף לעבעדיג (whatever it means) משה, אליהו, בתיא, וכו'
דארף מען אפדעיטעטען וויקיפעדיע און צו לייגען די בעש"ט?
הנח לו ליוסל, איך בין נישט קיין נביא, איך בין נישט די משנה ברורה. מיינע ווערטער איז נישט געמאסטן!
די גמרא פארציילט אין מסכת כתובות דף קג. אז רבינו הקדוש (הראשון) פלעגט קומען נאך זיין פטירה יעדע פרייטאג צונאכטס צו די הויז פון זיין רעביצין,
איין מאל האט א שכנ'טע פונקט געקלאפט אויפן טיר בשעת רבי האט זיך געפינען אין די הויז, האט א דינסט געזאגט, זיי שטיל ווייל רבי געפינט זיך דא,
זייט דעמאלט איז ער שוין מער נישט געקומען אז מען זאל נישט זאגן, ער קומט יא און אנדערע צדיקים קומען נישט, איז א סימן אז זיי זענען נישט אזעלכע גרויסע צדיקים,
עד כאן וואס די גמרא פארציילט,
אודאי מיינט עס נישט אז די גוף וואס מען האט באגראבען איז ארויסגעקראכן פון קבר, עס מיינט די נשמה (whatever it means)
איך בין אויך נישט קיין נביא אדער קיין משנה ברורה צו וויסן פינקטליך וואס עס מיינט, אבער עפעס אזא מושג איז דא.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
דער פסוק על פי פשוטו מיינט אז עס איז געשען א נס און די אייזל האט גערעדט פשוטו כמשמעו, עס שטייט אפילו וואס ער האט געזאגט, ויאמר וכו'.
די משנה זאגט אין אבות פרק ה' משנה ו' אז איינע פון די זאכן וואס איז באשאפן געווארן ערב שבת בית השמשות איז די "פי האתון" כדי אז די אייזל זאל קענען רעדן (נישט פארמישן מיטן פי האתון פון מהר"א)
דאס איז די לשון פונעם ברטנורא שם:
פי האתון - בין השמשות נגזר עליה שתדבר עם בלעם
סאו עס זעט שטארק אויס, אז חכמינו ז"ל האבן עס אפגעלערנט כפשוטו ממש.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
יאסל ראקאווער האט געשריבן:איך זאג אז ער האט נישט געזען די בעל שם טוב נישט ווייל איך גלייב נישט אז ער האט נישט געקענט מאכן א סעלצער זיס מיט מעדזשיק און אויסקוקען ווי קאוק. נאר ווייל ס'איז נישט מעגליך צו האבן זיסע קאוק סעלצער. אדער איז עס סעלצער אדער איז עס קאוק. אז ער מאכט סעלצער זיס און איז משנה די מראה צו מראה קאוק, איז עס שוין נישט סעלצער. קענסט עס ריפען די מעדזשיק קאוק. אבער סעלצער איז עס נישט מער.
יעצט ווען איינער זאגט דיר אז א צדיק האט געמאכט פון פלייש סעלצער וועט אפילו א מאמין שמייכלען. אפשר האט ער האט געמאכט די פלייש פארשווינדען און ער האט געברענגט וואסער מיט באבעלס בדרך נס. אבער פלייש קען נישט ווערן סעלצער ווייל וואסער איז CO2 און פלייש האט נישט די חומר דערפאר. וכו'
די בעש"ט איז שוין געווען טויט. מילא אז ער זעעט עפעס פון די בעל שם איז עס נישט זיין גוף. אפשר זיין נשמה (whatever it means). אבער מיט א נשמה שמועסט מען נישט און א נשמה פארשפעטיגט נישט. בקיצור ס'איז אפילו נישט שייך צו זאגן די ווערטער ער האט געזען די בעל שם בהקיץ. ס'איז פשוט poetry וואס מיינט עפעס אנדערש.
