פון "הארווי וויינשטיין" ביז "עמבער הערד"

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
נישטקייןאנונג
א גאסט אין שטיבל
א גאסט אין שטיבל
הודעות: 18
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 17, 2022 7:57 am
האט שוין געלייקט: 5 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8 מאל

שליחה דורך נישטקייןאנונג »

פרייוויליג האט געשריבן:
לאמיר זאגן האט געשריבן:איך האלט מיט דעם טרייעל. קודם איבער עמבער הוירד: זי איז א שקרן וכזבן, א שלעכטיקייט, א ספוילד ברעט, א שלעכטע עקטאר און א נעסטי פערסאנאליטי. כמעט גארנישט וואס זי זאגט איז אמת. איר גאנצער באנעמונג שרייט אראגאנץ.

ווידעראום דעפפ: ער איז א ווארימער מענטש, א שטארקער סענס אף יומער, א טיפער און דורכגעטראכטער ארטיסטישער פערזענליכקייט. זיין באנעמונג איז סענסעטיוו און דזשענטל.

דראג עדיקטס זענען זיי ביידע. דזשאני'ס דראגס האבן פון אים ארויסגעברענגט זיין ווייטאג, און עמבער'ס איר שלעכטיקייט.

א וויקטים וועט קיינמאל נישט רעדן ווי שטארק ער האט ליב זיין אביוזער. קיינמאל! אן אביוזער וועט אין גאר אפטע פעלער דייקא יא רעדן פון די געוואלדיגע אהבה וואס האט געהערשט און הערשט צווישן די צוויי, מיט'ן ציל צו געבן דעם אנשטעל אז פון איר זייט איז די רילעישאנשיפ געווען געוואלדיג, נאר דער אנדערער איז שולדיג אין אלעם בייזן.

אונטערשטע שורה: עמבער איז זיכער אן אביוזער. די שאלה איז צו דזשאני איז אויך. על פי רוב, אין א רילעישאנשיפ, איז נאר דא איין אביוזער און איין וויקטים. אבער מען קען נישט וויסן.
גוט ארויסגעברענגט.

מיט יעדן פארבייגייענדן טאג ווערט אנרעוועלט נאך שקרים פון איר. למשל מרת הערד האט געזאגט אז מר. דעפפ האט אמאל אראפגעשטיפט זיין אלטע מיידל-פריינט Kate Moss אלע שטיגן. זי האט היינט טעסטעפייד אז לא היה הדברים מעולם.

נאך א מורא'דיגע געווינס וואס די דעפפ טיעם פארמאגט איז, אז זיי האבן אן אויסגעצייכענטע גוטע לויער טיעם. זיי נוצן אויס די לעצט פארבליבענע טעג איידער די קלאזינג ארגומענטס, צו דיפענדן און אפפרעגן, און רופן אלטע און נייע עדות, אויף אלעם וואס די הערד-דיפענס האט ארויסגעשטעלט. פשוט צו פארבלייבן מיט די לעצטע טעם און מויל.

ווידער די דיפענס טיעם פון מרת הערד זעען אויס ווי א שטאב מיטגלידער פון Home Depot
היינט אין אמעריקע געווינט נישט ווער עס איז גערעכט נאר ווער עס האט א בעסערע לעגאלע טיעם...

נאכדערצו ווען דיין לויער זיכט זיך סתם אזוי צו חנפענען....
דער גאלדענער אדלער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1665
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 27, 2017 6:30 pm
געפינט זיך: הלוואי ווען כ'וואלט געוויסט
האט שוין געלייקט: 6003 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3632 מאל

Re: פון "הארווי וויינשטיין" ביז "עמבער הערד"

שליחה דורך דער גאלדענער אדלער »