קאוק וואס מ'ריפט סעלצער איז אפשר א זכר לדבר אז מרעדט פון מעדזשיק קאוק. און סעלצער וואס מ'רופט פלייש איז הוידעל בוידעל און די בעשט בהקיץ איז הודל בוידעל אויך. איך ווייס אפילו נישט וואס ס'מיינט. ער האט אים אויפגעגראבן? די בעש"ט איז ארויף און הימעל לעבעדיג און ער שווימט צו די צדיקים? זאגט זיך אפילו נישט ווייל נאר 12 מענטשען און אונזער טראדיציע זענען ארויף לעבעדיג (whatever it means) משה, אליהו, בתיא, וכו'
דארף מען אפדעיטעטען וויקיפעדיע און צו לייגען די בעש"ט?
די גמרא פארציילט אין מסכת כתובות דף קג. אז רבינו הקדוש (הראשון) פלעגט קומען נאך זיין פטירה יעדע פרייטאג צונאכטס צו די הויז פון זיין רעביצין,
איין מאל האט א שכונ'טע פינקט געקלאפט אויפן טיר בשעת רבי האט זיך געפינען אין די הויז, האט א דינסט געזאגט, זיי שטיל ווייל רבי געפינט זיך דא,
זייט דעמאלט איז ער שוין מער נישט געקומען אז מען זאל נישט זאגן, ער קומט יא און אנדערע צדיקים קומען נישט, איז א סימן אז זיי זענען נישט אזעליכע גרויסע צדיקים
עד כאן וואס די גמרא פארציילט,
אודאי מיינט עס נישט אז די גוף וואס מען האט באגראבען איז ארויסגעקראכן פון קבר, עס מיינט די נשמה (whatever it means)
איך בין אויך נישט קיין נביא אדער קיין משנה ברורה צו וויסן פינקטליך וואס עס מיינט, אבער עפעס אזא מישג איז דא
אפאר הערות:
1). אגב, לגבי וואס איך האב דא אראפגעברענגט פונעם עיקרים בענין הנשמה לאחר המיתה, שרייבט ער דארט בפל״ג:
וכבר הפליגו רבותינו ז"ל בזה במקומות רבים עד שאמרו על רבינו הקדוש כל בי שמשי הוה אתי לביתיה ומקדש, להורות שאף אחר המות ישתוקקו נפשות הצדיקים לעשות המצות שהורגלו בעשיתן בהיותן בחיים, עד שרבינו הקדוש היה בא לביתו בכל לילי שבת לקדש, וזה הענין נמצא לקצת החסידים אבל לא יעבור שנים עשר חדש, כמו שאמרו לאחר שנים עשר חדש נשמה עולה ואינה יורדת.
2). לגבי די געדאנק אז א דבר רוחני (נשמה אין אונזער קאנטעקסט) איז נישט תלוי בזמן וממילא איז נישט שייך אַן איחור דערויף, קען מען פארענטפערן אז וואס עס באדייט דא איז אז פונעם מבט פונעם אדם החומרי, וואס איז יא נתון תחת ממשלת הזמן, האט ער דאס נאר ״זוכה געווען צו זעהן/שפירען/וואס אימער בהתגלות״ נאר דעמאלטס; ער האט (גורם געווען דאס) פארשפעטיגט מחמת מדריגותיו צי וואס וואס זענען נאכנישט געווען ברום המעלה דערפאר דעמאלטס. פארשטייט זיך אז מ׳קען לכאורה נוצן אקאם׳ס רעיזאר צו מחזק זיין @יאסל ראקאווער׳ס אפטייטש אין די מעשה…
3). לגבי דאס פראבלעם איבער טוישן פון סעלצער צו פלייש בדרך נס אלס חילוקם בחומרותם, רירט דאס שוין לכאורה צו צו די באקאנטע דעבאטע פון טרענסאָבּסטענשיעישאן אין נוצרות. עס איז נישט אזוי פשוט אז דאס איז פון די נמנעות [געבן א צווייטע צורה פאר די חומר וכו׳]. כמובן אז זאגן אז דאס איז אינגאנצן פלייש און אינגאנצן סעלצער ביינאזאם איז שוין יא א פראבלעם, און מ׳דארף שוין צוקומען צו די חילוקים בחומר וצורה אין וואס זיי זענען דן.