איך האלט אויך מיט אסאך אבער נישט גענוג צו זאגן א מיינונג ווער ס'איז מער שולדיג, צו מיר שיינען זיי צו זיין ביידע שולדיג. אויף אזא מערידזש קען מען זאגן מצא מין את מינו, זה בכה וזה בכה. אבער איך גלייך מיט צו האלטן אזעלעכע טרייעלס נאר פאר די קרייץ פארהער שבו ווי די אדוואקאטן פון ביידע זייטן נעמען אפיר די עדות און די באשולדיגטע און מ'פרובירט ארויסצוקוועטשן וואס מ'וויל באשולדיגן דעם צד השני. צוויי סעלעבריטיס רייסן זיך דא ארום ארויס צו פרעסן איינעם פון אנדערען צענדליגער מיליאנען דאללערס.
די איינציגסטע וואס גייען און מאכן דא שווערע געלטער זענען די אדוואקטן. אויך איז ארויסגעוואקסן דא א פרישע סעלעבריטי, דאס איז טאקע מר. דעפפס אדוואקאטע קאמילע וואסקעז, זי מאכט א וואונדערבארע ארבייט מיט אירע קרייץ פארהערן. ביי איינע פון די זיצונגן איז געווען אן ערך פון צוואנציג מינוט מיט בערך פערציג אבדזשעקשנס וואס רוב דערפון האט די דזשאדזש מסכים געווען דערמיט. זי פארלירט זיך נישט מיט די גרעסטע מאס געדולד טוט זי קראס עקזעמינען, זי איז א בחור'טע

Sent from my SM-G991U using Tapatalk
באניצער אוואטאר
בת קול
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1421
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך נאוועמבער 18, 2015 2:34 pm
געפינט זיך: אין מיינע געדאנקען
האט שוין געלייקט: 1427 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1672 מאל

שליחה דורך בת קול »

לאמיר זאגן האט געשריבן:איך האלט מיט דעם טרייעל. קודם איבער עמבער הוירד: זי איז א שקרן וכזבן, א שלעכטיקייט, א ספוילד ברעט, א שלעכטע עקטאר און א נעסטי פערסאנאליטי. כמעט גארנישט וואס זי זאגט איז אמת. איר גאנצער באנעמונג שרייט אראגאנץ.

ווידעראום דעפפ: ער איז א ווארימער מענטש, א שטארקער סענס אף יומער, א טיפער און דורכגעטראכטער ארטיסטישער פערזענליכקייט. זיין באנעמונג איז סענסעטיוו און דזשענטל.

דראג עדיקטס זענען זיי ביידע. דזשאני'ס דראגס האבן פון אים ארויסגעברענגט זיין ווייטאג, און עמבער'ס איר שלעכטיקייט.

א וויקטים וועט קיינמאל נישט רעדן ווי שטארק ער האט ליב זיין אביוזער. קיינמאל! אן אביוזער וועט אין גאר אפטע פעלער דייקא יא רעדן פון די געוואלדיגע אהבה וואס האט געהערשט און הערשט צווישן די צוויי, מיט'ן ציל צו געבן דעם אנשטעל אז פון איר זייט איז די רילעישאנשיפ געווען געוואלדיג, נאר דער אנדערער איז שולדיג אין אלעם בייזן.

אונטערשטע שורה: עמבער איז זיכער אן אביוזער. די שאלה איז צו דזשאני איז אויך. על פי רוב, אין א רילעישאנשיפ, איז נאר דא איין אביוזער און איין וויקטים. אבער מען קען נישט וויסן.
זיין ספוילד מיינט נישט אז זי איז אן אביוזער.
זיין ווארעם מיינט נישט אז ער איז נישט א רוצח ווען ער איז שיכור.

קיינער זאגט נישט זי איז אן עדיקט. טוהן דראגס אמאל אמאל איז נישט קיין עדיקשאן.
דעפ איז יא אן עדיקט.
אן עדיקט איז איינער וואס ניצט א משוגענע מאס אן אויפהער, און קען נישט אליין אויפהערן די סאבסטענס אביוס.

עס איז זייער זעלטן אז אן עדיקט זאל נישט זיין אביוסיוו.
.I got voices in my head.