4). לגבי די מעשה פונעם נועם אלימלך און זיין האנט איז דא דערין סתם אזוי א הלכה׳דיגע פראבלעם פון זיך אליינס מזיק זיין, ועיין בתוס׳ ב״ק צא: ד״ה אלא וברמב״ם הל׳ חובל ומזיק (פ״ה ה״א) ובאגרות משה (חו״מ ח״א סימן קג). ועיין באשכול זו.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
נאכן זיכן אביסל די מקור פון די מעשה פון ר"ר אלימלך מיט די פארברענען די האנט, האב איך געטראפן דא אין ספר שפע חיים, פון די חומש רש"י שעורים פונעם קלויזענבוירגער רב ז"ל שנת תשמ"א,
ער ברענגט עס בשם נאסוידער רב ז"ל
20220524_171739.jpg
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
berlbalaguleh האט געשריבן:אויך איז דא א (פאררוקטע) מעשה. עטס קענט מיך רופן אפיקורס ווייל איך גלייב נישט די מעשה. אז ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער האטציך משדך געווען מיט א פראסטן איד. ווייל ער האט געזעהן ביי איהם א מסירות נפש פאר פדיון שבויים. ער האט אויסגעצאלט א גרויסן סכום געלט אויסצולייזן א איד פון תפיסה. שוין. ווען ס'איז געקומען דער זמן החתונה. איז דער איד געקומען צו פארן מיט זיין טאכטער און די גאנצע משפחה קיין מעז'יבוז. אין טאג פון די חתונה. די כלה ווארט אז דער חתן זאלל שוין אריינקומען צו די חופה. אבער ער קומט נישט. די כלה האט אנגעהויבן וויינען (אז דער חתן פארשעמט איהר). מ'ווארט. נאך אלץ. דער חתן קומט נישט אריין. ארום 12 אזייגער ביינאכט קומט דער חתן פלוצלינג אריין. און מ'מאכט די חופה. ווען מ'האט געפרעגט ביי ר' ברוך פארוואס דער חתן איז נישט געקומען צו די חופה האט ער געענטפערט. אז אלע זיידעס זענען שוין געקומען צו די חופה. אבער דער זיידע דער בעש"ט איז נישט געקומען. מ'האט געווארט. און געווארט. אבער ער איז נישט געקומען. פלוצלינג. אום 12 ביינאכט איז ער אנגעקומען. דאמאלס האט מען געמאכט די חופה.
די מעשה האט נישט קיין הענט און קיין פיס. ווען איך בין דער טאטע פון די כלה זאג איך צו ר' ר' ברוכ'ל מעז'יבוזער...איהר קענט יעצט גיין קושן א בער. איך פאר אהיים מיט מיין טאכטער. ס'איז אויס שידוך. צו טון אזא זאך איז נישט קיין נארמאלע אויפפיהרונג. איהר זאלט פארציילן די באבע מעשיות פאר א צווייטן...!
רבי בערל. ווייל ס'מאכט נישט קיין סענס מיינט נישט אז ס'איז נישט געשען.
דער גערער מלחמת אחים מאכט אויך נישט קיין סענס - פונקט ווי פוטין להבדיל, מאכט נישט קיין סענס, מכמה טעמים! אבער ס'איז עכט געשען. ס'געשעט יעצט. ס'מאכט נישט קיין סענס אז גערע רבי האט אפילו חסידים. אדער אז אונז האב מיר מורא אים צו פארדאמען בפומבי. אבער ער האט יא חסידים און אונז ציטער מער. פארוואס האט ער מערדערישע חסידים? ווייל מיליאנען מענטשען ארום די וועלט זענען co-dependens! ס'איז א מחלה וואס פיסכאלאגען זענען זייער פאמיליער מיט. דער מחלה איז די foundation וואס אלע קאלט ליעדערס בויען זיך אויף. אן קיין codpendents איז נישט דא קיין **** קאלטס און ס'איז נישט דא להבדיל קיין בני ברק וויזניץ אדער גער אדער א קאלט וואס ב'גייט mass suicide. לכאורה אויך נישט סקווער וכו'.