לאמיר זאגן האט געשריבן:
בת קול האט געשריבן: דעפ איז א נארסיסיסט.
עס איז נישט קיין חילוק אז ער האט געהאט פיל מער חלקים ווי איר.
א נארסיסיסט איז מקנא און דארף אראפרייסן אפילו ווען יענער האט נאר איין זאך און ער האט 100.
וואס זי זאגט שטימט אינגאנצן.
קיינער, אפילו הוירד'ס טעראפיסט, האט נישט דיאגנאזירט דעפפ מיט נארסעסיזם.
עס האבן טעסטפייד היינט און נעכטן צוויי אנדערע עקספערטן וואס האבן דיבאנקט יעדעס ווארט פון די אנדערע טערעפיסטן און סייעקייטריסט. יעדע רעכדענקעדיגן מענטש וואס פארשטייט נישט צו סייעקייטרי וכדו' וואלט פארשטאנען די הויפענעס שטותים וואס זיי האבן אלץ צוזאמגערעדט.
מען האט פונקט אזוי אוועק געמאכט קוריס דיאגנאסיס.
קודם כל זי איז בכלל נישט בארד סערטיפייד, צווייטענס זי האט בכלל נישט געמאכט די ריכטיגע טעסטס, נאר איין ספעציפישע טעסט.
הערדס צד האט איר געמאכט 12 טעסטס און נישט באקומען אזא דיאגנאסיס.
.I got voices in my head.
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

בת קול האט געשריבן: מען האט פונקט אזוי אוועק געמאכט קוריס דיאגנאסיס.
קודם כל זי איז בכלל נישט בארד סערטיפייד, צווייטענס זי האט בכלל נישט געמאכט די ריכטיגע טעסטס, נאר איין ספעציפישע טעסט.
הערדס צד האט איר געמאכט 12 טעסטס און נישט באקומען אזא דיאגנאסיס.
ווייס מיר נישט פונקטליך וואס דו זאגסט וועגן קורי, זי איז געזיצן מיט עמבער איין טאג פאר 7 שעה, און איין טאג פאר 8 שעה, און זי האט דורכגעפירט עטליכע טעסטס אויף איר, און עס אויסגערעכנט דורכאויס איר ערשטע טעסטעמאני, כ'מיין זאלסט עס גיין קוקן פארן רעדן דערפון און פארציילן פאקטן. ס'איז אוועילעבל אויף יוטוב אויב דו זוכסט עס.

היינט איז זי נאכאמאל דארט געווען, און געראוסטעד דר. יוס, עמבערס פסיכיאלאג. אפגעפרעגט איר טעסטעמאני אויף א שרעקליכע שרעקליכע פארנעם, געגאנגען פונקט ביי פונקט, און אלעס קלאר געשטעלט. טאקע אויך ראטזאם צו קוקן.

אגב, דר. קורי איז קאנטראקטעד ביי די דעפארטמענט אוו דעפענס, און איז דורכגעגאנגען טרענירונג אין ספעציעלע מיליטערישע פסיכאלאגישע צענטערן. פאר מער אינפארמאציע קוק איר טעסטעמאני אדער איר וועבזייטל.

---
אן אנדערע זאך וואס ווינדערט מיר איז, וואס גייט פאר מיט עמבער און איר טיעם.

אנגעהויבן פון איר שלעכטע לויערס וואס האבן צווישן אנדערע, אבדזשעקטעד צו זייער אייגענע פראגע, ביזי מיט מאפינס און מעגא פיינטס, ביי קראס עקזעמענעישן פון עמבער האט עלעינע, עמבערס לויער געגעבן אזא הויכע קרעכץ און געזאגט "איך פרוביר, איך פרוביר עכט"... זייער זייער נישט מסודר מיט זייערע דאקומענטן, מערערע זאכן ווערט געזוכט פאר לענגערע מינוטן, האט זיך עטליכע מאל גע'טענה'ט זייער אומפראפעסיאנאל מיט די ריכטער, וכן נאך פארשידענע זאכן וואס איך געדענק שוין נישט... בקיצור, זייער נישט פראפעסיאנאל.

און אויב גלייכט מען זיי צו צו דזשאניס לויערס, דער פון אויבן זאל אונז באהיטן... כ'בין זיכער אז רעבעצין וועזקעז וועט שנעלער קריגן א מאווי ראלע ווי עמבער...

אבער וואס טוט זיך מיט אירע עדות? פארוואס ברענגט זי אזאכע מאדנע מענטשן? א שטייגער ווי דער נעכטיגער דר. שפיגל, וואס חוץ דעם וואס ביי קראס עקזעמענעישן האט אויסגעזעהן ווי ער גייט טיילן מכות, האט ער דיאגנאזירט דזשאני דעפפ אן קיינמאל רעדן מיט אים, די ריכטער האט אים דריי מאל געדארפט פארשטילן ווייל דער האט נישט געהאלטן ביים פארמאכן זיין פאדערשטן, ביים געפרעגט ווערן א פראגע האט ער געפרעגט דעם ריכטער אויב ער דארף ענטפערן, און די ריכטער זאגט אים "יא, דו דארפסט ענטפערן פראגעס", און נאך פארשידנס... איך וואלט אים נישט געשיקט צו א פסיכאלאג, נאר גלייך א וואן וועי טיקעט צו א מענטאל פעסיליטי.

געווען א נחת צו זעהן דעם דאקטער וועם דעפפ'ס טיעם האט געברענגט קעגן אים פאר ריבאטל, א סאלידער נארמאלער מענטש, נישט געשריגן און געזלייטעד קיינעם, און זייער קלאר מסביר געווען פארוואס דאקטער שפיגל איז נישט ווערד לצור על פי צלוחית, געבראכן די סטאנדארטן און עטישע רולס, און אזוי ווייטער.

בכלל, דעפפס ריבאטל טעסטעמאניס זענען גאר גוט.

היינט האט עולה געווען לסטענד א פארענזיק עקספערט, דער פירער פון א באקאנטע פירמע, ארבעט מיט די יוסטיץ דעפארטמענט און פעדעראלע אגענטורן, ער האט הונדערטער קעיסעס אין געריכט א יאר, און גרייט זיך פאר א קעיס פארן סופרים קאורט.

דער זיידע האט געזאגט אז מערערע בילדער פון עמבער זענען געעדיט געווארן, לדוגמה איין בילד, א בילד וואס צייגט עמבערס פרצוף גאר רויט, און דעפפס טיעם האט געוויזן דעם זעלבן בילד סאך ליכטיגער, האט עמבער געזאגט אונטער שבועה אז דאס זענען 2 באזונדערע בילדער, איינס איז אנגעצינדן די לייט און איינס נישט. האט אונזער זיידע געוויזן א שיינע ווידעא פרעזענטאציע אז די בילדער זענען אקוראט די זעלבע בילד, ארויף לייגענדיג איין בילד אויפן צווייטן, און געוויזן צווישן אנדערע אז די קליינע לויזע איינצלנע האר זענען אקוראט אויפן זעלבן פלאץ, און דאס איז נישט במציאות אויב איז עס צוויי בילדער, בקיצור. געווען א נחת דאס מיט צו האלטן.

אויכעט האט קעיט מאס היינט אויפגעטרויטן, נאך וואס עמבער האט גערעדט איבער די אנגעבליכע מעשה אז דזשאני האט אראפגעטראסקעט קעיט א רייע שטיגן, האט זי געזאגט מיט א קלארקייט, נאופ, ער האט מיך קיינמאל נישט אראפגעשטיפט קיין שום סטעפס, קיינמאל נישט געשטויסן, וכו' וכו'.

אויכעט האט היינט אויפגעטרעטן אן ארבעטער פונעם לופטפעלד וואו עמבער האט באשלאגן איר דעמאלטס'דיגע פארטנער, און שטייצעך אז עמבער האט עס געלייקנט, און זי איז געקומען עדות זאגן אז זי האט אפגעטיילט דעם געשלעכט, און זיי פיזיש צוטיילט.

די מייק דראפ מאמענט אינעם היינטיגן טאג אין געריכט, איז געווען ווען א מענעדזשער פאר TMZ האט עולה געווען, און ער האט געזאגט אז מען האט זיי גערופן צו זיין ביים געריכט ווען עמבער איז געגאנגען נעמען דעם TRO אין 2016.

האט אים עמבערס לויער געפרעגט, סאו דו ביסט געקומען עדות זאגן דא צו אפנעמען דיין 15 מינוט פון פעים, צו וואס ער האט געענטפערט, ניין, איך האב גארנישט דערפון, פארקערט, כ'קען נאר ליידן פון TMZ, און אין פאקט קען איך זאגן אז דו האסט נאר אנגענומען עמבער פאר א קליענט, צו באקומען דיין 15 מינוט פון פעים. ופרצו כל העם בצחוק.