אויב די האלטסט אז רבי ברוכעל איז געווען א קדוש וואס האט נישט ארויס געזאגט קיין ליגענט פון די מויל קען זיין אז זיין מחותן איז געווען א co-dependent.
אבער ער האט די בעל שם טוב זיכער נישט געזען יענע נאכט בהקיץ. נישט נאר ער האט אים נישט געזען לכאורה האט ער נישט פרובירט לצנות מאכן פון א איד וואס האט געטון אזוינע גרויסע מצוות פון פדיון שבויים און אים זאגן אז ער ווארט אויף די בעל שם טוב. פארשטייט זיך דאס assumed אז ער איז נישט א פארדארבענע אינגאטש געווען להבדיל ווי די פינטא רח"ל וואס זאגט פשוט און פראסט פאר זיינע gullible codependents אז ער האט רוח הקודש. (בדידי הוה עבדא, וואס ער האט פרובירט מיך צו זאגן אז ער זעעט עפעס סודות און ער קען מיר העלפן -פארשטייט זיך נאכדעם וואס זיינע codependent puppets האבן געארבעט אויף מיר א לאנגע צייט ווי הייליגע ער איז. פעך). אפשר האט ער געחלומט אז ער זעעט די בעל שם און ער האט געווארט די חלום זאל געשען און ער האט פאר די מחותן מרמז געווען אז ער האט געווארט צו שפירן אז די בעל שם איז מסכים.
נאר וואס דען, לאמיר נעמן א טריט צוריק. וואס הייסט אז רבי ברוך האט געגעבן זיין זון. איז עס געווען א פאסיגע שידוך נאר די אפהאלט איז געווען די פרעמדע ווילדע דיפערענץ צווישען א רבי און עפעס א פראסטאק. אדער באמת איז עס געווען א ווילדע שידוך ווי די חתן כלה זענען געווען פרעמד ווי דער איז צו מיר.. און מ'האט סתם פארכאפט זיין זון און אים פארצווייגט מיט א פראסטאק'ס טאכטער להבדיל וויאזוי מ'זעט היינט די רשעים די רבנים אסאך ווי די שידוך איז לויט די סטאטוס, נישט ווי ס'פאסיג פאר די קינדער.
האלט א רגע!. די מעשה פארציילסטו מיט אזא גלייכגילטיקייט אז מ'קען ברעכן. די מעסעדזש פון די מעשה איז אז באמת א צדיק 1. מעג 2. טאקע האט! - געמאכט סתם שידוכים לויט די מצוות פון די קינד'ס טאטע.
די תורה פארציילט אז ס'איז געווען מענטשן וואס פלעגן געבן זייער קינדער צו א עבודה זרה מולך. דאס הייסט ס'איז געווען מענטשען וואס האבן זיך געהאלטן אזא בעלים אויף זייער קינדער אז ער האט פארשטאנען ער האט א רעכט זיי מקריב צו זיין. די תורה פארדאמט עס. רבי ברוכעל האט די עבודה זרה געטון? ער האט געטיילט זיינע קינדער?
איז טאקע דאס געשען? אויב יא אפשר איז די חתן נאכנישט געווען גרייט צו זיין דער טאטע'ס וויקטים. אםם, האט ער סיי די חתן און סיי די מחותן פארדרייט א קאפ מיט א ליגענט אז די בעל שם טוב הייסט?
בקיצור, די מעשה קען זיין איז יא געשען. איך האף אז נישט. אויב יא איז דא אסאך וועגן עס צו פארענטפערן.