אויכעט האט נעכטן אויפגעטרעטן דער פרעזידענט פון ווארנער בראוס, כ'האב ממש געשוינט עמבער, אין אנדערע ווערטער האט ער געזאגט אז זי זייגט ווי א זונה, מען האט געדארפט נוצן די בעסטע עדיטינג און די בעסטע מוזיק אז איר חלק זאל קאננעקטן מיט די אוידיענס, און דאס איז די סיבה פארוואס מען האט איר געוואלט ריקעסטן אין אקווא-מאן 2. זי איז קיינמאל נישט געווען די צענטער פון די מאווי, און וועט קיינמאל נישט זיין.

אזוי אויך האט ער קלאר אפגעווארפן איר טענה אז מען האט פארמינערט איר ראלע אין די פילם צוליב וואלדמאן'ס סטעיטמענט, עס האט קיינמאל געדארפט זיין מער, און דאס איז געווען פון אנהייב פון שרייבן דעם סקריפט.

וכן האט ער זייער קלאר געשטעלט אז זייערע באשלוסן האבן נאר געהאט צוטין מיט איר און נישט מיט קיינעם אנדערש. זיי האבן נישט געזעהן קיין סטעיטמענט פון דזשאני, זיינע לויערס, זיינע משרתים און שרצים. זילטש. זי סאקט פינטל.

דעפפס לויערס מאכן א געוואלדיגע ארבעט די לעצטע פאר טעג, און צונעמען עדות ביי עדות וואס עמבער האט געברענגט.

א זייטיגע פונקט וואס כ'האב געזעהן עטליכע ארויסברענגן היינט, אז ווען דזשאני האט היינט פריש אויפגעטרעטן, האט זי אגאנצן צייט געקוקט מיט אזאנע טראציגע בליקן אויף אים, געסמירקט פון זיינע ענטפערס, אין די צייט וואס דזשאני איז געזיצן דארט און זיך אויסגעגאסן דאס הארץ. קיין אביוז וויקטים קוקט נישט אזוי אויף זייער אביוזער.
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

מרת הערד שרייבט אין די ליפט. א קעמערע האט אויפגעכאפט וויאזוי הערד מאכט זיך וויאזוי זי שרייבט אויף א פאפיר…

https://youtu.be/zDmmZcKef2I
באניצער אוואטאר
לאמיר זאגן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך לאמיר זאגן »

בת קול האט געשריבן:
לאמיר זאגן האט געשריבן:איך האלט מיט דעם טרייעל. קודם איבער עמבער הוירד: זי איז א שקרן וכזבן, א שלעכטיקייט, א ספוילד ברעט, א שלעכטע עקטאר און א נעסטי פערסאנאליטי. כמעט גארנישט וואס זי זאגט איז אמת. איר גאנצער באנעמונג שרייט אראגאנץ.

ווידעראום דעפפ: ער איז א ווארימער מענטש, א שטארקער סענס אף יומער, א טיפער און דורכגעטראכטער ארטיסטישער פערזענליכקייט. זיין באנעמונג איז סענסעטיוו און דזשענטל.

דראג עדיקטס זענען זיי ביידע. דזשאני'ס דראגס האבן פון אים ארויסגעברענגט זיין ווייטאג, און עמבער'ס איר שלעכטיקייט.

א וויקטים וועט קיינמאל נישט רעדן ווי שטארק ער האט ליב זיין אביוזער. קיינמאל! אן אביוזער וועט אין גאר אפטע פעלער דייקא יא רעדן פון די געוואלדיגע אהבה וואס האט געהערשט און הערשט צווישן די צוויי, מיט'ן ציל צו געבן דעם אנשטעל אז פון איר זייט איז די רילעישאנשיפ געווען געוואלדיג, נאר דער אנדערער איז שולדיג אין אלעם בייזן.

אונטערשטע שורה: עמבער איז זיכער אן אביוזער. די שאלה איז צו דזשאני איז אויך. על פי רוב, אין א רילעישאנשיפ, איז נאר דא איין אביוזער און איין וויקטים. אבער מען קען נישט וויסן.
זיין ספוילד מיינט נישט אז זי איז אן אביוזער.
זיין ווארעם מיינט נישט אז ער איז נישט א רוצח ווען ער איז שיכור.

קיינער זאגט נישט זי איז אן עדיקט. טוהן דראגס אמאל אמאל איז נישט קיין עדיקשאן.
דעפ איז יא אן עדיקט.
אן עדיקט איז איינער וואס ניצט א משוגענע מאס אן אויפהער, און קען נישט אליין אויפהערן די סאבסטענס אביוס.

עס איז זייער זעלטן אז אן עדיקט זאל נישט זיין אביוסיוו.
אויסער עמבער'ס און איר שוועסטער'ס עדות'שאפט, איז נישט דא קיין שום פרוף אז ער האט געניצט א משוגע'נע מאס 'אן אויפהער' און אז 'ער האט נישט געקענט אליין אויפהערן'.

אן עדיקט מיט אביוסיוו האבן קיין כי הוא זה שייכות. עדיקשאן האט כמה וכמה ערליי אוט קאמס, מען קען ווערן דעפרעסד, מען קען ווערן הויך, מען קען ווערן ווילד און צעלאזט, און און יא, אן אביוזער וועט אין אזא צייט אביוזן פיל מער. אלעס ווענדט זיך אין דער אריגינעלער נאטור פון דעם מענטש וואס איז עדיקטעד.

וואס איך שרייב לגבי זיין זיין 'ווארעם', איז דאס געבויעט אויף די ווערטער וואס אלע, אבער אלע זיינע פארטנערס וואס האבן געהאט מיט אים שטערקערע און נאך שטערקערע שייכות, זאגן קלאר.

בנוגע 'ספוילד', האסט בלויז אנגעכאפט 'איינע' פון די אבזערוואציעס וואס איך האב געשריבן איבער וואס איך האב ארויסגענומען אויף איר.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

דעפפ האט געווינען!!! די אמת האט געווינען!!
גבור חיל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 214
זיך רעגיסטרירט: זונטאג יוני 10, 2018 3:51 am
האט שוין געלייקט: 304 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 481 מאל

שליחה דורך גבור חיל »

#סוף_האמת_לנצח!

ער האט געזאגט פאר די וועלט, און די וועלט און א דזשורי האבן אים געגלייבט!

ביי ביי עמבער!
“Tell the world Johnny, tell them I, Johnny Depp, a man, I'm a victim too of Domestic Violence and see how many people believe or side with you.” - Amber Turd
באניצער אוואטאר
לאמיר זאגן
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 114
זיך רעגיסטרירט: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 1:45 pm
האט שוין געלייקט: 53 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 59 מאל

שליחה דורך לאמיר זאגן »

יאפ, עפעס אמת איז נאך דא אופ'ן וועלט.
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

יעצט אז די Saga איז געקומען צו אן ענדע, וואלט געווען אינטערסאנט צו ריפלעקטן אביסל, און פארשטיין פארוואס דאס האט אזוי שטארק געהאלטן יעדן געשפאנט. עס איז דא עפעס וואס איז מער ווי די פאקט אז זיי זענען סעלעבערטיס, און מער ווי די אינטערסאנטע געשיכטע אז די הירא איז געווארן די ווילאן, עפעס מער ליגט דא הונטער די געשיכטע וואס רעזאנירט אזוי שטארק מיט מענטשן:

1. מענטשן האבן ליב צו קאנעקטן מיט די אמת, און ווען מ'זעט א שקרן רעדן, קען דאס א תינוק בן יומו זען.
2. אנדערש ווי מענטשן זאגן יעצט אז MeToo איז געשטארבן איז פונקט פארקערט, אזא געשיכטע געבט חיזוק, אז אויב וועט נאכאמאל פאסירן אזא געשיכטע איז זייער שווער צו אנטלויפן פונעם אמת. אויב וועט זי אדער ער ליגענט זאגן וועט די אמת ארויפשווימען.
3. מען קען נישט פעיקן א טראמא געשיכטע. ווען עמיצער דערציילט דיך א טראמע וואס ער איז דורכגעגאנגען, וועסטו זען ווי יעדע צעל פונעם מענטש וויינט מיט. אפילו דו זאלסט זיין א גוטע עקטער איז דאס זייער שווער צו פעלשן.
4. נאכדעם וואס א קאמפיין, טרייעל, אדער פובליק איווענט גייט פאריבער, און די צד וואס האט פארלוירן בלעימט די אנדערע טיעם "אז זיי האבן געהאט א גוטע PR טיעם", קענסטו זיין זיכער אז די טיעם וואס האט פארלוירן האט זיך דאס פארדינט.
5. יעדע accusation אין די וועלט דארף באקומען Due process.
6. א שיינע פרוי מוז נישט אלץ זיין Innocent.
7. א סך מאל טוען שיינע פרויען עקספלויטען זייער איינציגסטע קרעדענשל און רייטן דערויף.
8. עס איז דא אזא מציאות ווי פרויען וואס אביוזן מענער.
9. וויינען אן טרערן איז רוב מאל אן אינדיקעיטער.
10. קוקן אויף די דזשורי ביים ענטפערן פראגעס אין געריכט הויז, העלפט דיך נישט אויב דער אמת איז נישט מיט דיך.
11. נישט נעמען לויערס פון קרעיגסליסט.
באניצער אוואטאר
קהל'ס נער
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2461
זיך רעגיסטרירט: זונטאג אקטאבער 25, 2020 1:25 am
געפינט זיך: ווי א נער אויפן מארק
האט שוין געלייקט: 5892 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 5798 מאל