1. ער איז געווען schizophrenic
2. ער איז געווען א שרעקליכע manipulator
3. די קינדער זענען געווען צוויי חולה נפש און די מחותנים האבן זיך פארשטאנען אויפן ווינק
4. וכו' וכו'
וואס מאכט אבער זיכער נישט קיין סענס איז אז מ'פארציילט אזא מעשה גלייכגילטיק און 2022 אן טראכטען און sub consciously זאגט מען פאר די קינדער אז..
1. א טאטע מאכט חתונה זיין זון און די וועלט אריין איז אויקיי?
2. רבי ברוכעל האט ג'פינטאוד די אייגענע זון מיט די מחותן אז ער זעעט די בעל שם? וויי איז אונז אז ער איז פאררעכנט פאר א צדיק ביי אונז. ס'איז גארנישט דא זיך צו לערנען פון אים. פארקערט, לויפט ווי מ'לויפט פון פינטא.
3. די בעל שם האט זיך פארשפעטיגט כאילו. וואס ס'איז געווען טראפיק?
4. די בעל שם האט מצער געווען א כלה. רחמנה ליצלון.
5. וכו' וכו'
עצי שטים האט געשריבן:נאכן זיכן אביסל די מקור פון די מעשה פון ר"ר אלימלך מיט די פארברענען די האנט, האב איך געטראפן דא אין ספר שפע חיים, פון די חומש רש"י שעורים פונעם קלויזענבוירגער רב ז"ל שנת תשמ"א,
ער ברענגט עס בשם נאסוידער רב ז"ל
זיכנדיג אביסל מער, האב איך געטראפן אין עבודת עבודה שיחות קודש חלק ג', ווי די טאהשע רבין ז"ל ברענגט @קהל'ס נאר נוסח פון די מעשה, אז אדרבה די פייער האט נישט שולט געווען אין אים מרוב קדישתו
צו פארענטפערן די סתירה, מוז מען מדחיק זיין אז עס איז געווען צוויי אנדערע מעשיות, און די מעשה אז עס האט זיך יא פארברענט איז געווען אין די אינגערע יארן וואס דאן איז ער נאכנישט געווען אויף די מדריגה אז די פייער זאל נישט שולט זיין, (הגם אז עס איז געשען א נס גלוי פאר אים אז די האנט איז צירוקגעוואקסן!!!)
אבער שפעטער אין די עלטערע יארן איז ער אנגעקומען צו אזא מדריגה אז די פייער האט שוין נישט שולט געווען אויף אים....
רעדאגירט געווארן צום לעצט דורך 2 אום שמן למאור, רעדאגירט געווארן 0 מאל בסך הכל.
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
בערל, די גלייבסט אז די ים סוף האט זיך געשפאלטן? משה רבינו האט אראפגעברענגט לוחות פון הימל? א שטיין האט געגעבן וואסער פאר פערציג יאר אין מדבר?
איך פרעג א קשיא, פארוואס הערט מען נישט היינט אזעלכע מופתים?
"שמן למאור" - שמן זית זך להעלות נר תמיד
I can explain it to you but I can't understand it for you Edward I. Koch-
עצי שיטים: ווייל די אלע זאכן וואס דו רעכנסט אויס שטייען אין די תורה. ווען ס'זאל שטיין אין די תורה אז ר' אלימלך מ'ליזענסק האט זיך בכיוון פארברענט זיין הענט. און ס'איז צוריקגעוואקסן א נייע הענט, וואלט איך עס געגלייבט. אנישט איז דאס פאנטאזיעס וואס מענטשן האבן אויסגעטראכט. איינער האט געזאגט. ס'האט זיך שיער פארברענט. דער צווייטער האט ארויסגעלאזט די ווארט שיער. און נאך א בעסערער בעל מספר האט געזאגט אז ס'איז איהם געוואקסן א נייע הענט. דמיונות...!