שליחה דורך קהל'ס נער »

פרייוויליג, דו זאגסט זייער גוט, איך וויל אבער מחולק זיין אויף מסקנה נומער 9 אז וויינען איז רוב מאל א אינדיקעיטער, וליכא, וויינען איז רוב מאל (ולולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז קיינמאל) נישט קיין אינדיקעיטער.

און איך רעד אפילו נישט פון פעלשן וויינען, ס'דא מענטשן וואס וועלן קיינמאל נישט וויינען (למשל אני הקטן, קענסט הרג'נן מיין גאנצע משפחה, און איך גיי נישט וויינען דאס איז עס מיין טרערן מאשין ארבעט נישט), און ס'דא מענטשן וואס וויינען פאר נער'ישע זאכן,

(למשל, איך האב געארבעט אויף די טעלעפאון ווייערס פון א הויז, קימט די שכנ'טע וויינען מיט בכיות נוראות און שטיקעדיגע כליפעצען, איך האב געמיינט אז איר קינד טשאוקט זיך אדער אז איר מאן האט א הארץ אטאקע, שוין ענדליך זי קימט צים אטעם זאגט זי מיך אז איר טעלעפאון ליין האט זיך אפגעהאקט).
If I could do it all again, I'd be a plumber.

Albert Einstein
[NAMELESS]

שליחה דורך [NAMELESS] »

איך בין אינגאנצן צומישט איבער די פסק פון די דשורי דא, אין די קלעים איז געשטאנען אז דעפפ בעהט פיפציג מיליאן דאלער, וואס איז פשט אז זי דארף נאר באצאלן פיפצן מיליאן?
באניצער אוואטאר
פרייוויליג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1778
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 10, 2014 4:44 pm
האט שוין געלייקט: 1168 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2184 מאל

שליחה דורך פרייוויליג »

קהל'ס נער האט געשריבן:פרייוויליג, דו זאגסט זייער גוט, איך וויל אבער מחולק זיין אויף מסקנה נומער 9 אז וויינען איז רוב מאל א אינדיקעיטער, וליכא, וויינען איז רוב מאל (ולולא דמיסתפינא וואלט איך געזאגט אז קיינמאל) נישט קיין אינדיקעיטער.

און איך רעד אפילו נישט פון פעלשן וויינען, ס'דא מענטשן וואס וועלן קיינמאל נישט וויינען (למשל אני הקטן, קענסט הרג'נן מיין גאנצע משפחה, און איך גיי נישט וויינען דאס איז עס מיין טרערן מאשין ארבעט נישט), און ס'דא מענטשן וואס וויינען פאר נער'ישע זאכן,

(למשל, איך האב געארבעט אויף די טעלעפאון ווייערס פון א הויז, קימט די שכנ'טע וויינען מיט בכיות נוראות און שטיקעדיגע כליפעצען, איך האב געמיינט אז איר קינד טשאוקט זיך אדער אז איר מאן האט א הארץ אטאקע, שוין ענדליך זי קימט צים אטעם זאגט זי מיך אז איר טעלעפאון ליין האט זיך אפגעהאקט).
כאב גערעדט פון וויינען ״אן טרערן״. און איך האב געזאגט רוב, ועל הכלל כולו לא יצא.
פארשפארט